@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

לויט באריכטן האט דער טעראריסט וועלכע וואוינט אין מזרח ירושלים אפגעשטעלט זיין קאר נישט ווייט פונעם "עטרת אברהם" שול, און האט אנגעהויבן שיסן מענטשן וואס זענען געשטאנען אינדרויסן, און דערנאך געשאסן אויף מענטשן ווי נאר זיי זענען ארויסגעקומען.

שכנים באקלאגן זיך אז זיי האבן גערופן די פאליציי אבער עס האט געדויערט 20 מינוט ביז זיי זענען אנגעקומען. זיי פארציילן אז איינער פון די שכנים האט פרובירט שיסן דעם טעראריסט, אבער איז דורכגעגעפאלן.

די פאליציי זאגן אז די ביקס פון דער טעראריסט האט זיך פארהאנקערט אדער אויסגעלאפן פון אמוניציע, און דאן האט ער פרובירט צוריקצולויפן צו זיין קאר, ווען ער איז געשאסן געווארן.
IMG_20230127_155851_846.jpg
IMG_20230127_155851_846.jpg (67.77 KiB) געזען 12347 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

ראנא מעקדעניעל האט געוואונען א פערטע טערמין אלץ RNC פארזיצער.

מעקדעניעל האט באקומען 111 שטימען, דילאן 51, לינדעל 4, און לי זעלדין 1.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די 7 אומגעקומענע אין די טעראר אטאקע:

הב' אשר נתן מורלי הי"ד (14)

ר' שאול בן חי' הי"ד (68), גבאי ביהכ"נ 'זכור לאברהם' אין פסגת זאב, וועלכע איז געשאסן געווארן אויפן וועג צו כאפן א שיעור אין פסגת זאב נאכן עסן די סעודה ביי א קרוב אין נווה יעקב.

אירינא קאראלאווא (59), א פרוי פון אוקריינע

ר' אליהו מזרחי הי"ד (48), און זיין פרוי נאטאלי מזרחי הי"ד (45), וועלכע זענען געשאסן געווארן ביים פרובירן העלפן די פארוואונדעטע אויפן סצענע.

ר' איליה סוסענעקי הי"ד (26)

רפאל בן אליהו הי"ד (55), א טאטע פון דריי קינדער. זיין זוהן, רפאל בן שרה לרפו"ש, איז אויך פארוואונדעט געווארן אין די אטאקע.
IMG_20230128_212925_242.jpg
IMG_20230128_212925_242.jpg (56.6 KiB) געזען 11832 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

עטליכע מאסיווע אויפרייסן זענען געהערט געווארן ביי מיליטערישע איינריכטונגען אין די איראנע שטאט איספאהאן.

לויט די איראנע סטעיט מידיע זענען די אויפרייסן געווען אין רעזולטאט פון עטליכע דראונס וועלכע האבן פרובירט צו אטאקירן די איינריכטונגען, אבער זענען אראפגעשאסן געווארן.

די איראנע מידיע באריכטעט אז עס זענען בלויז געווען מינימאלע שאדן, אבער ווידעאוס צירקולירן פון שווערע פייערס ביי די מיליטערישע באזע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א צווייטע שיסעריי טעראר אטאקע איז פארגעקומען דעם שבת, ווען א 13 יעריגער אראבער האט געעפענט פייער אין אלט שטאט ירושלים און פארוואונדעט א טאטע און זוהן, וועלכע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, די טאטע אין א מעסיגע צושטאנד און דער זוהן אין א שווערע אבער סטאבילע צושטאנד.

דער זוהן, וועלכע איז אן אף-דוטי פאראטרופער, האט טראץ זיינע וואונדן צוריקגעשאסן און נוטראליזירט דעם טעראריסט.

נאך א סאלדאט איז לייכט פארוואונדעט געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

מעמפיס פאליציי האט ארויסגעשטעלט ווידעא וויאזוי ארטיגע פאליציי טוען ברוטאל שלאגן, טעזן און באשפריצן מיט פעפער ספרעי דעם 29 יעריגער שווארצער טייער ניקאלס.

