וואס נאך האט מדינת ישראל געקענט טוהן השתדלות, צו ראטעווען אלטע פיקסלער?בערך 9 חדשים צוריק האט מדינת ישראל געחתמ'ט, אז זיי זענען גרייט צו ארייננעמען אלטע פיקסלער אין שפיטאל אין א''י,
און געבעטן ענגלאנד צו לאזן די קינד גיין צו א''י.
שפעטער האט אויך אמעריקע געטוהן אזוי.
די לעצטע 3 חדשים האט ר' ישראל אייכלר און משפחת פיקסלער געהאט טענות אז מדינת ישראל טוט נישט גענוג השתדלות צו ברענגן די קינד צו א''י.
אסאך יודן האבן זיך געואונדערט: וואס נאך קען מדינת ישראל טוהן דא? ענגלאנד האלט זיך ביים בייגען כי הוא זה?
יעצט פארשטיי איך שוין וואס איז געשעהן..
די לויערס אין ענגלאנד האבן לעצטענס געטראפן א מהלך, וויאזוי צו צווינגען ענגלאנד צו ארויסלאזען אלטע.
אז אויב מדינת ישראל נעמט אלטע'ס טאטע אדער מאמע אלס א ''דיפלאמאט'' אין מדינת ישראל, וועט ענגלאנד לכאורה מיזן ארויסלאזען אלטע מיט איהרע עלטערן קיין א''י.
זעהט אויס אז מדינת ישראל האט נישט געהאלטן ביים נעמען אלטע'ס טאטע אלס א דיפלאמאט..
איי פארוואס זאל נישט אמעריקע נעמען אלטע'ס טאטע אלס א דיפלאמאט? זעהט אויס אז דאס קען מען נישט אלעדיגן.-
הרב טוביה פריינד פון המודיע [סגן ראש העיר ביתר] איז דאס מסביר אויף די קול מבשר inteview.
https://www.yiddish24.com/interviews/12/48879הרב טוביה פריינד איז אריינגעמישט געווארן אין דעהר מצוה, דורך זיין ידיד, הנגיד Moshe Morris הי''ו פון גאלדערס גרין