אושפיזין האט געשריבן:פילע באריכטן אז די רוסן האבן איבערגעלאזט די פאזיציעס צפון חערסאן כדי נישט צו ווערן ענסירקעלט.
שטארק נישט מסתבר ווייל זיי האבן נישט נאך א דעפענס ליניע ביז די אינגאלעטס ריווער, איז וואס איז זייער פלאן מיטן פארלאזן. געבן גאנץ צפון חערסאן ראיאן ביז די אינגאלעטס ריווער פאר די אוקריינאר אויף א גאלדענעם טאץ...?
די באריכטן קוקן אויס צו זיין ריכטיג.
די אוקריינאר זענען שוין אריין אין STOROSILLYA און אין VELYKA ALEKSANDRIVKA וואס דאס איז מער צפון מערב חערסאן ראיאן. (און דאס איז מזרח דרום אינגאלעטס ריווער,) דעווידיוו בריד וואס מ'שלאגט זיך שוין א חודש צייט פון אנהייב די קאנטאר אפענסיווע זענען די רוסן אויך אנטלאפן און די אוקריינאר זענען שוין אינעווייניג.
ס'איז כמעט אוממעגליך (לענ''ד) אז די רוסן זאלן קענען שטעלן נאך א דעפענס ליניע ביז ממש אראפ דרום ביים אינגאלעטס ריווער וואס לויפט דורך די גאנצע ברייט פון די חערסאן ראיאן און האקט אפ די צפון חערסאן פון חערסאן סיטי. דאס מיינט אז די אוקריינאר גייען איבערנעמען רוב שטח פון חערסאן ראיאן אין די קומענדיגע וואך.
ביז עולם קומט אן א שטיקל מאפע.
די שווארצע ליניע איז די אינגאלעטס ריווער
די בלויע ליניע איז די פרישע ליניעס ווי די אוקריינאר זענען
אונטן די רויטע סוירקל איז די מעין גאול פאר די אוקריינאר, דארט איז די נאווא קאווקא דעם אריבערגאנג.
די אויבערשטע רויטע סוירקל איז דעווידיוו בריד
- חערסאן ראיאן.PNG (305.62 KiB) געזען 4864 מאל
-----
נישט פארגעסן דאס איז די מאנגאליאן טאקטיק.......