משפט סמאלעט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נודניק
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

ווערט ער אויך אנגעקלאגט אויף א האסן פארברעכען?
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

הכל הבל האט געשריבן:ריכטער לין וויל נאך היינט האבן א פארטיגע דזשורי און אנהויבן מיט עדות פרעזענטאציע

ער זוכט א שנעלע פראצעס און איז גרייט צו האלטן די געריכט אפן ביז אריין אין די אוונט שטונדן עס צו דערגרייכן

א פולע 12 פערזאן דזשורי (מיט נאך דריי אלטערנאטיוון אין פאל איינע פון די 12 דארף ווערן ערזעצט דורך א סגן) איז געזעצט
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

עפעס אנדערש האט געשריבן:דוכט זיך אז זיי האבן געוויזן די טשעק וואס זיי האבן באקומען פון אים, מיט זיין נאמען און אונטערשריפט.

אוי וויי! איך האב נעכטן אויסגעשריבן פאר איינעם א טשעק. ווען קען איך ערווארטן די פאליציי ביי מיין טיר?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אן אויספארשער ווארפט אפ א טענה פון די סניגור אז די פאליציי האט זיך געיאגט מיט זייער באשלוס אז די אטאקע איז געווען אונטערגעשטעלט

ער זאגט אז צוויי טוץ דעטעקטיוון האבן געארבעט 3 טויזנט שטונדן איידער זיי זענען געקומען צו זייער אויספיר
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

דער דזשורי באשטייט פון פינף ווייסע מענער און איין שווארצע מאן, און פינף ווייסע פרויען און איין ספאנישע פרוי.

דער פראקוראר אינ'ם קעיס איז שמואל מענדענהאל.

צוערשט זענען די דזשורי געוויזן געווארן א ווידיאו פון פעברואר 14 2019 ווי סמאלעט פארציילט די מעשה אויף א מידיע נעץ ווי ער האט אידענטיפיצירט די צוויי ברודערס אלס זיינע אטאקירער.

דער ערשטער צו אויפטרעטן איז געווען דער געוועזענער טשיקאגא פאליס דעדעקטיוו מייקל טהיז, ווי ער האט געזאגט אז סמאלעט האט אפגעמאלן איינע פון די אטאקירער אלס ווייסע און דער אנדערער אלס לייט סקין ארום די אויגן.

ווי אויך האט ער געזאגט אז צוערשט האט מען באהאנדעלט דעם אינצידענט און געספענדעט טויזענטע שעות צו אויספארשען דעם אינצידענט אלס א העיט קריים, און יעדער אין דער דערפארטמענט אנגעהויבן פון די מעיאר און אראפ האבן געוואלט ענטפערס און זענען געווען אונטער שטארקע פרעשער צו טרעפן די אטאקירער ווי שנעלער. נאר ביים ענדע נאכ'ן טרעפן די צוויי ברודער, האבן זיי אנגעהויבן צו חושד זיין אז סמאלעט זאגט ליגנט און געוואהר געווארן אז די גאנצע זאך איז געווען אונטערגעשטעלט דורך סמאלעט, נאכן טרעפן די פיסטריט פון די אטאקירער אין אן אובער קאר אויפן וועג צו די כלומר'שטע אטאקע. זיי האבן סובפינעט די די אינפארמאציע פון אובער איבער ווער עס האט זיי באשטעלט, און אזוי ארויסבאקומען די נעמען פון די צוויי ברודערס, און דאן נאכ'ן האבן זייער נעמען האבן זיי באמערקט אז איינער פון זיי האט געארבעט מיט סמאלעט אויף א געוויסע פראיעקט און זיי קענען זיך, און דאס האט אריינגעפילט אסאך שטיקלעך.

