רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
📌

אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות. עס איז בלויז ערלויבט צו שרייבן נייעס!! פראגעס, קאמענטארן אדער אנאליזן זענען נישט ערלויבט.

פאר די ספעציעלע קאמענטארן אשכול דריקט דא.
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

ווען מהאט געפרעגט ביידן צו רוסלאנד איז פאראנטווארטלעך פאר די נארט סטרים פייפליין ליעקס האט ער זיך ארויסגעדרייט און נישט געגעבן קיין אנטווארט!!!
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

א באריכט אין די דייטשע צייטונג RND זאגט אז די דייטשע BND (די פעדעראלע אינטעלידשענס סערוויס) שטעלט צו פאר די אוקריינער מיליטער אסאך מער און וויכטיגע אינפארמאציע ווי מען האט געמיינט ביז יעצט. זיי שיקן אנאליזירונגן און וויכטיגע רוסישע לאקאציעס ועוד.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אוקריינער דעפענס מיניסטער האט צום ערשטן מאל אנטדעקט דעטאלן איבער זייער צוטריט צו ICEYE סאטעליטן וואס איז מנודב געווארן דורך די Serhiy Prytula Foundatio ערגעץ דורכאויס די זומער (וויקי טענה'ט אוגאסט 18 אבער כ'האב נישט געטראפן א מקור דערויף), און די סאטעליטן האבן געהאלפן די אוקריינער אידענטיפיצירן 60 צילן אין די ערשטע צוויי טעג אליינס, נאכ'ן באקומען צוטריט. די סעטאליט שפיאנאזש אינפארמאציע האט דראסטיש געטוישט די אוקריינער אינטעליגענץ אויבערהאנט.

דער דעפענס מיניסטער זאגט אז ביז דאן האבן די רוסן אויסבאהאלטן זייערע כלים אין די וועלדער פארדעקט מיט קאמופלאזש, אבער צוליב די SAR טעכנאלאגיע וואס די ICEYE סעטאליט פארמאגט זענען די אלע באהאלטענע כלים געווארן זעבאר, און מיט GPS קאארדינאטן האבן זיי אנגעהויבן פארניכטן די רוסישע געצייג, טרעקלעך, טאנקן, ארטילעריע, מרלס, און נאך אין די מאסן.

דאס איז א מורא'דיגע מאראל בוסט פאר די גאנצע באפעלקערונג וויבאלד מיליאנע אוקריינער נעמען אנטייל אין Serhiy Prytula Foundation און זענען כסדר מנדב געלט דערפאר. די פאנדעישאן האט באצאלט די ICEYE פירמע פאר די צוטריט צו זייערע סאטעליטן, און יעצט יובל'ן ציווילע אוקריינער און שפירן זיך מורא'דיג גוט אז זיי האבן דירעקט געהאט א האנט אין דערלאנגען אזא זעץ פאר די רוסן.

א בילד געכאפט דורך די ICEYE סאטעליט.
IMG_20220929_134350_717.jpg
IMG_20220929_134350_717.jpg (215.15 KiB) געזען 3105 מאל
Serhiy Prytula איז א געוועזענע שוי שפילער וואס איז שפעטער געווארן א פאליטישע אקטיוויסט. ווען די מלחמה האט זיך אנגעהויבן האט ער אויפגעשטעלט די פאנדעישאן וואס קויפט אלע סארט געצייג פאר די מיליטער. מאנכע שאצן אז זינט די אנהויב פון די מלחמה האט ער שוין אויפגעטריבן 30 מיליאן דאלאר, אבער איך האב דערווייל נישט געטראפן קיין באשטעטיגטע ציפער.

די פאנדעישאן איז מנדב פאר די מיליטער אלע סארט געצייג פון ערשטע הילף זעקלעך (וואס לויט די רוסישע אפישעלס פעלט נישט אויס...) ביז בייראקטאר דראונס.

צווישן אנדערע האבן זיי שוין מנדב געווען:
איבער 2000 קליינע סארט ציווילע קאמערא דראונס.
איבער 40 גרעסערע מיליטערישע דראונס אין צוגאב צו 6 בייראקטארס.
איבער 500 פיקאפ טראקס אויף וואס זיי לייגן ארויף גרויסע גאנס אדער ראקעטס.
7000 קאמיוניקאציע כלים, פון ראדיאוס ביז ריפיעט אנטענעס וכו'.
איבער 3000 טעכנאלאגישע שפאקטיוון וואס רעכנט אריין night vision און נאך.
איבער 4000 ערשטע הילף זעקלעך, אזוי אויך האבן זיי טרענירט די זעלנער ווי אזוי דאס צו ניצן.
200 טויזנט שאכטלן פון הומאניטארישע הילף.
פארראכטן 2 טאנקן, דריי BMP, איין APC, און נאך א סיסטעם.
אומצאליגע העלמעטס, שוץ וועסטן, קליידער, וכדו'.

