רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מסתמא האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:זיצן זיך א באנדע פריצים, און גרויסן זיך מיט זייערע מעכטיגע אינטעלידזשענס וואס זיי באקומען. ;1@ ;1@

סאיז די זעלבע ענגלישע אינטעלידזשענס וועלכע האט קאנפירמט סאדאם כוסעינס מאסן פארניכטונג וואפן פארבריקאציע
-----

די היסטאריש סעלפיש EU איז נעקסט לעוול

די דזשענעראל רול, ווי ווייטער אויף די מאפע פון רוסלאנד אלץ ווייניגער קעירט מען איבער זייערע אגרעסיעס, און די זעלבע איז מיט די לענדער נאנט צו רוסלאנד וועלכע קעירן נישט אויף די פראבלעמען ווייטער פון זייערע גרעניצן, סהאט אויסנאמען אבער די כלל איז אמת, קיינער פון די EU גרויסמאכטן פלאנט נישט צו טינקען די פינגער אין קאלט וואסער, גאוה סטעיטמענטס דאס יא.. אבאנטש..

יוראפ איז ווערד א שפיי

דערווייל איז פוטין מצליח צו ווייזן די וועלט אז א פאראייניגטע נאטא איז א דבר שלא בא לעולם....
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ר' זעקל האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:פרעמיער מיניסטער באריס דשאנסאן האט געזאגט היינט אז די שפיאנאזש באריכטן וואס ער באקומט איז זייער שווארץ... לויט די באריכטן פלאנט רוסלאנד א בליץ קריג אומצוווארפן קיעוו איינס צוויי דריי.

און וואס טוט ער עס לעכטיגער צו מאכן?

ס'הייסט? ער פארדאמט עס מיטן שארפסטן.

אדער גאר מיט א מינוט שטילקייט!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

לעכטל האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:פרעמיער מיניסטער באריס דשאנסאן האט געזאגט היינט אז די שפיאנאזש באריכטן וואס ער באקומט איז זייער שווארץ... לויט די באריכטן פלאנט רוסלאנד א בליץ קריג אומצוווארפן קיעוו איינס צוויי דריי.

און וואס טוט ער עס לעכטיגער צו מאכן?

ס'הייסט? ער פארדאמט עס מיטן שארפסטן.

אדער גאר מיט א מינוט שטילקייט!

וואס רעדסטע…

טאטס ענד פרעיערס…
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ניין דאס לייגט מען אוועק אין קעיס אוו עמערדזשענסי אויב זאל פוטין אריינגיין אין אוקראינע, מען קען דאך נישט אויסנוצן אלע אפציעס יעצט.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פעיק ניוז האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:פאר סאם ריזן שמעקט מיר די גאנצע זאך ווי א געים ס'זעהט אויס ווי א קארדענירטע זאך מצד די מערב וועלט לענדער אז אלע פירער זאלן רעדן ווי מער אז רוסלאנד גייט אינוואדירן און איבערווארפן די רעגירונג, פארוואס זיי טוהן עס לאזט זיך שפעקעלירן.

גראדע געהאט די זעלבע פילינג.

דערווייל שעלט זעלענסקי אויף דאס וואס אמעריקע טוט און שרייט אז ער זעהט נישט קיין זאפארטיגע סכנה מצד רוסלאנד.
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוביר אויך »

ר' זעקל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:פאר סאם ריזן שמעקט מיר די גאנצע זאך ווי א געים ס'זעהט אויס ווי א קארדענירטע זאך מצד די מערב וועלט לענדער אז אלע פירער זאלן רעדן ווי מער אז רוסלאנד גייט אינוואדירן און איבערווארפן די רעגירונג, פארוואס זיי טוהן עס לאזט זיך שפעקעלירן.

גראדע געהאט די זעלבע פילינג.

דערווייל שעלט זעלענסקי אויף דאס וואס אמעריקע טוט און שרייט אז ער זעהט נישט קיין זאפארטיגע סכנה מצד רוסלאנד.

צווואס דארף ער וואפען?
אז יענער קען קענסטו אויך
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פרוביר אויך האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:פאר סאם ריזן שמעקט מיר די גאנצע זאך ווי א געים ס'זעהט אויס ווי א קארדענירטע זאך מצד די מערב וועלט לענדער אז אלע פירער זאלן רעדן ווי מער אז רוסלאנד גייט אינוואדירן און איבערווארפן די רעגירונג, פארוואס זיי טוהן עס לאזט זיך שפעקעלירן.