ער איז געוויזן געווארן א בילד פון די צוויי ברודער און געפרעגט געווארן צו זיי זענען ווייס, אויף וואס ער האט געענטפערט ניין.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40130
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

איינע פון די דריי אלעטערנאטיוון איז אן אפריקאנע אמעריקאנע פרוי
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

ס'איז לכאורה נישט נאר דאס ליגנט זאגן פאר פאליציי, נאר אויך פארן וועלן אנדרייען א ראסע סומאטאכע, ער איז א Famous מענטש.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פראסיקיוטער טענה׳ט אז ער האט ווידיאו וואס צייגט אז סמאללעט און די ברידער האבן געמאכט א ״פרעקטיס״ אטאקע. מען קען נישט זען די פרעקטיס אליין, אבער מען קען זעהן די ברידער און סמאללעט׳ס קאר. וועל מיר זעהן ווען ער ווייזט עס אין קארט.
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

א מאדנע מעשה.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דא האט איר טשאדי'ס לענגערע באריכט דאן ווען די מעשה האט פאסירט.

viewtopic.php?p=1873465#p1873465
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

סמאלעט ווערט אנגעקלאגט מיט 6 טשארדזשעס פון Disorderly Conduct וואס איז א קלאס 4 פעלאני, די שוואכסטע פעלאני קאטאגאריע אין סטעיט אילינאו, און קען טראגן א דריי יאר טורמע אורטייל.

קאונט 1. זאגן פאר די רעספאנדינג פאליציי אפיציר אז ער איז א וויקטים פון א העיט קריים.
קאונט 2. זאגן פאר די רעספאנדינג פאליציי אפיציר אז ער איז געווארן צושלאגן און אנגעגאסן מיט בליטש.
קאונט 3 און 4. די זעלבע ווי די אויבענדערמאנטע פאר א צווייטע פאליציי אפיציר.
קאונט 5. געזאגט נאכמאל פאר די צווייטע פאליציי אפיציר אז ער איז געווארן צושלאגן.
קאונט 6. זאגן פאר א דעדעקטיוו אז ער איז געווארן צושלאגן.

די דריי אפיצירן זענען ערווארטעט צו עדות זאגן אינ'ם קעיס.

אויב אנגעקלאגט, איז ער נישט ערווארטעט צו באקומען צוגעטיילט א טורמע טערמין. מערסטנס וואס ער וועט ווארשיינדליך באקומען איז פראבעישן אדער קאממיוניטי סערוויס.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שכח רעפארטערס
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

קיצור זאגט מיר צו איך האב עס ארויס?
מהאנדלט דא מיט א פעימאס מענטש א שווארצער, וואס האט געוואלט מאכן א גאנצע מעשה, ווי כאילו מאיז דא עובר אין גרויסן אויף ראסיזם, אין ווערן נאך מער פעימאס, פלאס מאכן א גאנצע שערוריא, אין די וועלט זאל רעדן אז מדארף מער מכבד זיין די שווארצע, אין די פלאגענישן זאלן זיך אויפהערן, אבער די איי האט זיך צוקראכט, אין אין די טעפל וואסער איז ארויפגעגאסן געווארן אויף זיין פנים.
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דער הימלישע איד האט געשריבן:קיצור זאגט מיר צו איך האב עס ארויס?

פונקט דאס
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

דער הימלישע איד האט געשריבן:קיצור זאגט מיר צו איך האב עס ארויס?
מהאנדלט דא מיט א פעימאס מענטש א שווארצער, וואס האט געוואלט מאכן א גאנצע מעשה, ווי כאילו מאיז דא עובר אין גרויסן אויף ראסיזם, אין ווערן נאך מער פעימאס, פלאס מאכן א גאנצע שערוריא, אין די וועלט זאל רעדן אז מדארף מער מכבד זיין די שווארצע, אין די פלאגענישן זאלן זיך אויפהערן, אבער די איי האט זיך צוקראכט, אין אין די טעפל וואסער איז ארויפגעגאסן געווארן אויף זיין פנים.

