קאטאסטראפאלע געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, צענדליגע אידישע נעדרים רח"ל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

לעיקוואד האט געשריבן:די חידוש איז דא זייער גרויס, אזוי אומצוגעגרייט איז מען? ביי אן ערד ציטערניש ווי הונדערטער בילדינגס פאלן צאם וועט מען טאקע נישט קענען ראטווען צופיל מענטשען? נישט פארגעסן דא איז איין בילדינג, און זיי זענען איבערגעשטרענגט.
דערמאנטס אייך די פיקטשערס פון טערקיי יאפאן נאך א גרויסע ערדציטערניש, ווי עס טוט זיך א געזוכעטס.
דאס וועט לכאורה מאכן מענטשען טראכטן 2 מאל פאר מען קומט צוריק צו די גרויסע שטעט.

זייער א שטארקע נקודה. עס קוקט נישט אויס ווי די אמעריקאנער רעגירונג איז בכלל גוט צוגעגרייט פאר א נעשאנעל דיזעסטער, ווי עס האט זיך שוין ארויסגעשטעלט בײ קאראנע. זאל דער אייבערשטער שומר ומציל אויב עס פאסירט אן ערדציטערניש אין אמעריקע.
אוועטאר
שיינער חלום
שר האלף
תגובות: 1896
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 02, 2019 11:29 am
לאקאציע: אין בעט

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיינער חלום »

עקספערטן זאגן אז מענטשן קענען איבערלעבן לאנגע טעג אונטער ברוכווארג פון איינגעפאלענע געביידעס‎

אויב א מענטש איז זאַט און היידרעיטעט מיט גענוג פליסיגקייט אינעם קערפּער, קען מען איבערלעבן זייענדיג אַרומגענומען מיט ברוכוואַרג פאַר אַרום א וואָך צייט, אָבער מען האָט שוין געהערט פון מענטשן וואָס האָבן איבערגעלעבט פיל לענגער. צווישן די קעיסעס איז געווען א מאַסיווע ערדציטערניש אין הייטי אין יאָר 2010, און א מאַן האָט איבערגעלעבט פערצן טעג אונטער ברוכוואַרג, און אַן אַנדערער אינעם זעלבן ערדציטערניש האָט איבערגעלעבט 27 טעג אונטער ברוכוואַרג דורכ'ן טרינקען סוער וואַסער.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/41775
אבזערווירער האט געשריבן:
שטארקע מענטשן ברענגן גוטע צייטן, גוטע צייטן ברענגן שוואכע מענטשן, שוואכע מענטשן ברענגן שווערע צייטן, שווערע צייטן בויט שטארקע מענטשן...
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

פרבר ב'בחדרי': הרב שלום בער ליפסקר, רבה של סורפסייד שבמיאמי, פלורידה, אומר ל'בחדרי חרדים' כי מניין הנעדרים ירד ל-95, לאחר שהצליחו אמש (חמישי) ליצור קשר עם ארבעה נעדרים. לא ברור כמה מאלה שעדיין נעדרים, הם יהודים, אך החשש הוא לכמה עשרות.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

שיינער חלום האט געשריבן:עקספערטן זאגן אז מענטשן קענען איבערלעבן לאנגע טעג אונטער ברוכווארג פון איינגעפאלענע געביידעס‎

אויב א מענטש איז זאַט און היידרעיטעט מיט גענוג פליסיגקייט אינעם קערפּער, קען מען איבערלעבן זייענדיג אַרומגענומען מיט ברוכוואַרג פאַר אַרום א וואָך צייט, אָבער מען האָט שוין געהערט פון מענטשן וואָס האָבן איבערגעלעבט פיל לענגער. צווישן די קעיסעס איז געווען א מאַסיווע ערדציטערניש אין הייטי אין יאָר 2010, און א מאַן האָט איבערגעלעבט פערצן טעג אונטער ברוכוואַרג, און אַן אַנדערער אינעם זעלבן ערדציטערניש האָט איבערגעלעבט 27 טעג אונטער ברוכוואַרג דורכ'ן טרינקען סוער וואַסער.

https://www.yiddish24.com/news/bulletin/41775

הלוואי זאל מיר נישט ברויכן די גרויסע ניסים (ס'איז שוין גענוג גרויס יעצט אויך בע"Zה).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

Sonar has found "multiple signs" of what could be survivors, fire officials said.
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3646
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

Jhon האט געשריבן:Sonar has found "multiple signs" of what could be survivors, fire officials said.

וואס איז דאס Sonar?
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פוילער האט געשריבן:
Jhon האט געשריבן:Sonar has found "multiple signs" of what could be survivors, fire officials said.

וואס איז דאס Sonar?

