רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יש לו מנה »

די מדינה האט פלענער וויאזוי צו פארוואנדלען מירון אין א טוריזם און אטראקציע ארט, נאכדערצו אז ס’איז נאנט צו צפת וואס ציעהט אסאך טוריסטן, א ריזיג חלק פון די עקאנאמיע אין א’’י באשטייט אויף טוריזם און די מדינה וויל פארשטייט זיך עס פארגרעסערן און פארברייטערן, ממילא איז א דבר פשוט אז אויב באקומען זיי בעלות אויף מירון וועט עס פארוואנדעלט ווערן צו א מקום פריצות וזוהמה.

קאווע און זויבערע ביה’’כ איז זיכער א גאר וויכטיגע זאך, אבער קדושת מירון איז וויכטיגער. אויב איז נישט שייך צוצושטעלן די נארמאלע באדערפענישן אן דעם וואס די מדינה זאל עס איבערנעמען, דאן זאלן זיי עס נישט איבערנעמען, און אויב ברויכסטו א ביה’’כ וועסטו דארפן צוגיין צו איינע פון די ארומיגע פלעצער.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך Mezofzef »

יש לו מנה האט געשריבן:די מדינה האט פלענער וויאזוי צו פארוואנדלען מירון אין א טוריזם און אטראקציע ארט, נאכדערצו אז ס’איז נאנט צו צפת וואס ציעהט אסאך טוריסטן, א ריזיג חלק פון די עקאנאמיע אין א’’י באשטייט אויף טוריזם און די מדינה וויל פארשטייט זיך עס פארגרעסערן און פארברייטערן, ממילא איז א דבר פשוט אז אויב באקומען זיי בעלות אויף מירון וועט עס פארוואנדעלט ווערן צו א מקום פריצות וזוהמה.

בעסער זאל מירון פארוואנדלט ווערן אין א מקום פריצות וזוהמה, אז קיין שום היימישע איד זאל נישט קענען גיין. (נישט ח"ו אז איך וויל עס) ווי איידער נאך איין איד זאל שטארבן.
נאך דערצו אז דו ווייסט נישט פאר זיכער אז זיי גייען דאס טוען, וקבר הרמב"ם ועוד יוכיח, און אפי' צום כותל קענסטו גיין אן פריצות, און סכנת נפשות איז עס זיכער, ואין ספק מוציא מידי וודאי.
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

Mezofzef האט געשריבן:

זייט מיר מוחל, אבער אזוי רעדט א איד נישט קיין מאמין (ח"ו איך מיין נישט אייך)
דאס וואס איז דארט געשעהן קען ח"ו געשען כמעט ביי יעדן איינעם אין בית המדרש, ווען ח"ו כאפט א פאניק און אלע לויפן ארויס אויף איינמאל, קיין איין אייזין איז נישט געפאלן ביי די טראגעדיע אין מירון, און סטראקטשער איז נישט צאמגעפאלן, אלס איינער וואס אזי דארט געווען קען איך דיר זאגן פליפ און פלאפ אז ס'איז זיער קלאר געווען א גזירה מן השמים, קיין שום פעולות פון די מדינה קען דאס לעתיד נישט אפהאלטן, (ח"ו ס'זאל נישט געשעהן) דרייט זיך איבער א וועלט שוין פאר די לעצטע 2 יאר און אידן וויסן נישט וואס דאס מיינט חבלי משיח

קבר הרמב"ם גראדע איז זייער א גוטע דוגמא, ס'איז דא זייער אסאך צייטן אין יאר וואס מ'דארף ווארטן אריינצוגיין ביז א אנוועזנדע טוריזם-קבוצה ענדיגט אויסהערן די פרעפלערייען פונם מדריך, בכדי צו קענען אריינגיין און זאגן תהילים ריינערהייט,

אין כותל גיי איך נישט, אבער הערנדיג א גרופע פון חסידי גער פאר עטליכע יאר צוריק (בעפאר די קאראנע) אז היינט קען מען כמעט נישט גיין אין כותל נאר ביינאכט וועגן פריצות, קען איך זיך אליןן פארשטעלן די מצב דארט משכ'ן טאג (בעפאר די קאראנע)

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:

אַ איד א מאמין האט אויך א חיוב פון ועשית מעקה לגגך.
לעצט פארראכטן דורך Mezofzef אום זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פוצה פה ומצפצף
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך שטיגליץ »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:די מדינה האט פלענער וויאזוי צו פארוואנדלען מירון אין א טוריזם און אטראקציע ארט, נאכדערצו אז ס’איז נאנט צו צפת וואס ציעהט אסאך טוריסטן, א ריזיג חלק פון די עקאנאמיע אין א’’י באשטייט אויף טוריזם און די מדינה וויל פארשטייט זיך עס פארגרעסערן און פארברייטערן, ממילא איז א דבר פשוט אז אויב באקומען זיי בעלות אויף מירון וועט עס פארוואנדעלט ווערן צו א מקום פריצות וזוהמה.

