@אידישליך: נייעס און באריכטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
דראמא אויף אייוועלט: אן איבערקערעניש קומט פאר אויף די היימישע וועבזייטל אייוועלט נאך וואס מיטגלידער האבן זיך צוזאם גענומען ארויסצוהעלפן איינע פון די ארטיגע חשובע מיטגלידער וועלכע געפונט זיך אין א שווערע צושטאנד, און האבן שוין אין א גאר קורצע וויילע באוויזן צו שאפן אומגלויבליכע סומעס.
פאר גענויע דעטאלן דריקט דא
פאר גענויע דעטאלן דריקט דא
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אמעריקע גרייט זיך צו שיקן א פרישע איבער $2 ביליאן וואפן פעקל פאר אוקריינע, וואס וועט ארייננעמען מיסילס וועלכע קענען גיין ווייטערע שטרעקעס ווי דאס וואס אמעריקע האט געשיקט ביז יעצט.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
ניקי העילי, געוועזענע UN אמבאסאדאר פון די פאראייניגטע שטאטן, וועט לויט באריכטן פארמאל מעלדן אז זי לויפט פאר פרעזידענט אין 2024 אויף די רעפובליקאנע טיקעט, ביי אן אווענט אין סאוט קאראליינע אום פעברואר 15.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום מיטוואך פעברואר 01, 2023 12:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
די FBI פירט יעצט דורך א געפלאנטע זוכעריי אין פרעזידענט ביידענ'ס ביעטש היים אין דעלאווער, אין קאאפעראציע מיט זיינע אדוואקאטן, אין ליכט פון די קלאסיפיצירטע דאקומענטן וועלכע זענען געפונען געווארן אין עטליכע לאקאציעס.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א שיסעריי איז פארגעקומען אין א פארנומענע סאבוועי סטאנציע אין וואשינגטאן די סי, אין וועלכע א מעטרא ארבעטער וועלכער האט פרובירט אפצושטעלן דעם שיסער איז אומגעקומען, און 3 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן.
פאליציי האט ארעסטירט דעם שיסער נאך וואס ער איז ארויפגעגאנגען אויף אן אפגעשטעלטע באן און רייזנדע האבן אים באוויזן צו אראפהאלטן.
פאליציי האט ארעסטירט דעם שיסער נאך וואס ער איז ארויפגעגאנגען אויף אן אפגעשטעלטע באן און רייזנדע האבן אים באוויזן צו אראפהאלטן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
פרעזידענט ביידענ'ס פערזענליכע אדוואקאט זאגט אז די FBI האט נישט געפונען קיין קלאסיפיצירטע דאקומענטן ביי זייער זוכעריי היינט אין ביידענ'ס דעלאווער היים.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
די פעדעראלע רעזערוו האט ווידער געהויבן די אינטערעס ראטעס מיט 25%. צו 4.75%, די העכסטע זינט אקטאבער 2007.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א מאן וועלכער האט פארגאנגענע מוצאי שבת פרובירט אריין צו ווארפן א מאלאטאוו קאקטעיל אין א רעפארם טעמפל אין בלומפיעלד, ניו דזשערסי, איז ארעסטירט געווארן דורך די FBI.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אויטאריטעטן אין פאקיסטאן האבן געמאלדן אז זיי האבן שוין ארעסטירט 23 מענטשן אין פארבינדונג מיט די טויטליכע זעלבסטמארד באמבע אין אן ארטיגע מעטשעט אין וועלכע איבער 100 זענען אומגעקומען און 217 זענען פארוואונדעט געווארן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א רעפובליקאנער קאונסילפרוי פון סעיערוויל, ניו דזשערסי, איז געפונען געווארן טויט אין איר קאר פארענט פון איר הויז, נאכן געשאסן ווערן מערערע מאל. פאליציי האבן דערווייל קיינעם נישט ארעסטירט און זיי גלייבן עס איז געווען א געצילטע מארד.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
קאנגרעס האט געשטימט 211-218 צו אראפשטעלן ליבעראלע קאנגרעספרוי אילאן אומאר פון די קאנגרעס אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אדוואקאטן פון האנטער ביידען האבן געשיקט א רייע בריוון צו די יוסטיץ דעפארטמענט און אנדערע אין וועלכע זיי פארלאנגען אז מען זאל עפענען א קרימינאלע אויספארשונג אויף רודי זשוליאני און אנדערע טראמפ אליאירטע, צוליב וואס זיי האבן פארשפרייט און מאניפולירט זיינע פערזענלעכע קאמפיוטער דאטא.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
סענאט מינאריטעט פירער מיטש מעקקאנעל און קאנגרעס ספיקער קעווין מעקקארטי האבן באשטימט ארקענסא גאווערנער, סארא האקאבי סאנדערס, צו געבן די רעפובליקאנע ענטפער צו פרעזידענט ביידענ'ס סטעיט אוו די יוניאן אדרעס קומענדיגע וואך.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א ריכטער אין קאלאמביע האט געשאפן א שטורעם נאך וואס ער האט געזאגט אז ער האט גענוצט ChatGPT צו אנגרייטן אן אורטייל איבער מעדעצינישע קאסטן פאר א קינד.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
א באריכט פון NBC גיבט אן אז די אמעריקאנער רעגירונג קוקט נאך א פארדעכטיגטע כינעזע שפיאנאזש באלון וועלכע געפונט זיך העכער אמעריקע די לעצטע עטליכע טעג, און די פענטאגאן באטראכט די מעגליכקייט פון עס אראפשיסן.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אמעריקאנער עיר פארס "סטרעטאטענקער" גאזאלין טאנקיר פליגער ווערן געזעהן פליען העכער מאנטענע, אין די אומגעגענט וואו די פארדעכטיגטע כינעזע לופט באלון געפונט זיך.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
לויט באריכטן האט פרעזידענט ביידען פארגעשלאגן אז מען זאל אראפשיסן די כינעזע שפיאנאזש באלון נאך פאר עס איז אנגעקומען העכער מאנטענע, אבער די מיליטער האט זיך אפגעהאלטן דערפון צוליב א ריזיקע פון ציווילע פאטאליטעטן ווען עס וועט אראפפאלן.