גראדע געהאט די זעלבע פילינג.

דערווייל שעלט זעלענסקי אויף דאס וואס אמעריקע טוט און שרייט אז ער זעהט נישט קיין זאפארטיגע סכנה מצד רוסלאנד.

צווואס דארף ער וואפען?

ער לייקנט נישט אז די רוסן שטייען ביים גרעניץ, ער זאגט נאר אז די היסטעריע אז די רוסן גייען עני מינוט אינוואדירן אוקריינע איז איבערגעטריבן.
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

ר' זעקל האט געשריבן:פאר סאם ריזן שמעקט מיר די גאנצע זאך ווי א געים ס'זעהט אויס ווי א קארדענירטע זאך מצד די מערב וועלט לענדער אז אלע פירער זאלן רעדן ווי מער אז רוסלאנד גייט אינוואדירן און איבערווארפן די רעגירונג, פארוואס זיי טוהן עס לאזט זיך שפעקעלירן.

נו פארוואס טאקע, שפעקעלירסט עפעס?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יש לו מנה האט געשריבן:ער שפילט אריין אין רוסלאנד'ס אינטערעסן

פונקט פארקערט, דער רוס האצעך זיינע פלענער, ער פלאנירט עס נישט צו טוישן, אויב אוקריינע זעט יעצט א געלעגנהייט אריין צו געבן געזונטע קלעפ אין די דאנבאס רעבעלן זאלן זיי עס טון! זיכער נישט לאזן די רעבעלן זיך אויסשטאפירן און דערנאך אטאקירן אינאיינעם מיטן רוס
אוועטאר
אייגנארטיג
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2020 12:28 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייגנארטיג »

ר' זעקל האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:פרעמיער מיניסטער באריס דשאנסאן האט געזאגט היינט אז די שפיאנאזש באריכטן וואס ער באקומט איז זייער שווארץ... לויט די באריכטן פלאנט רוסלאנד א בליץ קריג אומצוווארפן קיעוו איינס צוויי דריי.

און וואס טוט ער עס לעכטיגער צו מאכן?

ס'הייסט? ער פארדאמט עס מיטן שארפסטן.

באריס לאדענט וולאדעמיר צו זיין נעקסטע משתה היין!...
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

הויז ספיקער פעלאוסי האט געבעטן פרעזידענט ביידן צו בריפן די גאנצע הויז איבער די סיטואציע ביי די גרעניץ מיט אוקריינע
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

נקדימון האט געשריבן:הויז ספיקער פעלאוסי האט געבעטן פרעזידענט ביידן צו בריפן די גאנצע הויז איבער די סיטואציע ביי די גרעניץ מיט אוקריינע

אפשר זאל מען שוקן העריס צו די גרעניץ קעיר נעמען?! :roll:
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אמעריקא גרייט אן טרופן צו מזרח אייראפע:
The U.S. military has ordered several hundred U.S. troops on standby to potentially deploy to Eastern Europe. Many of the forces must be prepared to move within 18-36 hours according to U.S. officials to WSJ.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ר' זעקל האט געשריבן:פאר סאם ריזן שמעקט מיר די גאנצע זאך ווי א געים ס'זעהט אויס ווי א קארדענירטע זאך מצד די מערב וועלט לענדער אז אלע פירער זאלן רעדן ווי מער אז רוסלאנד גייט אינוואדירן און איבערווארפן די רעגירונג, פארוואס זיי טוהן עס לאזט זיך שפעקעלירן.

איך מיין אז זיי האבן באקומען אינפארמאציע אז פוטין פלאנט נישט קיין שום אקציע, ניטאמאל אן אינטש אין אוקריינא. יעצט ווילן זיי נאר מסדר זיין פוטין. לאמיר זען, גיי אריין, אינוואדיר, מיר ווארטן, מיר זענען אלע גרייט.... אזוי וועט פוטין גארנישט קענען באקומען פון זיי ווייל ער האלט נישט ביים אינוואדירן בכלל.

#שפעקולאציע
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16638
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פראנקרייך זאגט זיי זעהן א "וועג" צו בארואיגן די מצב צווישן רוסלאנד און אוקריינע
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

יצחק אייזיק האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:פאר סאם ריזן שמעקט מיר די גאנצע זאך ווי א געים ס'זעהט אויס ווי א קארדענירטע זאך מצד די מערב וועלט לענדער אז אלע פירער זאלן רעדן ווי מער אז רוסלאנד גייט אינוואדירן און איבערווארפן די רעגירונג, פארוואס זיי טוהן עס לאזט זיך שפעקעלירן.

