רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

די רוסן אין ליימען זענען אין א ערנסטע געפאר

מאנכע רוסישע קוועלער געבן אן אז א גרופע רוסן זענען ארומגענומען אין Drobysheve הארט נעבן ליימאן
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-09-23 133617.jpg
Screenshot 2022-09-23 133617.jpg (309.59 KiB) געזען 12132 מאל
Screenshot 2022-09-23 133014.jpg
Screenshot 2022-09-23 133014.jpg (291.2 KiB) געזען 12231 מאל
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

די רוסן זאגן אז די טורנאויט היינט די ערשטע טאג פון די פורים רעפערענדום איז געוועהן

לוהאנסק: 21.97%
דאנעצק: 23.64%
זאפאריזשיע: 20.52%
חערסאן: 15.31%
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

אוקריינער זאגן אז 6 איראנע דראוינס זענען היינט אראפגעשאסן געווארן
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

אין איזיום האבן די אוקריינער ארויסגענומען פון די מאסן קברים

436 גופים
רוב האבן סימנים פון א ווייעלענט טויט
30 האבן סימנים פון פייניגונגען
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

די אוקריינער האבן ארויסגעלייגט א נאכט ווידעא וויאזוי אוקריינע ספעשל פארסעס געפינען זיך ביי די אריינגאנג צו ענערהאדאר אין זאפאריזשיע ווי די נוקלער פלענט איז לאקירט
ווארשיינדליך פאר א אויסשפיר מיסיע


רוסן זאגן אז די ווידעא איז פאלש
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-09-23 142927.jpg
Screenshot 2022-09-23 142927.jpg (21.5 KiB) געזען 11469 מאל
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
שדכן גדול
שר האלפיים
תגובות: 2568
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע: אומאן

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

אין מאליטפאל זענען די שטים בודקעס פאברענט געווארן דורך אוקריינער פארטיזאנער.

אין אסאך פלעצער סטראשעט מען אז ווער ס'וועט נישט שטימען וועט מען ארויסווארפן פון די הייזער, און פון די ארבעט.
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

עולם האמת האט געשריבן:
די אוקריינער האבן ארויסגעלייגט א נאכט ווידעא וויאזוי אוקריינע ספעשל פארסעס געפינען זיך ביי די אריינגאנג צו ענערהאדאר אין זאפאריזשיע ווי די נוקלער פלענט איז לאקירט
ווארשיינדליך פאר א אויסשפיר מיסיע


רוסן זאגן אז די ווידעא איז פאלש

לאקאציע

https://www.google.com/maps/@47.475234, ... 312!8i6656
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

עולם האמת האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:
די אוקריינער האבן ארויסגעלייגט א נאכט ווידעא וויאזוי אוקריינע ספעשל פארסעס געפינען זיך ביי די אריינגאנג צו ענערהאדאר אין זאפאריזשיע ווי די נוקלער פלענט איז לאקירט
ווארשיינדליך פאר א אויסשפיר מיסיע


רוסן זאגן אז די ווידעא איז פאלש

לאקאציע

https://www.google.com/maps/@47.475234, ... 312!8i6656
ממש שווער צו פארשטיין וויאזוי זיי זענען אנגעקומען (ביים אראנדזשען פינטל) דאס איז גאר טיעף אין סטראטעגיש וויכטיגע רוסישע טעריטאריע

דאס איז 40 מייל (65 קמ) טיעף
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-09-23 145350.jpg
Screenshot 2022-09-23 145350.jpg (229.16 KiB) געזען 11121 מאל
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
איז אמת מיין חשש, אז פון דא אין ווייטער איז אוקריינע שוין וועג אראפ?
אין די אוועראלל פיקטשער ניין.

---
רוסלאנד קען נישט סאסטעינען די פארלוסטן אין אזא מצב (אן פארשעל מאביליזעישען צו גאר פולע מאבילעזאציע) ווס' אוקריינע קען יא.

קיין נביא בינעך נישט. דזשאסט אנגעמערקט אז רוסלאנד גייט עווענטועל ווארשיינלעך דארפן טון עפעס מער טאמער ווילן זיי אנהאלטן די קריג פאר קומענדיגע לענגערע חדשים.
צייט שפילט א קריטישע ראלע אין די קאמף. דער וואס לויפט אויס פון אמוניציע ערשט איז טיף אין פעקל. קען רוסלאנד אנהאלטן זייער שטייטע מעטער-ביי-מעטער פארשריט געניג לאנג צו פארלויפן ביז אוקריינע ווערט אויסשטאפירט מיט גרויסע קוואנטומען פון פארגעשריטענע ארטילעריע דורך די מערב וועלט?

עס לאזט זיך קלערן אז די אוקריינער קענען אפשר באשטיין (אויך מיר באשטיין... יו געט די פוינט) צו לאזן טעריטאריע פאלן אין אויסטויש פאר עטרישען. מיט די האפענונג צו עס צוריק פארכאפן דערנאך.

רוסלאנד האט טאקע גאר א שטארקע פייער קראפט. פון די שטארקסטע אין די וועלט. באהאמערן א שטאט ביז די אפגרינד און דערנאך עס פארכאפן. די פראגע איז ווי לאנג זיי קענען סוסטעינען נאכדעם און אנהאלטן די שטעט אויב פוטין בלייבט אן ריפן פאר נאציאנאלער מאבילעזאציע -עפעס וואס ער האט נאכנישט געטון פאר פארשידנארטיגע סיבות - אין פאל די שלאכטן גייען נאך אן פאר לאנגע פארצויגענע חדשים.

די קאמפן קענען נאך אנגיין חדשים אויף חדשים. כאפ א בליק ווי לאנג מאריאפאל האט גענומען ביז עס איז געווארן פלאך. קראמאטארסק און סלאוויאנסק גייט נישט קיין ערגעץ אזוי שנעל.

מען האט שוין צען מאל גערעדט אז רוסלאנד גייט אריינצווינגען יעדען אריין אין מיליטער און איך האב עס אפגעווארפן מאל נאך מאל אז פוטין גייט עס שטיפן פאר די לעצטע אפציע און קודם באין ברירה גיין פאר א טיילווייזער מאבילעזאציע. עס איז נאכאלץ נישט דא קיין פולער מאבילעזאציע אין רוסלאנד.

אפשר די רעבעלן אין דאנעצק און לוהאנסק צווינגען יא אריין. איך בין נישט זיכער אויפן מינוט.