ניין… די בליטש איז ארויפגעגאסן געווארן אויף זיין פנים…
———
ווי איך פארשטיי האט ער געוואלט ארוישמירן די אטאקע מעשה אויף די טראמפיסטן
האקט
סוי גארנישט מיט טראמפ?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פרישע קוגל האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:קיצור זאגט מיר צו איך האב עס ארויס?
מהאנדלט דא מיט א פעימאס מענטש א שווארצער, וואס האט געוואלט מאכן א גאנצע מעשה, ווי כאילו מאיז דא עובר אין גרויסן אויף ראסיזם, אין ווערן נאך מער פעימאס, פלאס מאכן א גאנצע שערוריא, אין די וועלט זאל רעדן אז מדארף מער מכבד זיין די שווארצע, אין די פלאגענישן זאלן זיך אויפהערן, אבער די איי האט זיך צוקראכט, אין אין די טעפל וואסער איז ארויפגעגאסן געווארן אויף זיין פנים.

ניין… די בליטש איז ארויפגעגאסן געווארן אויף זיין פנים…
———
ווי איך פארשטיי האט ער געוואלט ארוישמירן די אטאקע מעשה אויף די טראמפיסטן
האקט
סוי גארנישט מיט טראמפ?

גערעכט, אנשמירן די מעשה אויף טראמפ שטיצער
אוועטאר
דער הימלישע איד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אויפן ערד אינטערן הימל

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער הימלישע איד »

פרישע קוגל האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:קיצור זאגט מיר צו איך האב עס ארויס?
מהאנדלט דא מיט א פעימאס מענטש א שווארצער, וואס האט געוואלט מאכן א גאנצע מעשה, ווי כאילו מאיז דא עובר אין גרויסן אויף ראסיזם, אין ווערן נאך מער פעימאס, פלאס מאכן א גאנצע שערוריא, אין די וועלט זאל רעדן אז מדארף מער מכבד זיין די שווארצע, אין די פלאגענישן זאלן זיך אויפהערן, אבער די איי האט זיך צוקראכט, אין אין די טעפל וואסער איז ארויפגעגאסן געווארן אויף זיין פנים.

ניין… די בליטש איז ארויפגעגאסן געווארן אויף זיין פנים…
———
ווי איך פארשטיי האט ער געוואלט ארוישמירן די אטאקע מעשה אויף די טראמפיסטן
האקט
סוי גארנישט מיט טראמפ?

אה נישט געכאפט אז סאיז געווען ווען טראמפן איז נאך געווען פרעזידענט
מאנטאג - פרייטאג פארמאכט מוצ"ש - זונטאג אפן
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

דער הימלישע איד האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:
דער הימלישע איד האט געשריבן:קיצור זאגט מיר צו איך האב עס ארויס?
מהאנדלט דא מיט א פעימאס מענטש א שווארצער, וואס האט געוואלט מאכן א גאנצע מעשה, ווי כאילו מאיז דא עובר אין גרויסן אויף ראסיזם, אין ווערן נאך מער פעימאס, פלאס מאכן א גאנצע שערוריא, אין די וועלט זאל רעדן אז מדארף מער מכבד זיין די שווארצע, אין די פלאגענישן זאלן זיך אויפהערן, אבער די איי האט זיך צוקראכט, אין אין די טעפל וואסער איז ארויפגעגאסן געווארן אויף זיין פנים.

ניין… די בליטש איז ארויפגעגאסן געווארן אויף זיין פנים…
———
ווי איך פארשטיי האט ער געוואלט ארוישמירן די אטאקע מעשה אויף די טראמפיסטן
האקט
סוי גארנישט מיט טראמפ?

אה נישט געכאפט אז סאיז געווען ווען טראמפן איז נאך געווען פרעזידענט

מער פון דעם. ער האט געטענה'ט אז די אטאקירער זענען געווען טראמפ שטיצער.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דא האט איר:

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אביסל ווייניגער ווי צוויי חדשים צוריק, איז א באקאנטע פיגור פון א געוויסע טעלעוויזיע סטאנציע ״עמפייער״ אטאקירט געווארן דורך 2 ווילדער טראמפ שטיצער.

די איבערפאל האט פאסירט יאנעווער 29 אין די נאכט שטונדן, ווען א שפילער - א אפריקאנער אמעריקאנער מיטן נאמען ״דזשוסעי סמאַלעט״ איז באפאלן געווארן אינדרויסן פון א ארטיגע האטעל, דורך צוויי פארמאסקירטע פארשוינען אנגעטאן מיט רויטע העמעדער און מיט טראמפ מאג״א היטלעך.

