@אידישליך: נייעס און באריכטן

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען ביי זיין נאטא רעדע זאגט אז אמעריקע וועט אין די קומענדיגע טעג מעלדן א פרישע 800 מיליאן דאלארדיגע וואפן פעקל פאר אוקריינע, וועלכע נעמט אריין פארגעשריטענע לופט פארטיידיגונגס סיסטעם, ראקעטן פאר די היימארס, און נאך היימארס פון אנדערע לענדער.

ביידען זאגט אז אמעריקע האט צוזאמגעשטעלט א קאאליציע פון איבער 50 לענדער וואס שיקן וואפן פאר אוקריינע.

דער פרעזידענט זאגט אז ביז היינט האט מען שוין געשיקט פאר אוקריינע: 600 טאנקען, נאנט צו 500 ארטילערי סיסטעמען, איבער 600,000 רונדעס ארטילערי אמוניציע, מאליטאפעל ראקעט לאנטש סיסטעמען, אנטי שיף סיסטעמען, און לופט פארטיידיגונגס סיסטעמען.

רעדע טראנסקריפט
רעדע טראנסקריפט
IMG_20220630_121656_068.jpg (103.15 KiB) געזען 6339 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

טערקישער פרעזידענט ערדואן האט ביי זיין רעדע ביי די נאטא סאמיט גערופן פאר פינלאנד און שוועדן צו איינהאלטן זייער פארשפרעכונג, און זיך צושטעלן צו די טערקישע פארלאנגען, אריינגערעכנט ארויסליפערן צו טערקיי 73 מענטשן וועם טערקיי באצייכענט אלס טעראריסטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קעטאנזשי בראון דזשעקסאן איז אפיציעל איינגעשוואוירן געווארן אלס א סופרים קאורט ריכטער, מאכענדיג היסטאריע אלס די ערשטע אפריקאנע אמעריקאנע פרוי אינעם געריכט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

בד"ה: באקאנטער דאקטער זאלענקא איז נפטר געווארן נאכן זיך מוטשענען מיט א שווערע קראנקהייט די לעצטע שטיק צייט.

IMG_20220630_160458_903.jpg
IMG_20220630_160458_903.jpg (55.2 KiB) געזען 5567 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

א פרישע נעיווי באריכט דעקט אויף אז שלעכטע מענעדזשמענט און מענטשליכע טעותים האבן פאראורזאכט א גאזאלין אויסגיס אין די וואסערן פון פערל הארבאר פארגאנגענע יאר, וועלכע האט פאר'סמ'ט טויזענטער מענטשן און געצווינגען די נעיווי צו עוואקואירן ארום 4,000 מיליטערישע פאמיליעס.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען זאגט אז ער שטיצט דאס פארקויפן אמעריקאנער F-16 קאמפס פליגער פאר טערקיי, און ער האלט אז קאנגרעס וועט געבן די נויטיגע באשטעטיגונג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פרעזידענט ביידען האט געזאגט אז ער שטיצט צו מאכן אן אויסנאם און סוספענדירן די פיליבאסטער כדי צו קענען דורכפירן די ראו ווס. וועיד אלס געזעץ מיט בלויז 51 שטימען.

נישט אלע דעמאקראטן זענען אבער צופרידן מיט אזא שריט.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

צפון קארעא באשולדיגט אז די קאוויד אויסברוך אין לאנד קומט פון 'פרעמדע מאטריאל' וואס דרום קארעא האט אריינגעשיקט איבער זייער גרעניץ, און געווארענט אירע בירגער נישט צו קומען אין בארירונג מיט זאכן וואס פאלט ביים גרעניץ, א שטייגער ווי די פראפעגאנדע ליפלעטן וואס דרום שיקט אריין.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

א ריכטער האט פארארדענט א פרישע טרייעל פאר די צוויי מענטשן וועלכע זענען באשולדיגט געווארן אין די פלאן צו פארכאפן מישיגען גאווערנער וויטמער, און א מיסטרייעל איז דערקלערט געווארן נאך וואס די דזשורי איז זיך נישט אויסגעקומען אויף אן אורטייל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די FBI האט צוגעלייגט 'קריפטאו-קעניגן' רודזשע איגנאטאווע צו די 10 מערסט געזוכטע פארברעכער, נאכן פירן א פיראמיד שווינדל, וואו זי האט גערויבט איבער 4 ביליאן דאלער פון מענטשן.

