כינע-טאיוואן קריזיס - בלויז נייעס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מים חיים האט געשריבן:ווייל אין דעם גאנצן אשכול איגנארירט מען די עיקר וואס באדערט פאר כינע מיט טאיוואן'ס זעלבשטענדיקייט
סשטעלט אין שאטן זייער גאנצע אידילאגיע, אז מען זעט אז די חלק וואס פירט זיך דעמאקראטיש איז פיין מצליח, און די אינגע דור כינעזער קוקן זיך צו דערצו, און סשמעקט זיי גאנץ פיין די ווירטשאפט דארט

( @פאלעקס איך בעט דיר שוין איבער... )

ש'כח פארן איבערבעטן, כ'מיין אבער אז אנשטאט כ'זאל איבערשרייבן קען דער ציבור איבערליינען
newsman
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 17, 2014 10:10 am

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך newsman »

כינעזער רעזשים רייצט זיך מיט אמעריקע נאכ'ן דורכפירן סוקסעספולע טעסט אויף נייע הייפער-סאניק מיסיל‎‎: עס איז נעכטן באַריכטעט געוואָרן אַז די כינעזער מיליטער האָט געטעסט אַזאַ סאָרט נייע פאָרגעשריטענע וואָפן, און אין די סטעיטמענט זאָגט כינע אַז אַמעריקע'ס אימעדזש אַלס שטאַרקער פון יעדע לאַנד, איז געוואָרן אָפּגעשוואַכט. באַזונדער הערט מען פון אַמעריקאַנער שפּיאָנאַזש באַאַמטע, אַז זיי זענען געכאַפּט געוואָרן אין טאָטאַלע שאָק אַז כינע האָט שוין דערגרייכט צו פולקאָמער הייפּער-סאָניק מיסיל טעכנאָלאָגיע.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/48670
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

קליינטשיגער האט געשריבן:שכוח היכי, הערליך צונומען די זאך, איך בין אסאך קלארערע געווארן פארוואס אמעריקע וועט יא מוזן זיך אריינמישן אין א קריג צווישן די צוויי, איין זאך פארשטיי איך נישט, דו זאגסט עטליכע מאל אז טשיינע האט נישט די עקוויפמענט צו פירען אזא קריג, זיי האבן נישט די טראנספארט שיפן, זיי האבן מער מענטשן ווי געווער, זיי קענען זיך נישט ערלויבן צו פארלירען פליגערס אין א קריג בשעת זיי דארפן דאס וויכטיג האבן ביי די גרעניצן מיט אנדערע לענדער, כהער... אבער פארוואס פארשטייסטו נישט אז אין א שעת מלחמה וועט טשיינע קענען אהער שטעלן וואס אמעריקע האט אהער געשטעלט ביים צווייטען וועלט מלחמה, די גאנצע אינדוסטריעל ארבעטס קראפט וועט אריינגעוואפן ווערן צו ארבעטן און פראדיצירען געווער און מאשינערי פאר די מיליטער, זיי האבן א מאסיווע ארבעטס קראפט וואס היסטארי האט נאך נישט געזען, גיי קוק וואס אמעריקע האט דעליווערט 75 יאר צוריק, דו וועסט אנהייבן שוויצן ביים טראכטן וואס טשיינע איז קעיפעבל אין יארע 2021.

אדרבה קלער מיר אויף פארקערט, קען זיין איך פארפאס עפעס.

דו האסט א מורא'דיגע פונקט. נישט נאר דאס, דו האסט טאקע אפילו געטוישט מיין מיינונג אביסל איבער כינע. זיי זענען טאקע יא זייער שטארק אין דעם הינזיכט, און דאס גייט טאקע טיילן פעטש פאר אמעריקע אין א לאנג פארצויגענע מלחמה. פאר טייוואן מאכט די נקודה נישט אויס ווייל מיט טייוואן איז עס נישט א קשיא פון צייט אדער געצייג נאר פון סטראטעגיע, און סטראטעגיש האט טייוואן דאס אויבערהאנט, קיין חילוק.

