קווניפיעק איז גראדע יעצט פון ביידן'ס ערגסטע אנקעטעס.
וואפ"א וואס האט געהאט די ערגסטע אנקעטע פאר ביידן, האט דאך ממש אינאיינעם מיט דעם ארויסגעגעבן א אנקעטע וואס האט צוגעטראפן/א ברעקל איבערגעשאצט טראמפ, אין פלארידע.
פון דארט זעהט מען אז דאס איז א שוגג.
די אלע אנדערע נאנטע אנקעטעס אין קאליפארניע זענען עלטערע אנקעטעס, ווארשיינליך פאר לינקע-וואס-גלייכן-נישט-נוסאם האבן איינגעזען אז עס איז אדער נוסאם, אדער לערי עלדער.
טראפאלגאר איז פון מאנטאג.
------
גיי פארשטיי האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן:@האלצשטיין, עס ווייזט איין זאך פאר דעם מידטערם, אז אין פלעצער ווי ביידן האט געווינען - דאס איז א מאיאריטעט פון די הויז דיסטריקטן לכאורה אפילו נאך רידיסטריקטינג - ארבעט וואונדערליך דאס שרייען: "א געווינס פאר דעם רעפאבליקאנער איז א געווינס פאר טראמפ", און אז עס איז דא א קלארע רוב לאנד פרא מאסק און וואקס מאנדאטן.
ווי זעסטו עס ביי דיסטריקט ברעיקדאון
אגב אין ארענדזש קאונטי ווי א גרויסע חלק ווי די קאמפעטעטיוו זיצן געפינען זיך זעה איך ניוסעם אנדערפראפארמען ביידן מיט בערך 5% (און קען זיך נאך פארשמעלערן).
בנוגע דיסטריקט ברעיקדאון נאציאנאל: ביידן האט געווינען 224 דיסטריקטן, דאס וועט לכאורה זיין 223 אדער 222 ווי עס זעהט יעצט אויס נאך רידיסטריקטינג. (און אסאך וואלנערבל דעמאקראטן וועלן ווערן פארפעסטיגט, סיי דורך די דעמאקראטן אין די סטעיטס וואס זיי קאנטראלירן, כמובן, און סיי דורך די רעפאבליקאנער אין די סטעיטס וואס זיי קאנטראלירן, ווייל כדי צו שאפן מער סעיף רעפאבליקאנער זיצן, מוז מען אויך מאכן מער סעיף רעפאבליקאנער.)
בנוגע אראנדזש קאונטי, געווין ניוסאם האט טאקע אנדערפערפארמד ביידן דארט, אבער אין מציאות פאר גאווערנאר איז יענע קאונטי היפש רעכטס ווי פאר פרעזידענט אדער קאנגרעס, ווי מען קען זעהן אז נוסאם האט דארט קוים קוים געווינען די קאונטי אין 2018, שוואכער ווי ביידן און קלינטאן, און שוואכער ווי די קאנגרעס דעמאקראטן, וועלכע זענען אויך געווען שוואכער ווי ביידן און קלינטאן.
אויב דו רעדסט פון די ריקאל רעזולטאטן דיסטריקט ביי דיסטריקט אין ארענדזש קאונטי, די פונקטליכע ציפערן האב איך נישט, אבער יא, נוסאם האט דערלייגט טייל פון די רעפאבליקאנער זיצן דארט. (אבער מיט ווייניגער ווי פאריגע מאל, און דאס זענען ביידן קלינטאן זיצן דעמאקראט 2018 רעפאבליקאנער 2020 זיצן.)