די צוויי אטאקירער האבן אים צאמגעבויקערט די ביינער און דערביי געשריגן נידריגע אויסדריקן, אריינגערעכנט ״דא איז די מאג״א לאנד״.. זיי האבן אים אראפגעהאלטן אויף דער ערד און באשפריצט זיי געזיכט מיט בליטש [רח״ל], צום לעצט האבן זיי ארויפגעבינדן א שטריק ארום זיין האלדז און אים איבערגעלאזט א צוקלאפטער אינמיטן די ליידיגע גאס.

סמאַלעט האט נאך אפאר מינוט זיך עדוואס בארואיגט, זיך צוזאמגעקליבן און אויפגעשטעלט. ער האט גערופן די ארטיגע פאליציי וואס האבן תיכף געעפענט א גרינטליכע אויספארשונג צו דערגיין ווער די צוויי פארשוינען זענען, און וואס זייערע מאטיוון זענען געווען.

די אויספארשונג איז אנפאנג אנגעקומען שווער, ווייל פונקט ביי יענעם ווינקל ווי די איבערפאל האט פאסירט איז נישט געהעריג געדעקט דורך זיכערהייט קעמערא׳ס. די פאליציי דיטעקטיוו׳ס האבן גערעדט און אויסגעפרעגט סמאַלעט׳ן אין צוויי באזונדערע אינטערוויא׳ס, און געציילטע טעג שפעטער האבן די פאליציי געמאלדן אז די איבערפאל ווערט אויסגעפארשט אלץ א מעגליכע האסע פארברעכן.

די אלע_געמיינע מידיע האט פארשטייט זיך ארויפגעכאפט אויף די איבערפאל און זיך צו דעם צוגעשארט עס איינצוקעשן אוו ס׳ברויך צו זיין. ס׳רעדסטע, א האסע פארברעכן דורך צוויי טראמפ שטיצער, און נאך אנגעטאן מיט די שמונה בגדים..

מערערע פאלטיקאנטן האבן ארויסגעלייגט סטעיטמענטס צו פארדאמען די איבערפאל מיטן שארפסטן, צווישן זיי האט מען אויך געהערט פון עטליכע דעמעקראטישע קאנדידאטן וואס לויפן אין די פריימעריס אין 2020 אריינגערעכנט סענעטאר קאמעלע העריס וואס האט פארדאמט די אטאקע מיטן שארפסטן און געווינטשן סמאַלעט׳ן א רפו״ש.. סענאטער קארי בוקער איז אויך ארויסגעקומען מיט א פארדאמונגען שרייבענדיג ענליכע ווערטער, אא״וו..

אזוי אויך האט די האוז ספיקער נענסי פעלאוסי ארויסגעקומען מיט א שארפע סטעיטמענט זאגענדיג, אז ״ראסיזעם איז עפעס וואס פלאגט אינזער הומעניטי, און אז קיינער טאר נישט אטאקירט ווערן צוליב דעם וואס ער גלייכט איינעם״, און אז זי דאווענט סמאַלעט זאל זיך ערהוילן פון זיינע וואונדן ווי אמשנעלסטנס.

און אפילו פרעזידענט ווען א ריפארטער האט אים געפרעגט דערוועגן האט ער עס פארדאמט, זאגענדיג אז ״ס׳איז א געפערליכע זאך״.. די מידע האט געדעקט יעדע פיצעלע אפעטיט פונעם אויספארשונג, זיכער צו מאכן אז די געשיכטע בלייבט אין די נייעס.

די אויספארשונג האט זיך פארברייטערט, און פארלאפענע וואך מיטוואך האבן די טשיקאגאו פאליציי געמאלדן די ארעסט פון צוויי ברודער, זיי זענען ארעסטירט געווארן אין עירפארט ביים זיך צוריק קערן פון א אויספלוג. זיי זענען אריינגענומען פאר אויספארשונגען.