אין 2016 האט זי געמאלדן א פרישע קריפטאו וואלוטע מיטן נאמען וואנקאוין, און דערקלערט אז דאס וועט אונטערברענגען ביטקוין, און אין 2017 איז זי פארשוואונדן געווארן, און די גאנצע זאך איז געגאנגען פייפן. זינט דאן ווערט זי געזוכט דורך אמעריקאנער און אייראפעאישע אויטאריטעטן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

איראנע העקערס האבן באוויזן צו העקן עטליכע וועבזייטלעך פון די איזראעלי Gol Tours בוקינג פירמע, וועלכע אפערירט ארום 20 טרעוול וועבזייטלעך, און באוויזן צו באקומען סענסעטיווע אינפארמאציע פון ארום 300,000 מדינת ישראל בירגער, א שטייגער ווי טעלעפאן נומערן, אדרעסן, דאטומס און לאקאציעס פון געפלאנטע וואקאציעס, און מעדיצינישע אינפארמאציע.

מדינת ישראל אויטאריטעטן האבן פארכאפט די סערווערס פון די פירמע, נאך וואס זיי האבן אנטזאגט צו מיטארבעטן מיט די אויספארשונג.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אן איינוואוינער פון די שמואל הנביא געגענט אין ירושלים האט פרובירט צו שטעכן אדמו"ר מדושינסקי שבת נאכמיטאג, אבער איז אפגעהאלטן געווארן דורך חסידים.

דער אטאקירער איז ארעסטירט געווארן ווען ער איז צוריק געקומען ביינאכט און לייכט פארוואונדעט צוויי חסידים.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דזשעף בעזאס רייסט אפאר פרעזידענט ביידען פאר א טוויט וואו ער בעט גאז סטאנציע אפערירער צו נידערן די הויכע גאז פרייזן.

IMG_20220703_031732_457.jpg
IMG_20220703_031732_457.jpg (167.43 KiB) געזען 2739 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

עוואקואציעס קומען פאר אין JFK לופטפעלד אין ניו יארק, צוליב א זיכערהייט אינצידענט אין טערמינאל 4.

IMG_20220703_120522_273.jpg
IMG_20220703_120522_273.jpg (21.75 KiB) געזען 2087 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

רוסלאנד האט דערקלערט אז זיי האבן איבערגענומען קאנטראל פון די גאנצע לוהאנסק ראיאן, נאך וואס די אוקריינער האבן זיך צוריקגעצויגן פון לוסיטשאנסק.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

די סופרים קאורט מארשאלס האבן געשיקט א בריוו צו די גאווערנער פון מערילענד און ווירדזשיניע פארלאנגענדיג אז די ארטיגע אויטאריטעטן זאלן אינפארסירן סטעיט און קאונטי געזעצן און אפשטעלן די דעמאנסטראציעס פארענט פון די סופרים קאורט ריכטערס הייזער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

באריכטן געבן אן אז געוועזענער פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר זיינע נאנטע אז ער וועט מעגליך מעלדן זיין קאמפיין פאר פרעזידענט אין 2024 אזוי פרי ווי דעם זומער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דער 22 יעריגער געוועזענער מאן פון די 20 יעריגע פרוי וועם ער האט דערשאסן צום טויט גייענדיג מיט א קערידזש אין מאנהעטן, איז ארעסטירט געווארן און ווערט געהאלטן אונטער ארעסט אן בעיל.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום זונטאג יולי 03, 2022 12:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:

דער אָוואַלדי סקול פאליציי טשיף, וועלכער איז געשטעלט געווארן אויף אדמינסטראטיווע אורלויב, האט אפיציעל רעזיגנירט פון זיין סיטי קאונסיל זיץ, אין ליכט פון גאר שטארקע באשולדיגונגען קעגן אים איבער די פאליציי רעאקציע צו די שוידערליכע שולע שיסעריי.
לעצט פארראכטן דורך אידישליך אום זונטאג יולי 03, 2022 4:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

3 פאליציי אפיצירן זענען אומגעקומען, און נאך 3 און איין ציווילער זענען פארוואונדעט געווארן, ווען זיי האבן פרובירט צו אויספירן א ווארענט אין קענטאקי און דער מאן האט געעפנט פייער אויף זיי. דער מערדער איז ארעסטירט געווארן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

פאלעסטינער אויטאריטעטן זאגן אז זיי האבן איבערגעגעבן די בולעט וועלכע האט אומגעברענגט די אל דזשאזירא זשורנאליסט, שירין אבו אקאדי, פאר אמעריקאנער באאמטע צו קענען אויספארשן ווער עס האט אומגעברענגט די זשורנאליסט.