די רוסן האבן א (כמו) טיילווייזער מאבילעזאציע די לעצטערע וואכן. זיי פרובירן צו טרעפן קאנטראקט זעלנער פאר גאר הויכע פעיראל אבער זיי באקומען נישט געניג וואס זיי דארפן אפי' פאר די גרויסע געלטער. רוסלאנד קראצט צוזאם און שלעפט אריין די איבערגעבליבענע אפיצירן און זעלנער פון יעדעס בריגאדע. (א רוסישער בריגאדע לויפט ביי דריי א האלב טויזנט זעלנער וואס דארף פראדוצירן צוויי גאנצע באטאליאנען-בט"ג'ס. וואס זענען פולי קאמפס-פעהיג און נאך א דריטע באטאליאן באשטייט פון קאנסקריפט זעלנער וואס טרענירן זיך מיט זייער בריגאדע). יעצט קראצן זיי צוזאם די דריטע באטאליאן צו שאפן פרישע באטאליאנען אנצוהאלטן די קריג און פרובירן אריבערשלעפן רעזערוויסטן אלץ קאנטראקט זעלנער.

דאס העלפט זיי געניג צו קענען אנהאלטן. איז דאס געניג צו געבן פאר רוסלאנד די קראפט צו מאכן אן ערענסטע אפענסיווע? ניין.

איז דאס געניג צו אנהאלטן "פולי" אלעס וואס רוסלאנד פארכאפט מיט א שטארקע קאנטראל? איך בין נישט קאנווינסט.

די אמת איז, אפי' רוסלאנד באווייזט יא צו מאכן א הויפן ברוכווארג פון גאנץ לוהאנסק און דאנעטסק איז די קריג נאכאלץ נישט פאראיבער. רוסלאנד'ס שטארקייט איז אין פייער קראפט. לאו דווקא און קענען סוסטעינען און אנהאלטן קאנטראל דארט נאכדעם. מען דארף אן א שיעור קרעפטן פאר דעם און זיי האבן עס נישט. (אן פולער מאבילעזאציע).

די עתיד ווענצעך גאר שטארק אין די מערב וועלט שטיצע. רוסלאנד שטעלט די טאן ווי זיי יאגן זיך נישט אין ערגעץ. מיר האבן א ציל און זאל עס דויערן ווי לאנג עס דויערט און פאר וועלכע פרייז עס דארף קאסטן.

די קרעמלין האפט אז די ווארימע שטיצע וואס אוקריינע געניסט פון די מערב וועלט לענדער זאל אויסוועפן. די אוקריינער עקענאמיע זאל צוזאמברעכן. דאס איז א לאגישער חשבון פון זייער זייט. זיי האפן אז די רוסישע עקענאמיע וועט איבער לעבן. דערווייל לעבט עס דורך. די פראגע איז צו די אפעקט האט נאכנישט געלאנדעט און גייט 'היטן' שפעטער.

קיינער האט נישט די כוחות יעצט צו דורכפירן אן ערענסטע אפענסיווע. און אוקריינע אפי' מיט אמעריקאנער וואפנס וועלן אויך נישט קענען יעצט. אבער זיי וועלן קענען סוסטעינען די סיטואציע און מיט די צייט שטייטעלעך, גאר שטייטעלעך ריגעינען קאנטראל אויף שטיקער טעריטאריע. איך זאג נישט אזוי גייט געשען אבער עס איז עפעס וואס איז בכלל נישט קיין ווילדע געדאנק.

אויב די מערב וועלט בלייבט עכט געטריי און ווארעם צו אוקריינע מיט צושטעלן די נויטיגע טרענירונג און צאל וואפנס איז די אוועראלל שטימונג איבער דאנבאס נאכאלץ עטוואס פעיווערעבל לטובת אוקריינע אונטער די קאנדישען אז די מערב וועלט בלייבט פעלזן פעסט און געטריי מיט שטיצע פאר אוקריינע.

גייט מען מאכן קינצן איז די צייט אויף רוסלאנד'ס זייט.

וויפיל וואפן קען אייראפע נאך צושטעלן? וויפיל זענען זיי גרייט צו צושטעלן? ביז וועלכע סארט וואפנס זענען זיי גרייט צו געבן? ווי שנעל איז שייך אין מציאות און אין פראקטיק עס זאל אנקומען אין אוקריינער הענט מיט די נויטיגע טרענירונג? דאס אלעס זענען קריטישע און לעגעטימע פראגן.

די פראבלעם איז אז די קריג קען אנגיין אזוי לאנג אז איין באשעפער ווייסט. און מען דארף האפן אז די גאנצע מערב וועלט בלייבט פאראייניגט מיט די פולע מיליטערישע שטיצע און שפיאנאזש הילף פאר אוקריינע ביז ביז...

ענדע.
רוסלאנד סטראגלט מיט א מענפאוער פראבלעם. פוטין האלט נישט ביים דערקלערן א נאציאנאלער מאבילעזאציע און אפי א טיילווייזער מאבילעזאציע.

זיי פרובירן א שטיקל כמו מאבילעזאציע. זיי שלעפן צוזאם די איבריגע סאלדאטן פון יעדעס בריגאדע צו שאפן א דריטער באטאליאן טעקטיקעל גרופע פון די פארבליבענע זעלנער אין די בריגאדע. (דאס האט למעשה א ערענסטע שאדן, די יערליכע קאנסקריפט זעלנער טרענירן זיך אינאיינעם מיט זייער דעזיגנירטע בריגאדע בשבת אחים גם. יעצט אז די שלעפסט אוועק די פארבליבענע אפיצירן פון די בריגאדע צוזאמען מיט עקוויפמענט פון די בריגאדע וואס וואלטן געדינט צו סערווירן די קאנסקריפט זעלנער מיט די נויטיגע טרענירונג גייט עס שאפן א חלל פאר די קומענדיגע זעלנער).

די רוסן פרובירן גאר שטארק צו שאפן קאנטראקט זעלנער פאר גאר הויכע געהאלטן. מסתמא פינעוו זעקס מאל אזוי הויעך ווי געווענליך.

אפפערן אויך גאר קורצע קאנטראקטן פאר שיין באצאלט. (אויב זיי וועלן דערלעבן צו באקומען דאס געלט...)

אין די רעפאבליק'ס לאזן זיי יא א מאבילעזאציע אין קראפט. (כמעט זיכער). די רעבעלן שפאנען איין וועמען זיי טרעפן. פעהיג צו נישט.

די רוסן האבן אויך אנגעהויבן א גרויסע קאמפיין פאר וואלונטיר באטאליאנען אין פולע שטעט איבער גאנץ רוסלאנד.