ס׳איז נישט אדורך קיין פאר שעה און די פאליציי באשטעטיגט אז דאס זענען טאקע די צוויי געשיכטע חברה, די צוויי באנדיטן זענען געהאלטן געווארן אין טורמע עטליכע טעג. פרייטאג נאכמיטאג זענען די צוויי ברודער פליצלונג ארויסגעלאזט געווארן אויף די פריי אהן אפילו ווערן אנגעקלאגט. אין א אומקלארע סטעיטמענט האבן די פאליציי געמאלדן אז די אויספארשונג האט זיך פארקירעוועט, נאכדעם וואס פרישע באווייזן זענען אפיר געקומען.

און ווי ס׳שטעלט זיך ארויס איז אזוי די מעשה..

נאכן ארעסט האבן די פאליציי איבערגעפלאן די הייזער פון די צוויי ברודער, ווי זיי האבן קאנפעסקירט פילע באווייזן.. אזוי אויך געפונען שריים פון די בליטש וואס איז גענוצט געווארן אינעם איבערפאל.

זיי האבן אבער אויך געפונען פארשריפטן פון די עמפייער טעלעוויזיע פירמע, און פאפירן וואס באלאנגען ספעסיפיקלי צו סמאַלעט׳ן. וואס דאס האט אנגעצינדן שפעקילאציעס ביי די אויספארשער אז אפשר ליגט די הונט באגראבן דא.

די אויספארשער האבן אויך געפונען אין זייערע סעלפאון טעקסט מעסעדזש׳ס און אנדערע קאמיוניקאציע׳ס צווישן די צוויי ברודער און סמאַלעט, און אין די זעלבע צו צייט האט סמאַלעט אנטזאגט צו איבערגעבן זיין סעלפאון פאר די אויספארשער, נאר נאך גרויס דריק האט ער עס זיי איבערגעגעבן, די סעלפאון איז אבער געווען גענצליך פארמעקט.

נאכדעם וואס די פאליציי האבן פרייטאג ארויסגעלאזט די ברודער אויף די פריי אהן ווערן אנגעקלאגט, האבן פארשידענע באריכטן אנגעהויבן אפירקומען דערציילן, אז אויספארשער האבן ארויסבאקומען אז די גאנצע איבערפאל איז געווען א פון פאראויס געפלאנטע אקציע דורך סמאַלעט אליינס, ער האט באצאלט $3,500 פאר ביידע פון די ברודער. זיי זאלן אים אטאקירן דארט אין דארט, און דייקא אויף א פלאץ וואס איז נישט געדעקט דורך די סיקיאריטי קעמערא׳ס, ער האט זיי צוגעשטעלט די בליטש.. אלטס צו באקן א מעשה אויף די טראמפיסטן, וויסענדיג אז די מידיע גייט ער אפקויפן.

העריס, בוקער, פעלאוסי.. אא״וו די אלע גרויסע שישקעס וואס זיך געאיילט צו פארדאמען די אטאקע אין די ערשטע מינוטן, האבן פליצלונג באקומען צייט. און ווינאר די ווארהייט איז אפירגעקומען האבן זיי ארויסגעלייגט סטעיטמענטס ווי זיי אנטזאגן זיך צו קאמאנטירן אויף די פרישע אויפדעקונגען, ביז די אויספארשער ענדיגן זייער ארבעט.

#היפיקראטיע בתפארתו
#פעיק נאוז
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

און ענדיג צו די אנדערע האלב מעשה

ווען א שווארצע ראסיסט וואס האט געשריבן אויף זיין פעיסבאק אז ער האסט ווייסע און יודען פארט במזיד אריבער ווייסע קריסטען און צומאלט לעבעדיגע קינדער צום טויט און לייו לאנג קריפל, עם..ער איז אנטלאפן פון א דאמעסטיק פייט, מען הערט נישט קיין פארדאמונג פון אונזערע דאמי און ווייטהויז, עס ווערט כמעט נישט געקאווערט און די נייעס, קיינער קאלט נישט די וויקטים פעמיליע, עם..אפשר איז ער געווען זייער הונגעריג ווען ער איז איבערגעפארן זיין ווייב מיט די זעלבע רויטע ווען און ארויסגעלאזט געווארן פאר 1000 בעיל.

