חלום חלמתי האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 8:14 pm
ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑דינסטאג מארטש 21, 2023 12:37 pm
רוסישע פארטיידיגונגס מיניסטער שאגו: די טריט צו א נוקלעארע צוזאמענשטויס ווערן ווייניגער און ווייניגער.
שאגוי געמיינט צו זאגן עס װערט נענטער (ח״ו), װיבאלד מען האלט שוין ביי לעצטע טרעפּ, און ס׳נישטא צופיל מער.
ער האט זיך באצויגן צו די װערטער פון פוטין פריער אין טאג װעלכע האט געזאגט אז אויב ענגלאנד װעט שיקן די אמוניציע פאר זייער טשעלענדזשער־2 טאנקען װעלכע אנטהאלטן די ״דופליטעט אוראניום״ מאטריאל, װעט דאס זיין א נוקלעארע עסקאלאציע מצד ענגלאנד, און רוסלאנד װעט צוריקענטפערן.
די דעפענס מיניסטעריום פון ענגלאנד האט אפּגעענטפערט דערויף, אז דאס איז נאך א רינגעלע אין קייט פון מיסאינפארמאציע מצד רוסלאנד, װיבאלד ענגלאנד נוצט שוין די מאטעריאל פאר צענדליגער יארן, און לויט די יו. ען. גייט דאס ״נישט״ אריין בגדר נוקלעאר װאפן לכל הדיעות. (עס איז אויך נישט שעדליך אויסערליך פון גוף נאר אויב עס גייט אריין אין גוף האט עס העכערע אוסזיכטן צו פאראורזאכן די ביטערע מחלה).
לעװראָװ האט זיך היינט מיטגעכאפּט מיטן באן פונעם נייעם ״טאלקינג פּוינט״ : די בריטישע אמוניציע איז א נייע שטאפל פון נוקלעארע עסקעלאציע אינעם קריג, האט לעװראװ פראקלאמירט.
בריטישער אויסערן מיניסטער האט רעאגירט: עס איז נישטא קיין שום נוקלעארע עסקאלאציע, עס זענען בלויז די רוסן װאס פרובירן צו אנדרייען א קאַשע איבער מכלומרשטע נוקלעארע עסקאלאציעס.
געװענדליך יעדעס מאל װען די רוסישע שרייען ״נוקלעאר עסקאלאציע״ קומט דאס װען זיי ליידן מפלות אדער מאכן נישט קיין פארשריט אויפן שלאכטפעלט.
אגב עס איז בכלל נישט באשטעטיגט אז די סארט אמוניציע ברענגט די מחלה. אבער װאס איז זיכער אז װען די רוסן האבן געשיקט זייערע טרופן צו די ״רויטער װאלד״ אין טשערנאבעל אומבאשיצט, זענען יענע טרופן זיכער געװען אויסגעשטעלט צו עקסטרעמע רעדיאציע, צוליב די רוסישע אומפאראנטװארטליכקייט צו זייער אייגענע טרופן .
קאנדאליזע רייז האט שוין ביים אנהויב מלחמה ארויסגעברענגט די נקודה, אז יעדע שטיק צייט פאברעצירן די רוסן א פרישע טאלקינג פוינט צו העלפן מח װאשעריי פאר א געװיסע אגענדע. זי האט זיך באצויגן איבער די יעצטיגע רוסישע טענה אז זיי פאָרכטן זיך פון נאטא אלץ שכן, זי האט ארויסגעברענגט עס איז א בלויזע פראפאגאנדע שפיעל, װייל פון אירע צענדליגע יארן אין אמט האנדלענדיג מיט די רוסן און מיט פוטין האבן זיי צו איר אויפגעברענגט אסאך פון זייערע טענות, אבער די נאטא שכן טענה איז קיינמאל נישט געװען צװישן זיי, און איז בלויז לעצטנס פאברעצירט געװארן אלץ א טאלקינג פּוינט. זייער ריכטיגער פחד איז אויב זייערע שכנים װעלן האבן בליענדע דעמאקראטישע סיסטעם, און דאס קען אריבערבלאזן אזעלכע װינטען קיין רוסלאנד.
לעװראװ ביי זיין נוקלעאר עסקאלאציע באשולדיגונגען
געלט פארלוירן האלב פארלוירן, מוט פארלוירן אלעס פארלוירן. בשם אומרו: פארקאש טליתים.