איך מיין אז זיי האבן באקומען אינפארמאציע אז פוטין פלאנט נישט קיין שום אקציע, ניטאמאל אן אינטש אין אוקריינא. יעצט ווילן זיי נאר מסדר זיין פוטין. לאמיר זען, גיי אריין, אינוואדיר, מיר ווארטן, מיר זענען אלע גרייט.... אזוי וועט פוטין גארנישט קענען באקומען פון זיי ווייל ער האלט נישט ביים אינוואדירן בכלל.

#שפעקולאציע

יא און דאס קען אבער בעקפייערן אז ס'וועט נישט פאסטן פאר פוטין אוועקצוגיין אן א געהעריגע אינוואזיע.
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

ר' זעקל האט געשריבן:
יצחק אייזיק האט געשריבן:
ר' זעקל האט געשריבן:פאר סאם ריזן שמעקט מיר די גאנצע זאך ווי א געים ס'זעהט אויס ווי א קארדענירטע זאך מצד די מערב וועלט לענדער אז אלע פירער זאלן רעדן ווי מער אז רוסלאנד גייט אינוואדירן און איבערווארפן די רעגירונג, פארוואס זיי טוהן עס לאזט זיך שפעקעלירן.

איך מיין אז זיי האבן באקומען אינפארמאציע אז פוטין פלאנט נישט קיין שום אקציע, ניטאמאל אן אינטש אין אוקריינא. יעצט ווילן זיי נאר מסדר זיין פוטין. לאמיר זען, גיי אריין, אינוואדיר, מיר ווארטן, מיר זענען אלע גרייט.... אזוי וועט פוטין גארנישט קענען באקומען פון זיי ווייל ער האלט נישט ביים אינוואדירן בכלל.

#שפעקולאציע

יא און דאס קען אבער בעקפייערן אז ס'וועט נישט פאסטן פאר פוטין אוועקצוגיין אן א געהעריגע אינוואזיע.

אדער איז פשוט געלונגען דעם שפיל פאר רוסלאנד, און א פארהאנדלונג יעצט וועט קאסטן טייער פאר אוקריינא.

און אמעריקע מיט ענגלאנד שפילן אריין אין פוטין'ס האנט מיטן העלפן שטיפן די נעריטעוו כאטש וואס זעלענסקי בעהט זיך מען זאל עס נישט טוהן.
אוועטאר
פונדערנאנט
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 2:24 am

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונדערנאנט »

וואס זאגט די עולם צו דעים?

אמעריקא זאל מאכען א מילעטערי בילדאפ ארום ווענזועילא, און אנעפישעלי סטראשענען אז אויב רוסלאנד גייט אריין קיין איקריינע גייט אמעריקא אריין קיין ווענזועלע אראפווארפען די קאמוניסטישע רעדזשים און שטעלן גאידא פאר פרעזידענט, און נאכדעם וועט מען שוין מאכען א דיעל און ביידע וועלן דיעסקעלעיטען.
באטראכט עס ״פונדערנאנט״ וועסטו עס פארשטיין!
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3982
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

פונדערנאנט האט געשריבן:וואס זאגט די עולם צו דעים?

אמעריקא זאל מאכען א מילעטערי בילדאפ ארום ווענזועילא, און אנעפישעלי סטראשענען אז אויב רוסלאנד גייט אריין קיין איקריינע גייט אמעריקא אריין קיין ווענזועלע אראפווארפען די קאמוניסטישע רעדזשים און שטעלן גאידא פאר פרעזידענט, און נאכדעם וועט מען שוין מאכען א דיעל און ביידע וועלן דיעסקעלעיטען.

דער עולם דארף נאך עפעס זאגן?! :shock:
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

פונדערנאנט האט געשריבן:וואס זאגט די עולם צו דעים?

אמעריקא זאל מאכען א מילעטערי בילדאפ ארום ווענזועילא, און אנעפישעלי סטראשענען אז אויב רוסלאנד גייט אריין קיין איקריינע גייט אמעריקא אריין קיין ווענזועלע אראפווארפען די קאמוניסטישע רעדזשים און שטעלן גאידא פאר פרעזידענט, און נאכדעם וועט מען שוין מאכען א דיעל און ביידע וועלן דיעסקעלעיטען.