קאווע און זויבערע ביה’’כ איז זיכער א גאר וויכטיגע זאך, אבער קדושת מירון איז וויכטיגער. אויב איז נישט שייך צוצושטעלן די נארמאלע באדערפענישן אן דעם וואס די מדינה זאל עס איבערנעמען, דאן זאלן זיי עס נישט איבערנעמען, און אויב ברויכסטו א ביה’’כ וועסטו דארפן צוגיין צו איינע פון די ארומיגע פלעצער.

בעסער זאל מירון פארוואנדלט ווערן אין א מקום פריצות וזוהמה, אז קיין שום היימישע איד זאל נישט קענען גיין. (נישט ח"ו אז איך וויל עס) ווי איידער נאך איין איד זאל שטארבן.
נאך דערצו אז דו ווייסט נישט פאר זיכער אז זיי גייען דאס טוען, וקבר הרמב"ם ועוד יוכיח, און אפי' צום כותל קענסטו גיין אן פריצות, און סכנת נפשות איז עס זיכער, ואין ספק מוציא מידי וודאי.

זייט מיר מוחל, אבער אזוי רעדט א איד נישט קיין מאמין (ח"ו איך מיין נישט אייך)
דאס וואס איז דארט געשעהן קען ח"ו געשען כמעט ביי יעדן איינעם אין בית המדרש, ווען ח"ו כאפט א פאניק און אלע לויפן ארויס אויף איינמאל, קיין איין אייזין איז נישט געפאלן ביי די טראגעדיע אין מירון, און סטראקטשער איז נישט צאמגעפאלן, אלס איינער וואס אזי דארט געווען קען איך דיר זאגן פליפ און פלאפ אז ס'איז זיער קלאר געווען א גזירה מן השמים, קיין שום פעולות פון די מדינה קען דאס לעתיד נישט אפהאלטן, (ח"ו ס'זאל נישט געשעהן) דרייט זיך איבער א וועלט שוין פאר די לעצטע 2 יאר און אידן וויסן נישט וואס דאס מיינט חבלי משיח

קבר הרמב"ם גראדע איז זייער א גוטע דוגמא, ס'איז דא זייער אסאך צייטן אין יאר וואס מ'דארף ווארטן אריינצוגיין ביז א אנוועזנדע טוריזם-קבוצה ענדיגט אויסהערן די פרעפלערייען פונם מדריך, בכדי צו קענען אריינגיין און זאגן תהילים ריינערהייט,

אין כותל גיי איך נישט, אבער הערנדיג א גרופע פון חסידי גער פאר עטליכע יאר צוריק (בעפאר די קאראנע) אז היינט קען מען כמעט נישט גיין אין כותל נאר ביינאכט וועגן פריצות, קען איך זיך אליןן פארשטעלן די מצב דארט משכ'ן טאג (בעפאר די קאראנע)

זיכערהייט פארלאנגט פיל מער ווי א שטארקע געבויטע סטרוקטור, די געביידע קען זיין די שטערקסטע אבער נאכאלץ נישט זיין פארזיכערט, וואס טוט זיך מיט עמערדזשענסי עקזיטס? וויפיל מענטשן קען די פלאץ אנהאלטן? די לעגאלע נומערן מאכט אפשר נישט קיין סענס ווען אלעס פארט כשורה, אבער ווען א אומגליק פאסירט זעהט מען שוין איינמאל אז עס איז געבויט אויף א חשבון און נישט סתם אין די וועלט אריין.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

וואס האט דאס מיט די שליטה פון די מדינה איבערן ציון?

