נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועמען ווילסטו פאר מעיאר 2021

די וואלן האבן זיך געשלאסן מיטוואך יולי 21, 2021 8:50 pm

קורטיס סאליווע
45
17%
עריק עדעמס
133
50%
אנדעסיידעט
21
8%
איך וואוין נישט אין סיטי
68
25%
 
סך הכל שטימען: 267

אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

וואס טוט זיך האט געשריבן:[quote

וויי צו אונז אויב דער סליווע וואס איז "אויפריכטיג" געוואונט..

https://drive.google.com/file/d/1DyNbtc ... lmHn7/view

איך האב עס אנגעהויבן אויסצוהערן און איך האב געמיזט סטאפן
מוח שליט על הלב
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 10:43 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוח שליט על הלב »

ממוצע האט געשריבן:
מוח שליט על הלב האט געשריבן:איך מיז מודה זיין איך האב יעצט גוט איבער געקוקט די ווידיאו פון סליווא ער רעדט טאקע זייער מיאוס אויפן היימישן עולם אין סאיז טאקע אביסל שרעקעדיג אבער מיט אפאר קליינע נקודות איז ער למעשה גירעכט. איך ווייס טאקע נישט וואס צו טוהן עדעמס גייט זיכער חרוב מאכן די שטאט. איך בין כאטש א מודה על האמת אין איך בין גרייט אין אפן צו הערן די אנדערע צד. יעצט לאמיר זעהן אז אנדערע אידן זאלן זיך אפלערנען אין אויך לאזן הערן די אנדערע צד אין נישט איינער וואס זאגט אנדערש ווי דיר איז א אנטי משוגענער.]

העלא.. מ'שרייט שוין אויף דיר פון אנפאנג 'די ווידאו'! 'די ווידאו'! און דו האסט איגנארירט ביז איצט. קיינער האט נישט דא געשריגן סתם ווייל איינער האלט אנדערש...

זאלט איר זיך אויסלערנען, אז ווען מ'טענה'ט זיך ארום, און איינער ברענגט א טענה, זאלסטו דאס גיין נאכקוקן, נישט סתם איגנארירן און זיך האלטן פאר'עקש'נט.

אבער דאס יא. דיין גרייטקייט צו קומען מודה זיין איז באמת א געוואלדיגע זאך! איך קוק דיר ארויף פאר דעם!

יעצט לאמיר זעהן אויב איינער וועט מודה זיין אז די גיזעהץ פון נישט אריינלאזן אין רעסטוראנט נישט וואקסינירטע איז א סתירה מיט פרייהייט..
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

באקומען אין אישי, נאכנישט איבערגעליינג, לייג מיר עס אהער

פאר ווער עס איז נייגעריג אין פאקטן.

1) ביי די דעבאטע די וואך איז סוליווע אריינגעקומען מער לינק ווי עדעמס אויף רוב טעמעס, אריינגערכענט צער בעלי חיים, און אפילו דער ענין פון פאליציי איז עדעמס געווען בעסער. סוליווע לויפט אויף דער רעפובליקאנע זייט אבער איז א ריכטיגע "ריינאו" סיי צוליב זיין אויסגעשפראכענע שנאה צו טראמפ, און סיי צוליב דער פאקט אז זיינע פאלעסיס זענען נענטער צו דעמאקראטן ווי ליבעראלן.

2) די ווערטער פון עדעמס איבער דינקיס איז שקר וכזב עס איז א געשטיקעלטע קליפ. עדעמס האט געזאגט אז ער וועט נעמען א פאליציי קאמישינער ווי דינקיס אין זיינע לעצטע מאנאטן ווען ער האט אויפגענומען ביל ברעטאן, וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א שטארקע סוקסעס און קריים איז שטארק געפאלן אין די לעצטע דינקיס מאנאטן, און ווען דזשוליאני האט איבערגענומען איז שוין געווען אויפן וועג ארויף. ברעטאן איז שפעטער געווען א קאמישענער אויך אינטער בלומבערג.