---
אין מארמאנסק אבלעסט נעמט מען ביז פיפציג יעריגע חברה. מען געבט יעצט באזונדער א באנוס פון הונדערט טויזנט רובל פאר ווער עס שליסט זיך אן
א עכטע געים טשעינדזשער פאר די רוסן פון אזא אפ ענד דאון בעטעל (ניין, די קריג איז נישט אווער און די אוקריינער האבן שוין געזיגט) איז נישט עכט דא.

אויסער א פולער מאבילעזאציע עפעס וואס טוישט אויך נישט בעפאר לאנגע חדשים אריין, אויב בכלל. אדער א נוקלעארע אינצידענט.

א נוקלעארע אינצידענט מיינט נישט אז די רוסן געוואונען, עס שאקלט אבער יא אויף די שלאכטפעלד וואס ריקט זיך גאר שטייט אהין און צוריק.
Here we are. אונז האלט מיר דא.

פוטין האט דערקלערט די וואך א טיילווייזער מאבילעזאציע אין רוסלאנד.

צו פארשטיין די חלוקים וואספארא סארט זעלנער די רוסישע ארמיי באשטייט וועלעך עס נאכאיינמאל איבערלייגן. איך האב נישט קיין געדולט צו שרייבן און שרייבן.
נקדימון האט געשריבן:
אביסל קאנטעקסט איבער פוטינס דעקרעט פון ענדע אוגוסט צו פארגרעסערן די רוסישע ארמיי.

פוטין האט אונטערגעשריבן א דעקרעט צו פארגרעסערן די רוסישע ארמיי מיט נאך 137 טויזנט זעלנער. פון בערך איבער מיליאן צו א מיליאן און הונדערט און פיפציג טויזנט זעלנער.

דאס מיינט נישט אז אין די קומענדיגע וואכן גייט מען האבן פרישע טויזנטער רוסישע זעלנער מיט באנייטע קרעפטן צו שטורמען אוקריינער שטעט. נאך ברייטער גערעדט, עס איז בכלל נישט מוכרח אז די נייע דעקרעט ברענגט עכט פרישע פראפעסיאנאלע קרעפטן קיין אוקריינע עני טיים סאון, אויב בכלל.

צו אלעם ערשט די רעדע פון די דעקרעט איז פאר יארע 2023.

פוטין האט אונטערגעשריבן א דעקרעט און יעצט דארף די פארטיידיגונס מיניסטעריעם אויפקומען וויאזוי דאס צו אויספירן אין רעאליטעט. עס קען זיין עס וועט זיין סוקסעספול און מעגליך וועלן זיי נישט דערגרייכן די געשריבענע ציפער. און די פארגאנגענהייט ווען די רוסישע מיליטער האט געשטעלט א ציל צו פארגרעסערן געוויסע פליגלען אין די ארמיי האבן זיי נישט אלץ דערגרייכט די ציל.

למשל ווען געשריבן פריער אז זיי ווילן פארגרעסערן פון די יעצטיגע בערך א מיליאן זעלנער איז עס בעצם נישט קיין פאקטישע מיליאן נאר נאנטער צו 850 טויזנט זעלנער.

די יעצטיגער דעקרעט מיט פארגרעסערן די ארמיי איז א שטיקל שיפט אוועק פון די רוסישע ארמיי אויסשטעל פון די לעצטע צוואנציג יאר. אין די לעצטערע יארן האט רוסלאנד מיליטער אוועק גענויגט פון די ריזן צאל זעלנער ארמייען און אוועק געשטעלט א ציל פון האבן ווייניגער זעלנער אין צאל אבער מער קאנטראקט זעלנער. דאס הייסט בעסער טרענירט און מער קאמפס-פעהיג. אזוי ווי אמעריקא האט געטון ווען זיי האבן אויפגעהערט קאנסקריפשען סאלדאטן אין 1973.

ווי ערווענט עטליכע מאל שוין, דאס אז פוטין ריפט די אינוואזיע א מיליטערישע אפעראציע און נישט א קריג איז נישט בלויז א (דורכגעפאלענע רוסישער) וויץ. דאס האט ריזיגע דיפרענצן אין פאקטישן זין.

פוטין איז לימיטעד און קען נישט טון וואס ער וויל.

איי מיען, ער קען טוישן זאכן ער זאל קענען טון וואס ער וויל... אבער לעת עתה קען ער נישט טון וואס ער וויל. עס איז דא פראטאקאל.

די פראטאקאל איז אז אז ווען עס איז בלויז א מיליטערישע אפעראציע זענען זיינע הענט געבינדן.

טאמער איינער ווייסט נישט, די לעבן אין פעטערבורג און מאסקווא גייט אן ווי געהעריג. מען כאפט נישט קיינעם אין מיליטער. דער שניידער שניידט ווייטער, דער מילכיגער מעלקט און דער אינגאטש הוליעט ביז אין די קליינע נאכט שעות... קוים וואס זיי ווייסן פון א מלחמה צו זאגן.

ווען פוטין דערקלערט קריג טוישט זיך [פאטענציאל] אלעס. אוטאמאטיש וועט מען איינשפאנען פאבריקן צו פראדוצירן פאר די לופט וואפע און קריגס מאשינען. מיליאנען וועלן ווערן גענימען מיט צוואנג אלץ קאנאן פלייש אין די ארמייען.

יעצט איז דאס אלעס נישט דא. אין די ווייטע מזרח שטעטלעך הערט מען אביסל מער איבער דרוק זיך צו אנשליסן און אין די שטחים אינטער די קאנטראל פון די רעבעלן איז די דרוק געוויס פילפאכיג שטארקער.

די רוסישע ארמיי איז בעצם צוזאם געשטעלט פון עטליכע סארט זעלנער.

עס זענען דא קאנסקריפט זעלנער. יעדער רוס אין די יארגאנג פון אכצן ביז זיבן אין צוואנציג דארף דינען דאס מוטערלאנד פאר כאטש צוועלעוו חדשים. אמעריקא האט אויך געהאט יארן צוריק קאנסקריפשען.

למעשה שטעלצעך נישט יעדער. בערך האלב פון די אריבער א מיליאן רוסן ווערן יערליך געריפן זיך צו שטעלן פאר די קאמיסאר קאמיטע צו זען אויב מען איז פאסיג צו דינען אין די ארמיי.

קאנסקריפציע לויפט צוויי מאל א יאר. פרילינג און הערבסט. האלב פון וויפיל עס שטעלן זיך פאר די קאמיסאר (פינעוו זעקס הונדערט טויזנט) ווערן אין די ענדע קאנסקריפטעט אין די רוסישע ארמיי אריין. בערך הונדערט דרייסיג טויזנט זעלנער אין פרילינג דרעפט און בערך די זעלבע צאל אין די הערבסט דרעפט.

