אוקריינער דעפענס מיניסטער האט צום ערשטן מאל אנטדעקט דעטאלן איבער זייער צוטריט צו ICEYE סאטעליטן וואס איז מנודב געווארן דורך די Serhiy Prytula Foundatio ערגעץ דורכאויס די זומער (וויקי טענה'ט אוגאסט 18 אבער כ'האב נישט געטראפן א מקור דערויף), און די סאטעליטן האבן געהאלפן די אוקריינער אידענטיפיצירן 60 צילן אין די ערשטע צוויי טעג אליינס, נאכ'ן באקומען צוטריט. די סעטאליט שפיאנאזש אינפארמאציע האט דראסטיש געטוישט די אוקריינער אינטעליגענץ אויבערהאנט.
דער דעפענס מיניסטער זאגט אז ביז דאן האבן די רוסן אויסבאהאלטן זייערע כלים אין די וועלדער פארדעקט מיט קאמופלאזש, אבער צוליב די SAR טעכנאלאגיע וואס די ICEYE סעטאליט פארמאגט זענען די אלע באהאלטענע כלים געווארן זעבאר, און מיט GPS קאארדינאטן האבן זיי אנגעהויבן פארניכטן די רוסישע געצייג, טרעקלעך, טאנקן, ארטילעריע, מרלס, און נאך אין די מאסן.
דאס איז א מורא'דיגע מאראל בוסט פאר די גאנצע באפעלקערונג וויבאלד מיליאנע אוקריינער נעמען אנטייל אין Serhiy Prytula Foundation און זענען כסדר מנדב געלט דערפאר. די פאנדעישאן האט באצאלט די ICEYE פירמע פאר די צוטריט צו זייערע סאטעליטן, און יעצט יובל'ן ציווילע אוקריינער און שפירן זיך מורא'דיג גוט אז זיי האבן דירעקט געהאט א האנט אין דערלאנגען אזא זעץ פאר די רוסן.
א בילד געכאפט דורך די ICEYE סאטעליט.
- IMG_20220929_134350_717.jpg (215.15 KiB) געזען 3108 מאל
Serhiy Prytula איז א געוועזענע שוי שפילער וואס איז שפעטער געווארן א פאליטישע אקטיוויסט. ווען די מלחמה האט זיך אנגעהויבן האט ער אויפגעשטעלט די פאנדעישאן וואס קויפט אלע סארט געצייג פאר די מיליטער. מאנכע שאצן אז זינט די אנהויב פון די מלחמה האט ער שוין אויפגעטריבן 30 מיליאן דאלאר, אבער איך האב דערווייל נישט געטראפן קיין באשטעטיגטע ציפער.
די פאנדעישאן איז מנדב פאר די מיליטער אלע סארט געצייג פון ערשטע הילף זעקלעך (וואס לויט די רוסישע אפישעלס פעלט נישט אויס...) ביז בייראקטאר דראונס.
צווישן אנדערע האבן זיי שוין מנדב געווען:
איבער 2000 קליינע סארט ציווילע קאמערא דראונס.
איבער 40 גרעסערע מיליטערישע דראונס אין צוגאב צו 6 בייראקטארס.
איבער 500 פיקאפ טראקס אויף וואס זיי לייגן ארויף גרויסע גאנס אדער ראקעטס.
7000 קאמיוניקאציע כלים, פון ראדיאוס ביז ריפיעט אנטענעס וכו'.
איבער 3000 טעכנאלאגישע שפאקטיוון וואס רעכנט אריין night vision און נאך.
איבער 4000 ערשטע הילף זעקלעך, אזוי אויך האבן זיי טרענירט די זעלנער ווי אזוי דאס צו ניצן.
200 טויזנט שאכטלן פון הומאניטארישע הילף.
פארראכטן 2 טאנקן, דריי BMP, איין APC, און נאך א סיסטעם.
אומצאליגע העלמעטס, שוץ וועסטן, קליידער, וכדו'.
די ציפערן זענען פון אוגאסט 15 (דאס איז די לעצטע פון זייער וועבזייטל)
אזוי אויך שטעלן זיי צו מאביל הייזער פאר די וואס האבן פארלוירן הייזער דורכאויס די קריג.
בערך אזוי קוקט אויס זייער מאביל הייזער וואס זיי רופן NEST (גענומען פון זייער וועבזייטל)
- нест_1-min.png (118.44 KiB) געזען 3108 מאל
זיי פארמאגן נאך א פראיעקט וואס זיי רופן די Cotton פראיעקט - Bavovna אין אוקרייניש - די פראיעקט איז געווידמעט פאר סאבאטאזש אקציעס. אנגעבליך איז דאס פאראנטווארטליך פאר די סאבאטאזש אין באלגאראד ווי אויך אין די אקופירטע שטחים. ווען סאבאטאזש ווערט אויסגעפירט, באציען זיך די אוקריינער דערצו אלס א "Bavovna" (קאטאן).
דאס איז א בילד פון די קאטאן פראיעקט... (גענומען פון זייער וועבזייטל)
- бавовна.png (111.88 KiB) געזען 3108 מאל
דאס איז די דעסקריפציע איבער די 'קאטאן פראיעקט' פון זייער וועבזייטל:
There is a Ukrainian saying that happiness is in love with silence.
In this case, certain tasks of The Armed Forces of Ukraine require a maximum degree of secrecy to ensure operational success. Therefore, as much as we would like to share, we cannot disclose details of this particular project at the moment. However, donating to this project is as important as to any other project of our charity fund.
זיי האבן 4 לאגיסטיקס צענטערן איבער אוקריינא, 1 אין פוילן, און די הויפט קווארטיר אין קיעוו. אלעס ווערט געפירט דורך וואלונטירן מיט געלט און נדבות פון ציווילע.