3) ביי די דעבאטע די וואך האט איין קאנדידאט געזאגט אז ער וועט זיך באגיין צו קריים ווי מעיאר דינקיס... און יענער האט נישט דערמאנט נאר זיינע לעצטע מאנאטן. דער קאנדידאט איז געווען קורטיס סוליווע... יא יא, איר הערט גוט, דער דעבאטע איז עועליבל פאר יעדן, און אפשר טאקע זאל @זעקל ברענגען דעם שטיקל וירא הקהל וישפוט.

4) בנוגע צולייגן פאליציי, עדעמס טענה'ט אז די פאליציי איז גענוג גרויס און מאכטפול, עס איז גרעסער פראצענטואל ווי סיי ווען ביז אהער, נאר דער סיבה פון פארברעכן איז ווייל די פאליציי האט נישט די מאראל צוליב די צודרייטע פאלעסיס פון דעבלאזיאו "אבער אלץ א געוועזענע פאליציי אפיציר וועלכע האט 22 יאר איינגעשטעלט מיין לעבן צו באקעמפן פארברעכן וועלן די אפיצירן האבן מיין דעקונג אויף יעדע זאך און איך וועל שטיין מיט זיי".

5) סוליווע האט ביי די רעפובליקאנע דעבאטע בעפאר די פריימערי איבערגע'חזר'ט זיינע העסליכע ארגומענטן אז ער וועט זיך נעמען צו ישיבות.

6) סוליווע האט ביי די יעצטיגע דעבאטע פארשפראכן אז ער וועט זיין די מערסטע פראו צער בעלי חיים מעיאר, ווער ווייסט וואס אזא אנטיסעמיט מיט אזא פארשפרעכונג מיינט פאר שחיטה און כפרות?

אין אנדערע ווערטער, סוליווע איז דער אנטי-טראמפ, אנטי-היימישע אידן קאנדידאט, האט גארנישט מיט רעפובליקאנער און מיט שכל חוץ דער ליניע אויף וואס ער לויפט, און חסדי השם דער טאטע פון 16 קעצעלעך האט נישט קיין שאנס אין ניו יארק סיטי.
אוועטאר
Who knows
שר האלפיים
תגובות: 2123
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 5:23 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Who knows »

Wow a1 האט געשריבן:
Who knows האט געשריבן:איך בין קעגן וואקסין מענדעיטס און נאך אסאך אנדערע לינקע משוגעת'ן, אבער איך וואלט נאך אלס נישט געוואויט פאר סליווא (פאר עדעמס אויך נישט ווייל ער דארף עס נישט, און איך גיי נישט שטיצען א ליבעראל אומזינסט)

You're helping yourself when you go out and vote, no matter for whom you vote, because if there's a high turnout they are more sensitive to the people over there.

אוודאי, קען איך דאך אבער וואוטן פאר מיין חברותא
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

פעיק ניוז האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:פשוט נאך א תוצאה פומעם נייע פאקט אז מ'קוקט ניטאמאל אויף די נעמען פון די קאנדידאטן, נאר אויף וועלכע קאלום ער איז און לויט דעם באשלוסט מען..

ס'איז דא א סיבה צו דעם ערשיינונג.

אוודאי האט עס א סיבה!

(לויט ווי איך לערן אפ די סיבה, מאכט דאס, עס פשוט נאך שווערער אויף דיע חברה,
אבער אפילו לויט ווי דו קוקסט עס אן, פארענטפערט עס נאכנישט די ערשיינונג, און געב נאר א קוק דא די תוצאות דערפון)

ווער זאגט אז דו ווייסט וויאזוי איך קוק עס אן?

די סיבה איז פשוט, אז די דעמאקראטן האבן זיך גערוקט גאר לינקס. ממילא האט זיך דער געפ צווישן די צוויי פארטייען גאר שטארק אויסגעברייטערט. אלזא וועט איינער וואס איז רעפובליקען געשטימט, בדרך כלל נישט האבן קיין ספק אז דער רעפובליקען איז בכל אופן בעסער ווי דעם דעמאקראט. פארשטייט זיך, אז יעצט מיט סליווא איז טאקע די מעשה אנדערש פאר אונז היימישע אידן.

כ'האב מיך געקענט פארשטעלן..
אבער ווי געשריבן, פארענטפערט עס נישט די פאקט אז מ'האט פארלוירן די שכל, און מ'ווייסט נאר איין ווארט, "רעפובליקען"..