אבער ווען אמעריקע גייט אין קריג וועט דאס טאקע געבן א שטארקע אויבערהאנט פאר כינע. איך בין מסכים.

אבער אויב מ'וויל אריינקריכן און פרובירן צו טרעפן שוואכקייטן, קען מען עס אויסשמוסען.

איז אזוי, כינע האט איצט א ריזן ארבעט'ס קראפט, אבער ווער צאלט די ארבעטער? יא, כינע האט אסאך אייגענע פירמעס, אבער ווער צאלט די געהאלטן פאר די גרעסטע חלק פון זייער ארבעט'ס קראפט? אמעריקאנער אדער אנדערע מערב לענדער פירמעס. ווער גייט צאלן די ארבייטער איינמאל אלע אויסלאנד פירמעס פוצן אפ? (געצוואונגענע ארבעט גייט זיי נאר שאטן, אז דו צווינגסט דעם סאלדאט'ס מאמע צו ארבעטן אומזיסט, גייט דער סאלדאט נישט קעמפן..).

א גרויסע חלק פון כינע'ס פארמעגן קומט פון עקספארט. אויב זיי זענען אין מלחמה און זיי וועלן נישט קענען עקספארטירן, גייען זיי פארלירן זייער אסאך געלט. א ריזן חלק פון די המון עם איז ביטער ארים און לעבט צוריק געשטאנען אין דערפער, זיי צאלן נישט קיין טעקסעס, די גרויסע קארפאראציעס צאלן די טעקסעס. ווי אויך איז כינע א חלק פון די אמעריקאנער סטאק מארקעט (זיי האבן אן אייגענע אויך..), אין מלחמה וועלן אלע זייערע קארפאראציעס פליען פון די וועלטליכע סטאק מארקעטס, אמעריקע וועט פרירן די געלטער וואס די קארפאראציעס האבן דא צב"ש די סטאקס פון כינעזע קארפאראציעס וואס אמעריקאנער בירגער באזיצן. בקיצור, ווער גייט צאלן די ארבעט'ס קראפט און ווער גייט אויסהאלטן די רעגירונג.

משא"כ אמעריקע אין די מלחמה יארן האבן געהאט אן אנדערע סיסטעם. קודם צאלט יעדער שטייער, און דערנאך כדי צו באצאלן די מאטריאלן און די ארבעטער האט אמעריקע פארקויפט באנדס. באנדס אין קורצן מיינט אז דו גיבסט געלט פאר די רעגירונג, די רעגירונג גיבט דיר א סערטיפיקאט וואס ווייזט אז דו האסט באצאלט און א יעדעס יאר וואס דורך זאמעלט דער קויפער אן אינטערעסט. נאך 10-15 יאר ברענגט ער די באנד צו דער רעגירונג, און די רעגירונג גיבט איהם דאס געלט וואס ער האט געצאלט מיט ריבות.

דער עולם האט געקויפט הונדערט דאלארדיגע באנדס אין די מאסן. רייכע, גאר רייכע אמעריקאנער האבן אויך געקויפט, א שטייגער ווי בעזאס, געיטס, מאָסק, א.א.וו. א מלחמה קאסט געלט, און אמעריקע האט אזוי אויסגעצאלט די מלחמה.

ווער גייט קויפן די כינעזע באנדס ווען דער עולם איז אזוי ארים? וועלכע עשירים גייען אינוועסטירן אין די מלחמה ווען רוב עשירים וואוינען אין די מערב וועלט?

אבער, נאך אלעם קען מען נישט אונטערשאצן זייער ארבעט'ס קראפט און די כינעזע וועלן זיך אן עצה געבן. ס'איז אבער גוט צו ציען א פארגלייך צווישן אמעריקע ביי די צווייטע וועלט מלחמה און כינע איצט.

(די אמעריקאנע באנדס וואס כינע באזיצט איז א נושא פאר זיך..)