פוטין: מסכים! איך דארף ענדערש אוקריינא ווי ווענעזועלע...
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
קאליר גרין האט געשריבן:
פאטעיטא טשיפס האט געשריבן:אפשר ווילן די אמעריקאנער ווייזן פאר פוטין איך פייף דיך אן אין גרויסן, און אגב "דאס" לאזן מיר דיך זעהן, אבער אנדערע זאכן נישט אזוי שנעל...

וואס מען פייפט פאר פוטין מיט'ן דרייוון א דראון העכער אוקריינע, דרייוו העכער רוסלאנד.

העכער א צווייטענס לאנד טאר מעניש פליען אן רשות סתם אזוי. מלחמה צייטן איז עפעס אנדערש. און זיך דרייען דא איז פונקט גוט. זיי זעהען פונקטליך וואס זיי ווילן

----

האקט די זעלבע

בערך פיפציג זעכציג יאר צירוק, ביים קאלטען קריג,
האט אמעריקע געהאט א טיפ פליגער (יו 2) וועלכעס איז געפלויגען העכער רוסלאנד ווי ביי טאטען אין וויינגארטען, כאפענדיג בילדער פון יעדע מיליטערישע באזע און פון וואס נישט,
דעס האט געקענט פליען 80 טויזענט פיס הויך, וואס מרופט ביים ברעגעס פון ספעיס , די וועלט האט נישט געחלוםט אז מקען אפערירען דארטען, און די ראדארען האבען נישט געארבעט דארטען, (אדער ווייל סאיז נישט געווען אנגעשטעלט אדער ווייל די רוסישע ראדארען האבען נישט געקענט? אוי וואלט קנעכי געמאכט א שוי דעמאלטס וועגען די לאנגע שווארצע פליעדיגע פייפס וואס פילאטען העכער סיביר האבען אויפגעכאפט!) ווי אויך דאכצעך איז די שטארקייט געווען אז סאיז געפארען מוראדיג שנעל
די פילאטען זענען געווען די בעסטע טרענירטע אין די טייערסטע פילאטען אין די אמעריקאנע ארמיי,
די פראגראם איז געווען אזא סוד אז די מיליטער האט נישט געוויסט נאר סאיז געווען געפירט דורך א ענגע קליקע אין די סי איי עי כמדומה לי איך געדענק נישט אויסעווייניג

לאמיר זיך אפשטעלען א מינוט אויף די פאריגע פאראגראף,
ווייל סקומט יעצט אריין ווען געוויסע האבען גערעדט דא, אין אויך אויף די אלגעמיינע נייעס, פון די כח פון פארשידענע מיליטערען וואס קענען שפילען א ראלע אויב סקומט ח"ו צי א שלאכט,
מרעכנט אויס אסאך מאל וויפיל טרענירונג פליגער סאיז דא אדער מהערט אז משיקט א איינהייט פון טרענירער אדער עדווייזער צי א פראנט אפשניט, אדער א עיר פארס באזע ,
פילאטען וואס קענען נישט זיין שארף אויף 100%, חוץ דעם וואס סקומט צי א שלאכט זענען זיי אונטערשטעליג, זענען זיי אסאך מאל גארנישט ווערט צי פירען אזאלכע האקעלע מאשינען אין דאס איז נישט דוקא ביי פליגערס נאר אפי טאנקען אדער אנדערע זאכען, ווי אויך דארף זיין א שטאב מיט הויעך טרענירטע מעכאניקער אויפן פלאץ ,פארשטייט זיך, וואס קאסט א געוואלד
דא ביי די יו 2 האט מען אריינגעלייגט שעות וואכען און אפי יארען טרענירינגען וואס האט געקענט האבען געקאסט א צוויי מיליאן דאלער, בימים ההם, וואס מען האט אינוועסטירט אין אן איינצעלע פילאט,
די נומבער איז נאר א משל, אבער סאיז געווען אן ערך ווי א שיינע פאר עיברעמס טאנקען,

איין טאג האט האט רוסלאנד געמאכט אן עק דערצו אין אראפ געשאסען די פליגער מיט איר פילאט פרענציס גערי פאוערס,

סהאט געהייסען אז די רוסען האבען עפעס געטרייט אין געשאסען פונקט אפאר אנטי עראפלען מיסילס און פונקט געטראפען
די וועלט איז געווען אונטער שאק,
שאק אז אמעריקע האט די מעגליכקייט,
רוסלאנד איז געווען אונטער שאק, אין אויפברויז , סהאט דעמאלטס געהייסען אז אמעריקע טאפט אין די פינסטער וואס סטוט זיך ביי די סאוויעטען פארבאנד אין ווער רעדט נאך אין רוסלאנד גופא, און אין דא אזא מעשה