#היפאקריטיע איז א אנדער סטעיטמענט
אוועטאר
קלמן יאסעלע
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
לאקאציע: ערגעצוואו

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלמן יאסעלע »

קאכעדיגע האט געשריבן:און ענדיג צו די אנדערע האלב מעשה

ווען א שווארצע ראסיסט וואס האט געשריבן אויף זיין פעיסבאק אז ער האסט ווייסע און יודען פארט במזיד אריבער ווייסע קריסטען און צומאלט לעבעדיגע קינדער צום טויט און לייו לאנג קריפל, עם..ער איז אנטלאפן פון א דאמעסטיק פייט, מען הערט נישט קיין פארדאמונג פון אונזערע דאמי און ווייטהויז, עס ווערט כמעט נישט געקאווערט און די נייעס, קיינער קאלט נישט די וויקטים פעמיליע, עם..אפשר איז ער געווען זייער הונגעריג ווען ער איז איבערגעפארן זיין ווייב מיט די זעלבע רויטע ווען און ארויסגעלאזט געווארן פאר 1000 בעיל.

#היפאקריטיע איז א אנדער סטעיטמענט

כמעט אמת, חוץ די לעצטע זאץ.
ער זיצט און טורמע, און עס הויערט אויף זיין קאפ א פינעף מיליאן דאלאר בעיל פארלאנג.
!Vox Populi, Vox Dei
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:
קאכעדיגע האט געשריבן:און ענדיג צו די אנדערע האלב מעשה

ווען א שווארצע ראסיסט וואס האט געשריבן אויף זיין פעיסבאק אז ער האסט ווייסע און יודען פארט במזיד אריבער ווייסע קריסטען און צומאלט לעבעדיגע קינדער צום טויט און לייו לאנג קריפל, עם..ער איז אנטלאפן פון א דאמעסטיק פייט, מען הערט נישט קיין פארדאמונג פון אונזערע דאמי און ווייטהויז, עס ווערט כמעט נישט געקאווערט און די נייעס, קיינער קאלט נישט די וויקטים פעמיליע, עם..אפשר איז ער געווען זייער הונגעריג ווען ער איז איבערגעפארן זיין ווייב מיט די זעלבע רויטע ווען און ארויסגעלאזט געווארן פאר 1000 בעיל.

#היפאקריטיע איז א אנדער סטעיטמענט

כמעט אמת, חוץ די לעצטע זאץ.
ער זיצט און טורמע, און עס הויערט אויף זיין קאפ א פינעף מיליאן דאלאר בעיל פארלאנג.

יעצט זיצט ער, אבער ווען ער איז איבערגעפארן זיין פלונית'טע איז ארויסגעלאזט געווארן פאר 1000 בעיל.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: משפט סמאלעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

קלמן יאסעלע האט געשריבן:
קאכעדיגע האט געשריבן:און ענדיג צו די אנדערע האלב מעשה

ווען א שווארצע ראסיסט וואס האט געשריבן אויף זיין פעיסבאק אז ער האסט ווייסע און יודען פארט במזיד אריבער ווייסע קריסטען און צומאלט לעבעדיגע קינדער צום טויט און לייו לאנג קריפל, עם..ער איז אנטלאפן פון א דאמעסטיק פייט, מען הערט נישט קיין פארדאמונג פון אונזערע דאמי און ווייטהויז, עס ווערט כמעט נישט געקאווערט און די נייעס, קיינער קאלט נישט די וויקטים פעמיליע, עם..אפשר איז ער געווען זייער הונגעריג ווען ער איז איבערגעפארן זיין ווייב מיט די זעלבע רויטע ווען און ארויסגעלאזט געווארן פאר 1000 בעיל.

#היפאקריטיע איז א אנדער סטעיטמענט

כמעט אמת, חוץ די לעצטע זאץ.
ער זיצט און טורמע, און עס הויערט אויף זיין קאפ א פינעף מיליאן דאלאר בעיל פארלאנג.

ער זאגט אז ווען ער איז איבער געפארן זיין ווייב האט מען אים ארויס געלאזט.
פוצה פה ומצפצף
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”