קאנגרעס האט געשטימט 212-208 צו פארדאמען דעמאקראטישער קאנגרעסמאן עדעם שיף פאר זיין ראלע אין די טראמפ רוסלאנד אויספארשונג. ער וועט יעצט רעפערירט ווערן צו די קאנגרעס עטיקס קאמיטע פאר א פולע אויספארשונג.
@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אילאן מאסק און מארק זוקערבערג זענען איינגעגאנגען זיך צו פארמעסטן אין אן אפיציעלע פיזישע "פייט", אין עפעס וואס האט זיך אנגעהויבן אלס א וויץ אויף טוויטער, אבער ביידע זענען איינגעגאנגען דאס צו פאקטיש אויספירן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
וויל הארד, א געוועזענער טעקסאס רעפובליקאנער קאנגרעסמאן האט געמאלדן אז ער שליסט זיך אן אין די פריימערי פארמעסט פאר די רעפובליקאנער נאמינאציע אין די 2024 פרעזידענטליכע פארמעסט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די אמעריקאנער קאוסט גארד זאגט אז זיי האבן געפונען א 'ברוכווארג ארט' נאנט צו די טיטאניק אין זייער אנגייענדע זוכעריי נאך די פארלוירענע סובמארין.
דאס קומט אין די צייט וואס די סובמארין איז שוין לויט עקספערטן אויסגעלאפן פון לופט און די פאסאזשירן זענען שוין ווארשיינליך נישט ביים לעבן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אין א פרישע סטעיטמענט זאגט די OceanGate פירמע אז זיי גלייבן אז די פאסאזשירן אויף זייער סובמארין "זענען צום באדויערן פארלוירן געגאנגען".
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א מאנהעטן ריכטער האט ארויפגעלייגט א שטראף פון $5000 אויף 2 אדוואקאטן וועלכע האבן אריינגעגעבן פאפירן אין געריכט וואס האט נאכגעברענגט 6 אומגעשטויגענע קעיסעס וואס זיי האבן גענומען פון ChatGPT.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אין א דראמאטישע אנטוויקלונג האט פריגאזין, דער הויפט פון די וואגנער מיליטערישע גרופע, געמאלדן אז זיי זענען אונטער א פרייהייט מארש קעגן די רוסישע מיליטערישע פירערשאפט.
דאס קומט אין רעאקציע צו באשולדיגונגען פון פריגאזין איבער אן אטאקע פון די רוסישע מיליטער אויף א וואגנער מיליטערישע לאגער, עפעס וואס רוסלאנד פארלייקענעט.
די רוסישע געהיים פאליציי האבן געעפענט אן אויספארשונג קעגן פריגאזין אויף באשולדיגונגען פון אנדרייען אן אויפשטאנד.
מיליטערישע קרעפטן זענען געזעהן געווארן אין פולע געגנטער אין רוסלאנד, אריינגערעכנט אין מאסקווע און ראסטאוו, וואו די מיליטער האט אויפגעשטעלט טשעק פוינטס און באוואכט וויכטיגע ערטער.
די קרעמלין האט געזאגט אז פוטין באקומט נאכאנאנדע באריכטן איבער די סיטואציע, און די ווייסע הויז האט געזאגט אז פרעזידענט ביידען האלט מיט די סיטואציע פון דער נאנט.
פרייטאג האט פריגאזין געמאלדן אז ער האט אריבערגעשפרייזט די גרעניץ צווישן אוקריינע קיין רוסלאנד און איז אויפן וועג קיין ראסטאוו, און די גרעניץ וועכטער האבן אים אויפגענומען מיט ליבשאפט.
פריגאזין איז אנגעקומען קיין ראסטאוו, און איבערגענומען מיליטערישע פאזיציעס דארט. אין די זעלבע צייט האט זיך דער רוסישער פרעזידענט פוטין זיך געלאזט הערן און שארף פארדאמט די אויפשטאנד און געווארענט אז מען וועט אונטערנעמען שארפע מיטלען.
שוין זייענדיג אויפן וועג קיין מאסקווע איז פלוצלינג געמאלדן געווארן אז עס איז אויסגעהאמערט געווארן א שלום אפמאך און פריגאזין און זיינע קרעפטן וועלן גיין קיין בעלארוס און זיי וועלן נישט אנגעקלאגט ווערן.

א גוטן מיינע טייערע פריינט אויף אייוועלט.
עס איז מיר געווען זייער אנגענעם צו באריכטן דא די נייעס פאר ארום א יאר און א האלב. צוליב פארשידענע אורזאכן שטעל איך אפ די דאזיגע אשכול, עכ"פ פאר די קומענדיגע שטיק צייט.
אויב איינער שפירט אז איך קען אים העלפן מיט עפעס קען מען מיך אייביג שיקן אן אישי אדער אן אימעיל, כ'וועל מיך פרייען צו העלפן לויט וויפיל מיין צייט ערלויבט.
הצלחה וברכה, אידישליך.