וען ר' בנציון קופערשטאק האט געלבעט האט ער יעדע יאר אינזין געהאט צו צומאכן די אריבערגאנג שביל ר' דוב בעפאר די הדלקה פון תו"א

איך זעה נישט אז זיי קענען אפהאלטן מענטשן פון אריינגין, וואס דאס איז לשיטתך די גרויסע פראבלעם,

אין באיאן, איז אויך געווען א שרעקליכע לחץ בשעת'ן הדלקה, האבן זיי פארמאכט די אריינגאנג מיט א ווען פון פאליציי, נישט אריין און נישט ארויס, מענטשן האבן זיך געווארגן צו קענען ארויס גיין, און באפריטט ווערן פון דארט, גארנישט האט נישט געהאלפן

די איינציגסטע זאך וואס די מדינה טויג גוט איז שפריצן גז מדמיע אין חצר המערה בשעת טויזנטער אידן טאנצן דארט צוקוועטשטערהייט, און אנווארפן א פאניק און אנלויף וואס וואלט רואיגעהערהייט געקענט ברענגען נישט קיין קלענערע טרגדיע (אין יאר תשע"ט)
אוועטאר
פיינע קאווע
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך פיינע קאווע »

אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך טשעירמאן »

נישט נעמענדיג א צד: אז נישט די מדינה, וואס דארף מען יא טון? אויפן צד אז עפעס דארף ווערן געטון
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
מבית שמש
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 5:58 am
לאקאציע: נעבן בית מדרש

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך מבית שמש »

אין די קומענדיגע טעג גייט עדות זאגן פארן ועדת חקירה פרופ' נחמן אש דער הינטיגער מנכ"ל משרד הבריאות און בשעת מעשה דער אויפזעהער בעניני קורונה ווי מוועט עם אויספארשן די גאנצע צוגאנג צום ל"ג בעומר מצד קורונה צוימונגען און ווער ס'האט געארבעט כדי ס'זאל נישט זיין קיין שום צוימונגען
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך זילבערווערק »

שווינגר: "זה מה שמסר לי קצין ביחידה הכלכלית. גם פשטו על הבית שלי ולא ידעתי למה, הפכו את כל הארונות, בצורה לא מכובדת"
ממש א נעבעך, ווער קען אים אויפמערקן אז היימישע עסקנים און לוחמי מלחמות ה' גייען דאס אריבער זייער אפט, אבער זייער שטימע דערשטיקט מען, אויך אין רעלייעז ציוניסטישע פרעסע וועלכע האבן זיך וויליג רעגעסטרירט צו שטיין יעצט לימין קדשו...
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יצחק אייזיק »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:וואס האט דאס מיט די שליטה פון די מדינה איבערן ציון?

וען ר' בנציון קופערשטאק האט געלבעט האט ער יעדע יאר אינזין געהאט צו צומאכן די אריבערגאנג שביל ר' דוב בעפאר די הדלקה פון תו"א

ביטע זיי מברר פאר דו שרייבסט עפעס. ס'איז קיינמאל נישט געווען פארמאכט.

אין תשע"ט איז נאר געווען א טאוועל אז ס'גייט זיין פארמאכט, מטעם וועמען די הוראה איז געקומען איז נישט קלאר, אבער ס'איז למעשה געווען אפן געהעריג.
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
מבית שמש
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 5:58 am
לאקאציע: נעבן בית מדרש

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך מבית שמש »

יוסי שווינגר בועדת החקירה: "יש לי את החיים עד מירון ויש את החיים ממירון. לא רלוונטי אם אני אשם או לא. הלילה הזה ילווה אותי עד יומי האחרון"

‏שווינגר: "ההכנות להילולה היו מעט מבולבלות. כמה ימים לפני ההילולה - לא היה ברור שהילולה תתקיים. היה את הסיפור של הקורונה. היו דיונים עם מ הבריאות. עד הרגע האחרון עוד לא היה ברור המתכונת. לא ידענו לקראת מה להיערך".

עוד משוינגר: אחד מבני המשפחה של הרוגי האסון ירק עלי והשפיל אותי. אני לא יוצא לאירועים "הוא צעק עלי שוינגר למה שמת מחסום"

שוינגר בועדת החקירה: היו לחצים משרים וחברי כנסת חרדים לתת עוד הדלקות לחצרות שונות. השרים דרעי, ליצמן ופרוש פנו בשביל זה.