ווילדע פראטעסטן האבן אויסגעבראכן אין מערערע טיילן פון לאנד, אריינגערעכנט אין טיימס סקווער, וואט פאליציי האבן ארעסטירט עטליכע פראטעסטירער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א וואל סטריט זשורנאל באריכט גיבט אן אז מדינת ישראל האט דורכגעפירט די דראון אטאקע אויף אן איראנישע מוניציע פעקטארי אין איספאהאן, גלייך נעבן א פעקטארי וועלכע איז אונטער אמעריקאנער סאנקציעס צוליב וואס זיי פראדוצירן דארט באליסטישע מיסילס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

הויז ספיקער קעווין מעקקארטי וועט זיך קומענדיגע מיטוואך טרעפן מיט פרעזידענט ביידען, אין זייער ערשטע זיצונג אין די ווייסע הויז זינט מעקקארטי איז ספיקער.

מעקקארטי האט געזאגט אז ער איז אפטימיסטיש אז זיי וועלן קומען צו אן אפמאך איבער ארויפרוקן די חובות דאך, עפעס וואס פרעזידענט ביידען האט געזאגט אז ער איז נישט גרייט צו פארהאנדלען איבער דעם, אבער די רעפובליקאנער ווילן זיך נישט ברעכן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

4 שטערנדיגער אמעריקאנער עיר פארס גענעראל, מייק מיניהען, האט אין אן ארויסגערינענע מעמא צו זיינע קאמאנדירן געווארענט אז זיי זאלן זיין גרייט, ווייל אמעריקע וועט ווארשיינליך אריינגעשלעפט ווערן אין א דירעקטע קריג מיט כינע אין יאר 2025.

רעפובליקאנער קאנגרעסמאן מייקל מעקאול, ווען ער איז געפרעגט געווארן איבער די ווארענונג פונעם גענעראל האט געזאגט אז ער האפט אז ער איז נישט גערעכט, אבער ער גלייבט אז יא.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אין די צייט וואס אייער פרייזן אין לאנד זענען גאר הויעך, האט א שווערע פייער אויסגעבראכן ביי איינע פון די גרויסע אייער סופלייער אין קאנעטיקוט, אין וועלכע א געשאצטע 100,000 הינער זענען געשטארבן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

געוועזענער בריטישער פרעמיער מיניסטער באריס זשאנסאן זאגט אין א פרישע דאקומענטערי אז ווען ער האט גערעדט מיט פוטין אין פעברואר 2022 און פרובירט צו פארמיידן די קריג מיט אוקריינע, איז פוטין בכלל נישט געווען ערנסט ביי די געשפרעכן דאס צו פארמיידן, און איינמאל האט אים פוטין געסטראשעט אז ער וועט אים אומברענגען מיט א מיסיל.

די קרעמלין האט אפגעלייקנט אז פוטין האט אים געסטראשעט, און זאגט אז דאס איז א ליגענט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אן אויפרייס אין א מעטשעט אין פאקיסטאן וועלכע איז ווארשיינליך געקומען פון א זעלבסטמארד טעראריסט, האט אומגעברענגט 28 מענטשן און פארוואונדעט נאך איבער 65.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אן NBC באריכט גיבט אן אז לויט אינדיאנער אויטאריטעטן האט מען אין דע לעצטערע צייט אנגעהויבן טרעפן אמעריקאנער וואפן וועלכע זענען איבערגעלאזט געווארן אין אפגאניסטאן, ביי מיליטאנטן וועלכע פרובירן צו קאנטראלירן די אינדיע קאנטראלירטע קאשמיר ראיאן.

