נקדימון האט געשריבן:נקדימון האט געשריבן:נקדימון האט געשריבן:סיווערסק-באכמאט פראנט ליניעס זענען די נייע שטאטן פאר די קומענדיגע צייט. סעווערידאנעצק איז פארטיג. לוסיטשאנסק בפשטות אויך, אויב נישט איז עס א האר אוועק.
רוסישע פראבעס אין ריכטונג פון סלאוויאנסק דורך צפון זייט וועט מען אפשר אויך הערן אבער איך האלט נישט אז די שלאכטן פאר סלאוויאנסק און קראמאטארסק האצעך שוין אנגעהויבן.
די רוסן מאכן פארשריט אין ביידע דירעקציעס. סיי צו סיווערסק און סיי אין ריכטונג פון באכמאט.
גייט סיווערסק קענען אנהאלטן זייער לאנג? גייט ווארשיינלעך פאלן גאר בקרוב.
אין באכמאט דירעקציע זענען די רוסן אריין -און מעגליך פארכאפט- קילינאווע
אין סיווערסק דירעקציע ריקן זיך די רוסן גאר נאנט אין בילאהאריווקע און אין זאלאטריווקע
סיווערסק אפדעיט
די שלאכט פאר סיווערסק האצעך אנגעהויבן
ווארטזאגער פאר די לוהאנסק פיפעלס רעפאבליק.
---
דערווייל איז נישט דא קיין עווידענס אז די רוסן זאלן האלטן ווייטער ווי זאלאטריווקע און בילאהאריווקע
בערכ'דיגער מאפע
סיווערסק-סאלעדאר-באכמאט פראנט ליניעס
די אויבערשטע בלויע צירקל איז סיווערסק און די אינטערשטע בלויע צירקל איז באכמאט. די שטעט זענען געווען האב-צענטערן פון ווי די אוקריינער האבן געפירט רוב פון די סופלייען קיין סעווערידאנעצק און לוסיטשאנסק.
די אוקריינער (צייטווייליגע)פארטיידיגונס פראנט לויפט אראפ פון סיווערסק צו באכמאט.
די T1302 שטראז האט געפירט פון באכמאט ארויף דורך סאלעדאר ביז לוסיטשאנסק און סעווערידאנעצק און די T0513 שטראז האט געפירט קיין סיווערסק און פון דארט צו לוסיטשאנסק און סעווערידאנעצק. ביידע שאסייען וואס פירן קיין לוסיטשאנסק זענען אפגעהאקט מער ווייניגער פאר שווערע טראנספארטאציעס. דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס די אוקריינער האבן געדארפט מאכן א שנעלערע ריקצוג פון לוסיטשאנסק פון וויפיל זיי האבן געהאפט.
- 20220704_1208075_60.jpg (221.26 KiB) געזען 4747 מאל
איבערנאכט האצעך נישט געריקט צו סך אויף די נייע פראנט ליניעס.
אויבן אין ריכטונג צו סיווערסק האבן די רוסן קאנטראל אויף בעלאגאריווקע/בילאהאריווקע. (נומער איינס). די רוסן האבן מעגליך זיך געריקט מער מערב אבער סערעבריאנקע איז דערווייל אינטער אוקריינער קאנטראל.
די גאנצע שמאלע ליניע העכער די שטעטלעך בעלאגאריווקע און סערעבריאנקע לויפט דורך די סיווערסקי-דאנעץ טייך. מעגליך די רוסן וועלן פרובירן אריבערשפרייזן די טייך ביי איינע פון יענע שטעטלעך צפון-מזרח אדער צפון-מערב פון סיווערסק צו עפענען נאך א פראנט קעגן סיווערסק.
אביסל אראפציר (נומער צוויי) האבן די רוסן קאנטראל אויף זאלאטריווקע. די שטעטל ווערקאנעקאמינסקווע וואס איז לינקס פון זאלאטריווקע איז קאנטעסטעד.
בערעסטאווע (נומער דריי) איז איינע פון די פארטיידיגונס ליניעס פון די אוקריינער. די רוסן שלאגן זיך דארט אבער זענען דערווייל געווארן אפגעשטעלט לויט די די אוקריינער מיליטער.
אראפציר (נומער פיר) איז סאלעדאר. דארט האבן די רוסן געצילט גאר שטארק צו איבערנעמען גלייך ווען זיי האבן געמאכט זייער דורכברוך ביי פאפאסנע וואכן צוריק. אזוי צו קענען גענצליך אפהאקן די קריטישע T1302 שטראז. עס איז דערווייל נישט געלונגען. יעצט אז סעווערידאנעצק און לוסיטשאנסק איז במילא געפאלן איז סאלעדאר ווייט נישט אזא ציל פאר די רוסן ווי פיר וואכן צוריק.
אבער נאכאלץ וויכטיג ווען די רוסן ווילן פרובירן ענצירקלען די וויכטיגע שטאט באכמאט (די אינטערשטע בלויע צירקל).
אראפציר (נומער פינעוו) האבן די רוסן נעכטן צו אייער נעכטן פארכאפט קילינאווע. דאס ברענגט די רוסן נאנטער צו באכמאט.
סיווערסק שטייט נישט אין קיין גיטער פאזיציע פאר די אוקריינער. סיי טאפאגראפיש איז עס גאר נידריג און די רוסן האבן א שטארקע נאטירליכע עדווענדיטזש פון די העכערע שטחים ארום. בכלל די לעצט מינוטיגע ריקצוג פון לוסיטשאנסק האט נישט געגעבען געניג צייט פאר די אוקריינער זיך צו אריינגראבן גאר שטארק אין סיווערסק.
איך וועל נישט זיין שאקירט אז די אוקריינער ריקן זיך אוועק פון סיווערסק בקרוב.
די רוסישע פארשריט זינט טאשקיווקע איז גאנץ אימפרעסיוו. רעלאטיוו שטייצעך. פאר די גאסן שלאכטן אין לוסיטשאנסק גופא האבן די רוסן געלאזט די טשעטשניער און רעבעלן זיך שלאגן. עס האט געקאסט פאר די רוסישע זייט א סך קאנאנען פלייש דארט. אבער אין די זעלבע צייט האבן די מער טרענירטע רוסישע זעלנער דורכגעפירט מאנעווערעס ביי טאשקיווקע און ארום. זיי האבן זיך ארויסגעבראכן און זיך געריקט פאראויס. נאכדעם איז שוין געווען א דאמינא אפעקט וואס האט צוגעהאלפן ווען די אוקריינער זענען אנטלאפן פון גארסקע און זאלאטע און אזוי ווייטער.