דאס קומט נאך וואס די פאלעסטינע האבן באשולדיגט מדינת ישראל קרעפטן אין איר מארד, אבער האבן אנטזאגט מיט צו ארבעטן מיט מדינת ישראל אויספארשער.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

עטליכע מענטשן זענען געשאסן געווארן אין א שאפינג מאלל אין דענמארק, איינער איז ארעסטירט געווארן. דעטאלן זענען נאך דערווייל אומקלאר.

IMG_20220703_140234_206.jpg
IMG_20220703_140234_206.jpg (30.44 KiB) געזען 1802 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

אידישליך האט געשריבן:עטליכע מענטשן זענען געשאסן געווארן אין א שאפינג מאלל אין דענמארק, איינער איז ארעסטירט געווארן. דעטאלן זענען נאך דערווייל אומקלאר.

פאליציי אין דענמארק זאגט אז עטליכע זענען אומגעקומען, און עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן אין די שיסעריי.

די מאטיוון פון די שיסעריי איז דערווייל נישט קלאר, און פאליציי זאגט אז זיי שליסן נישט אויס די מעגליכקייט אז דאס איז געווען א טעראר אטאקע.

פאליציי זאגט אז זיי האבן ארעסטירט איין 22 יעריגער מאן, וועלכער איז פארדעכטיגט אין דורכפירן די שיסעריי.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

קריס קאומא, ברודער פון געוועזענער גאווערנער קאומא, וועלכער איז אפגעזאגט געווארן פון CNN פארגאנגענע דעצעמבער, צוליב א פערזענליכע סקאנדאל און צוגאב וואס ער איז געווען פארמישט אין זיין ברודער'ס סקאנדאל, האט געפאוסט אויף סאציאלע מידיע צום ערשטן מאל זינט פארגאנגענע נאוועמבער, בילדער וואס ער האט גענומען אין אוקריינע.

IMG_20220703_174528_557.jpg
IMG_20220703_174528_557.jpg (91.56 KiB) געזען 1436 מאל
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
אוועטאר
אידישליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 10, 2021 1:07 am

Re: @אידישליך: נייעסן און באריכטן

תגובה דורך אידישליך »

דעמאנסטראציעס קומען פאר אין עקראן, אהייאו, און ארטיגע פאליציי גרייטן זיך אויף מעגליכע ראיאטן נאך וואס פאליציי האט ארויסגעשטעלט די באדי-קעם ווידעא פון א לעצטערע פאטאלע שיסעריי אינצידענט.

די אינצידענט האט זיך אפגעשפילט פארגאנגענע וואך ווען פאליציי האט אפגעשטעלט דעם 25 יעריגן שווארצן מאן, זשעילענד וואלקער, צוליב א טראפיק פארלעצונג.

וואלקער איז אנטלאפן פון די פאליציי, און אינמיטן די געיעג האט ער ארויסגעשאסן מיט א האנד ביקס אויף די פאליציי. שפעטער האט ער אפגעשטעלט די קאר און האט אנגעהויבן לויפן צופיס, אנגעטון מיט א סקי-מאסק אויפן פנים.

נאכן לויפן אביסל האט ער זיך אויסגעדרייט צו די פאליציי, פאליציי האט אים פרובירט צו טעיזן, און נאכדעם האבן די אפיצירן געעפענט פייער, און אים פאטאל געשאסן איבער 60 מאל. ער האט געהאט געלאזט זיין ביקס אין די קאר, און איז געווען אומבאוואפענט, פאליציי האט דאס אבער נישט געוויסט, און געזאגט אז זיי האבן מורא געהאט ער וועט ווידעראמאל שיסן אויף זיי ווען ער האט זיך אפגעשטעלט.

די 8 פארמישטע אפיצירן זענען געשטעלט געווארן אויף אדמינסטראטיווע אורלויב, און די פאליציי פירער זאגט אז נאך די אויספארשונג וועט מען באשלוסן אויב מען וועט זיי קרימינאל אנקלאגן.
שרעעעעעעעעעעקליך טונד, אבער נאך ווי...

פאר הערות און קאמענטארן דריקט דא
פארשפארט

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”