סאנער דוכט זיך זענען געוויסע מיני כוואליעס וועלכע ווערט גענוצט די דידעקטן זאכן/מענטשן וכו' לויט וויאזוי די כוואליעס קלאפן זיך אן
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

Sounds from the rubble: Jadallah, the Miami-Dade Fire Rescue assistant chief, confirmed that sounds have been heard from underneath the rubble. "All operations are occurring underneath the rubble. They are occurring underneath the parking garage where we have teams of firefighters constantly as they continue making cuts, breaches and placing sonar devices, search cams to locate victims," Jadallah said.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3561
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

Former Miami-Dade fire chief explains how rescue personnel are searching for survivors
Dave Downey, the former Miami-Dade fire chief, helped explain how first responders are searching for survivors.

What authorities are doing: Downey said the department has an "established process" for dealing with a collapse. They also have "highly trained" search personnel who are part of a national urban search and rescue team, based locally.

"They are now engaged in what we call the void search. So what they're doing is going systematically across the rubble pile looking for any indication of life."
What tools first responders are using: Downey said they're employing dogs, cameras that fit into small spaces, and listening devices.

Why rescuers aren't using big, heavy equipment like cranes: Authorities are likely worried about the structural integrity of the rubble, Downey said.

"We have part of a building that hasn't collapsed, that's unsupported. There's a lot of debris hanging off the unsupported building. And so the rescuers are in tremendous danger in some of the areas that they're working, so it has to be a very methodical process," Downey said
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13510
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

זוך און רעטונג גרופעס ביי דער ארבעט.

פריער אין נאכט זענען שטיקער ברוכווארג געפאלן פון די פארבליבענע געביידע פון שטארקע ווינטן. דאס האט צייטווייליג אפגעשטעל די ארבעט.
אטעטשמענטס
20210624_193038.jpg
20210624_193038.jpg (100.42 KiB) געזען 905 מאל
20210625_034459.jpg
20210625_034459.jpg (167.88 KiB) געזען 905 מאל
משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:18 pm

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בן יעקב »

סקיקט אויס, זיי ציטערען פשוט אוועק צי נעמען בראכווארק, טאמער וועט איין שטיקל וואס מען נעמט אוועק, אז סוועט צאם פאלען די איבעריגע וואו דאמינאס.....
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

פון דער איד דעילי

טרויער און אנגסט:
צענדליגער אידן פארלוירן נאך
מיאמי געביידע צוזאמפאל

מיאמי – ווידעראמאל דערזעט מען זיך מיט א שווערער סיטואציע, שוין צום וויפילטן מאל אין די לעצטע פאר חדשים, אז מען דארף ליידער באריכטן איבער אן אויסערארדענטליכער טראגעדיע וואס האט באטראפן כלל ישראל, דאסמאל מיט א שוידערליכער געביידע צוזאמפאל, וואו צענדליגער אידן זענען נאך פארכאפּט ה"י.

די טראגישע געשעעניש האט פּאסירט ארום 1:30 מיטוואך אינמיטן דער נאכט, בעת די איינוואוינער פון דער "טשאמפלעין טאוערס" געביידע אין מאמי, פלארידע זענען געווען פארזינקען אין א טיפן שלאף, און דער מלאך המות האט ליידער ארומגעטאנצט ארום דער געביידע און א ריזיגער טייל פון דער געביידע איז איינגעפאלן.

די צוועלעף שטאקיגע רעזידענשאל טורעם אין דער סורפסייד געגנט אין מיאמי איז איינגעפאלן בלויז אין געציילטע סעקונדעס, פאלנדיג איין שטאק אויפ’ן צווייטן ווי א הויפן קארטאנען, פארכאפּנדיג עטליכע הונדערט איינוואוינער אונטער הויפענעס ברוכווארג, אריינגערעכנט א גרויסע צאל אידן.

אין איילעניש זענען אנגעקומען פייערלעשער, פּאליציי און אנדערע רעטונגס אגענטורן, און האבן אין דער פינסטערניש פון דער נאכט געהאלפן איינוואוינער זיך ארויסראטעווען פון דעם ברוכווארג און פון די באלקאנען וועלכע זענען געבליבן האלב שטייענדיג, און מ'האט באלד געזען אז דער צושטאנד איז גאר שרעקליך.

ווען עס האט אנגעהויבן טאגן און די זון האט אויפגעשיינט, האט זיך ערשט אנטפּלעקט די שווערע סצענע פון דער געפערליכער טראגעדיע, ווען מ'האט געזען אז כמעט האלב פונעם גאנצן טורעם קאמפּלעקס איז איינגעפאלן, און אויך דער אופן וויאזוי די שטאקן זענען געפאלן, אז עס וועט זיין גאר שווער די ארבעט פון אפירזוכן איבערלעבער אין דעם ברוכווארג.

