@פאלעקס נייעס אגענטור

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דאס איז די אפיציעלע לייק קנעפל פארן נייעס אגענטור

;l;p-
36
24%
;l;p- ;l;p-
111
76%
 
סך הכל שטימען: 147

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פאליטיקא:

וויאזוי פארגלייכונגען צו די בלעק לייווס מעטער פראטעסטן רופו זיך אפ אין קעפיטאל פראטעסטירער געריכט סעסיעס

*

7 אפגעזאגט דשורנאליסטן פון וואיס אוו אמעריקא (רעגירונג אנגעפירטער מידיע) קלאגן רעגירונג אז מ'האט זיי געווארפן צוליב זיין אנטי-טראמפ

*

ביידען באאמטער איבער כינע - טראמפ טאריפס אין אפעקט, איילבירט צווייג צו כינע

*

פסאקי איבער די פעיסבוק וויסלבלאוער: דאס ווייזט אז "זעלבסט-רעגולירן" ארבעט נישט

*

ראן דיסטענטיס' פרוי איז דיאגניזירט געווארן מיט קענסער ה"י

*

געועזענער טראמפ פרעסע סעקרעטארשע: טראמפ וועט זיין איין שטיק נקמה אויב געווינט ער

*

א לענגערע איבערזיכט אויף דשאו מענשינס פרואוון צו שאפן רעפובליקאנע שטימען פאר עלעקשאן רעפארם, ער הייבט אן האבן מיט וועמען צו גיין צום טיש (דיסקלעימער: ס'גייט לכאורה גארנישט ווערן דערפון)

*

אויפדעקונג! איבער א האלבע שטונדע נאכן אדורכברעכן די ערשטע באריקאדן האט די היימלאנד זיכערהייט דעפט. פארזיכערט דעם פענטאגאן אז אלעס איז אונטער קאנטראל

*

א לענגערע איבערזיכט איבער די מאכט געראנגל פאר קאנטראל פון אייראפע נאך דייטשלאנד'ס מערקעל פארלאזט דאס אמט

*

וויאזוי אינערליכע שלאכטן אין פלארידע פארמעסט פירט צו א רעפובליקאנע פארלוסט - און עס זעט נישט אויס ווי טראמפ קען העלפן

*

קאלעפארניע מאכט געזעצן איבער סי בי די - היימישע אלערט!

*

וויאזוי טראמפ'ס באאמטער שטופט ביידען צו מער אפנקייט איבער קלאסיפיצירטע דאקומענטן

*

ביידענ'ס פרישע קאפ-ווי, אינדיע'ס דיעל מיט רוסלאנד איבער וואפנס
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9997
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

א גרויסן ש'כח עקספערט.
איך גלייך מער די פאריגע וועג, פון די לינק נאכדעם, (איך קען מילא נישט עפענען די לינקס, זאל איך כאטש האבן די נייעס געהעריג אין קורצן).

אגב, וואו קומט היכי אין בילד אריין?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

הערליך, גיי אן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן:א גרויסן ש'כח עקספערט.
איך גלייך מער די פאריגע וועג, פון די לינק נאכדעם, (איך קען מילא נישט עפענען די לינקס, זאל איך כאטש האבן די נייעס געהעריג אין קורצן).

אגב, וואו קומט היכי אין בילד אריין?

על ראשון ראשון, די לעצטע תגובה דא איז נישט אזוי ווייט געווען נייעס ווי אינטערעסאנטע באריכטן אויף פאליטיקא פאר די וואס קענען עס יא ליינען (די צוויי אנע לינקס האבן געפירט דירעקט צו נשים האבעכעס נישט געלינקט)

צווייטנס וועלעך אננעמען די תגובה אלץ א דאנק אויף די פריערדיגע, בינעכדיר שולדיג א דאנק אויף צוריק פארן דאנק.

לגבי היכי, הוא שנתן העצה על השם @פאלעקס
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

Iphone האט געשריבן:הערליך, גיי אן

ש'כח, דו גיי אויך אן מיט די ש'כח'ס
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

הערליך הערליך הערליך!!!
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

אפשר ביסטו מיר מרחיב וועגן די פרישע אינדיע אפמאך מיט אמעריקאן און אלס ארום??

אפשר זאלסטו עס גאר מאכן צוזאמען מיט @היכי?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יש לו מנה האט געשריבן:הערליך הערליך הערליך!!!

ש'כח ש'כח ש'כח!!!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

יש לו מנה האט געשריבן:אפשר ביסטו מיר מרחיב וועגן די פרישע אינדיע אפמאך מיט אמעריקאן און אלס ארום??

אפשר זאלסטו עס גאר מאכן צוזאמען מיט @היכי?