ועדת החקירה לאסון מירון: שווינגר מציג מסמך מ2018 שהמשטרה החתימה אותו שהמקומות הקדושים מקבלים הנחיות מהמשטרה. השופטת נאור מקשה עם סתירות במסמך אך מחליטה שלא להתעכב על הסתירות

כ'ווייס נישט וואס טראכט ער צו פארדינען מיטן זיך בענעבעכן אזוי אזש סקומט פשוט צו וויינען פון רחמנות אויף דעם מענטשן נעבעך...
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך Mezofzef »

מבית שמש האט געשריבן:יוסי שווינגר בועדת החקירה: "יש לי את החיים עד מירון ויש את החיים ממירון. לא רלוונטי אם אני אשם או לא. הלילה הזה ילווה אותי עד יומי האחרון"

‏שווינגר: "ההכנות להילולה היו מעט מבולבלות. כמה ימים לפני ההילולה - לא היה ברור שהילולה תתקיים. היה את הסיפור של הקורונה. היו דיונים עם מ הבריאות. עד הרגע האחרון עוד לא היה ברור המתכונת. לא ידענו לקראת מה להיערך".

עוד משוינגר: אחד מבני המשפחה של הרוגי האסון ירק עלי והשפיל אותי. אני לא יוצא לאירועים "הוא צעק עלי שוינגר למה שמת מחסום"

שוינגר בועדת החקירה: היו לחצים משרים וחברי כנסת חרדים לתת עוד הדלקות לחצרות שונות. השרים דרעי, ליצמן ופרוש פנו בשביל זה.

ועדת החקירה לאסון מירון: שווינגר מציג מסמך מ2018 שהמשטרה החתימה אותו שהמקומות הקדושים מקבלים הנחיות מהמשטרה. השופטת נאור מקשה עם סתירות במסמך אך מחליטה שלא להתעכב על הסתירות

כ'ווייס נישט וואס טראכט ער צו פארדינען מיטן זיך בענעבעכן אזוי אזש סקומט פשוט צו וויינען פון רחמנות אויף דעם מענטשן נעבעך...

ווער איז דער שוינגר?
וואס איז זיין פאזיציע?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
מבית שמש
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2021 5:58 am
לאקאציע: נעבן בית מדרש

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך מבית שמש »

יו"ר מרכז הארצי לפיתוח מקומות הקדושים
וואס אפיצעל טראגט ער די אחריות אויף דעם גאנצן הילולא ל"ג בעומר
אוועטאר
דבר החרדים מירושלים
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 4:50 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך דבר החרדים מירושלים »

׳כיכר׳: לראשונה מאז האסון הנורא במירון - החלו הבוקר הפועלים בהריסת הטריבונות במתחמי 'תולדות אהרן
אינטער שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 15, 2020 6:02 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך אינטער שמש »

דער אמת מוז געזאגט ווערען

פאר די מדינה איז אריין געקומען אין מירון , איז דער ציון הקדוש געווען בשפל המצב , אלע משוגעים ,שיכורים , דער חולאת פון מין האנושי האבען זיך דארט באזעצט ,זיי זענען געשלאפען דארט אויף דער ערד מיט זייער פעקל שמאטעס , צייטענווייז זיך געשלאגען צווישען זיך אז ס'געווען א שרעק

די שיכורע טאנצערייען וכדומה ,דער מושב פון. עסען און "טרונקען " וואס דארט איז אלס פארגעקומען

זייט די מדינה איז אריינגעקומען איז דארט געווארען סדר ,די גארדס דרייען זיך דארט,און דוקא נישט מיט א יוניפארם ,און די רגע איינער ווילדעוועט ,אדער וויל דארט שלאפען באגלייטען זיי אים ארויס פון דארט
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך פרעגער »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:די מדינה האט פלענער וויאזוי צו פארוואנדלען מירון אין א טוריזם און אטראקציע ארט, נאכדערצו אז ס’איז נאנט צו צפת וואס ציעהט אסאך טוריסטן, א ריזיג חלק פון די עקאנאמיע אין א’’י באשטייט אויף טוריזם און די מדינה וויל פארשטייט זיך עס פארגרעסערן און פארברייטערן, ממילא איז א דבר פשוט אז אויב באקומען זיי בעלות אויף מירון וועט עס פארוואנדעלט ווערן צו א מקום פריצות וזוהמה.

קאווע און זויבערע ביה’’כ איז זיכער א גאר וויכטיגע זאך, אבער קדושת מירון איז וויכטיגער. אויב איז נישט שייך צוצושטעלן די נארמאלע באדערפענישן אן דעם וואס די מדינה זאל עס איבערנעמען, דאן זאלן זיי עס נישט איבערנעמען, און אויב ברויכסטו א ביה’’כ וועסטו דארפן צוגיין צו איינע פון די ארומיגע פלעצער.