אמעריקע איז געווען אונטער שאק אז מהאט עס געקענט אראפשיסען,
אין זיך געדארפט פארענטפערען פאר רוסלאנד ביי די יו ען וואס דעס האט געמיינט,

לאמיר זיך אפשטעלען דא אויך א מינוט,
ווי איינער האט טאקע געשריבען דא אויבען אז ביי מלחמה מעג מען דעס טון אדער אפי' ווען מ'דעקלערט קריג,
אבער די קאלטע קריג איז דאך פארט געווען א קאלטע קריג דהיינו מהאט עס קיינמאל נישט דערקלערט,
האט רוסלאנד אויסגענוצט ביזן מאקסימום אז מהאט קיינמאל דערקלערט קריג, אין זיי האבען אייביג גענוצט אנדערע נעמען אין גרופעס, ביים איינעמען לענדער,
ממילא פלעגען זיי צוימען די מעגליכקייט וואס די מערב וועלט האט געטון צי זייער ארמיי, ווייל מאיז דאך נישט אין קריג, נו פארוואס שפיאנירט מען, האבען זיי געהאט די אויבערהאנט וואס נאצי דייטשלאנד האט נישט געהאט ווייל זיי האבען יא דערקלערט קריג, און אמעריקע האט זיי פארט געמוזט איבערקלוגען ווייל מאיז דאך למעשה יא געווען אין א קאלטע, הייסע, קריג

(פוטין טוט די זעלבע ער נעמט איין לענדער אין שטחים פון אנדערע לענדער אן דערקלערען קריג וואס דאס איז א געוואלדיגע חידוש און א גאונות)

סא דא צירוק צי די יו טו האבען זיי פארגעהאלטען אמעריקע אין אראפגעלייגט אמעריקע ווי אגרעסארס

שפעטער, נאך שווערע אינוועסטיגעשענס אין ווען די פילאט איז באפרייט געווארען, איז אמעריקע געוואר געווארען אז זיי האבען פעסט געוויסט פון די פליגער דורך שפיאנען וואס די רוסען האבען געהאט אין די סי איי עי,
די רוסען האבען פשוט נישט געקענט טון דערצו ווייל זיי האבען נישט געוואלט אויפגעבען אויף די קוועלער,
אבער ווען אמעריקע האט אנגעפאנגען ארויסציהאבען די הלוך ילך פון די רוסישע ארמיי צי שטארק, האבען זיי עס געמוזט אראפשיסען אינאיינוועגס פארשעמען אמעריקע אין האבען תירוצים פאר אייגענע אגרעסיעס וואס זיי האבען דאן געפלאנט
אין האבען אראפגעלייגט די גאנצע שפיל אין שאק

אין א אינטערסאנטע עפיזאד האט א היימישע איד פון מאנסי רפאל גרינוואלד געהאט א יד אין באפרייען דעם יו טו פיילאט באוערס, על כל פנים אזוי האט מען געשמיעסט
לעצט פארראכטן דורך פאלעסיידס אום מאנטאג יאנואר 24, 2022 3:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

פאלעסיידס האט געשריבן:אין א אינטערסאנטע עפיזאד האט א היימישע איד פון מאנסי רפאל גרינוואלד געהאט א יד אין באפרייען דעם יו טו פיילאט באוערס, על כל פנים אזוי האט מען געשמיעסט

איר דארפט א ציפ? קומט אריין קלאר, (חוץ אז איר לייגט דאס אוועק פאר די נעקסטע ניטל פראגראם אויף קול מבשר..)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אנגעצויגנקייט ביי די גרעניץ צווישן רוסלאנד אין אוקריינע פארשארפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:אין א אינטערסאנטע עפיזאד האט א היימישע איד פון מאנסי רפאל גרינוואלד געהאט א יד אין באפרייען דעם יו טו פיילאט באוערס, על כל פנים אזוי האט מען געשמיעסט

איר דארפט א ציפ? קומט אריין קלאר, (חוץ אז איר לייגט דאס אוועק פאר די נעקסטע ניטל פראגראם אויף קול מבשר..)

שוין עטליכע מאל דאס געווען באשריבן, איך געדענקעס אין דער שטערן
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”