טראק דרייווער האט געשריבן:היכי, אויב כינע האט אזוי שטארק וואס מורא צו האבן פאר א קריג, דאן פארוואס זאל מען בכלל טראכטן אז עס גייט געשעהן? ווי איך פארשטיי פון דיינע הערליכע אנאליזן, אז א מלחמה גייט נישט פארקומען, ווייל קיינער קען דאס נישט דערהייבן.

מים חיים האט געשריבן:ווייל אין דעם גאנצן אשכול איגנארירט מען די עיקר וואס באדערט פאר כינע מיט טאיוואן'ס זעלבשטענדיקייט
סשטעלט אין שאטן זייער גאנצע אידילאגיע, אז מען זעט אז די חלק וואס פירט זיך דעמאקראטיש איז פיין מצליח, און די אינגע דור כינעזער קוקן זיך צו דערצו, און סשמעקט זיי גאנץ פיין די ווירטשאפט דארט

( @פאלעקס איך בעט דיר שוין איבער... )

ר' טרעקל, ש'כח פאר דיין קאמפלימענט, און מים חיים האט טאקע ריכטיג גענטפערט, לדעתי.

ווי אויך, איך האלט גאר שטארק אז כינע וועט יא אטאקירן טייוואן, און אז עס גייט זיין א וועלט מלחמה אין אונזערע צייטן (ה"י, איך האף אז איך בין נישט גערעכט). דאס איז א בירגער קריג, און כינע איז איבער אלעם געבויט אויף אידעלאגיע, זשי זשינפינג איז גאר א שטארקע אידיאלאג. ווען זשינפינג איז געווען א בחור (טיענעידזשער בלע"ז), האט זיין פאטער, זאנגזשאן, געפירט די 'פראפאגאנדע' אפטיילונג פון די כינעזער רעגירונג. עס איז פארגעקומען א שטיקל רעוואלוציע אינערהאלב די קאמיוניסטישע רעגירונג און מ'האט באשולדיגט זשינפינג'ס פאטער, זאנגזשאן, מיט'ן 'פרובירן אונטערצוברענגען די פארטיי'. קודם האט מען איהם ארויסגעווארפן פון זיין הויז (אינאיינעם מיט זשינפינג) און צוגענומען אלע זיינע אמטן. ער האט געטריבן צייט און טורמע אריין און ארויס, שפעטער האט מען איהם (אינאיינעם מיט זשינפינג) משלח געווען צו א פארשטופטע ארט אין כינע וואו ער אין זיין פאמיליע האבן פיין געליטן (שטייצעך, אינאיינעם מיט זשינפינג..). צום סוף, בערך 10 יאר שפעטער, האט מען איהם צוריק געלאזט אין די רעגירונג ווי ער האט אויסגעדינט זיינע יארן.

זשינפינג האט דאס אלע מיטגעמאכט אבער דאך האט ער נישט פארלוירן זיין גלויבונג אין קאמיוניזם. פארקערט, ער איז געגאנגען אין א שטארק קאמיוניסטישע שולע צו שטודירן, געדינט אין מיליטער, און דערנאך געקראכן דעם לייטער ביז ער איז געווארן פרעזידענט פון כינע. ער איז נאכאלס א שטארקע אידיאלאג וואס וויל שטערקער מאכן כינע אויפ'ן קאמיוניסטישע מהלך און ער זעהט דעמאקראטיע און קאפיטאליזם אלץ א שלעכטע, אומ-מאראלישע וועג. ער וויל ברענגן כינע צום שפיץ פון די וועלט מיט קאמיוניזם. פוי צו דעמאקראטיע...

זשינפינג האט עטליכע מאל צוגעזאגט זיין פארטיי אז ער וועט פאראייניגן טייוואן מיט כינע, ער זעהט דאס אלץ א פליכט וויבאלד טייוואן ברויך זיין אויף די ריכטיגע דרך וואס איז קאמיוניזם! אויב וויל ער נישט פליען פון זיין אייגענע פארטיי אזוי ווי זיין טאטע, וועט ער מוזן עפעס טאן וועגן טייוואן.