די נייעס האט זיך בליץ שנעל צעשפּרייט אין אידישע געגנטער איבער דער גארער וועלט, און מ'האט מיט אנגסט און צער געהערט אז עס זענען דא א גרויסע צאל אידן וועלכע זענען נאכנישט אפּגעפונען געווארן און זענען ווארשיינליך פארכאפּט אונטער'ן ברוכווארג אויף א גאר שווערן פארנעם.

אידישע קינדער געבן קיינמאל נישט אויף, אפילו חרב חדה מונחת על צוארו של אדם, און כאטש די אויטאריטעטן האבן געזאגט אז די שאנסן פאר איבערלעבער ווערן שמאלער מיט יעדע פארבייגייענדיגע שטונדע, רייסן אידן ווייטער איין פאר די פארלוירענע, וואס מ'האט פארשפּרייט זייערע נעמען מזכיר צו זיין פאר א ישועה.

נעכטן פארנאכטס איז געקומען גוטע נייעס אז ארום הונדערט פון די מענטשן וועלכע זענען געווען אויף דער ליסטע פון "פארלוירן" זענען שוין אפּגעפונען געווארן, אבער עס זענען נאך אלץ פארהאן ארום ניינציג פארלוירענע, און "חסד של אמת" זאגט אז צווישן זיי זענען מינימום 26 פרומע אידן, ה' ירחם.

די באאמטע האבן אויך באשטעטיגט אז עס זענען דא 3 אומגעקומענע ה"י, אבער די אידענטיטעטן פון די אומגעקומענע זענען דערווייל נישט קלאר. א צאל אידישע משפּחות פון ניו יארק און ניו דזשערסי האבן פּובליצירט נעמען פון זייערע באליבטע פארלוירענע און געבעטן מ'זאל איינרייסן פאר גוטע בשורות.

איבער'ן טאג זענען די רעטונגס ארבעטער געווען עטליכע מאל געצוואונגען אפּצושטעלן די ארבעט צוליב דעם שווערן וועטער, און מען האט פארגעזאגט א שווערן שטורעם אויף דאנערשטאג איבערנאכט, וואס די באאמטע האבן קלאר געזאגט אז זיי וועלן מוזן אפּשטעלן די זוכענישן אויב דאס פּאסירט טאקע.

למעשה האט מען אויך געזען אויפדערנאכט אז עס זענען אנגעקומען גרויסע טראקס און טרעילארס מיט שווערע טראקטארן און מאשינערי צום געגנט, און די באאמטע האבן געזאגט אז איבערנאכט ווען דער וועטער איז נישט אזוי הייס, וועט זיין גרינגער פאר די רעטונגס ארבעטער צו נישטערן.
לעצט פארראכטן דורך עירוב תבשילין אום פרייטאג יוני 25, 2021 6:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

המשך..

רעאקציעס אין דער אלגעמיינער וועלט

פלארידע גאווערנאר ראן דעסענטיס איז אראפּגעקומען צו דער סורפסייד געגנט, וואו ער האט מיטגעהאלטן פונדערנאנט די ארבעט ביי די הויפענעס ברוכווארג, האט איבער'ן טאג געגעבן נאכאנאנדע אפּדעיטס פאר די דערשראקענע משפּחות פון די פארלוירענע, און געטרייסט די משפּחות פון אומגעקומענע.

אין וואשינגטאן האט פּרעזידענט ביידען אדרעסירט די געשעעניש ביי א פּרעסע קאנפערענץ, זאגנדיג אז זיין אדמיניסטראציע און די פעדעראלע רעגירונג זענען אין קאנטאקט מיט די לאקאלע באאמטע און שטייען גרייט צו אקטיוויזירן "פימא" צו העלפן מיט'ן טרעפן מענטשן אין דעם ברוכווארג און וואס ס'פעלט אויס.

אויך דער געוועזענער פּרעזידענט דאנאלד טראמפּ, וועלכער איז אן אפיציעלר רעזידענט אין די סטעיט פלארידע, האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט, זאגנדיג אז ער שיקט וואונטשן פאר די אפעקטירטע משפּחות, און ער לויבט אויס גאווערנאר דעסענטיס און די רעטונגס ארבעטער פאר זייער העלדישקייט.

די רעגירונג אין פּאראגוויי האט געזאגט אז זעקס פון אירע בירגער, אריינגערעכנט א שוועגערין פונעם פּרעזידענט, זענען פארלוירן אינעם סורפסייד צוזאמפאל. מדינת ישראל האט אויך געזאגט אז ארום צוואנציג מיט איזראעלישע בירגערשאפט זענען צווישן די פארלוירענע אין דער געביידע.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

המשך...

