קליינטשיגער האט געשריבן:שכוח היכי, הערליך צונומען די זאך, איך בין אסאך קלארערע געווארן פארוואס אמעריקע וועט יא מוזן זיך אריינמישן אין א קריג צווישן די צוויי, איין זאך פארשטיי איך נישט, דו זאגסט עטליכע מאל אז טשיינע האט נישט די עקוויפמענט צו פירען אזא קריג, זיי האבן נישט די טראנספארט שיפן, זיי האבן מער מענטשן ווי געווער, זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו פארלירען פליגערס אין א קריג בשעת זיי דארפן דאס וויכטיג האבן ביי די גרעניצן מיט אנדערע לענדער, כהער... אבער פארוואס פארשטייסטו נישט אז אין א שעת מלחמה וועט טשיינע קענען אהער שטעלן וואס אמעריקע האט אהער געשטעלט ביים צווייטען וועלט מלחמה, די גאנצע אינדוסטריעל ארבעטס קראפט וועט אריינגעוואפן ווערן צו ארבעטן און פראדיצירען געווער און מאשינערי פאר די מיליטער, זיי האבן א מאסיווע ארבעטס קראפט וואס היסטארי האט נאך נישט געזען, גיי קוק וואס אמעריקע האט דעליווערט 75 יאר צוריק, דו וועסט אנהייבן שוויצן ביים טראכטן וואס טשיינע איז קעיפעבל אין יארע 2021.
אדרבה קלער מיר אויף פארקערט, קען זיין איך פארפאס עפעס.
דו האסט א מורא'דיגע פונקט. נישט נאר דאס, דו האסט טאקע אפילו געטוישט מיין מיינונג אביסל איבער כינע. זיי זענען טאקע יא זייער שטארק אין דעם הינזיכט, און דאס גייט טאקע טיילן פעטש פאר אמעריקע אין א לאנג פארצויגענע מלחמה. פאר טייוואן מאכט די נקודה נישט אויס ווייל מיט טייוואן איז עס נישט א קשיא פון צייט אדער געצייג נאר פון סטראטעגיע, און סטראטעגיש האט טייוואן דאס אויבערהאנט, קיין חילוק.
אבער ווען אמעריקע גייט אין קריג וועט דאס טאקע געבן א שטארקע אויבערהאנט פאר כינע. איך בין מסכים.
אבער אויב מ'וויל אריינקריכן און פרובירן צו טרעפן שוואכקייטן, קען מען עס אויסשמוסען.
איז אזוי, כינע האט איצט א ריזן ארבעט'ס קראפט, אבער ווער צאלט די ארבעטער? יא, כינע האט אסאך אייגענע פירמעס, אבער ווער צאלט די געהאלטן פאר די גרעסטע חלק פון זייער ארבעט'ס קראפט? אמעריקאנער אדער אנדערע מערב לענדער פירמעס. ווער גייט צאלן די ארבייטער איינמאל אלע אויסלאנד פירמעס פוצן אפ? (געצוואונגענע ארבעט גייט זיי נאר שאטן, אז דו צווינגסט דעם סאלדאט'ס מאמע צו ארבעטן אומזיסט, גייט דער סאלדאט נישט קעמפן..).
א גרויסע חלק פון כינע'ס פארמעגן קומט פון עקספארט. אויב זיי זענען אין מלחמה און זיי וועלן נישט קענען עקספארטירן, גייען זיי פארלירן זייער אסאך געלט. א ריזן חלק פון די המון עם איז ביטער ארים און לעבט צוריק געשטאנען אין דערפער, זיי צאלן נישט קיין טעקסעס, די גרויסע קארפאראציעס צאלן די טעקסעס. ווי אויך איז כינע א חלק פון די אמעריקאנער סטאק מארקעט (זיי האבן אן אייגענע אויך..), אין מלחמה וועלן אלע זייערע קארפאראציעס פליען פון די וועלטליכע סטאק מארקעטס, אמעריקע וועט פרירן די געלטער וואס די קארפאראציעס האבן דא צב"ש די סטאקס פון כינעזע קארפאראציעס וואס אמעריקאנער בירגער באזיצן. בקיצור, ווער גייט צאלן די ארבעט'ס קראפט און ווער גייט אויסהאלטן די רעגירונג.
משא"כ אמעריקע אין די מלחמה יארן האבן געהאט אן אנדערע סיסטעם. קודם צאלט יעדער שטייער, און דערנאך כדי צו באצאלן די מאטריאלן און די ארבעטער האט אמעריקע פארקויפט באנדס. באנדס אין קורצן מיינט אז דו גיבסט געלט פאר די רעגירונג, די רעגירונג גיבט דיר א סערטיפיקאט וואס ווייזט אז דו האסט באצאלט און א יעדעס יאר וואס דורך זאמעלט דער קויפער אן אינטערעסט. נאך 10-15 יאר ברענגט ער די באנד צו דער רעגירונג, און די רעגירונג גיבט איהם דאס געלט וואס ער האט געצאלט מיט ריבות.