(גראדע קוק איך עס אן אז ס'קומט פון די בלינדע פארגלייבקייט וואס די עולם האט אין טראמפ, וואס דאס האט אויטאמאטיש צוגעברענגט בלינדע פארגלייבטקייט אינעם טראמפליקאנער פארטיי)
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.

מוח שליט על הלב האט געשריבן:איך מיז מודה זיין איך האב יעצט גוט איבער געקוקט די ווידיאו פון סליווא ער רעדט טאקע זייער מיאוס אויפן היימישן עולם אין סאיז טאקע אביסל שרעקעדיג אבער מיט אפאר קליינע נקודות איז ער למעשה גירעכט. איך ווייס טאקע נישט וואס צו טוהן עדעמס גייט זיכער חרוב מאכן די שטאט. איך בין כאטש א מודה על האמת אין איך בין גרייט אין אפן צו הערן די אנדערע צד. יעצט לאמיר זעהן אז אנדערע אידן זאלן זיך אפלערנען אין אויך לאזן הערן די אנדערע צד אין נישט איינער וואס זאגט אנדערש ווי דיר איז א אנטי משוגענער.

חלילה דאס צו שרייבן.

אסאך רשעים (כ'שרייב בכוונה נישט ארויס די נעמען, מ'זאל ח"ו נישט מיינען "כ'פרוביר עס צו פארגלייכן"..) וואס האבן אנגעטוען גרויסע צרות פאר אידן, האט אויך 'געקלינגען עפעס אמת' אין זייערע טענות.

לגבי די אנדערע צד, זייער פשוט.
עדעמס איז טאקע נישט די בעסטע קאנדידאט, ער איז א פשוטע פאלאטישאן.
אבער א פאלאטישען צו וועם מ'קען רעדן צו.
האט גוטע פריינטליכע באציאונגען מיט אידן.
איינער וואס איז בפשטות שולדיג אסאך פאר עסקנים.
און ער איז אויך פון די מעסיגסטע דעמעקראטן אין NYC.

וואס נאך דארפסטו?
איינער וואס זאל זיין אן אויסגעשפראכנע פראו law and order, און לכבוד דעם אטאקירן אונער גאנצע לעבנסשטייגער?
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:באקומען אין אישי, נאכנישט איבערגעליינג, לייג מיר עס אהער

פאר ווער עס איז נייגעריג אין פאקטן.

1) ביי די דעבאטע די וואך איז סוליווע אריינגעקומען מער לינק ווי עדעמס אויף רוב טעמעס, אריינגערכענט צער בעלי חיים, און אפילו דער ענין פון פאליציי איז עדעמס געווען בעסער. סוליווע לויפט אויף דער רעפובליקאנע זייט אבער איז א ריכטיגע "ריינאו" סיי צוליב זיין אויסגעשפראכענע שנאה צו טראמפ, און סיי צוליב דער פאקט אז זיינע פאלעסיס זענען נענטער צו דעמאקראטן ווי ליבעראלן.

2) די ווערטער פון עדעמס איבער דינקיס איז שקר וכזב עס איז א געשטיקעלטע קליפ. עדעמס האט געזאגט אז ער וועט נעמען א פאליציי קאמישינער ווי דינקיס אין זיינע לעצטע מאנאטן ווען ער האט אויפגענומען ביל ברעטאן, וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א שטארקע סוקסעס און קריים איז שטארק געפאלן אין די לעצטע דינקיס מאנאטן, און ווען דזשוליאני האט איבערגענומען איז שוין געווען אויפן וועג ארויף. ברעטאן איז שפעטער געווען א קאמישענער אויך אינטער בלומבערג.

3) ביי די דעבאטע די וואך האט איין קאנדידאט געזאגט אז ער וועט זיך באגיין צו קריים ווי מעיאר דינקיס... און יענער האט נישט דערמאנט נאר זיינע לעצטע מאנאטן. דער קאנדידאט איז געווען קורטיס סוליווע... יא יא, איר הערט גוט, דער דעבאטע איז עועליבל פאר יעדן, און אפשר טאקע זאל @זעקל ברענגען דעם שטיקל וירא הקהל וישפוט.