אין כותל גיי איך נישט, אבער הערנדיג א גרופע פון חסידי גער פאר עטליכע יאר צוריק (בעפאר די קאראנע) אז היינט קען מען כמעט נישט גיין אין כותל נאר ביינאכט וועגן פריצות, קען איך זיך אליןן פארשטעלן די מצב דארט משכ'ן טאג (בעפאר די קאראנע)

דאס מיינט נישט אז עס קומט דארט עפעס פאהר. במשך’ן טאג זענען פשוט פארהאן פילע מענטשן פון אלע סארטן.

פונקט ווי א חסידישער בחור און אינגערמאן טאר נישט גיין אינמיטן טאג אויף ליע עוו (היינט איז דאס וואלאבאוט) אדער 13 עוו, ווייל אויב יא איז דאס פריצות (צו גיין אין א מקום געמישט מיט פרויען) קען מען בייטאג נישט גיין אין כותל צוליב פריצות.

פארוואס, ווייל עס קומען אויך אזעלכע אידן (וכמובן אויך טוריסטן) וואס מיינען אז אלע אידן זענען געשוויסטער און זיי זענען נישט מקפיד נישט צו שטיין אויסגעמישט (כמימרת מרן מהר’’א מבעלזא זי’’ע). פארשטייט זיך אז דאס איז נאר ביים אויבירשטן חלק און נישט ביי די מקום התפילות.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך פרעגער »

דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:די מדינה האט פלענער וויאזוי צו פארוואנדלען מירון אין א טוריזם און אטראקציע ארט, נאכדערצו אז ס’איז נאנט צו צפת וואס ציעהט אסאך טוריסטן, א ריזיג חלק פון די עקאנאמיע אין א’’י באשטייט אויף טוריזם און די מדינה וויל פארשטייט זיך עס פארגרעסערן און פארברייטערן, ממילא איז א דבר פשוט אז אויב באקומען זיי בעלות אויף מירון וועט עס פארוואנדעלט ווערן צו א מקום פריצות וזוהמה.

קאווע און זויבערע ביה’’כ איז זיכער א גאר וויכטיגע זאך, אבער קדושת מירון איז וויכטיגער. אויב איז נישט שייך צוצושטעלן די נארמאלע באדערפענישן אן דעם וואס די מדינה זאל עס איבערנעמען, דאן זאלן זיי עס נישט איבערנעמען, און אויב ברויכסטו א ביה’’כ וועסטו דארפן צוגיין צו איינע פון די ארומיגע פלעצער.

בעסער זאל מירון פארוואנדלט ווערן אין א מקום פריצות וזוהמה, אז קיין שום היימישע איד זאל נישט קענען גיין. (נישט ח"ו אז איך וויל עס) ווי איידער נאך איין איד זאל שטארבן.
נאך דערצו אז דו ווייסט נישט פאר זיכער אז זיי גייען דאס טוען, וקבר הרמב"ם ועוד יוכיח, און אפי' צום כותל קענסטו גיין אן פריצות, און סכנת נפשות איז עס זיכער, ואין ספק מוציא מידי וודאי.

קבר הרמב"ם גראדע איז זייער א גוטע דוגמא, ס'איז דא זייער אסאך צייטן אין יאר וואס מ'דארף ווארטן אריינצוגיין ביז א אנוועזנדע טוריזם-קבוצה ענדיגט אויסהערן די פרעפלערייען פונם מדריך, בכדי צו קענען אריינגיין און זאגן תהילים ריינערהייט,

ליידער איז די זעלבע מצב אין רימניץ, אין מעזיבוז און אין בארדיטשוב און אויך אין ליזענסק, און ליידער שוין עטליכע מאל געדארפט שטיין פון דערווייטענס ווייל א גרופע היימישע מיידלעך (סיי פון א’’י סיי פון אייראפע און אויך פון אונזער היימישע ניו יארק) האבן יעצט א קומזיץ אויפ’ן קבר אלץ די ספיריטשע’’ל פאר’’ט פון די טאאר.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
כל טוב
שר האלף
תגובות: 1282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2012 4:03 pm

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך כל טוב »