אנדערע פאלן ארויס און ווערן באפרייט פאר מעדיצינישע סיבות מיט געזונטהייט פראבלעמען וכדו'. פונקט ווי אין דער אלטע היים גייט פאר קארופציע ווי מען קען שמירן דעם דאקטאר...

א טאטע אין רוסלאנד דארף האבן צוויי פולע טאשן פאר זיינע בויטשיקס, איינס ער זאל קענען שטודירן אין אינעווערזיטעט און די צווייטע צו שמירן די קאמיסאר...

וויצן אין א זייט געלייגט. אין אמת'ן גערעדט עס איז נישט צו שווער זיך צו ארויסדרייען פון דינען אין די ארמיי.

יעצט צוריק צו די בערך הונדערט און דרייסיג טויזנט קאנסקריפט זעלנער וואס ווערן אנגעשלאסן צוויי מאל א יאר. פון די זענען אויך דא וואס קענען זיך ארויסדרייען צוליב מאראלישע צו רעליגיעזע סיבות און אנדערע תירוצים. זיי קענען דינען דורך טון אנדערע נישט דירעקט מיליטערישע פליכטן, ווי רייניגערס אדער ארבעטן אין די בריוו-פאסט אגענטורן.

די זעלנער גייען געווענליך דורך א צוויי דריי חדשים פשוט'ע טרענירונגען און דערנאך פאר פיר פינעוו חדשים מער פארגעשריטענע טרענירונגען. פאר די לעצטע פאר חדשים ווערן זיי צוזאמגעשטעלט מיט זייער קריגס באטאליאנען.

קאנסקריפט זעלנער ווערן נישט געשיקט צו די שלאכט פעלדער. די יעצטיגער געזעץ אין לאנד פארבאט קאנסקריפט זעלנער אין די ערשטע פיר חדשים צו אנטיילנעמען אין שלאכטן. אפי' דערנאך (מיינעך) קענען זיי נאר גיין אויפן פראנט נאך וואס זיי שליסן א געהעריגע קאנטראקט מיט די ארמיי אלץ קאנטראקט זעלנער.

אנהייב קריג האט מען גראדע יא געטראפן קאנסקריפט זעלנער אין טשערניעוו. דאס האט אנגעזייעט א שטורעם און פוטין האט פארשפראכן אן אויספארשונג (שטייצעך עס איז גארנישט געבליבן...). עכ"פ פוינט סעינג פוטין גופא האצעך געדארפט וויסענדיג מאכן דערפון אז קאנסקריפט זעלנער זענען געניצט געווארן אין די שלאכטן.

מען טרעפט מסתמא נאכאלץ דא דארט קאנסקריפט זעלנער אין אוקריינע אבער דאס איז נישט קיין אפיציעלע עוועליבעל קראפט אן א נאציאנאלער מאבילעזאציע אדער מארשעל-לאו.

די קאנסקריפט זעלנער ווערן געווענליך באפרייט נאך צוועלעוו חדשים.

פון דארט קענען זיי זיך אנשליסן אין די הונדערטע טויזנטער רעזערוו טרופן וואס די רוסן פארמאגן אדער גיין פאר טרענירונגען און זיך אנשליסן און די געהעריגע ארמיי וואס ווערט געשיקט אויפן שלאכט פעלד.

צו צולייגן אז אפי' עס איז יא פארהאן א מאבילעזאציע אין רוסלאנד זענען אויך א סך זעלנער עקזעמפט פון ווערן מאביליזירט אין די ארמיי. צום ביישפיל אויב האבן זיי זיך אנגעשלאסן אין די רעזערוו אין די לעצטע צוויי יאר אדער פארמאגן עטליכע קינדער טארן זיי נישט ווערן מאביליזירט.

פארשטייצעך מען קען שטימען אויף פארשידענע געזעץ טוישונגען וואס זאל זיי יא צוואונגען אין די ארמיי אדער מארשעל-לאו.

עס איז נישט צו שווער פאר די דומא צו דורכפירן אזאנע געזעצן.

צוריק צו די קאנסקריפט זעלנער, די חידוש איז אז ביי די לעצטער קאנסקריפציע ציקל פאריגער אפריל איז בכלל נישט געווען מער זעלנער ווי יעדעס מאל. ארום הונדערט און דרייסיג טויזנט מאן. די זעלבע צאל ווי אלע יארן בעפאר. נאכמער די אלע וואס זייער קאנסקריפציע צייט איז אפגעלאפן זענען געווארן באפרייט.

דאס ווידערהאלט נאכאמאל אז פוטין וויל נישט קיין מאבילעזאציע און האפט אז מיט וואלונטירנדע באטאליאנען און פרישע קאנטראקט זעלנער וועט ער קענען מארשירן אדער כאטש סורווייווען.

די קאנסקריפט שיסל דינט און רוסלאנד'ס אינטערעסן צו באקומען זעלנער וואס נעמען א קאנטראקט דערנאך אדער שליסן זיי זיך אן אלץ רעזערוויסטן.



די צווייטע סארט זעלנער זענען קאנטראקט זעלנער. דאס זענען געהעריגע קאמפס-פעהיגע ארמיי וואס האבן עטליכע יארן קאנטראקט צו דינען אין די ארמיי. דאס זענען מער מושטירטע קעמפער.

פארטיידיגונס מיניסטער שאוגאו'ס פלאן פאר לאנגע יארן איז צו פארברייטערן די רוסישע ארמיי צו א וואלונטירנדע ארמיי אוועק פון די קאנסקריפט זעלנער. פוטין שוין עטליכע מאל געזאגט אז ער פלאנט צו אפשליסן די קאנסקריפט דרעפט אבער דערווייל איז אזאנס נאכנישט געשען.

רוסלאנד מיטשעט זיך יעצט גאר שטארק מיט געניג קאנטראקט זעלנער צו גיין קעמפן. זיי פרובירן עטליכע מהלכים צו לינדערן די שארטעדזש און גיטע זעלנער. איינע פון זייער הויפט מהלכים איז צו טרעפן פרישע קאנטראקט זעלנער פאר גאר גרויסע געהאלטן. צומאל פינעוו זעקס מאל אזוי סך ווי די געהעריגע געהאלט.

צו טרעפן מער זעלנער זענען די רוסן גרייט צו געבן קורצע קאנטראקטן פון בלויז עטליכע חדשים. עפעס וואס איז נישט קיין לאנג טערמיניגער מהלך. פלאקאטן הענגן אין אלע צענטערן מיט רייצנדע געלט סומעס... עס ארבעט טאקע אבער ווייט נישט געניג צו שאפן די נויטיגע צאל מאנסקראפט.