די סטעיט דעפארטמענט האט אריבערגערופן דעם כינעזער אמבאסאדאר און פארלאנגט אן ענטפער אויף די באלון.
פענטאגאן באאמטע זאגן אז דאס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס כינע שיקט אריין א באלון, אבער נאך קיינמאל פאר אזא לאנגע צייט. אויך זאגן זיי אז די באלון איז נישט קיין מיליטערישע אדער פיזישע געפאר פאר אמעריקע.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
די קאנאדישע פארטיידיגונגס מיניסטעריום זאגט אז זיי קוקן נאך א פאטענציאלע צווייטע כינעזע שפיאנאזש באלון העכער זייער לאנד.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
סעקרעטערי אוו סטעיט ענטאני בלינקען האט אפגעשטיפט א געפלאנטע רייזע וואס ער האט געזאלט אונטערנעמען דעם ענדע וואך קיין כינע, אין ליכט פון די פארדעכטיגטע כינעזע שפיאנאזש באלון.
די כינעזע אויסערן מיניסטעריום אין א סטעיטמענט איבער די באלון זאגט אז דאס איז א ציווילע באלון וועלכע איז ארויסגעשיקט געווארן פאר סייענטיפישע אורזאכן, און איז פארפארן פון וועג.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די אמעריקאנער דזשאב מארקעט האט צוגעזעהן פרישע 517,000 דזשאבס אין יאנואר, אסאך מער ווי ערווארטעט, און די אנעפלוימענט ראטע איז געפאלן צו 3.4%, די נידריגסטע אין 53 יאר.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
די פענטאגאן זאגט אז די כינעזע שפיאנאזש באלון רוקט זיך ווייטער און איז יעצט אין צענטער פון די פאראייניגטע שטאטן.
די פענטאגאן זאגט אויך אז די באלון האט די מעגליכקייט זיך צו מאנעוורירן, וואס דאס ווארפט אפ די כינעזע אויסרייד אז דאס איז א ציווילע באלון און נישט קיין שפיאנאזש באלון.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
אן אמעריקאנער F-22 האט מיט אן איינצעלנע A9X מיסיל אראפגעשאסן דעם כינעזע שפיאנאזש באלון, ביי א הויעכקייט פון 58,000 פיס, ביי די בארטן פון סאוט קאראליינע.
דאס איז די ערשטע פרעמדע עירקרעפט וואס ווערט אראפגעשאסן העכער די פאראייניגטע שטאטן זינט די צווייטע וועלט קריג.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
אידישליך האט געשריבן:
פרעזידענט ביידען זאגט אז ער האט פארארדענט די פענטאגאן מיטוואך אראפ צו שיסן דעם שפיאנאזש באלון די שנעלסטע וואס מעגליך, און מען האט באשלאסן צו ווארטן ביז עס איז נישט קיין געפאר פאר מענטשן אויף די ערד.
ווידעא
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
די FAA פארשט אויס אן אינצידענט אין יוסטאן, טעקסאס, ווען א פעדעקס קארגא פליגער האט זיך געדארפט אין די לעצטע מינוט אפהאלטן פון לאנדן, נאכן באקומען רשות צו לאנדן אין די זעלבע צייט וואס א סאוטוועסט פליגער האט זיך געדארפט הייבן פונעם זעלבן ראנוועי.
Re: @אידישליך: נייעס און באריכטן
דעם פארלאפענע פרייטאג צונאכטס, דורכאויס די גאר שווערע פרעסטן, איז ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס געשלאפן אויף א בעטל אין א פרישע אימיגראנטן צענטער, צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו די וועג וויאזוי די אימיגראנטן לעבן.