דער עולם האט געקויפט הונדערט דאלארדיגע באנדס אין די מאסן. רייכע, גאר רייכע אמעריקאנער האבן אויך געקויפט, א שטייגער ווי בעזאס, געיטס, מאָסק, א.א.וו. א מלחמה קאסט געלט, און אמעריקע האט אזוי אויסגעצאלט די מלחמה.
ווער גייט קויפן די כינעזע באנדס ווען דער עולם איז אזוי ארים? וועלכע עשירים גייען אינוועסטירן אין די מלחמה ווען רוב עשירים וואוינען אין די מערב וועלט?
אבער, נאך אלעם קען מען נישט אונטערשאצן זייער ארבעט'ס קראפט און די כינעזע וועלן זיך אן עצה געבן. ס'איז אבער גוט צו ציען א פארגלייך צווישן אמעריקע ביי די צווייטע וועלט מלחמה און כינע איצט.
(די אמעריקאנע באנדס וואס כינע באזיצט איז א נושא פאר זיך..)
טראק דרייווער האט געשריבן:היכי, אויב כינע האט אזוי שטארק וואס מורא צו האבן פאר א קריג, דאן פארוואס זאל מען בכלל טראכטן אז עס גייט געשעהן? ווי איך פארשטיי פון דיינע הערליכע אנאליזן, אז א מלחמה גייט נישט פארקומען, ווייל קיינער קען דאס נישט דערהייבן.
מים חיים האט געשריבן:ווייל אין דעם גאנצן אשכול איגנארירט מען די עיקר וואס באדערט פאר כינע מיט טאיוואן'ס זעלבשטענדיקייט
סשטעלט אין שאטן זייער גאנצע אידילאגיע, אז מען זעט אז די חלק וואס פירט זיך דעמאקראטיש איז פיין מצליח, און די אינגע דור כינעזער קוקן זיך צו דערצו, און סשמעקט זיי גאנץ פיין די ווירטשאפט דארט
( @פאלעקס איך בעט דיר שוין איבער... )
ר' טרעקל, ש'כח פאר דיין קאמפלימענט, און מים חיים האט טאקע ריכטיג גענטפערט, לדעתי.
ווי אויך, איך האלט גאר שטארק אז כינע וועט יא אטאקירן טייוואן, און אז עס גייט זיין א וועלט מלחמה אין אונזערע צייטן (ה"י, איך האף אז איך בין נישט גערעכט). דאס איז א בירגער קריג, און כינע איז איבער אלעם געבויט אויף אידעלאגיע, זשי זשינפינג איז גאר א שטארקע אידיאלאג. ווען זשינפינג איז געווען א בחור (טיענעידזשער בלע"ז), האט זיין פאטער, זאנגזשאן, געפירט די 'פראפאגאנדע' אפטיילונג פון די כינעזער רעגירונג. עס איז פארגעקומען א שטיקל רעוואלוציע אינערהאלב די קאמיוניסטישע רעגירונג און מ'האט באשולדיגט זשינפינג'ס פאטער, זאנגזשאן, מיט'ן 'פרובירן אונטערצוברענגען די פארטיי'. קודם האט מען איהם ארויסגעווארפן פון זיין הויז (אינאיינעם מיט זשינפינג) און צוגענומען אלע זיינע אמטן. ער האט געטריבן צייט און טורמע אריין און ארויס, שפעטער האט מען איהם (אינאיינעם מיט זשינפינג) משלח געווען צו א פארשטופטע ארט אין כינע וואו ער אין זיין פאמיליע האבן פיין געליטן (שטייצעך, אינאיינעם מיט זשינפינג..). צום סוף, בערך 10 יאר שפעטער, האט מען איהם צוריק געלאזט אין די רעגירונג ווי ער האט אויסגעדינט זיינע יארן.
זשינפינג האט דאס אלע מיטגעמאכט אבער דאך האט ער נישט פארלוירן זיין גלויבונג אין קאמיוניזם. פארקערט, ער איז געגאנגען אין א שטארק קאמיוניסטישע שולע צו שטודירן, געדינט אין מיליטער, און דערנאך געקראכן דעם לייטער ביז ער איז געווארן פרעזידענט פון כינע. ער איז נאכאלס א שטארקע אידיאלאג וואס וויל שטערקער מאכן כינע אויפ'ן קאמיוניסטישע מהלך און ער זעהט דעמאקראטיע און קאפיטאליזם אלץ א שלעכטע, אומ-מאראלישע וועג. ער וויל ברענגן כינע צום שפיץ פון די וועלט מיט קאמיוניזם. פוי צו דעמאקראטיע...
זשינפינג האט עטליכע מאל צוגעזאגט זיין פארטיי אז ער וועט פאראייניגן טייוואן מיט כינע, ער זעהט דאס אלץ א פליכט וויבאלד טייוואן ברויך זיין אויף די ריכטיגע דרך וואס איז קאמיוניזם! אויב וויל ער נישט פליען פון זיין אייגענע פארטיי אזוי ווי זיין טאטע, וועט ער מוזן עפעס טאן וועגן טייוואן.
--------
מיינע מיינונגען האבן גארנישט מיט פאליטיק.