אזוי אויך פרובירן זיי צו דריקן אויף קאנסקריפט זעלנער צו נעמען א קאנטראקט.

די מאנסקראפט פראבלעם פאר די רוסן גייט נאר ווערן שווערער און שווערער מיט יעדער חודש פארביי.

דערנאך איז דא די דריטע סארט זעלנער, דאס זענען די רעזערוויסטן. רוסלאנד פארמאגט שווערע הונדערטע טויזנטע רעזערוויסטן איבער גאנץ רוסלאנד.

די פראבלעם איז אז זיי עקזיסטירן בלויז אויף פאפיר... רוסלאנד האט נישט געניג א גרויסער בודזשעט און אדמיניסטראטיווע קאפאביליטעטן צו געבן כסדר'דיגע טרענירונגען פאר די רעזערוויסטן. בלויז א מינימאלע צאל זעלנער פון די רעזערוויסטן זענען פעסט אקטיוו מיט נאכאנאנדע טרענירונגען וואס מאכט זיי קאמפס-פעהיג אויפן פראנט.

טא, רוב פון די רעזערוויסטן זענען נישט קאמפס-פעהיג. רוסלאנד האט פאריגעס יאר מיט א פרישע איניציאטיוו געלאזט לויפן א פראגראם צו רעקרוטירן רעזערוויסטן פאר דריי יאר קאנטראקטן ווי זיי וועלן זיך טרענירן אויף א חודש'ליכע באזיס. אזוי צו זיין מאבילעזאציע קאמפס גרייט.

שאוגאו האט געוואלט האבן א הונדערט טויזנט זעלנער פון די פראגראם. עס האבן זיך אנגעשלאסן זעלנער אבער ווייט נישט די ציפער.

אפי' רוסלאנד זאל יא גיין פאר מאבילעזאציע וועט עס טאקע ברענגן פרישע מספרים אבער די גייען ווייט נישט האבן די נויטיגע טרענירונג. רוסלאנד ניצט שוין יעצט אין אוקריינע פולע אפיצירן און קאנטראקט זעלנער וואס דינען צו טרענירן די קאנסקריפט זעלנער און רעזערוויסטן. זיי האבן נישט געניג פראפעסיאנאלע זעלנער און אפיצירן צו טרענירן פרישע קאנסקריפט זעלנער. טא, פארגרעסערן די צאל קאנסקריפטס אן זיי קענען געהעריג מושטירן מיט די פארלאנגטע טרענירונג איז אויך נישט קיין צו גיטע עצה.

יעצט פון ווי גייט די רוסישע פארטיידיגונס מיניסטעריעם צוזאמקראצן פרישע 137 זעלנער אויף נעקסטע יאר און וואס זאגט דאס? עס קען מיינען פארגרעסערן די צאל קאנסקריפטס אדער גיין אין ריכטונג פון מאביליזאציע. דאס איז פארט נישט פאפולער אין רוסלאנד.

א שטארק מעגליכע מהלך איז טוישן די געזעץ און געבן סטאטוס פאר די רעבעלן גרופעס פון דאנעצק און לוהאנסק אלץ א געהעריגע טייל פון די רוסישע ארמיי. אזוי אויך אנדערע מיליציע גרופעס ווי וואגנער (וואגנער פערצופאל מוז נישט זיין וועט עכט מסכים זיין דערצי) צו אנדערע וואלונטירנדע באטאליאנען. דאס וועט אוטאמאטיש הייבן די מספר פון די צאל זעלנער וואס זענען אנגעשלאסן אין די רוסישע ארמיי.

ריגארדלעס, זעט מען ווארשיינלעך אז רוסלאנד האט נישט בדעה צו ענדיגן היינט מארגן די אינוואזיע און די דעקרעט איז מער אויף די פיוטשער ווי איידער צו ריפלעיסן באלדיגע פארלוסטן. עפעס וואס איז שווער עס זאל געשען.

איז קיינער זאל זיך נישט זארגן איבער פרישע 137 טויזנט רוסישע זעלנער וואס גייען מארשירן אין די נעקסטע וואכן אריין אין אוקריינע. מען קען זיין רואיג.
פוטין האט די וואך מיטוואך געגעבען א רעדע ווי ער האט דערקלערט א טיילווייזער מאבילעזאציע אין רוסלאנד. די רעדע איז מתחילה געווארן אפגעשטיפט אן אנגעבן א סיבה דערפאר. דאס איז נישט קיין נייע ערשיינונג ביי פוטין צו לויפן שפעט. א שפעקולאציע קען אפי' זיין אז פוטין האט געוואלט טאפן די אטמאספער אין לאנד ווען ער באשליסט צו גיין אין א נייע דירעקציע פון אריינשלעפן די רוסישע באפעלקערונג אין זיין זומפ.


פוטין האט אין זיין רעדע ווייטער געגעבען א לעקציע אין היסטאריע, וואס האט געצויגן עטוואס ענליכע שטריכן צו זיין [לאנגווייליגע] היסטאריע רעדע וואס ער האט געגעבען, די נאכט בעפאר די אינוואזיע האצעך אנגעהויבן.

פוטין האט געזאגט אז די טיילווייזער מאבילעזאציע גייט אריין אין אפעקט נאך יענער טאג סעפטעמבער איין אין צוואנציג. אזוי אויך אז דאס וועט נאר אפעקטירן רעזערוויסטן און די וואס האבן שוין געדינט אין די מיליטער אין די פארגאנגענהייט. פוטין האט אויך ארום גערעדט איבער פארשטארקערן די פראדוקציע פאר אמוניציע און אנדערע וואפן סיסטעמען. פארשטייצעך צוזאמגעשאלטן די מערב וועלט און די שטן.

דאס איז קלאר אז פוטין האט עמטליך איינגעזען אז עס פארט בכלל נישט וויאזוי ער האט געהאפט, און ער דארף דערקלערן א [טיילווייזער] מאבילעזאציע אין לאנד. דאס איינשטעלן טיילווייזער מאבילעזאציע איז איינע פון די געפארפולסטע דעציזיעס וואס פוטין האט נאר געמאכט סיי ווען אין זיין פאליטישער לעבן. פוטין האלצעך נאכאלץ אפ פון דערקלערן א נאציאנאלער מאבילעזאציע איבער די גאנצע לאנד.

קריג איז נישט דערקלערט געווארן און מארשעל לאו איז נישט געווארן איינגעשטעלט. אזוי אויך איז (דערווייל) נישט געווארן ארויסגעשטעלט קיין פלי באגרעניצונגען.