4) בנוגע צולייגן פאליציי, עדעמס טענה'ט אז די פאליציי איז גענוג גרויס און מאכטפול, עס איז גרעסער פראצענטואל ווי סיי ווען ביז אהער, נאר דער סיבה פון פארברעכן איז ווייל די פאליציי האט נישט די מאראל צוליב די צודרייטע פאלעסיס פון דעבלאזיאו "אבער אלץ א געוועזענע פאליציי אפיציר וועלכע האט 22 יאר איינגעשטעלט מיין לעבן צו באקעמפן פארברעכן וועלן די אפיצירן האבן מיין דעקונג אויף יעדע זאך און איך וועל שטיין מיט זיי".

5) סוליווע האט ביי די רעפובליקאנע דעבאטע בעפאר די פריימערי איבערגע'חזר'ט זיינע העסליכע ארגומענטן אז ער וועט זיך נעמען צו ישיבות.

6) סוליווע האט ביי די יעצטיגע דעבאטע פארשפראכן אז ער וועט זיין די מערסטע פראו צער בעלי חיים מעיאר, ווער ווייסט וואס אזא אנטיסעמיט מיט אזא פארשפרעכונג מיינט פאר שחיטה און כפרות?

אין אנדערע ווערטער, סוליווע איז דער אנטי-טראמפ, אנטי-היימישע אידן קאנדידאט, האט גארנישט מיט רעפובליקאנער און מיט שכל חוץ דער ליניע אויף וואס ער לויפט, און חסדי השם דער טאטע פון 16 קעצעלעך האט נישט קיין שאנס אין ניו יארק סיטי.

Wow זייער שטארק, שיק אים א גריס פאר דעם וואס האט דיר געשיקט דער אישו, דברים של טעם.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

זייער א פיינע אישי, ער זאגט זייער גוטע פונקטען, וועט ער קומען אין פאבליק וועלן מיר זיך קענען באדאנקען כראוי.

א דאנק פאליטישע עקספערט פארען שעירען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואס טוט זיך האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
פעיק ניוז האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:פשוט נאך א תוצאה פומעם נייע פאקט אז מ'קוקט ניטאמאל אויף די נעמען פון די קאנדידאטן, נאר אויף וועלכע קאלום ער איז און לויט דעם באשלוסט מען..

ס'איז דא א סיבה צו דעם ערשיינונג.

אוודאי האט עס א סיבה!

(לויט ווי איך לערן אפ די סיבה, מאכט דאס, עס פשוט נאך שווערער אויף דיע חברה,
אבער אפילו לויט ווי דו קוקסט עס אן, פארענטפערט עס נאכנישט די ערשיינונג, און געב נאר א קוק דא די תוצאות דערפון)

ווער זאגט אז דו ווייסט וויאזוי איך קוק עס אן?

די סיבה איז פשוט, אז די דעמאקראטן האבן זיך גערוקט גאר לינקס. ממילא האט זיך דער געפ צווישן די צוויי פארטייען גאר שטארק אויסגעברייטערט. אלזא וועט איינער וואס איז רעפובליקען געשטימט, בדרך כלל נישט האבן קיין ספק אז דער רעפובליקען איז בכל אופן בעסער ווי דעם דעמאקראט. פארשטייט זיך, אז יעצט מיט סליווא איז טאקע די מעשה אנדערש פאר אונז היימישע אידן.

כ'האב מיך געקענט פארשטעלן..
אבער ווי געשריבן, פארענטפערט עס נישט די פאקט אז מ'האט פארלוירן די שכל, און מ'ווייסט נאר איין ווארט, "רעפובליקען"..

(גראדע קוק איך עס אן אז ס'קומט פון די בלינדע פארגלייבקייט וואס די עולם האט אין טראמפ, וואס דאס האט אויטאמאטיש צוגעברענגט בלינדע פארגלייבטקייט אינעם טראמפליקאנער פארטיי)

ס'איז מיר נישט קיין חידוש, אז דו אלס אנטי טראמפער זאלסט אזוי האלטן...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מוח שליט על הלב
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 10:43 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוח שליט על הלב »

איך שעץ זייער העסקן רבי אהרן בנציון ווידער קען זיין ער איז גירעכט אבער ער ליידט נישט דאס וואס אונז סיטי איינואונער ליידן. איך מיין ער קען נישט אריינרעדן
צענטעריסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:10 pm

תגובה דורך צענטעריסט »

