פרישוואסער האט געשריבן:איין לינקע האנט האט געשריבן:פרישוואסער האט געשריבן:די נושא איז צו די פלאץ איז א סכנה אדער נישט, אין נישט וואס איז געווען די סיבה פאר די "היי יאריגע טראגעדיע"
די שביל ר' דוב איז געווען צו קליין אין צו שיעף ווי אויך בכלל זייער גליטשיג (סכנת החלקה) א גאנצן טאג לג בעומר כידוע פאר אלעמען
אויב עפעס איז די חצר א גרעסער סכנה ווי די שביל ר' דוב, ווער רעדט נאך פון די מערה אליינס, אפגערעדט איז די שמאלע אריינגאנג צום מערה און די קליינע עקזיטס.
צו די שביל ר' דוב איז גוט, קלאר אז נישט, אבער אויב רעדט מען פון פראבלימעטישע פלעצער איז דא א גוטע פאר מקומת וואס מען וואלט געדארפט פארעכטען פארדעם.
ריכטיג!
פארעכטען פארדעם/נאכדעם נישט קיין חיליק, די גאנצע פלאץ איז געווען א סכנה די לעצטע פאר יאר אין איז געווארען ארגער אין ארגער פין יאר צו יאר,
ווער עס האט מיטגעהאלטען די הדלקה פין הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א די יאר פאר קורונה ווייסט פון וואס איך רעדט,
מיר האבן זיך פארלאזט אויף ניסים ביז איצט, אבער ליידער האבען מיר זיך אויסגעלערט (האפענטליך) אז מען מיז דא ערנסט מתקן זיין אין נישט חלילה אנגיין מיט די פריערדיגע מהלך,
די עיקר פראבלעם איז אז די מדינה האט נישט ארויס די נושא לדוגמה מאכן נאר איין הדלקה וואס 1) די איין הדלקה גייט זיין א שרעקליכע אונלויף 2) דעס אז עס איז געווען אסאך הדלקות האט צושפרייט דער עולם אויפן גאנצע בארג משא"כ יעצט גייט יעדער אדער זיך שטופען ביי די איין הדלקה אדער ביים מערה.
דעס ברענגט אונז צום צווייטען פראבלעם, פאר דער וואס האט מיט געהאלטען וואס האט זיך אפגעטון ביים עזרת נשים דארף מען נישט אפילו מסביר'ן אבער פאר די אנדערע אידן לאמיר צוריק גיין מיט אפאר יאר און פארציילן די השתלשולת,
עס איז געווען צוויי פראבלעמען ביים עזרת נשים 1) עס איז געווען זייער צושטופט דארטן ממש בוז סכנת נפשות 2) אסאך נשים האבן נישט געקענט בכלל צוקומען צום ציון מחמת דעם גרויסע געדרענג,
די מלכות של כעלם איז אויפגעקומען מיט א שטארקע געדאנק הנקרא 'מסלול הנחש' מ'האט געלייגט באריקעדס אונעם (גאנצע) עזרת נשים און געשטעלט שומרים זאלן אינטעראיילן דערעולם און מען האט געמיינט אז הכל על מקומו יבא בשולם,
די ביטערע מציאות האט ארויס געוויזן אז עס איז געווען כמה פראבלעמען מיט דעם
1) זיי האבן געמאכט גאנץ א קליינע וועג מיט בארקידעס אונעם מערה, און געלאזט זייער אסאך פלאץ פאר די פאלציי
2) די משטרה האט זיך געפירט מיט א שטארקע ברוטאליטעט אויף די אומשולדיגע נשים צודקינות, געשלאגן געשטופט, וכד' (חוץ המעשה וואס איז געווען מענער פאלציי וואס האבן אויכעט קאמענדוועט דארט)
3) די לעצטע אבער שטערקסטע פראבלעם איז געווען אז די מסלול הנחש האט זיך נאר אונגעהויבן אין די מערה ( אפשר אין די חצר אויכעט, געדענק איך נישט) און ביים אריינגאנג צו די בארקידעס האט זיך א נישט נארמאלע שטופנעש פון טויזענטער נשים, עס איז געווען אינטער די ברענעדיגע זון, מענטשען זענען געפאלן חלושת עס איז געווען צרות.
איז אויף זיי פארלאז איך זיך נישט קיין 'כי הי זה' און איך מיין אז יעדער וואס האט נאר אמאל געזען וויזוי די מדינה הענדעלט פראבלעמס האלט אויכט אזוי, לדוגמה בשעת קורונה ווען די פאלציי איז אריין באוואנפנט ביז די ציין אין מאה שערים שטיבלעך און געהאקט או רחמונת ביטרע קלעם פאר זקינים ונערים פאר די אפעצילע סיבה פון היטן אויף זייער געזונט פארשטייט גוט וואס איך מיין, מירן גופו איז נאך די גרעסטע ראיה די מכות וואס זיי טיילן דארט און די פעפיר ספרעי וואס זיי האבן אריין געשפריצט אין די מערה ווייל אפציעל איז געווען געשטפוט עס איז געווען פורים אינדערוואכן עס האט אויסגעזען ווי א שלאכטפעלד מענטשען זענען ארויסגעלאפען פונעם מערה ווי כאילו די טייוול לויפט זיי נאך, עס איז געפלויגן היטן, שיך, גלעזער, רעקלך, בקיצור א חורבן.
די מענטשען זענען נישט קיין העלפערס, זיי זענען שטערערס,
נישט קיין מצילים, נאר מחריבם,
ווער עס מיינט אז עס גייט ארויסקומען גוטס פון זיי אינו אלא טועה.