די דעקרעט גופא האט נישט אנהאלטן צופיל דעטאלן. טייל פון זיי איז שפעטער ערקלערט געווארן דורך פארטיידיגונס מיניסטער סערגעי שאוגאו (אבוויעסלי איז ער נאך לעבעדיג און יא אויף זיין פאזיציע).

די דעקרעט האט נישט קיין צאל מענטשן וואס וואס וועלן ווערן אפעקטירט דורך די מאבילעזאציע אבער ווי שאוגאו האט שפעטער אין אן אינטערוויא ערקלערט איז די רעדע פון בערך דריי הונדערט טויזנט זעלנער.

אז איך רעדט שוין פון שאוגאו לאמיר דערמאנען עטליכע פונקטן פון זיין אינטערוויא. א געמיש פון שפעקולאציעס, האלבע פאקטן און פאנטאזיעס.

שאוגאו זאגט אז זיי האבן געוואוסט צוריק אין פעברואר אז די אוקריינער מיליטער פארמאגט ביילייפיג צוויי הונדערט טויזנט זעלנער. "זייער פארלוסטן שטייט ביי איבער הונדערט טויזנט. איין אין זעכציג טויזנט מיט צוו הונדערט אין זיבן פאטאליטעטן אין צוגאב פון ניין אין פערציג טויזנט און דריי הונדערט אכט אין זעכציג פארוואונדעטע זעלנער".

(פאר די געלט האט ער שוין געקענט צולייגן 368 מיט אכצן חלקים...)

"דאס איז פארוואס אוקריינע האלט שוין ביי זייער פערדע כוואליע פון מאבילעזאציע".

שאוגאו זאגט אז עס איז נאך פארהאן עטוואס מער פון טויזנט אויסלענדישע שכירי חרב און טרענירער אין אוקריינע. א טייל האבן שוין פארלאזט אוקריינע און בערך צוויי טויזנט זענען טויט.

שאוגאו זאגט אז די רוסישע פארלוסטן שטייט ביי 5,937. אזוי אויך אז ניינציג פראצענט פון די רוסישע פארוואונדעטע האבן עס צוריק געמאכט אויפן פראנט.

ווען געפרעגט איבער די זעלנער וואס ווערן מאביליזירט צו די רוסישע ארמיי זאגט שאוגאו: אונז נעמער רעזערוויסטן וואס האבן שוין געדינט אין די ארמיי, האבן מיליטערישע סקילס, און פארמאגן קאמפס עקספיריענס.

שאוגאו: "אונז גיימיר נישט נעמען סטודענטן פון קריגס אינעווערזיטעטן. אונז נעמער אויך נישט קיין קאנסקריפט זעלנער. קאנסקריפטס וועלן ווייטער בלייבן דינען אויף די טעריטאריע פון די רוסישע פעדעראציע" (וואס קען מעגליך זיך טוישן ווען די רעפערנדומען אויף די פיר גובערניעס זיך אנצושליסן אין מאמע רוסלאנד גייט דורך ווערן זיי שוין אוטאמאטיש א טייל פון די רוסישע פעדעראציע)

"אונז האמיר באלד פינעוו אין צוואנציג מיליאן מענטשן וואס קוואליפיצירן מיט די אויבנדערמאנטע דריי תנאים. די טיילווייזער מאבילעזאציע וועט בלויז באזארגן (אפעקטירן) בערך איין פראצענט פון זיי"

"יעדער פון זיי וועט דורכגיין טרענירונגען אדער איבער גיין טרענירונגען און צוזאם געשטעלט אין יוניטס בעפאר ווערן אפגעשיקט צו די פראנט ליניעס".

שאוגאו האט גערעדט נאך זאכן אבער דאס איז נוגע צו די שמיעס פון די טיילווייזער מאבילעזאציע.

אז מען האט שוין דערמאנט שאוגאו מיט זיינע פארדרייטע ציפערן. שאוגאו איז קיינמאל גיט געווען אין נומבערס. עס מוז אפי' נישט זיין אז די צאל דריי הונדערט טויזנט זעלנער איז געבויט אויף קראנטע קאלקולאציעס און האט עפעס מיינונגפול אונטער די מספר. מעגליך סתם א שאוגאו מספר.

[עס דרייט זיך גראדע ארום א דאקומענט וואס האט געליעקט פון די רוסישע מיליטער מיט דריי הונדערט טויזנט נעמען וואס גייען געריפן ווערן זיך צו שטעלן אין די ארמיי. א דאקומענט און נייעס וואס איז געגלייבט צו זיין פאלש און פאבריצירט ווי פולע אנדערע "ליעקס".]

טא, אנגעבליך גייען קאנסקריפטס אדער אנדערע אן מיליטערישע טרענירונג אין די פארגאנגענהייט נישט ווערן אפעקטירט פון די מאבילעזאציע.

צוויי באלדיגע רעזולטאטן פון די נייע דעקרעט זענען די קאנטראקט זעלנער מיט קורץ טערמיניגע קאנטראקטן און יעצטיגע קאנסקריפט זעלנער וואס ווערן באלד באפרייט.

פון די גרעסטע נקודות אין די נייע געזעצן זענען די קאנטראקט זעלנער. טויזנטער פון די פראפעסיאנאלע קרעפטן האבן אונטערגעשריבן קורץ טערמיניגע קאנטראקטן מיט די רוסישע ארמיי צו סערווירן פאר פיר, פינעוו, זעקס חדשים פאר גאר שיינע געהאלטן.

אויב זענען זיי נאך ביים לעבן וואלט א שיינע צאל פון זיי אוועק געוואקט די רגע עס לויפט אפ און אפנעמען זייער טשעקל ווי איידער פארלענגערן די קאנטראקט אריין אין די פראסטיגע ווינטער חדשים. נישט צופיל זעלנער זענען נייגעריג צו שמאכטן אין שוץ גרובער אין ביטערע פראסטן.

פוטין האצעך ווארשיינלעך געזען אז זיינע בעסטע טרופן פארבליבן גייען אוועק גיין האטער זיי פארלאפן די וועג.

מיט די נייע דעקרעט לויפט אפ אלע קאנטראקטן פאר ביז אן אומבאשטימטע צייט. די אלע וואס האבן אינטערגעשריבן א קאנטראקט קענען נישט ארויסבעקן. זיי מוזן פארבלייבן אין די ארמיי. אוועק גיין שטעלט זיי אלץ א דעזערטירער פון די ארמיי וואס שטייט אויס הארבע קרימינאלע קלאגעס.

לגבי קאנסקריפט זעלנער, אפי' דער רוס האלט ווארט איבער נישט נעמען קאנסקריפט זעלנער קען ער יא נעמען די יעצטיגע הערבסט קאנסקריפט זעלנער וואס ווערן דע-מאביליזירט אין הערבסט, נאך צוועלעוו חדשים דינען אין אמט.