איך ברויך נאך מרחיב זיין איבער אינדיע, ליביע, ועוד, דעריבער האבעך צוגעשטעלט א לינק אז ווער ס'קען זאל אליינס, אויף יעדע גרעסערע נייעס פראביר איך טאקע אהערצושטעלן א לינק מיט פרטים
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

היכי תמצא האט געשריבן:
עימיצער זוכטעך דא
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

Wow אריינגעבאמפט דא היינט, דער פאלעקס איז פיינע נייעס, איך האב זייער הנאה פון דיין שרייבען.

מצידי יעדע נייעס א עקסטערע תגובה און ענדערשט צען נייעס אראפגעלייגט מיט זאפט ווי הינדערט העדליינס.

די עיקר איז א יישר כח און מיר האבען הנאה ריגארדלעס.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

מטעמים האט געשריבן:Wow אריינגעבאמפט דא היינט, דער פאלעקס איז פיינע נייעס, איך האב זייער הנאה פון דיין שרייבען.

מצידי יעדע נייעס א עקסטערע תגובה און ענדערשט צען נייעס אראפגעלייגט מיט זאפט ווי הינדערט העדליינס.

די עיקר איז א יישר כח און מיר האבען הנאה ריגארדלעס.

ש'כח פארן מאכן מטעמים פון א פשוט'ע קאמפלימענט, האלט עס אן ווייל ס'געט א שטופ אויף ווייטער
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

ווי דער לייק באטאן?

גלייב מיר ווען עס וואלט געווען א לייק באטאן וואלסטו געזען ווי שטארק דער עולם אפריאצירט דיינע באריכטן.

גיי טאקע ווייטער אן מיט העדליינס אויב קענסטו נישט שרייבן לאנגע נייעס באריכטן.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:ווי דער לייק באטאן?

גלייב מיר ווען עס וואלט געווען א לייק באטאן וואלסטו געזען ווי שטארק דער עולם אפריאצירט דיינע באריכטן.

גיי טאקע ווייטער אן מיט העדליינס אויב קענסטו נישט שרייבן לאנגע נייעס באריכטן.

ש'כח!

דער ציל פונעם אשכול איז מעלדן רוב אינטערעסאנטע פרטי הנייעס, מיט א לינק צו די פולע מעשה. טאקע קורץ און שארף
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

און פארשטייט זיך נישט די פלעינע באורינג נייעס, נאר דייקא אביסל אינטערעסאנטערע
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:נאך א קרישקעלע: סאוט דעקאוטע און נעוואדע זענען די נייע פלעצער וואו מענטשן באהאלטן געלט צוליב זייערע נייע גינסטיגע געזעצן וועלכע ערלויבן עס צו האלטן אין געהיים

נישט ווייל סאיז אין געהיים, נאר ווייל זיי האבן (כמעט) נישט קיין סטעיט טעקס אויף קאפערעישנס.

אז מרעדט שוין, באמת א שכח פאר דיינע באריכטען! זייער גוט און קורץ!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נעם אין אכט האט געשריבן:

יישר, און ש'כח פארן שכח,

איך האב געזען אז ס'האט מיט גרינגע געהיימעניסן געזעצן, קען מען איבערקוקן, און אפשר טאקע ברענגען א לינק לראי'
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2451
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:נאך א קרישקעלע: סאוט דעקאוטע און נעוואדע זענען די נייע פלעצער וואו מענטשן באהאלטן געלט צוליב זייערע נייע גינסטיגע געזעצן וועלכע ערלויבן עס צו האלטן אין געהיים

נישט ווייל סאיז אין געהיים, נאר ווייל זיי האבן (כמעט) נישט קיין סטעיט טעקס אויף קאפערעישנס.

אז מרעדט שוין, באמת א שכח פאר דיינע באריכטען! זייער גוט און קורץ!

יישר, און ש'כח פארן שכח,

איך האב געזען אז ס'האט מיט גרינגע געהיימעניסן געזעצן, קען מען איבערקוקן, און אפשר טאקע ברענגען א לינק לראי'

א שנעלע זוך
אטעטשמענטס
סאוט דעקאטע טעקס
סאוט דעקאטע טעקס
DB9E32B7-CE42-4718-BBAD-18245376BE7D.jpeg (244.31 KiB) געזען 812 מאל
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

נעם אין אכט האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:נאך א קרישקעלע: סאוט דעקאוטע און נעוואדע זענען די נייע פלעצער וואו מענטשן באהאלטן געלט צוליב זייערע נייע גינסטיגע געזעצן וועלכע ערלויבן עס צו האלטן אין געהיים

נישט ווייל סאיז אין געהיים, נאר ווייל זיי האבן (כמעט) נישט קיין סטעיט טעקס אויף קאפערעישנס.