--------

מיינע מיינונגען האבן גארנישט מיט פאליטיק.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

היכי ברענגט עס גאר גוט ארויס, און יותר ממה שכתוב יש כאן

די נקודה איז, אז מקען נישט בלויז קוקן וויפיל כינע קען דערלייגן פון אזא קריג, נאר אויך וואס טרייבט זיי דערצו און ווי א שטארקע אינטערעס זיי האבן
(איך מיין אז איך האב דורכגעלייענט די גאנצע אשכול און מען האט כמעט נישט גערעדט דערפון )

שוין גאר אסאך מאל געווען אין היסטאריע, אז שוואכערע לענדער זאלן גיין אין מלחמה מיט שטערקערע ווי זיי, אויב די קעניג אדער די פאלק האט עס גענוג שטארק געברענט
( אפילו פון ריסענט היסטערי קען מען ברענגען אסאך ראיות)
און שוין געווען וואס זיי האבן באזיגט אויך, אזוי האבן זיך כסדר געטוישט אימפעריעס
בנוסף לזה איז אין אונזער פאל נישט אזוי זיכער אז טאיוואן האט טאקע א שטערקערע מיליטער ווי כינע... כאטש זיי האבן אסאך עדווענטעדזשעס
אבער די זיכערקייט אז כינע וועט זיך נישט וואגן צו אנפאנגען מיט טאיוואן, איז לדעתי ווישפול טינקינג

@פאלעקס אונז קען מיר עגריען צו דיסעגריען
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מים חיים, גוט געזאגט. ס'מיר בכלל נישט בייגעפאלן אז דער עולם האט אויסגעטייטשט אז איך זאג אז כינע וועט זיך נישט דערוואגן. גאר, גאר פארקערט....
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

היכי קומט אריין אזוי מין קלאר. איך זע נישט וויאזוי מען קען גיין נאך קלארער WOW!

האסט זייער גוט מסביר געווען פארוואס טשיינע וואלט געהאט שוועריקייטן אויפצובויען א ריזיגן מיליטער פון סופלייס און וואפן אין א שאס, איינמאל א מלחמה איז אין קראפט.

איך טראכט נאך א נקודה, אז אמעריקע קען היינט אטאקירן און דעסטרויען טשיינער אינטערעסן, שנעלער ווי דייטשלאנד האט געקענט קעגן אמעריקע פאר פינף און זיבעציג יאר צוריק. אלזא האט אמעריקע דעמאלט זיכער געהאט מער צייט זיך צוצוגרייטן ווי טשיינע זאל ווען היינט האבן, איינמאל אמעריקע באשליסט צו גיין אין קריג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

@היכי, הערליך געשריבן

בנוגע דיין נקודה אז מקען נישט צווינגען צו ארבעטן פאר די רעגירונג זעהט מען אז איר זענט אויפגעוואקסן אין די פרייע וועלט...
ליין אביסל פון די סאוויעטישע סטאלינגראד מלחמה וויאזוי די קאמאנדירן זענען געשטאנען פון הינטערוויילעכץ און נאכגעשאסן די קווענקלענדיגע סאלדאטן

אין יענע לענדער העט מען אויסהארגענען דריי פערטל באפעלקערונג פאר די פירערס קאפריזן, אייגענטליך סמאכט זיי גרינגער צו הערשן איבער די באפעלקערונג

אמעריקע איז היינט אין אסאך אן ערגערער מצב ווי 1940 למספרם, סאיז נישט דא די אינפראסטרוקטור פאר רוב וויכטיגע סופלייען וואס פעלט זיך אויס פאר מלחמה, בעיקר א דאנק די קלינטאן פרעזידענטשאפט וועלכע האט איבערגעטוישט די אמעריקאנער עקאנאמיע צו א ריין אימפארט עקאנאמיע

אין גרויס טייל איז עס אויכעט צו פארדאנקען די אלע א"ג ארבעטער רעכטן געזעצן, ווי כאילו יעצט לעבן שוין דיע מענטשן א רואיג לעבן.. אלע זייערע ארבעטס געלעגנהייטן האבן זיך פארמאכט און אחרי ככלות הכל אביוזד מען נאכאלץ די ביליגע ארבעטער.. נאר דאסמאל איז עס אין טשיינע אנשטאט אמעריקע..

