לויט ווי איך פארשטיי האבן זיך די אוקריינאר גענומען אטאקירן ביי אלע דעפענס ליניעס חארקוב, לוהאנסק, דאנעטצק, זאפארעיזשיא, חערסאן. די חברה זענען קאכעדיג. כ'האף זיי זענען נישט צו ווילד אן א שום חשבון, און פשוט אויפגעהייטערט פון די לעצטע נצחונות
פרא-רוסישע באאמטע אין דרום אוקראינא זאגן אז אוקראינאר קרעפטן מאכן נישט קיין שום ווייטערדיגע פארשריט
זיי זאגן אז חרסון איז גענצליך נישט אין געפאר פון פאלן פאר אוקראינא נאר וועט בלייבן מיט אוקראינא. אוקראינער באאמטע האבן געזאגט די לעצטע פאר טעג אז זיי האבן צוריק גענומען ארום 500 סקווער קילאמעטער לענגאויס די גרעניצן פון חרסון און מיקאלאיעוו, אבער זענען נישט אריין אין קיין שום דעטאלן.
--‐----------------
מאסקאווא: אמעריקא האט ארויס געגעבן וויזאס פאר אויסערן מיניסטער לעווראוו און זיין דעלעגאציע צו קענען קומען צו די יו-ען גענעראל פארזאמלונג
די מעלדונג קומט נאכעם וואס מאסקאווא האט אויסגעדרוקט א וויי געשריי אז אמעריקא שלעפט ארום מיט צושטעלן וויזאס פאר די רוסישע דעלעגאציע צו קענען קומען צום פארזאמלונג וואס קומט פאר פון סעפטעמבער 20 ביז סעפטעמבער 26 למס'. אמעריקא איז נישט ערלויבט צוריק צו האלטן פארשטייער פון לענדער פון קומען צו די יו-ען הויפטקווארטי, אפילו אויב זיי זענען אינטער א וויזא פארבאט.