אז מרעדט שוין, באמת א שכח פאר דיינע באריכטען! זייער גוט און קורץ!

יישר, און ש'כח פארן שכח,

איך האב געזען אז ס'האט מיט גרינגע געהיימעניסן געזעצן, קען מען איבערקוקן, און אפשר טאקע ברענגען א לינק לראי'

א שנעלע זוך

כ'האב דאס לכתחלה נישט געלייקנט

דא זאגט די וואשינגטאן פאוסט אז ס'איז א מיקס פון געזעצן וואס באוואכן די געהיימעניסן, און שטייערן פון 'טראסטס'
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אמנעסטי אינטערנעשאנעל: די טאליבאן האט אומלעגאל ערמארדעט דרייצן אומשולדיגע האזארא ציווילע אריינגערעכנט א מיידל.

*

2 טויטע אין פייער אין שפיטאל אין קיראוו רוסלאנד

*

פוילישע גרעניץ וואך ווידער אפגעהאלטן איבער א האלב טויזנט אימיגיראנטן פון בעלארוס
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ביידען רופט פראגרעסיוון צו פארהאנדלען איבער די רעזאלוציעס.

אילהאן אמאר און קעטי פארטער זענען נישט געלאדנט געווארן דארט
jpg.png
jpg.png (40.48 KiB) געזען 744 מאל

*

פאליטיקא: ביידען האט זיי געזאגט אז די סוף דיעל וועט זיין בערך 2 מיליאן, און ער האט זיי געפרעגט וואס זיי ווילן זאל זיין דערין.

"קיינער מיט וועמען מיר האבן גערעדט איז נישט ארויסגעקומען מיט א קלארקייט וואס די פלאן איז" פון יענע 90 מינוטיגע פאון קאל...

די ציל פונעם רוף איז געווען "זיי איבערצייגן די רעאליטעט" אז די פעקעדש קען נישט זיין גרעסער ווי דעם.
ביידען האט זיי געזאגט אז ער הערט זייער פרוסטראציע, אבער גרעסער ווי דעם גייט נישט געשען, און ער האט מסביר געווען ווי שווער ס'איז געווען צו פארהאנדלען מיט מענשין און סינעמע.

*

די ביידען אדמיניסטראציע איז בייז אז ווען מ'רעדט איבער די ביל רעדט מען פון די פרייז - וועלכע איז אומפאפולער, במקום די פאליסיס - וועלכע זענען זייער פאפולער

ָ

א ניו יארק טיימס באריכט (נישט געליינט ווייל ס'קאסט געלט) וויאזוי גרויסע לאביאיסטן שפענדן שווערע געלטער מיט קעגנערשאפט צו חלקים פונעם גרויסן ביל - געוואנדן לויט די אינטערעסן. אריינגערעכנט העכערן שטייער םאר רייכע און פאר קארפאראציעס, אויסברייטערן מעדיקעיר פאר דענטאל, הערן, און זען פראבלעמען, און קלימאט טויש באווארענונגען

איבער 4,000 לאביאיסטן ארבעטן אויף סודשעט און שפענדינג אישוס.... און 10 אינדוסטריעס האבן געשפענדעט אזויפיל ווי 700 מיליאן דאלער אויף לאביאיסט דאס יאר.
אריינגערעכנט די פארמאסי אינדוסטריע וועלכע האט געפאמפט 15 מיליאן אפצושטעלן פרייז נידערונגען אויף פערסקריפשען מעדיצינען.

מער דא

*

א פאליטיקא באריכט:

סינעמע פארלירט אסאך שטיצע פון דעמאקראטן - אפילו נישט פראגרעסיווע, אבער זי צאלט עס צוריק מיט מער אינדעפענדענט און רעפובליקאנע שטיצע.

מער אויף פאליטיקא

*

די וואל סטריט דשורנאל רייסט אראפ א פארשלאג צו ערלויבן די איי אר עס אריין צו קוקן אין פריוואטע באנק קאנטעס זען צי ס'שטימט מיט די טעקס פיילס..

שוין געווען באריכטעט דא אויף אייוועלט

מער אינעם וואל סטריט דשורנאל

*

גאר דעטאלירטער באריכט וואס איז געשען נעכטן צו פעיסבוק דא

פאר מאמע לשון, זעט הסברה דורך דער קנאפער ידען
*

לאוסוט קעגן דשאן עסטמען פארן פראבירן איבערצוקערן די וואל רעזולטאטן.