מוח שליט על הלב האט געשריבן:

ניו יארק סיטי איינוואוינער זענען פולקאם מסכים מיט יעדע ווארט
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

צענטעריסט האט געשריבן:
מוח שליט על הלב האט געשריבן:

איך שעץ זייער העסקן רבי אהרן בנציון ווידער קען זיין ער איז גירעכט אבער ער ליידט נישט דאס וואס אונז סיטי איינואונער ליידן. איך מיין ער קען נישט אריינרעדן

ניו יארק סיטי איינוואוינער זענען פולקאם מסכים מיט יעדע ווארט
צענטעריסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:10 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צענטעריסט »

דרייט זיך היינט ארום פרישע שרעקליכע אנטיסעמיטישע ווערטער פון סוליווע אין א אינטערוויו אין די לעצטערע טעג ווי ער זאגט אז אלע ארטאדאקסישע אידן זענען קרוקס און זאגן דעם אמת אז זיי זענען קרוקס מאכט אים נאכנישט פאר א אנטיסעמיט
צענטעריסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:10 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צענטעריסט »

Screenshot 2021-10-24 135418.png
Screenshot 2021-10-24 135418.png (505.62 KiB) געזען 300 מאל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א שרעק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

מוח שליט על הלב האט געשריבן:

איך שעץ זייער העסקן רבי אהרן בנציון ווידער קען זיין ער איז גירעכט אבער ער ליידט נישט דאס וואס אונז סיטי איינואונער ליידן. איך מיין ער קען נישט אריינרעדן

איך גלייב אז ר׳ אהרן בנציון איז אייך זייער דאנקבאר פארן עם שעצן, אבער ער וואוינט נישט אין א מדבר און ווייסט פינקטלעך וואס עס באדערט פאר סיטי איינוואונער
דעס אז ר׳ אהרן בנציון וואוינט נישט אויף בעדפארד און דאווענט נישט אין ראדני, מיינט נאכנישט אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך אין ברוקלין
העפענס טו בי, אלטס עסקן ווייסט ער נאר מער וואס מיר ברויכן, און פארשטייט זיך וואס מיר ברויכן נישט…
דיין וואוינען אין וויליאמסבורג מאכט דיך נישט מער וויסנד ווי עם.
מוח שליט על הלב
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 10:43 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוח שליט על הלב »

אפשר לאמיר רעדן תכלית אין זיך אלע אידן אין עסקנים אדורכקומען. די מצב אין די סיטי איז א פראבלעם אונז ווייס מיר נישט וועם צו שטימן. דער שרייט אז סליווא איז נישט קיין אידן פריינט דער שרייט עדעמס וועט נאר ערגער מאכן אדער עכ"פ נישט בעסער מאכן.
איז אז די עסקנים האבן א נאנטן קשר מיט עדעמס אפשר זאלן די עסקנים פארלייגן דאס וואס די ציבור פארלאנגט אין באקומען א גיהעריגע צוזאג נישט סתם גירעדט א צוזאג מיט שיינע בילדער. (אפשר חתמנן א עגרימענט) פון א ליסטע זאכן וואס מיז זאפארט מסודר ווערן. אין דעמאלטס וועט דער עולם זיך צושטעלן צו די עסקנים.
איך שרייב דא א קורצע ליסטע פון זאכן וואס ליגן מיר אויפן געדאנק.
א) זאפארטע שריט צו סטאפן פארברעכן. נישט סתם רעדן פאר די קעמרע מיט שיינע בילדער.
ב)עפענען די לעינס אויפן BQE אדער פארלייגן א פונקטליכע פלאן וואס מען גייט טוהן.
ג)אפרייניגן אלע גאסן ווי עס דארף צו זיין אין נישט טיילן טיקעטס סתם ווייל מען דארף קלאמפיש דעמאלטס רייניגן אדער לכה"פ געבן א שאנס פארן דרייווער צו ריקן די קאר אזויוי אין אנדערע שטעט . מען זאל ביזימען די גאסן יעדע אינמיטן די נאכט אזויווי אסאך פלעצער אין די וועלט.
ד)גארביטש זאל מען אויפיקן נאר אינמיטן די נאכט אבער יעדע נאכט
ה)נישט צווינגען די קאוויד וואקסין אויף די מענטשען.
ו)זאל זיך אויפהערן עפענען מער בייק לעינס.
ז)פיקסן אלע פאטהולס אין די סיטי.
ח)די BQE מעג שוין אויסקוקן ווי א נארמאלע הייוועי עכ"פ נישט ערגער ווי הייוועיס אין כינע.
ט) עפענען גיהעריג פאר באזוכער אין שפיטעלער אהן אויסנאם (אויב איז עס תלוי אין די סטעיט זאל ער פארפירן עס דורכברעכן)

יעדער קען צולייגן וואס נאך ער פארלאנגט.