זיי זענען א גאר פאסיגע קאטעגאריע וואס פיט אין די קריטעריע וואס פוטין האט באשטימט פאר מאבילעזאציע. בנוסף וואס זיי זענען אינגע חברה. זיי קענען אויך דינען אויף צו העלפן פארפילן די ליידיגע פאזיציעס פון די אפיצירן וואס דארפן טרענירן די מאביליזירטע קרעפטן. אדער אנעמען פירערשאפט פאזיציעס אין די ניי געשאפענע פלאטונען.

איך וועל אבער נישט זיין סורפרייזט אז שאוגאו'ס און פוטינס ווערטער איבער נישט נעמען קאנסקריפט זעלנער איז דאמירן בעלמא. איינמאל זיי גייען וויאזוי זיי גייען יעצט קענען זיי נעמען קאנסקריפטס אויך. איין וועג אדער א צווייטער. אזא טויש קען זיך טוישן איבער נאכט.

די פראגע איז וויאזוי גייט רוסלאנד זיך אומגיין מיט די מאביליזירטע קרעפטן? מעגליך זיי גייען באקומען די מינימאלע טרענירונג, מינימאלע עקוויפמענט, צוזאמגעשטעלט אין א באטאליאן און תיכף ווערן אריינגעווארפן אויפן פראנט אין לוהאנסק צו דאנעצק. אין אנדערע ווערטער קאנאנען פלייש. דאס מיינט רוסלאנד איז דעספערט און דערדריקט.

אפי זיי וועלן ווערן געניצט צו אנפילן די לעכער אין די יעצטיגע באטאליאנען אויפן פראנט איז עס אויך נישט קיין ווער ווייסט וואס. ניצן אומטרענירטע זעלנער צו אנפילן האלב קאמפס-פעהיגע און אינגאנצן ערשעפטע באטאליאנען איז נישט קיין וועג פאר שטארקע סוקסעסן.

אדער וועלן זיי דורכגיין עטליכע חדשים טרענירונגען וואס וועט זיי געבן בעסערע קאמפס מעגליכקייטן און מער צייט פאר די רוסישע אינדוסטריעס צו צושטעלן מער אמוניציע און קריגס וואפנס פאר די נייע זעלנער.

היינט איז ערשינען א ווידעא פון די נייע מאביליזירטע זעלנער. מען זעט א גרופע פוילע שטריקעס וואס האלטן ביי גארנישט און אויפן פאדיום שטייט א נערוועזער אפיציר וואס ווילדעוועט און קאמאנדעוועט איבער זיי און שרייט אויס אז זיי גייען באקומען צוויי וואכן טרענירונגען און דערנאך גייען זיי אלע אויפן פראנט.

דאס שטיצט אינטער די ערשטע אפציע אז רוסלאנד גייט ענליך ווי אין 1942 שיקן הונדערטע טויזנטע רוסן צו די פראנטן אלץ קאנאן פלייש.

וואס אן אמת איז, מען קען נישט בויען אזוי שנעל בלויז אויף איין ווידעא און מען וועט דארפן ווארטן צו זען די קומענדיגע וואכן וויאזוי רוסלאנד אימפלימענטירט [נישט] די איידיע פון די מאביליזירטע קרעפטן אין פראקטיק.

א שטארקע פראגע איז, האבן די רוסן בכלל די קאפאביליטעטן לעת עתה פאר פרישע הונדערטע טויזנטע זעלנער זיי צו טרענירן, דיסציפלינירן, אויסשטאפירן און צושטעלן אלע לאגיסטישע צוגעהערן וואס פעלט זיך אויס. אויב דארפעך טשוזן, גייעך מיט ניין איבער יא.

פון די מיליאנען רעזערוויסטן אין די רוסישע ארמיי איז פארהאן בלויז א פיצינקע פראצענט וואס זענען כסדר דורכגעגאנגען דאס איבערפרישן די טרענירונגען.

אויב די דיפרענצן צווישן די אוקריינער ארמיי און די רוסישע ארמיי ווען עס קומט צו מאראל און נויטיגע טרענירונגען איז נאכנישט געווען געניג גרויס גייט עס יעצט ווערן פילפאכיג פארברייטערט מיט אריינצווינגן די מאביליזירטע קרעפטן אויף די פראנט ליניעס.

שרייבט א רוסישער מומחה א וויכטיגע פונקט, טראץ די טערמין "טיילווייזער" ווערט געניצט אין די דעקרעט קענען זיי מיט די יעצטיגער דעקרעט בפועל פאקטיש רעקרוטירן סיי וועמען זיי ווילן און וויפיל זיי ווילן אויב יענער איז אין א פאסיגער צושטאנד.

פארט איז געגלייבט לעת עתה אז דאס גייט נישט געשען. נאר עס גייט זיין שטאפלווייז. צו ערשט געוויסע קאטעגאריעס, ווי די רעזערוויסטן וואס שאוגאו האט אויסגעמאלט, צו עטנישע רוסן אינעם ווייטן מזרח, איינוואוינער פון אקופירטע שטחים און פון דארט ווייטער.

צייט וועט פארציילן וויאזוי זאכן פאלן אין פלאץ.


מאבילעזאציע טוישט געוויס די דינאמיקס. צו דאס מיינט יעצט אז די רוסן גייען געוואונען? בכלל נישט. אפשטעלן מיט די צייט, כאטש טיילווייז די ריזן פארשריט פון די אוקריינער האט יא מער שאנסן. אזויפיל זאגט עס אונז יא אז די קריג קען נאך אנגיין פאר א לאנגע צייט. מיט טויזנטער און טויזנטער מער טויטע. פוטין פלאנט נישט צו אוועק וואקן דערווייל.