די ציפערן זענען פון אוגאסט 15 (דאס איז די לעצטע פון זייער וועבזייטל)

אזוי אויך שטעלן זיי צו מאביל הייזער פאר די וואס האבן פארלוירן הייזער דורכאויס די קריג.
בערך אזוי קוקט אויס זייער מאביל הייזער וואס זיי רופן NEST (גענומען פון זייער וועבזייטל)
нест_1-min.png
нест_1-min.png (118.44 KiB) געזען 3105 מאל
זיי פארמאגן נאך א פראיעקט וואס זיי רופן די Cotton פראיעקט - Bavovna אין אוקרייניש - די פראיעקט איז געווידמעט פאר סאבאטאזש אקציעס. אנגעבליך איז דאס פאראנטווארטליך פאר די סאבאטאזש אין באלגאראד ווי אויך אין די אקופירטע שטחים. ווען סאבאטאזש ווערט אויסגעפירט, באציען זיך די אוקריינער דערצו אלס א "Bavovna" (קאטאן).
דאס איז א בילד פון די קאטאן פראיעקט... (גענומען פון זייער וועבזייטל)
бавовна.png
бавовна.png (111.88 KiB) געזען 3105 מאל

דאס איז די דעסקריפציע איבער די 'קאטאן פראיעקט' פון זייער וועבזייטל:
There is a Ukrainian saying that happiness is in love with silence.
In this case, certain tasks of The Armed Forces of Ukraine require a maximum degree of secrecy to ensure operational success. Therefore, as much as we would like to share, we cannot disclose details of this particular project at the moment. However, donating to this project is as important as to any other project of our charity fund.
זיי האבן 4 לאגיסטיקס צענטערן איבער אוקריינא, 1 אין פוילן, און די הויפט קווארטיר אין קיעוו. אלעס ווערט געפירט דורך וואלונטירן מיט געלט און נדבות פון ציווילע.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

באריכטן אז די אויפרייסן וואס האבן שאדן געמאכט די נארדסטריעם פייפליינס האט פאסירט נעבן אנדערע סענסיטיווע אינפראסטרוקטור, צווישן אנדערע די די עלעקטערישע קעיבל צווישן שוועדן און פוילן. די שוועדישע ענערגיע פירמע Svenska kraftnät האט אריינגערופן ספעציאליסטן אויסצופארשן אויב די קעיבל האט געליטן שאדנס.
אטעטשמענטס
download.png
download.png (872 Bytes) געזען 2709 מאל
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

א נעענטערע בליק וויאזוי די אוקריינער אפערירן מיט די היימארס

https://drive.google.com/file/d/1dz7xsR ... p=drivesdk
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

שוועדן האט געהויבן איר גרייטקייט שטאפל ביי אירע נוקלעארע פלענטס און אירע ענערגיע סופלייען אין ליכט פון די נארדסטריעם סיטואציע.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220929-145333_Gallery.jpg
Screenshot_20220929-145333_Gallery.jpg (202.46 KiB) געזען 2248 מאל
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

די פענטאגאן האט פארגעשלאגן צו העלפן דענמארק מיט זייער אויספארשונג איבער די נארד סטריעם פייפליינס.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פוטינ'ס ווארטזאגער דמיטרי פעסקאוו האט געמאלדן אז מארגן סעפטעמבער 30 אום 3 אזייגער (מאסקווע צייט) וועט פארקומען אן אונטערשרייבונג צערעמאניע פאר די אנעקסירונג פון די פרישע אוקריינישע שטחים. פוטין וועט דארט זיין און האלטן א דרשה.
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
באריכטן אז די אויפרייסן וואס האבן שאדן געמאכט די נארדסטריעם פייפליינס האט פאסירט נעבן אנדערע סענסיטיווע אינפראסטרוקטור, צווישן אנדערע די די עלעקטערישע קעיבל צווישן שוועדן און פוילן. די שוועדישע ענערגיע פירמע Svenska kraftnät האט אריינגערופן ספעציאליסטן אויסצופארשן אויב די קעיבל האט געליטן שאדנס.
די קעיבל געפינט זיך אינגאנצן 500 מעטער אוועק פון די פלאץ פון די אויפרייסן. עס איז אויסגעלאשן יעצט ממילא איז שווער צו זעהן אויב עס האט געליטן שאדן.
אטעטשמענטס
Screenshot_20220929-145739_Gallery.jpg
Screenshot_20220929-145739_Gallery.jpg (146.1 KiB) געזען 2137 מאל
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

פארשטערקערטע קלאנגען אז יאמפיל איז באפרייט.
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:
ווען מהאט געפרעגט ביידן צו רוסלאנד איז פאראנטווארטלעך פאר די נארט סטרים פייפליין ליעקס האט ער זיך ארויסגעדרייט און נישט געגעבן קיין אנטווארט!!!
ביטע פארעכטן. עס איז געוועהן ביי א באזוך אין די פימא הויפקווארטירן, ביידען האט געענטפערט אז ער וויל זיך האלטן צום נושא.
האסט הנאה? געב א לייק
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