דאס איז די איינציגסטע וועג מיר וועלן זיך צושטעלן אין שטימן פאר עדעמס. אויב די זאכן גייט ער נישט טוהן איז נישטא פארוואס די ציבור זאל שטימן פאר אים.

לאמיר נישט פארגעסן אונז וואוין מיר אפיציעל אין איינער פון די רייכסטע שטעט אין די וועלט מיט טייערע טעקס. מיר קענען נישט לאזן ווי בהמות אונז אזוי פירן ביי די נאז. די פאברעכן אין אינפורסטרוקשער פון די סיטי איז שרעקליך.
אויב די זאכן וועלן די עסקנים שתדלן וועט דער עולם איינזעהן אז זיי מיינען אונזער טובה.
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

חחחחח
דיין טעות איז אז די האלטסט אז דער עולם איז נאכנישט פאר עדעמס… די פינעף און פערציג שטימען דא פאר סאליווע מיינט נישט גארנישט וד״ל

——
האסט פארגעסן צוצילייגן צי די ליסט אז עדעמס זאל מנדב זיין קאווע אין אלע שולן די גאנצע פיר יאר וואס ער איז מעיאר…
מוח שליט על הלב
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 10:43 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוח שליט על הלב »

פרישע קוגל האט געשריבן:חחחחח

אפשר אין דענווער איז דער עולם פאר עדעמס

העמער געוואר ווערן ביי די שטום בודקעס
צענטעריסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:10 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צענטעריסט »

מוח שליט על הלב האט געשריבן:אפשר לאמיר רעדן תכלית אין זיך אלע אידן אין עסקנים אדורכקומען. די מצב אין די סיטי איז א פראבלעם אונז ווייס מיר נישט וועם צו שטימן. דער שרייט אז סליווא איז נישט קיין אידן פריינט דער שרייט עדעמס וועט נאר ערגער מאכן אדער עכ"פ נישט בעסער מאכן.
איז אז די עסקנים האבן א נאנטן קשר מיט עדעמס אפשר זאלן די עסקנים פארלייגן דאס וואס די ציבור פארלאנגט אין באקומען א גיהעריגע צוזאג נישט סתם גירעדט א צוזאג מיט שיינע בילדער. (אפשר חתמנן א עגרימענט) פון א ליסטע זאכן וואס מיז זאפארט מסודר ווערן. אין דעמאלטס וועט דער עולם זיך צושטעלן צו די עסקנים.
איך שרייב דא א קורצע ליסטע פון זאכן וואס ליגן מיר אויפן געדאנק.
א) זאפארטע שריט צו סטאפן פארברעכן. נישט סתם רעדן פאר די קעמרע מיט שיינע בילדער.
ב)עפענען די לעינס אויפן BQE אדער פארלייגן א פונקטליכע פלאן וואס מען גייט טוהן.
ג)אפרייניגן אלע גאסן ווי עס דארף צו זיין אין נישט טיילן טיקעטס סתם ווייל מען דארף קלאמפיש דעמאלטס רייניגן אדער לכה"פ געבן א שאנס פארן דרייווער צו ריקן די קאר אזויוי אין אנדערע שטעט . מען זאל ביזימען די גאסן יעדע אינמיטן די נאכט אזויווי אסאך פלעצער אין די וועלט.
ד)גארביטש זאל מען אויפיקן נאר אינמיטן די נאכט אבער יעדע נאכט
ה)נישט צווינגען די קאוויד וואקסין אויף די מענטשען.
ו)זאל זיך אויפהערן עפענען מער בייק לעינס.
ז)פיקסן אלע פאטהולס אין די סיטי.
ח)די BQE מעג שוין אויסקוקן ווי א נארמאלע הייוועי עכ"פ נישט ערגער ווי הייוועיס אין כינע.
ט) עפענען גיהעריג פאר באזוכער אין שפיטעלער אהן אויסנאם (אויב איז עס תלוי אין די סטעיט זאל ער פארפירן עס דורכברעכן)

יעדער קען צולייגן וואס נאך ער פארלאנגט.