אקיצור עס איז נישט שייך צו רעדן אין פאל רוסלאנד מאביליזירט די גאנצע לאנד און עס איז דא עטליכע מיליאן בירגער אלץ קאנאנען פלייש. דעמאלטס איז עס א צווייטער מסכתה און שווער צו וויסן.
לעצט פארראכטן דורך נקדימון אום פרייטאג סעפטעמבער 23, 2022 4:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

זעלענסקי איבער די מאגערע מיליטערישע שטיצע פון מדינת ישראל פאר אוקריינע. "איך בין ערשטוינט! איך פארשטיי עס נישט. פארוואס געבן זיי אונז נישט א לופט פארטיידיגונגס סיסטעם?".
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

א Orlan-10 און א Orlan-30 זענען אראפגעברענגט געווארן דורך די אוקריינישע אנטי ווארפעיר סיסטעמס. (ס'צווינגט אראפ די דראונס גאנצערהייט)
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

לויט די אוקריינישע מיליטער, האבן זיי היינט אראפגעברענגט זעקס איראנע דראונס און איין SU-25.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
זעלענסקי איבער די מאגערע מיליטערישע שטיצע פון מדינת ישראל פאר אוקריינע. "איך בין ערשטוינט! איך פארשטיי עס נישט. פארוואס געבן זיי אונז נישט א לופט פארטיידיגונגס סיסטעם?".
ער האט צוגעלייגט אז ער פארשטייט אז זיי דארפן דיפענדן זייער לאנד, אבער ער ווייסט אויך אז זיי שיקן זייערע טעכנלאגיע צו אנדערע לענדער.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אוקריינע האט היינט צום ערשטן מאל אראפגעברענגט א איראנע Mohajer-6 דראון (סאיז געמאכט פאר ריקאנעסענס)

Screenshot (378).png
Screenshot (378).png (259.36 KiB) געזען 10074 מאל
םו.png
םו.png (303.17 KiB) געזען 10074 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

א גרופע אוקריינע סאלדאטן האבן דורכגעפירט א אמבוש אטאקע אויף רוסישע סאלדאטן וואס האבן זיך פארשטעלט ווי אוקריינער מיט די בלויע ארעם באנד.
פון ווי האבן זיי געוויסט אז זיי זענען רוסן?
זיי האבן געגעסן מייערן, און וויבאלד זייער זעה קראפט איז געווען שטארק האבן זיי אויפגעכאפט אז אויף זייער הארץ האבן איז דא די Z סימבאל.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

א מאסן קבר איז געטראפן געווארן אין די איזיום געגנט, ווי די רוסן האבן דארט אריינגעווארפן פיל מיט טויטע און פארברענט.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

היכי תמצא האט געשריבן:
עולם האמת האט געשריבן:
רוסן האבן די לעצטע טעג אנגעהויבן ניצן אין די מאסן די איראנע דראוינס

היינט האבן זיי אטאקירט אדעסא פארט מיט די איראנע קאמיקאזי דראוינס
בילד
אנגעבליך איז עס געווארן אראפגעשאסן
https://drive.google.com/file/d/120L4cw ... p=drivesdk

און די בילדער זענען אנגעבליך די רויך פון נאכ'ן ווערן אראפגעשאסן.
IMG_20220923_123819_510.jpg
איינס איז געווארן אראפגעשאסן, צוויי האבן אריינגעזעצט אין א בילדינג.

איינער איז טויט.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

א אינטערסאנטע קליפ פארט ארום פון א קעמפ ווי די פרישע סאלדאטן אין רוסלאנד האלטן זיך אויף.
מזעהט פיל מיט בעטן אויסגעלייגט אין א וואלד, ווי דארטן שלאפן זיי איבער. קוקט אויס ווי מגייט אריבערשיקן פארפרויענע פלייש קיין אוקריינע.


אויך איז דא א קליפ ווי מזעהט ווי די אפיצירן שרייען באפעלן, און די טויטע שיכורים שרייען צוריק אז יענער זאל אויפהערן אזוי צו שרייען. (נייעסטע סטרעין אין די רוסישע מיליטער)
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

אסטראוויטש טענהט אז איראן וועט זיך נישט מוחל זיין פארן סופלייען רוסלאנד מיט זייערע דראונס.
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

רוסישער פרעזידענט פוטין פארשנעלערט טעסטינג פראצעדורן אויף נייע הייפערסאניק נוקלעאר-געטריבענע מיסיל‎‎: די נייע "בורעוועסטניק" נוקלעאַר-געטריבענע קרוז מיסיל וועלכע טראָגט די צונאָמען "פליענדיגע טשערנאָביל", איז געזען געוואָרן מיט עטליכע טעג צוריק ביי א גרויסע טעסטינג צענטער אין אַן איזאָלירטע געגנט אין צפון רוסלאַנד. מערב-וועלט באַאַמטע זענען מודה אַז זיי ווייסן נישט ווי ווייט די נייע רוסישע מיסיל קען פליען, אָבער אַלע בילדער און אינפאָרמאַציע צייגן אַז דער מיסיל איז הייפּערסאָניק און פּוטין וועט עס מעגליך וועלן נוצן אין אַן אַטאַקע קעגן אוקראַינע.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/70520
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

טשעטשניער פירער ראמזאן קאדיראוו סטראשעט צו שיקן קינדער פון אנטי-מלחמה פראטעסטירער צום פראנט אין אוקריינע‎‎: די שאַרפע סטראַשע האָט מען געהערט פונעם טשעטשניער פירער ראמזאן קאדיראוו, וועמענס קרעפטן קעמפן האַנט ביי האַנט מיט די רוסישע מיליטער אין עטליכע געגנטער אין אוקראַינע, און קארידראוו האָט רעאַגירט קעגן די אַנטי-מלחמה פּראָטעסטן וואָס האָבן אויסגעבראָכן אין די טשעטשניער הויפּטשטאָט גראזני. קאדיראוו זאָגט אַז אויב די פּראָטעסטן וועלן זיך נישט אויפהערן, וועט ער זיכער מאַכן אַז די קינדער און די משפּחה מיטגלידער פון די פּראָטעסטירער ווערן געשיקט צום שלאַכטפעלד אין אוקראַינע.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/70519
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3280
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

Sep 24
אטעטשמענטס
9 24 22 1.png
9 24 22 1.png (153.41 KiB) געזען 1542 מאל
9 24 22 2.png
9 24 22 2.png (84.48 KiB) געזען 1542 מאל
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3280
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

British Update - Sep 24
אטעטשמענטס
British Update - Sep 24.jpg
British Update - Sep 24.jpg (84.16 KiB) געזען 1535 מאל
ידיד כל חי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3280
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 10:01 am

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד כל חי »

ISW
(Sep 22, איז נישט ארויסגעקומען. Sep 24, איז נאכנישט ארויסגעקומען)
Sep 23
אוועטאר
חוט המשולש
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 06, 2022 12:39 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט המשולש »

Ukrainian Military Update - Audio
Sep 23
15:37
https://drive.google.com/file/d/1fPbVnW ... sp=sharing
פראיעקט דורך @ עולם האמת @ הייסע קאווע @ ידיד
----------
האסט הנאה? יעצט איז דיין צייט ארויס ציווייזן דיין הכרת הטוב!!
א מהפכה אין די אידישע וועלט ברענגט א רעוואלוציע אויף אייוועלט!
https://www.dryveup.com/tzedek/132
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”