אוקריינער מידיע באריכטעט אז איראנער קאמיקאזי דראונס האבן ערשיינט אויף בעלארוסישע טעריטאריע אין א מעגליכע אנדייטונג איבער פרישע אטאקעס אויף די צפון ראיאנען אריינגערעכנט קיעוו.
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

אוקריינע קרעפטן מאכן פארשריט ביי Kolodyazi
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

א רוסישע מיסיל האט אויפגעריסן א באס סטאנציע אין מיקאלייעוו אומברענגנדיג 2 מענטשן און פארוואונדעט 12.

*מ'זעט נישט קיין געשעדיגטע. נאר ווי די אויפרייס פאסירט.
https://drive.google.com/file/d/1AgDpQB ... p=drivesdk
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

יו ען סעקרעטאר ענטאניא גאטעראש. פארדאמט די רוסישע אנעקסירונג און זאגט אז דאס גייט קעגן אינטערנאציאנאלע געזעצן

די יו ען איז בלויז א פארדאמונג ארגאניזאציע
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

הבוחר בטוב האט געשריבן:
פארשטערקערטע קלאנגען אז יאמפיל איז באפרייט.
מער ווייניגער קאנפירמט דורך קראנטע מקורות
mosha g
שר שלשת אלפים
תגובות: 3896
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 10:14 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mosha g »

סענעט באשטעטיגט פרישע 12.3 ביליאן דאללער פאר אוקריינע
האסט הנאה? געב א לייק
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

פינלאנד פרעזידענט: איך וועל עס זאגן נאכאמאל, די אזויגערופענע רעפערענדום אפעקטירט נישט אוקריינע גרענעצן, די מאפע טוישט זיך נישט, די אוקריינער טראטאריע און דעמאקראטיע איז א ווערדפילע זאך.

פינלאנד וועט נישט אנערקענען די רעזולטאטן פון די אומלעגאלער אזויגערופענע רעפערענדום אדער אנעקסירונג
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

צוויי רוסישע Su-25s איז אראפגעשאסן געווארן אין די מיקאלייעוו ראיאן
אוועטאר
נאר אויף שימחות
שר ששת אלפים
תגובות: 6723
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:45 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אויף שימחות »

דרום קריעא האט מנדב געווען KP-SAM סיסטעמען פאר אוקריינע

פינג @נארמאליזעם

א רוסישע אטאקע העליקאפטער אראפ ערגעצווי אין מזרח
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:
קרעמלין: פוטין וועט מארגן אונטערשרייבן די טריטיס און רוסלאנד וועט אפיציעל אנעקסירן די נייע טעריטאריען פון אוקריינע. דערנאך וועט פוטין אפהאלטן א לענגערע דרשה.
די אונטערשרייבונג צערעמאניע וועט פארקומען מיט גרויס פאמפע אינעם דזשארדיאווסקיי זאל וואס געפינט זיך אין די גרענד פאלאץ אינעם קרעמלין.

אלע דעפיוטי'ס פון די סטעיט דומא זענען געלאדענט געווארן אנטיילצונעמען.
די רויטע סקווער ווערט צוגעגרייט.

די שילד ליינט זיך:

דאנעצק. לואנסק. זאפאראזשיע. כערסאן.
רוסלאנד!
אטעטשמענטס
20220929_150836.jpg
20220929_150836.jpg (173.44 KiB) געזען 1312 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

אמעריקאנער פרעזידענט ביידן: די יונייטעד סטעיטס וועט קיינמאל נישט אנערקענען די רוסישע בעלות איבער אוקריינער טעריטאריען.
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

די רוסן זאגן אז זייערע זעלנער זענען אין Vyimka אין דאנעטצק צפון באקמוט.

אויב איז עס אמת מיינט עס אז זיי האבן דורכגעבראכן די דעפענס ליניע העכער באקמוט און קענען גיין ווייטער מיט זייער פראבירן צו פלענקען באקמוט, דרום באקמוט מאכן זיי אויך קנאפע פארשריט די לעצטע חודש (יעדן טאג נאך א פיס...).
חינוך האט געזיגט!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: רוסלאנד אינוואדירט אוקריינע - **בלויז נייעס**

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

נאר אויף שימחות האט געשריבן:
דרום קריעא האט מנדב געווען KP-SAM סיסטעמען פאר אוקריינע

פינג @נארמאליזעם
סאיז די דרום קארעא ווערסיע פון די סטינגער סיסטעם

א ערד צו לופט מיסיל געמאכט אראפ צוברענגן פליגערס וכדומה

גייט ביז 7 ק"מ

shingun.jpg
shingun.jpg (331.79 KiB) געזען 1038 מאל
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”