בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג - כ׳אב תשפ״א
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
בד״ה! נעבעך איך געדענק ווען ער האט געהאט פיאות, כאב אלעמאל געטראכט אז מיר האבן נישט קיין אהנונג וואס גייט דורך זיינע מחשבות, יעצט הער איך אז ער איז א יתום פון די 2 יאר, דאס הארץ רייסט!
איך זאג מוסר פאר מיר אליין, און ווער עס וויל קען אויך הערן, איך וואלט געדארפט מער זיך אומקוקן און שמייכלען אויף אידן ארום ספעציעל די טייערע נשמות!
ווייסט איינער די נאמען פאר משניות? אפשר איז כדאי עס אפילו אריין לייגן אינעם קעפל.

אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
בעריש'ל האט געשריבן:איך זאג מוסר פאר מיר אליין, און ווער עס וויל קען אויך הערן, איך וואלט געדארפט מער זיך אומקוקן און שמייכלען אויף אידן ארום ספעציעל די טייערע נשמות!
יאפ. איך האב געלערנט א לעקציע אז נישט יעדער וואס קוקט אויס "אזוי" איז אויף סחורה
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
בעריש'ל האט געשריבן:ווייסט איינער די נאמען פאר משניות? אפשר איז כדאי עס אפילו אריין לייגן אינעם קעפל.
מאיר בן משה צבי
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
-
- שר האלף
- תגובות: 1187
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
יישר כח פאר אלע שרייבער’ס
איך האב איהם נישט געקענט. אבער א גוטע שיעור אין בין אדם לחברו איז עס...
מ’דארף שטרעבן כסדר צו זיין פון די ’משפיעים’ און נישט פון די ’מקבלים’ זוכן די וועלכע דארפן א גוט ווארט און א שטיקל ’אויער’...
ויהיו הדברים והחיזוק לעילוי נשמתו.

מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
’די הייליגע זיידע’ס’
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
’די הייליגע זיידע’ס’
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
בעריש'ל האט געשריבן:בד״ה! נעבעך איך געדענק ווען ער האט געהאט פיאות, כאב אלעמאל געטראכט אז מיר האבן נישט קיין אהנונג וואס גייט דורך זיינע מחשבות, יעצט הער איך אז ער איז א יתום פון די 2 יאר, דאס הארץ רייסט!
איך זאג מוסר פאר מיר אליין, און ווער עס וויל קען אויך הערן, איך וואלט געדארפט מער זיך אומקוקן און שמייכלען אויף אידן ארום ספעציעל די טייערע נשמות!
ווייסט איינער די נאמען פאר משניות? אפשר איז כדאי עס אפילו אריין לייגן אינעם קעפל.
נעבעך, אפשר האט איינער זיין ארגינאלעם בילד ?!
הוא היה אומר: מאך נישט קיין פאַס פון יעדן קלייניקייט, ווייל אז יא וועט יעדע קלייניקייט דיר אריינכאפן אין פאַס
געדענקט: די משנה פסק'נט שוין בעל החבית פטור

- שר מאה
- תגובות: 217
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2020 2:23 pm
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
געהערט אז ער פלעגט באקומען סאפער יעדן טאג פון איינעם ווייס אין מיטוואך איז ער צוגעגאנגען צו אים אין געזאגט שכח פאר אלע סאפער'ס
אין די נעקסטע צופרי האט מען נעבעך געהערט אז...................
ת.נ.צ.ב.ה.

- חאצקיל בעל עגלה
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5000
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
- לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
גדי בן סיסי האט געשריבן:געהערט אז ער פלעגט באקומען סאפער יעדן טאג פון איינעם ווייס אין מיטוואך איז ער צוגעגאנגען צו אים אין געזאגט שכח פאר אלע סאפער'ס
אין די נעקסטע צופרי האט מען נעבעך געהערט אז...................
ת.נ.צ.ב.ה.
איבער ווייס, וויסיך נישט אבער איך פלעג איהם זעהן פון צייט צו צייט ביי גאטליבס אויף ראבלינג
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000

- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
געהערט עטליכע שטריכן איבער אים:
ער פלעגט זיך דרייען פיל ביים הייליגען ריבניצער, ער פלעגט אלס משלים זיין די מנין ווען ס'האט זיך אויסגפעלט.
אזוי ווי געשריבן אויבן, פלעגט ער זיין ביים יארצייט די גאנצע 24 שעה ביים ציון הקדוש.
*
ער פלעגט פילע מאל פאסטן דרייערלך!
*
ער פלעגט זיך יעדן טאג טובל'ן ש"י טבילות, ער פלעגט גיין בערך איינסע זייגער פארטאגס ווען די מקוה איז נאך גאר זויבער, אבער דעמאלטס פלעגט נאך די הייסע בור נישט זיין אזוי הייס. יענעם טאג איז ער געקומען ערשט אביסל פאר פינף, און די וואסער איז שוין געווען גאר הייס, ער האט אבער נישט אויפגעגעבן אויף די ש"י טבילות, און ער האט באקומען די ש"י עולמות...
*
ער איז אלס קינד געווען ביים סטייפלער און ער האט געשמועסט מיט אים א שטיק צייט, און ער האט געזאגט אויף אים אז ער איז א בעל כשרון. ער פלעגט זיך פיל מאל מזכיר זיין ביי בנו יבלחט"א הגרח"ק שליט"א.
*
ער איז געווען שטארק מקושר צו סקיוורא רבי שליט"א, ווען ער האט געוואלט אריינגיין האט מען אים געלאזט.
*
כידוע פלעגט ער גיין אסאך מאל אויף גאס אן א קאפל, און אויך פלעגט ער זיך אפגאלן די האר, די סיבה איז געווען צוליב וואס די ווייטעמין D וואס קומט נאטורליך פון די זון, זאל קענען גליין אריינגיין און זיין קערפער אן דעם וואס די קאפל און האר זאלן מפסיק זיין.
ער איז געווען עפעס א "נשמה".

וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 416
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:10 pm
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
געווען אזא איידעלע מענטש, מיט אזא רואגיקייט וואס מ'טרעפט נישט אזוי אפט
אפילו ווען עפעס האט אים געשטערט איז געווען מיט אזא פאזעטיווקייט
יהא זכרו ברוך

- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
נא_שכל האט געשריבן:......
כידוע פלעגט ער גיין אסאך מאל אויף גאס אן א קאפל, און אויך פלעגט ער זיך אפגאלן די האר, די סיבה איז געווען צוליב וואס די ווייטעמין D וואס קומט נאטורליך פון די זון, זאל קענען גליין אריינגיין און זיין קערפער אן דעם וואס די קאפל און האר זאלן מפסיק זיין.
......
ישר כח גדול פאר די אינפארמאציע!!
(נאוט טו סעלף: "קיינמאל נישט דן זיין קיין מענטש").
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:......
כידוע פלעגט ער גיין אסאך מאל אויף גאס אן א קאפל, און אויך פלעגט ער זיך אפגאלן די האר, די סיבה איז געווען צוליב וואס די ווייטעמין D וואס קומט נאטורליך פון די זון, זאל קענען גליין אריינגיין און זיין קערפער אן דעם וואס די קאפל און האר זאלן מפסיק זיין.
......
ישר כח גדול פאר די אינפארמאציע!!
(נאוט טו סעלף: "קיינמאל נישט דן זיין קיין מענטש").
חילי? איך זע גוט? דו ווייסט ווי איך חלום פון דיר בייטאג און ביינאכט.
איך האב מיטגעהאלטן דיין זיך אריינציען און דיין עמאציאליע אוועקציען. דו בלייבסט דא. הערסט?

גא״מ, עס האט מיר אייביג געענגבערט פארוואס טוט ער אויס דעם קאפל אויפן גאס, עס וואלט מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אזא סיבה.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