כ'קען נישט גלייבן וואס דא גייט פאר,
אידן יראים ושלימים האבן שטארק חשק אז די מדינה הטמאה וואס איר גאנצע מטרה איז צו מנאץ זיין אינעם בורא עולם און צו פארשוועכן די גאנצע תורה און צו אויסמעקן יעדע דבר שבקדושה (ווי אייכלער רעדט אלץ ווען די אגודה איז אינדרויסן פון קאליציע..) און טוען יעדע זאך וואס איז שייך צו משפיל זיין כבוד החרדים לדבר ד' עד לעפר, קומען דא אפאר היימישע... יודן און זענען מסביר בטוב טעם אז זיי דארפן עס איבערנעמען.
הזאת נעמי?
וואלט איר גע'עצה'ט פאר אייער פאטער'ס שונא צו פירן אייער טאטן'ס געשעפט? וואלט איר אים גענומען פאר עדי קידושין?
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך פרעגער »

כל טוב האט געשריבן:כ'קען נישט גלייבן וואס דא גייט פאר,
אידן יראים ושלימים האבן שטארק חשק אז די מדינה הטמאה וואס איר גאנצע מטרה איז צו מנעץ זיין אינעם בורא עולם און צו פארשוועכן די גאנצע תורה און צו אויסמעקן יעדע דבר שבקדושה (ווי אייכלער רעדט אלץ ווען די אגודה איז אינדרויסן פון קאליציע..) און טוען יעדע זאך וואס איז שייך צו משפיל זיין כבוד החרדים לדבר ד' עד לעפר, קומען דא אפאר היימישע... יודן און זענען מסביר בטוב טעם אז זיי דארפן עס איבערנעמען.

נישט אלץ מענעדזער און אודאי נישט אלץ עדי קידושין...

אבער יא אלץ מענעדזער פון די חתונה זאל און אויך אלץ דזעניטאר, און אויב האט ער צוויי רעכטע הענט מיט די נוטיגע טאאלס זאל ער אויך אויפשטעלן די חופה
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יש לו מנה »

פרעגער האט געשריבן:
דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:די מדינה האט פלענער וויאזוי צו פארוואנדלען מירון אין א טוריזם און אטראקציע ארט, נאכדערצו אז ס’איז נאנט צו צפת וואס ציעהט אסאך טוריסטן, א ריזיג חלק פון די עקאנאמיע אין א’’י באשטייט אויף טוריזם און די מדינה וויל פארשטייט זיך עס פארגרעסערן און פארברייטערן, ממילא איז א דבר פשוט אז אויב באקומען זיי בעלות אויף מירון וועט עס פארוואנדעלט ווערן צו א מקום פריצות וזוהמה.

קאווע און זויבערע ביה’’כ איז זיכער א גאר וויכטיגע זאך, אבער קדושת מירון איז וויכטיגער. אויב איז נישט שייך צוצושטעלן די נארמאלע באדערפענישן אן דעם וואס די מדינה זאל עס איבערנעמען, דאן זאלן זיי עס נישט איבערנעמען, און אויב ברויכסטו א ביה’’כ וועסטו דארפן צוגיין צו איינע פון די ארומיגע פלעצער.

אין כותל גיי איך נישט, אבער הערנדיג א גרופע פון חסידי גער פאר עטליכע יאר צוריק (בעפאר די קאראנע) אז היינט קען מען כמעט נישט גיין אין כותל נאר ביינאכט וועגן פריצות, קען איך זיך אליןן פארשטעלן די מצב דארט משכ'ן טאג (בעפאר די קאראנע)

דאס מיינט נישט אז עס קומט דארט עפעס פאהר. במשך’ן טאג זענען פשוט פארהאן פילע מענטשן פון אלע סארטן.

פונקט ווי א חסידישער בחור און אינגערמאן טאר נישט גיין אינמיטן טאג אויף ליע עוו (היינט איז דאס וואלאבאוט) אדער 13 עוו, ווייל אויב יא איז דאס פריצות (צו גיין אין א מקום געמישט מיט פרויען) קען מען בייטאג נישט גיין אין כותל צוליב פריצות.

פארוואס, ווייל עס קומען אויך אזעלכע אידן (וכמובן אויך טוריסטן) וואס מיינען אז אלע אידן זענען געשוויסטער און זיי זענען נישט מקפיד נישט צו שטיין אויסגעמישט (כמימרת מרן מהר’’א מבעלזא זי’’ע). פארשטייט זיך אז דאס איז נאר ביים אויבירשטן חלק און נישט ביי די מקום התפילות.

למעשה איז מירון א פלאץ ווי ביז היינט האט מען געקענט גיין ווען מ’האט געוואלט, און מ’האט נישט געברויכט חושש זיין אויף פריצות.