דאס איז די איינציגסטע וועג מיר וועלן זיך צושטעלן אין שטימן פאר עדעמס. אויב די זאכן גייט ער נישט טוהן איז נישטא פארוואס די ציבור זאל שטימן פאר אים.

לאמיר נישט פארגעסן אונז וואוין מיר אפיציעל אין איינער פון די רייכסטע שטעט אין די וועלט מיט טייערע טעקס. מיר קענען נישט לאזן ווי בהמות אונז אזוי פירן ביי די נאז. די פאברעכן אין אינפורסטרוקשער פון די סיטי איז שרעקליך.
אויב די זאכן וועלן די עסקנים שתדלן וועט דער עולם איינזעהן אז זיי מיינען אונזער טובה.

אנשטאט "מיר" שרייב "איך" רעדסט פון דיר אליין, און רעדט דיר נישט איין אז עדעמס גייט זיך קומען בעטן פאר דיין שטימע אין א פארמעסט ווי ער איז א זיכערע געווינער - פון ארויסקומען מיט ריזיגע ציפערן פאר עדעמס קענען מיר נאר בענעפעטירן ווייל א קאמיונעטי וואס שטימט קוקט מען זיי אן, א קאמיונעטי וואס שלאפט קוקט קיינער נישט אין זייער ריכטונג

מיין ווייבס עבעסענטי איז שוין אנגעקומען מיין פראבלעם איז נאר אז איך ווייס נישט וואס צו שטימען אויף די אמענעדמענטס אויף די צווייטע זייט איך ווארט צו הערן פון די עקסנים
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

פרישע קוגל האט געשריבן:חחחחח
דיין טעות איז אז די האלטסט אז דער עולם איז נאכנישט פאר עדעמס… די פינעף און פערציג שטימען דא פאר סאליווע מיינט נישט גארנישט וד״ל

——
האסט פארגעסן צוצילייגן צי די ליסט אז עדעמס זאל מנדב זיין קאווע אין אלע שולן די גאנצע פיר יאר וואס ער איז מעיאר…

אויך פרישע קוגעל יעדן ליל שישי
כ'מיין ווספארא פארגלייך, ער בעהט דאך דברים של טעם צו פארעכטכן דעם דיספאנקשענאל סיטי
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
צענטעריסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 1:10 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צענטעריסט »

מוח שליט על הלב האט געשריבן:
פרישע קוגל האט געשריבן:חחחחח
דיין טעות איז אז די האלטסט אז דער עולם איז נאכנישט פאר עדעמס… די פינעף און פערציג שטימען דא פאר סאליווע מיינט נישט גארנישט וד״ל

——
האסט פארגעסן צוצילייגן צי די ליסט אז עדעמס זאל מנדב זיין קאווע אין אלע שולן די גאנצע פיר יאר וואס ער איז מעיאר…

אפשר אין דענווער איז דער עולם פאר עדעמס

איך ווייס נישט וואו דו לעבסט, אבער אין ווילי, עכ"פ אין מיין באבל איז דער עולם שטארק פאר עדעמס, מיין באבל איז: יונגערמאן פון 26 יאר, געהער צו סאטמאר און צו וועמען איך רעדט איז אן א ספק עדעמס

יעצט קום אריין אין וועלכע באבל דו לעבסט און מעמער קענען זעהן וואס עס גייט פאר, אפשר זעמער זיך נישט סותר, נאר איך רעדט פון יונגעלייט אין סאטמאר און רעדסט אפשר פון מיטל-יעריגע אין יאוואזשנע
מוח שליט על הלב
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 10:43 pm

Re: נ. י. סיטי מעיאר אנקעטע #1: קורטיס סליווא (ר) ווס. עריק עדעמס (ד)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוח שליט על הלב »

גיי ארויס פון דיין באבל אין טוה פאר דיך אליין אין זיי נישט קיין בהמה
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”