עקספערטן ווארענען אז דאס איז מעגליך נאר די אנהייב, און די אמעריקאנער וואפן וועלכע זענען איבערגעלאזט געווארן ביי די טאליבאן וועלן אנהייבן ארויפשווימען ביי טעראריסטן און ביי קאנפליקטן ארום די וועלט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

אפדעיט: די טויט צאל פון די זעלבסטמארד אטאקע אין א מעטשעט אין פאקיסטאן איז געשטיגן צו 47 און העכער 150 פארוואונדעטע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

די דיסטריקט אטורני פון העלף מאָן בעי זאגט אז די בלוטיגע שיסעריי וועלכע האט איבערגעלאזט 7 טויטע איז מעגליך געקומען צוליב אן אומבאצאלטע באלאנס פון $100 וואס דער ערשטער קרבן איז געווען שולדיג פארן שיסער איבער עפעס וואס ער האט פארראכטן פאר דעם געשאסענעם.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען אויף די פראגע פון א רעפארטער זאגט אז אמעריקע וועט נישט צושטעלן קיין F-16 קאמפס פליגער פאר אוקריינע, עפעס וואס פרעזידענט זאלענסקי האט געבעטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די ווייסע הויז זאגט אז פרעזידענט ביידען וועט אפיציעל ענדיגן די קאוויד עמערדזשענסי דעקלעראציע קומענדיגע מאי 11.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א דרייוו-ביי שיסעריי איז פארגעקומען אין לעיקלענד פלארידע, אין וועלכע 9 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, 2 פון זיי אין א קריטישע צושטאנד.

פאליציי זוכן 4 מעגליכע שיסער, און גלייבן אז דאס איז געווען א געצילטע שיסעריי.

פאליציי האבן געפונען א קוואנטום פון מאריכואנע אויפן סצענע, און גלייבן אז עס פארגעקומען א דראג האנדל בשעת די שיסעריי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

מעמפיס פאליציי דעפארטמענט האט אפגעזאגט נאך 2 פאליציאנטן, און אזוי אויך האט די ארטיגע פייער דעפארטמענט אפגעזאגט 2 EMT לייט און א פייער דעפארטמענט לוטענעט וועלכע האבן רעאגירט צו די סצענע ביי די שלעגעריי פון טייער ניקאלס, צוליב וואס זיי האבן פארלעצט מערערע פראטאקאלן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

קאנגרעסמאן דזשארדזש סענטאס האט געמאלדן פאר זיינע רעפובליקאנער קאלעגעס אז ער וועט זיך אפזאגן פון די קאנגרעס קאמיטעס אויף וועלכע ער איז געשטעלט געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א CBS באריכט גיבט אן אז די FBI האט דורכגעזוכט די פען ביידען צענטער אפיס אינמיטן נאוועמבער, נאך וואס אדוואקאטן פון פרעזידענט ביידען האבן דארט געפונען קלאסיפיצירטע דאקומענטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קעפיטאל פאליציי האט ארעסטירט נאנט צו די קעפיטאל געביידע א מאן וועלכער איז געווען פארשטעלט ווי א פאליציאנט און געהאט אויף זיך מערערע מעסערס, רויעך גראנאטן און נאך, און איז געווען שוין בעפאר אויף די סיקרעט סערוויס ליסטע.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען האט היינט באזוכט מאנהעטן צו אפיציעל מעלדן א $292 מיליאן גרענט צו פארענדיגן די פריע פאזעס פון די האדסאן טונעל פראיעקט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

באריכטן אז נאך איבערמידליכע ארבעט פון פירנדע עסקנים וועלן אלע ניו יארק סיטי שפיטעלער צוריקדרייען זייערע באזוכער פאליסי און ערלויבן באזוכער אזוי ווי בעפאר קאוויד. דאס נעמט אריין מאונט סייניי, קאלאמביע, קארנעל און NYU.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קאנגרעס האט מיט 227-203 דורכגעפירט א ביל וועלכע וועט ענדיגן די קאוויד וואקסין מאנדאט אויף פעדעראלע העלט קעיר ארבעטער. די ביל גייט יעצט צום סענאט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”