עס צו פארוואנדלען אין א אטראקציע ארט, און מ’וועט זיך נאך פארענטפערן אז ליע עוו איז אויך אזוי, איז א אומדערהערטע בזיון.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך יש לו מנה »

אינטער שמש האט געשריבן:דער אמת מוז געזאגט ווערען

פאר די מדינה איז אריין געקומען אין מירון , איז דער ציון הקדוש געווען בשפל המצב , אלע משוגעים ,שיכורים , דער חולאת פון מין האנושי האבען זיך דארט באזעצט ,זיי זענען געשלאפען דארט אויף דער ערד מיט זייער פעקל שמאטעס , צייטענווייז זיך געשלאגען צווישען זיך אז ס'געווען א שרעק

די שיכורע טאנצערייען וכדומה ,דער מושב פון. עסען און "טרונקען " וואס דארט איז אלס פארגעקומען

זייט די מדינה איז אריינגעקומען איז דארט געווארען סדר ,די גארדס דרייען זיך דארט,און דוקא נישט מיט א יוניפארם ,און די רגע איינער ווילדעוועט ,אדער וויל דארט שלאפען באגלייטען זיי אים ארויס פון דארט

ווייסעך נישט פון וואס פונקטליך דו רעדסט, שוין געווען כמה פעמים אין מירון, און כ’האב טאקע געזעהן אפאר הויעכע חברה, אבער ביזן מגזם זיין אז מ’מוז ממש האבן גארדס, און אן גארדס קען מען נישט מתפלל זיין איז א גרויסע מהלך.

פרוביר נישט צו מאכן די מדינה אויסקוקן ווי א רעטער, ווייל זיי זענען די צינדערס, אויב באקומען זיי בעלות וועט הר מירון זיין א מקום זוהמה רח’’ל.
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אינטער שמש האט געשריבן:דער אמת מוז געזאגט ווערען

פאר די מדינה איז אריין געקומען אין מירון , איז דער ציון הקדוש געווען בשפל המצב , אלע משוגעים ,שיכורים , דער חולאת פון מין האנושי האבען זיך דארט באזעצט ,זיי זענען געשלאפען דארט אויף דער ערד מיט זייער פעקל שמאטעס , צייטענווייז זיך געשלאגען צווישען זיך אז ס'געווען א שרעק

די שיכורע טאנצערייען וכדומה ,דער מושב פון. עסען און "טרונקען " וואס דארט איז אלס פארגעקומען

זייט די מדינה איז אריינגעקומען איז דארט געווארען סדר ,די גארדס דרייען זיך דארט,און דוקא נישט מיט א יוניפארם ,און די רגע איינער ווילדעוועט ,אדער וויל דארט שלאפען באגלייטען זיי אים ארויס פון דארט

פון וועלכע יאר רעדסטו, תשצ"ב? ווייל איך בין שוין געווען דארטן מער ווי איינמאל (אויך לעצטנס) און עס דרייען זיך דארטן די חברה כאילו לא היה, מען שלאפט, עסט, קריגט זיך, און קיינער זאגט נישט קיין קרום ווארט. די 'גארדס' פון וואס דו רעדסט שטייען אינדרויסן ביים בודקע און וואגן זיך נישט צו שטערן די חברה (אפשר אין חצר יא, נישט אין מערה).

אלענפאלס, מען האט שוין געזעהן כמה פעמים אז ווען מען וויל פארשיקן די חברה בריעהט מען זיך אפ, זעהט אויס אז ר' שמעון איז זיי יא סובל, אונז זענען מיר דאך אלץ פארנומען מיטן מאמר פונעם הייליגן בית אהרן 'מה הקב"ה לכל אף רשב"י לכל אף לפחותים', עס איז נישט אונזער ארבעט ארויסצוזעהן די סארט מענטשן פון דארטן.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך eller »

פרעגער האט געשריבן:
כל טוב האט געשריבן:כ'קען נישט גלייבן וואס דא גייט פאר,
אידן יראים ושלימים האבן שטארק חשק אז די מדינה הטמאה וואס איר גאנצע מטרה איז צו מנעץ זיין אינעם בורא עולם און צו פארשוועכן די גאנצע תורה און צו אויסמעקן יעדע דבר שבקדושה (ווי אייכלער רעדט אלץ ווען די אגודה איז אינדרויסן פון קאליציע..) און טוען יעדע זאך וואס איז שייך צו משפיל זיין כבוד החרדים לדבר ד' עד לעפר, קומען דא אפאר היימישע... יודן און זענען מסביר בטוב טעם אז זיי דארפן עס איבערנעמען.
הזאת נעמי?
וואלט איר גע'עצה'ט פאר אייער פאטער'ס שונא צו פירן אייער טאטן'ס געשעפט? וואלט איר אים גענומען פאר עדי קידושין?