מער דא
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אינעם נאנגאהאר פראווינץ אינעם דשאללאבאד געגנט אין אפגאניסטאן איז געהערט געווארן אן אויפרייס

*

אייסיס האט גענומען פאראנטווארטליכקייט אויף אן איי אי די באמבע אין דשאללאבאד וועלכע האט אומגעברענגט 2

*

רוסלאנדס מאכטפולע ווישני וואלטשעק קריגס שיף געשיקט צום מיטעללענדישן ים

FA9aDCxVQAYYvmW.jpg
FA9aDCxVQAYYvmW.jpg (211.22 KiB) געזען 686 מאל

*

סירישע אפאזיציע קעמפפער האבן אראפגעשאסן א רוסישער דראון אין דרום אידליב פראווינץ

*

דשעיק סאליווען:
דיפלאמאטיע איז די בעסטע וועג צו פארזיכערן א נוקלעאר-פרייע איראן
FA9U3RVUcAIVqq-.png
FA9U3RVUcAIVqq-.png (109.78 KiB) געזען 686 מאל

*

מדינת ישראל מיליטער זאגט אז זי וועט ווייטער פארזעצן מיט אירע פלענער קעגן איראנ'ס נוקלעארע פראיעקט

ביידען אדמיניסטראציע זאגט אז אויב דיפלאמאטיע ארבעט נישט וועט זי זוכן "אנדערע אפציעס"

מער אויף רויטערס

דייטשלאנד: איראן קען נישט שטעלן פרישע פאדערונגען פאר א נייע נוקלעארע דיעל

רויטערס

*

סאקאשאווילי - אן אוקריינער בירגער - שרייבט א בריוו קיין אוקריינע וואו ער דערקלערט זיך אלץ "פוטינ'ס פערזענליכע ארעסטאנט" און האט זיך באדאנקט פאר אוקריינע'ס זארג נאך זיין ארעסט

*

טערקישע עירפארס פליגער אויפן וועג קיין אזערבידשאן, א זיצונג צווישן אזערבידשאן, טערקיי, און גרוזיע איז פארגעקומען אין גרוזיע

איראן פארמאכט זייערע לופט רוימען פאר אזערבידשאנע מיליטערישע פליגער צוליב זייער שטיצע פאר די נאקטשיוואן אנאנאמישע ראיאן - א פאליטיק וואס מ'דארף דעקן - מערצעשעם

מער דא
*

אמעריקא שיקט 900,000 פפייזער וואקסינען קיין מאנגאליע

מער דא

*

ענגלאנדס דעלעגאציע מעלדט אז זי מיט 54 אנדערע לענדער אנגעשלאסן אינעם אינטערנאציאנאלע כעמישע וואפנס אפמאך וועלכע פארבאט די באנוץ פון כעמישע וואפנס האבן געפיילט אן אפיציעלע קלאגע קעגן רוסלאנד - אן אנגעשלאסענעם מיטגליד - צוליב זייער באנוץ פון כעמישע וואפנס קעגן אלעקסיי נאוואלני

רוסלאנד האט ביז 10 טעג צו ענטפערן

jpg.png
jpg.png (269.9 KiB) געזען 686 מאל

*

אמעריקא'ס סייבער קאמענד: רענסאמווער וועלכע איז אמאל באטראכט געווארן ווי קרימינאלע קאטן ווערט יעצט באטראכט ווי נאציאנאלע זיכערהייט ריזיקע!

*

ליביע האט אפגעשטופט איר וואלן אויף יאנואור
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

ס'זייער געשמאק דיין אשכול הרב @פאלעקס (עני שייכות צו @פאליק?) שכח פאר דיינע כסדר'דיגע אפדעיטס!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

הר גריזים האט געשריבן:ס'זייער געשמאק דיין אשכול הרב @פאלעקס (עני שייכות צו @פאליק?) שכח פאר דיינע כסדר'דיגע אפדעיטס!

שכ'ח

ווער איז @פאליק??
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17775
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: @פאלעקס נייעס אגענטור - קרעדיט: @היכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

פערצופאל, מיטהאלטנדיג די נייעס, ס'לאזט זיך פשוט נישט גלייבן וויפיל שסערייען ס'זענען דא אין אמעריקא....

מ'הערט ממש נישט אזעלכע נומערן אפילו אין אפגאניסטאן וכדומה - זעלבסטפארשטענדליך אז אקטיווע שלאכטפעלדער זענען נישט אריין גערעכנט, כ'רעד פון ציווילע.

אוודאי ווערט נישט איבער די גאנצע וועלט אלעס באריכטעט, אבער ווען מ'פארגלייכט עס מיט מערב-וועלט לענדער איז עס ממש הימלשרייענד!
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”