בסד האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:......
כידוע פלעגט ער גיין אסאך מאל אויף גאס אן א קאפל, און אויך פלעגט ער זיך אפגאלן די האר, די סיבה איז געווען צוליב וואס די ווייטעמין D וואס קומט נאטורליך פון די זון, זאל קענען גליין אריינגיין און זיין קערפער אן דעם וואס די קאפל און האר זאלן מפסיק זיין.
......
ישר כח גדול פאר די אינפארמאציע!!
(נאוט טו סעלף: "קיינמאל נישט דן זיין קיין מענטש").
חילי? איך זע גוט? דו ווייסט ווי איך חלום פון דיר בייטאג און ביינאכט.
איך האב מיטגעהאלטן דיין זיך אריינציען און דיין עמאציאליע אוועקציען. דו בלייבסט דא. הערסט?
כאטש זאל ער צולייגען נאך פיר תגובות...
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
א גוטן האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:......
כידוע פלעגט ער גיין אסאך מאל אויף גאס אן א קאפל, און אויך פלעגט ער זיך אפגאלן די האר, די סיבה איז געווען צוליב וואס די ווייטעמין D וואס קומט נאטורליך פון די זון, זאל קענען גליין אריינגיין און זיין קערפער אן דעם וואס די קאפל און האר זאלן מפסיק זיין.
......
ישר כח גדול פאר די אינפארמאציע!!
(נאוט טו סעלף: "קיינמאל נישט דן זיין קיין מענטש").
גא״מ, עס האט מיר אייביג געענגבערט פארוואס טוט ער אויס דעם קאפל אויפן גאס, עס וואלט מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אזא סיבה.
מ'דארף נישט מעורר צו דן זיין לכף זכות ווען דו פארשטייסט. דעמאלטס איז מען בכלל נישט דן. דו פארשטייסט דאך. דן זיין לכף זכות דארף מען ווען דו קענסט נישט יענעם פארשטיין. טאקע ווען יענער קען דיר נישט אריין גיין אין קאפ. דעמאלטס קומט אריין די מידה פון דן זיין לכף זכות.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 601
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:00 am
- לאקאציע: אין בעק טאש פון דיין בר מצווה בחור'ל
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
א גוטן האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:......
כידוע פלעגט ער גיין אסאך מאל אויף גאס אן א קאפל, און אויך פלעגט ער זיך אפגאלן די האר, די סיבה איז געווען צוליב וואס די ווייטעמין D וואס קומט נאטורליך פון די זון, זאל קענען גליין אריינגיין און זיין קערפער אן דעם וואס די קאפל און האר זאלן מפסיק זיין.
......
ישר כח גדול פאר די אינפארמאציע!!
(נאוט טו סעלף: "קיינמאל נישט דן זיין קיין מענטש").
גא״מ, עס האט מיר אייביג געענגבערט פארוואס טוט ער אויס דעם קאפל אויפן גאס, עס וואלט מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן אזא סיבה.
געהערט זאגן אז ווייענער רב שליט"א פלעגט אלעמאל זאגן פאר מאיר פאר ער איז אוועק געפארן אז ער גייט נישט זיין דא מארגן ווייל ער האט געוואסט ווי שטארק מאיר ווארט אים צו זעהן כידוע ווי שוין דערמאנט פלעגט ער זיצן קעגן אים אין נישט מסיח דעת זיין פון אים... ער איז געווען די איינציגער וואס וויענער רב האט אים ביי יעדע קליינע נסיעה אפילו לאקאל מודיע געווען אז ער וועט פעלן מארגן (מדברי המספידים)
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8352
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
נא_שכל האט געשריבן:כידוע פלעגט ער גיין אסאך מאל אויף גאס אן א קאפל, און אויך פלעגט ער זיך אפגאלן די האר, די סיבה איז געווען צוליב וואס די ווייטעמין D וואס קומט נאטורליך פון די זון, זאל קענען גליין אריינגיין און זיין קערפער אן דעם וואס די קאפל און האר זאלן מפסיק זיין.
ער איז געווען עפעס א "נשמה".
WOW
איינע פון די סיבות פארוואס איך פלעג איהם אנקוקן ווי א פארדראגטע נשמה איז געווען וועגן דאס אויסטוהן די קאפל אויפן גאס.
שוין, א לעקציע אין הוי דן את כל האדם לכף זכות, ויהא לעילוי נשמתו.
(נישט אז מען מעג טאקע וועגן דעם גיין אן א קאפל...).
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

- פאסט טרעגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3223
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 17, 2020 5:50 pm
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
אונגארישע הייזער האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:כידוע פלעגט ער גיין אסאך מאל אויף גאס אן א קאפל, און אויך פלעגט ער זיך אפגאלן די האר, די סיבה איז געווען צוליב וואס די ווייטעמין D וואס קומט נאטורליך פון די זון, זאל קענען גליין אריינגיין און זיין קערפער אן דעם וואס די קאפל און האר זאלן מפסיק זיין.
ער איז געווען עפעס א "נשמה".
WOW
איינע פון די סיבות פארוואס איך פלעג איהם אנקוקן ווי א פארדראגטע נשמה איז געווען וועגן דאס אויסטוהן די קאפל אויפן גאס.
שוין, א לעקציע אין הוי דן את כל האדם לכף זכות, ויהא לעילוי נשמתו.
(נישט אז מען מעג טאקע וועגן דעם גיין אן א קאפל...).
געטראכט די זעלבע.....
אגב, עס איז דא פרומע ספרדישע קרייזען וואס טוען אפיציעל נאר אן א קאפל און שול....
מענין לענין, ווייסט איינער די מקור פון דאס אז מיר גייען מיט קאפלעך?
- בית לחם
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 446
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 10, 2020 12:20 pm
- לאקאציע: https://goo.gl/maps/dmKg7e6Dd8fEdKXg8
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
פאסט טרעגער האט געשריבן:געטראכט די זעלבע.....
אגב, עס איז דא פרומע ספרדישע קרייזען וואס טוען אפיציעל נאר אן א קאפל און שול....
מענין לענין, ווייסט איינער די מקור פון דאס אז מיר גייען מיט קאפלעך?
איך האב פונקט היינט געהערט א שיעור איבער מנהגי ישראל זאגט ער דארט אז גיין מיט א קאפל איז א מנהג און די מקור איז א רמב"ם,
אריין אין ידיעות התורה...
לעצט פארראכטן דורך בית לחם אום מיטוואך אוגוסט 04, 2021 8:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
אין קב הישר שטייט זייער הארב פארן גיין ד׳ אמות בגילו ראש. די מקור איז אין א גמרא, איך געדענק נישט ווי.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 293
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:47 pm
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
צייט צו מפרסם זיין אויב איינער ווייסט פון נאך אזעלכע הייליגע נשמות
Re: בד"ה הב' מאיר בלומענפעלד - פון די טייערע נשמות אין וויליאמסבורג
גיין אן א קאפל איז א לאו דאורייתא פון לא תלכו בחוקות הגוי, אזוי שטייט אין טו"ז.
איך שרייב עס סתם לענין, נישט ח"ו מעורר צו זיין קטרוג, ושלום על ישראל.

- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31273
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
שואלכענין האט געשריבן:גיין אן א קאפל איז א לאו דאורייתא פון לא תלכו בחוקות הגוי, אזוי שטייט אין טו"ז.
איך שרייב עס סתם לענין, נישט ח"ו מעורר צו זיין קטרוג, ושלום על ישראל.
קומט נאך פון דער מהר"י ברונא (באלד 200 יאר פארן ט"ז) אין סימן ל"ד:
(כמובן אז דאס איז א טעם לאיסור פאר די וואס האבן עס גע'אסר'ט, אבער עס איז קלאר נישט געווען אזוי הארב אנגענומען ביי געוויסע פלעצער אין כלל ישראל.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- חאצקיל בעל עגלה
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5000
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
- לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן
Re:
קנאפער ידען האט געשריבן:שואלכענין האט געשריבן:גיין אן א קאפל איז א לאו דאורייתא פון לא תלכו בחוקות הגוי, אזוי שטייט אין טו"ז.
איך שרייב עס סתם לענין, נישט ח"ו מעורר צו זיין קטרוג, ושלום על ישראל.
קומט נאך פון דער מהר"י ברונא (באלד 200 יאר פארן ט"ז) אין סימן ל"ד:
(כמובן אז דאס איז א טעם לאיסור פאר די וואס האבן עס גע'אסר'ט, אבער עס איז קלאר נישט געווען אזוי הארב אנגענומען ביי געוויסע פלעצער אין כלל ישראל.)
גערעכט. ביי זייער אסאך ספרדישע אפשטאמיגע טראגען נישט קיין קאפל ביי די ארבעט. און עס איז אזוי מסורה ביי זיי...
פאר א געשמאקע וואקאציע אין אריזאנע
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
רופט שוין ● 520-251-4459 ●
ספעציעלע וויקענד פרייז פאר אייוועלט באנוצער, פאר בלויז $1000
Re: Re:
חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:שואלכענין האט געשריבן:גיין אן א קאפל איז א לאו דאורייתא פון לא תלכו בחוקות הגוי, אזוי שטייט אין טו"ז.
איך שרייב עס סתם לענין, נישט ח"ו מעורר צו זיין קטרוג, ושלום על ישראל.
קומט נאך פון דער מהר"י ברונא (באלד 200 יאר פארן ט"ז) אין סימן ל"ד:
(כמובן אז דאס איז א טעם לאיסור פאר די וואס האבן עס גע'אסר'ט, אבער עס איז קלאר נישט געווען אזוי הארב אנגענומען ביי געוויסע פלעצער אין כלל ישראל.)
גערעכט. ביי זייער אסאך ספרדישע אפשטאמיגע טראגען נישט קיין קאפל ביי די ארבעט. און עס איז אזוי מסורה ביי זיי...
דאס ברענגט ארויס די הארבקייט פון מסורה.
- חאצקיל בעל עגלה
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5000
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
- לאקאציע: אויף די וועגן און שטעגן
Re: Re:
בסד האט געשריבן:חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:שואלכענין האט געשריבן:גיין אן א קאפל איז א לאו דאורייתא פון לא תלכו בחוקות הגוי, אזוי שטייט אין טו"ז.
איך שרייב עס סתם לענין, נישט ח"ו מעורר צו זיין קטרוג, ושלום על ישראל.
קומט נאך פון דער מהר"י ברונא (באלד 200 יאר פארן ט"ז) אין סימן ל"ד:
(כמובן אז דאס איז א טעם לאיסור פאר די וואס האבן עס גע'אסר'ט, אבער עס איז קלאר נישט געווען אזוי הארב אנגענומען ביי געוויסע פלעצער אין כלל ישראל.)
גערעכט. ביי זייער אסאך ספרדישע אפשטאמיגע טראגען נישט קיין קאפל ביי די ארבעט. און עס איז אזוי מסורה ביי זיי...
דאס ברענגט ארויס די הארבקייט פון מסורה.
און זיך נישט רירען פון די מסורה, אפילו מען מיינט אז היינט איז אנדערש, ריקט מען זיך נישט פון די מסורת אבות.