נישט אלץ מענעדזער און אודאי נישט אלץ עדי קידושין...

אבער יא אלץ מענעדזער פון די חתונה זאל און אויך אלץ דזעניטאר, און אויב האט ער צוויי רעכטע הענט מיט די נוטיגע טאאלס זאל ער אויך אויפשטעלן די חופה

די וואלסט גענומען דיין טאטענס שונא צו זיין די מענעדזשער ווען דו מאכסט חתונה ????
קענסט זיין זיכער אז די לעקטער גייט זיך בטעות אויסלעשן און די עסן גייט זיין פארשימעלט און אלעס גייט זיין פארקערט ווי ס'ברויך..
דאס איז די פאקט ווען די מדינה איז דא מיט א פארקערטע אגענדע ווי דאס וואס ס'בלאנגט..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: רענאוואציעס אויפן אהל הרשב"י אין מירון אין ליכט פונעם טראגעדיע

תגובה דורך פרעגער »

יש לו מנה האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:
דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
Mezofzef האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:די מדינה האט פלענער וויאזוי צו פארוואנדלען מירון אין א טוריזם און אטראקציע ארט, נאכדערצו אז ס’איז נאנט צו צפת וואס ציעהט אסאך טוריסטן, א ריזיג חלק פון די עקאנאמיע אין א’’י באשטייט אויף טוריזם און די מדינה וויל פארשטייט זיך עס פארגרעסערן און פארברייטערן, ממילא איז א דבר פשוט אז אויב באקומען זיי בעלות אויף מירון וועט עס פארוואנדעלט ווערן צו א מקום פריצות וזוהמה.

קאווע און זויבערע ביה’’כ איז זיכער א גאר וויכטיגע זאך, אבער קדושת מירון איז וויכטיגער. אויב איז נישט שייך צוצושטעלן די נארמאלע באדערפענישן אן דעם וואס די מדינה זאל עס איבערנעמען, דאן זאלן זיי עס נישט איבערנעמען, און אויב ברויכסטו א ביה’’כ וועסטו דארפן צוגיין צו איינע פון די ארומיגע פלעצער.

אין כותל גיי איך נישט, אבער הערנדיג א גרופע פון חסידי גער פאר עטליכע יאר צוריק (בעפאר די קאראנע) אז היינט קען מען כמעט נישט גיין אין כותל נאר ביינאכט וועגן פריצות, קען איך זיך אליןן פארשטעלן די מצב דארט משכ'ן טאג (בעפאר די קאראנע)

דאס מיינט נישט אז עס קומט דארט עפעס פאהר. במשך’ן טאג זענען פשוט פארהאן פילע מענטשן פון אלע סארטן.

פונקט ווי א חסידישער בחור און אינגערמאן טאר נישט גיין אינמיטן טאג אויף ליע עוו (היינט איז דאס וואלאבאוט) אדער 13 עוו, ווייל אויב יא איז דאס פריצות (צו גיין אין א מקום געמישט מיט פרויען) קען מען בייטאג נישט גיין אין כותל צוליב פריצות.

פארוואס, ווייל עס קומען אויך אזעלכע אידן (וכמובן אויך טוריסטן) וואס מיינען אז אלע אידן זענען געשוויסטער און זיי זענען נישט מקפיד נישט צו שטיין אויסגעמישט (כמימרת מרן מהר’’א מבעלזא זי’’ע). פארשטייט זיך אז דאס איז נאר ביים אויבירשטן חלק און נישט ביי די מקום התפילות.

למעשה איז מירון א פלאץ ווי ביז היינט האט מען געקענט גיין ווען מ’האט געוואלט, און מ’האט נישט געברויכט חושש זיין אויף פריצות.

עס צו פארוואנדלען אין א אטראקציע ארט, און מ’וועט זיך נאך פארענטפערן אז ליע עוו איז אויך אזוי, איז א אומדערהערטע בזיון.

כ’טראכט אז דו רעדסט פון מונרוי - אותיות מירון, ווייל די מירון פון וואס מ’רעדט דא איז ליידער זייער נישט לייכט די נושא עכ’’פ ארום און ארום די מערה
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”