עכ"פ, אין פאל פון מלחמה האט נישט אמעריקע די מינימום אינפרוסטרוקטור פאר אייגענע פראדוקציע, אנדערש ווי ביי די וועלטס קריג
און טשיינע האט א מאנסטערישע ארבעטס קראפט און גוט אויפגעסעטע אטאמאזירטע פארבריק אינפרוסטרוקטור, אסאך בעסער און שטערקער ווי סיי וועלכע לאנד אין היסטאריע
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

פעיק, קודם ש'כח פאר אזא מאסיווע קאמפלימענט. די ספעציפישע נושא פון כינע-טייוואן בפרטיות און כינע בכלליות אין שייכות מיט אמעריקע טראכט איך שוין זייער לאנג פון. איך גלייך צו ליינען דערפון און וואס עס גייט אלס פאר ווייל איך האלט באמת אז כינע קען זיין די גרעסטע סכנה פאר די וועלט (א שאד, א כינע וואס האט די זעלבע ווירדן אדער כאטשיג אינטערעסן ווי אמעריקע, וואלט געווען מעכטיג), און אז טייוואן זאל מען באשיצן פשוט ווייל זיי האבן אזוי לאנג אנגעהאלטן מיט דעמאקראטיע און געוויזן וואס א קליינע אינזל קען טון אפילו אז קיינער אין דער וועלט אנערקענט זיי נישט אפיציעל.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

מסתמא האט געשריבן:@היכי, הערליך געשריבן

בנוגע דיין נקודה אז מקען נישט צווינגען צו ארבעטן פאר די רעגירונג זעהט מען אז איר זענט אויפגעוואקסן אין די פרייע וועלט...
ליין אביסל פון די סאוויעטישע סטאלינגראד מלחמה וויאזוי די קאמאנדירן זענען געשטאנען פון הינטערוויילעכץ און נאכגעשאסן די קווענקלענדיגע סאלדאטן

אין יענע לענדער העט מען אויסהארגענען דריי פערטל באפעלקערונג פאר די פירערס קאפריזן, אייגענטליך סמאכט זיי גרינגער צו הערשן איבער די באפעלקערונג

אמעריקע איז היינט אין אסאך אן ערגערער מצב ווי 1940 למספרם, סאיז נישט דא די אינפראסטרוקטור פאר רוב וויכטיגע סופלייען וואס פעלט זיך אויס פאר מלחמה, בעיקר א דאנק די קלינטאן פרעזידענטשאפט וועלכע האט איבערגעטוישט די אמעריקאנער עקאנאמיע צו א ריין אימפארט עקאנאמיע

אין גרויס טייל איז עס אויכעט צו פארדאנקען די אלע א"ג ארבעטער רעכטן געזעצן, ווי כאילו יעצט לעבן שוין דיע מענטשן א רואיג לעבן.. אלע זייערע ארבעטס געלעגנהייטן האבן זיך פארמאכט און אחרי ככלות הכל אביוזד מען נאכאלץ די ביליגע ארבעטער.. נאר דאסמאל איז עס אין טשיינע אנשטאט אמעריקע..

עכ"פ, אין פאל פון מלחמה האט נישט אמעריקע די מינימום אינפרוסטרוקטור פאר אייגענע פראדוקציע, אנדערש ווי ביי די וועלטס קריג
און טשיינע האט א מאנסטערישע ארבעטס קראפט און גוט אויפגעסעטע אטאמאזירטע פארבריק אינפרוסטרוקטור, אסאך בעסער און שטערקער ווי סיי וועלכע לאנד אין היסטאריע

דו ביסט זייער, זייער גערעכט. סיי אז אמעריקע האט נישט די יכולת איינצושפאנען די באפעלקערונג ווי ביי די מלחמה, און סיי אז מ'האט אריבערגעפירט די ארבעטער אביוז צו כינע.. א ביטערע געלעכטער.

וועגן דעם האב איך טאקע געשריבן אז כינע וועט זיך אן עצה געבן, און אז דאס איז יא א גרויסע געפאר פאר אמעריקע.

אבער לגבי געצוואונגענע ארבעט'ס קראפט בין איך מחולק. די כינעזער וואס ארבעטן איצט זענען שוין צוגעוואוינט צו א בעסערע לעבן ווען די אמעריקאנער פארבריקן צאלן כאטשיג עפעס, זיי האבן שוין אסאך מער קולטורעלע אויסטויש מיט די מערב וועלט. עס וועט נישט זיין גרינג צוריק צו דרייען די זייגער.

סטאלינגראד איז נישט קיין רייע ווייל די רוסישע האבן געציטערט פון די נאציס. די נאציס האבן געשחט'ן און געפייניגט אלע געפאנגענע רוסישע סאלדאטן. נו, אז מ'שיסט איהם פון אונטער און פון פארענט וועט ער כאטשיג קעמפן קעגן די נאציס. אבער די כינעזער סאלדאטן וועלן זיך סך הכל דארפן אונטערגעבן צו די אמעריקאנער, טייוואנער... און מ'וועט זיי אויפנעמען מיט אפענע ארעמס.

ש'כח פאר די קאמפלימענט.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מיין מיינונג - קיין קריג. אנאליז וועט בעזר השם נאכפאלגן
אוועטאר
אברהם העיברי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם העיברי »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:מיין מיינונג - קיין קריג. אנאליז וועט בעזר השם נאכפאלגן

כבוד הרב. מיר ווארטן…
(נ.ב. כשרייב נישט קיין סאך, אבער דער אשכול איז עפעס זאפטיגער פון זאפטיג. שכח פאר אלא מגיבים דא).
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אברהם העיברי האט געשריבן:

נעוואדאי ר' אברהם. און האט איר יא אמאל וואס צו שרייבן, שעמט אייך ניט..
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אברהם העיברי האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:מיין מיינונג - קיין קריג. אנאליז וועט בעזר השם נאכפאלגן

כבוד הרב. מיר ווארטן…
(נ.ב. כשרייב נישט קיין סאך, אבער דער אשכול איז עפעס זאפטיגער פון זאפטיג. שכח פאר אלא מגיבים דא).

איך מוז מיר אנטשולדיגן, כ'האב כמעט נישט מגיב געווען נעכטן און היינט, נעכטן צוליב קאפווייטאג, און היינט עיין בחתימתי, מיין קאפ איז כלל וכלל נישט געווען ביי מיר - ניטאמאל אין געגנט!
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

השם ינקום דמה!
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
אברהם העיברי האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:מיין מיינונג - קיין קריג. אנאליז וועט בעזר השם נאכפאלגן

כבוד הרב. מיר ווארטן…
(נ.ב. כשרייב נישט קיין סאך, אבער דער אשכול איז עפעס זאפטיגער פון זאפטיג. שכח פאר אלא מגיבים דא).

איך מוז מיר אנטשולדיגן, כ'האב כמעט נישט מגיב געווען נעכטן און היינט, נעכטן צוליב קאפווייטאג, און היינט עיין בחתימתי, מיין קאפ איז כלל וכלל נישט געווען ביי מיר - ניטאמאל אין געגנט!

ס'אי זא שטארקע קאמפלימענט פאר אייך אז איר שרייבט נאר ווען איר האטדי קאפ אויף אייך.
ס'דא וואס האלטן אז דאס איז קעגן דער מנהג המקום
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

אויל אויל אויל אויל אויל
כינע האט נישט קיין ברעקל דערפון און אימפארטירט אלעס פון אנדערע לענדער
אז עס איז נישט דא קיין געזאלין פארט נישט דער מאשין
דאס לייגט טשיינע אין א מורא'דיגע דיסענדווענטעדזש
טייואן דארף האבן א מהלך פלעין אפצוהאלטן אויל אין דעטס איט
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:אויל אויל אויל אויל אויל
כינע האט נישט קיין ברעקל דערפון און אימפארטירט אלעס פון אנדערע לענדער
אז עס איז נישט דא קיין געזאלין פארט נישט דער מאשין
דאס לייגט טשיינע אין א מורא'דיגע דיסענדווענטעדזש
טייואן דארף האבן א מהלך פלעין אפצוהאלטן אויל אין דעטס איט

א גאר שטארקע פונקט. אבער רוסלאנד קען מאכן פראבלעמען, און כינע האט זיך שוין משדך געווען מיט איראן און ווענעזועלע צו באקומען אויל. עס גייט זיכער זיין א שרעקליכע ווייטאג פאר כינע, אבער אינגאנצן אויסשליסן פון איז נישט אן אמת'ע מעגליכקייט.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ביידען זאגט ער וועט קומען צו טייוואן'ס דעפענס, אויב טשיינע הייבט זיך אן מיט זיי.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

כאפצעם האט געשריבן:ביידען זאגט ער וועט קומען צו טייוואן'ס דעפענס, אויב טשיינע הייבט זיך אן מיט זיי.

פרטים? ער האט זיך אונטערגענומען צו אינטערווינירן מיליטעריש? אדער קומען צו זייער פארטיידיגונג מיט ווערטער?
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ביידען זאגט ער וועט קומען צו טייוואן'ס דעפענס, אויב טשיינע הייבט זיך אן מיט זיי.

פרטים? ער האט זיך אונטערגענומען צו אינטערווינירן מיליטעריש? אדער קומען צו זייער פארטיידיגונג מיט ווערטער?

מיליטעריש שטייצעך, געזאגט ער האט א קלארע קאמיטמענט.

כאפצעם האט געשריבן:

וואו איז עס אויסגעקומען?

דארפסט פארשטיין, כ'פרעג ווייל מיין שאצונג איז געווען אז אמעריקא גייצעך אריין מישן מיליטעריש, ווילעך וויסן וואסעראטגע זאגט...
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

א רעפובליקען וויילער האט אים געשטעלט 2 קשיות, איינס איבער טשיינעס מיליטערישע קעפעבילעטיס און צווייטענס איבער טייוואן, אויב ער וועט אטאראזירן אן אמעריקאנע רעספאנס אין קעיס פון א טשיינע אינוואדירונג.

איבער טשיינע זאגט ער אז אמעריקא פאקט איין טשיינע און רוסלאנד מיליטעריש, און ער מיינט נישט צו אנהויבן א קאלטע מלחמה אבער ער שטעלט זיי אן אלערט. און בנוגע טייוואן אז ער האט א קאמיטמענט צו קומען זיי פארטיידיגן.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

כאפצעם האט געשריבן:א רעפובליקען וויילער האט אים געשטעלט 2 קשיות, איינס איבער טשיינעס מיליטערישע קעפעבילעטיס און צווייטענס איבער טייוואן, אויב ער וועט אטאראזירן אן אמעריקאנע רעספאנס אין קעיס פון א טשיינע אינוואדירונג.

איבער טשיינע זאגט ער אז אמעריקא פאקט איין טשיינע און רוסלאנד מיליטעריש, און ער מיינט נישט צו אנהויבן א קאלטע מלחמה אבער ער שטעלט זיי אן אלערט. און בנוגע טייוואן אז ער האט א קאמיטמענט צו קומען זיי פארטיידיגן.

ש'כח
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3390
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

IMG-20211028-WA0000.jpg
IMG-20211028-WA0000.jpg (63.11 KiB) געזען 586 מאל
יואלי פערל
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: כינע-טאיוואן קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יא לעצטענס זענען דארט אנגעקומען א פלאטע פון עף 35 פליגערס פלאס נאך שיפן פון אמעריקא און קאנאדא
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”