געביידע האט היסטאריע פון פּראבלעמען

באאמטע האבן באלד אנגעהויבן פארשן וויאזוי אזא זאך קען פּאסירן, אז א געביידע וואס שטייט שוין צענדליגער יארן זאל מיטאמאל צוזאמפאלן אינמיטן דער נאכט, אבער עס האט זיך גאנץ שנעל ארויסגעשטעלט אז די געביידע האט לאנגע יארן געליטן פון אסאך סטרוקטור פּראבלעמען.

שימאן וואדאווינסקי, א פלארידע גאווערנאר, זאגט אז ער האט אנגעפירט א שטודיע פאראיאר אויף דעם "טשאמפלעין טאוערס" געביידע קאמפּלעקס, און ער האט פעסטגעשטעלט אז צוליב וואס ס'איז טיילווייז געבויט אויף "וועטלענד", זינקט עס שוין צוביסלעך פאר פערציג יאר אין א צי אריין אין דער ערד.

פלארידע געזעצן פארלאנגען אז געביידעס דארפן ווערן פריש באשטעטיגט פאר זייער סעיפטי איינמאל אין פערציג יאר, און אינזשענירן האבן געהאט מיט א קורצע צייט צוריק אנגעהויבן די פּראצעדורן פון איבערקוקן דעם גאנצן סורפסייד קאמפּלעקס און רעקאמענדירן וויכטיגע פארריכטונגען.

עטליכע ריעל עסטעיט אגענטן וועלכע האבן אפּארטמענטס אין דער געביידע, האבן נעכטן געזאגט אז זיי האבן אייביג געוואוסט אז עס פאדערט זיך פארשידענע וויכטיגע זאכן צו פאררעכטן, און אצינד ערווארט מען א מאסיווע אויספארשונג, וואס וועט זיך מעגליך ענדיגן מיט קרימינאלע קלאגעס.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

המשך..

כלל ישראל'ס שיינע קאלירן אין טראגעדיע

ווי מען איז שוין ליידער געוואוינט צו זען, שטראלן ארויס כלל ישראל'ס שענסטע קאלירן ביי אזעלכע סארט פינסטערנישן און ביטערע טראגעדיעס, און אויך מיט די דראמא אין פלארידע איז געווען דאס זעלביגע, ווען הילף און חסד האט אנגעהויבן שטראמען פון אלע זייטן אויף אן אומגעהויערן פארנעם.

פון ווייטן ניו יארק זענען געקומען צו פארן הצלה וואלונטירן פון עטליכע געגנטער, אריינגערעכנט א צאל וויליאמסבורגער וואלונטירן אין שפּיץ פונעם בארימטן פּאראמעדיק הרה"ח ר' משה נתן בראווער הי"ו, וואס זענען געקומען צו דער סצענע פונעם ברוכווארג צו שטיין גרייט מיט סיי וועלכע הילף.

אידישע איינוואוינער אין סורפסייד און אין די דערנעבנדיגע בעל הארבאר האבן אויך זיך שנעל מאביליזירט, און די גרויסע חב"ד "די שוהל" געביידע איז פארוואנדלט געווארן אין א צענטער פון עסנווארג, טרינקען, געצייג און וויכטיגע אינפארמאציע פון משפּחות פון די פארשוואונדענע אידן און נישט-אידן צוגלייך.

אויסער דעם איז אראנזשירט געווארן אין איילעניש א פאנד וואס וועט פארטיילן געלט פאר די באטראפענע פאמיליעס, און עס האט נישט געדויערט לאנג און אין בלויז דריי שטונדן איז אויפגעטריבן געווארן הונדערט פופציג טויזנט דאלער פאר'ן פאנד, און נאך טויזנטער דאלארן איבער'ן טאג.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

המשך..

שטראלן אין פינסטערניש: רעטונג געשיכטעס

צווישן די שמועות מבהילות ארום דער געשעעניש, וואס האט זיך געלאזט שווער פארדייען און גלייבן, האט מען אויך געהערט וואונדערליכע געשיכטעס פון רעטונגס, וויאזוי אידן און נישט-אידן צוגלייך זענען געראטעוועט געווארן פון דעם צוזאמפאל אויף א געוואלדיגן פארנעם.

צווישן אנדערן האט א לאקאלע אידישע פּארפאלק וואס האט געוואוינט אין דער געביידע דערציילט, אז מיטוואך פארנאכטס האט זיך געמאכט א בלעקאוט אין זייער אפּארטמענט, און זיי האבן באשלאסן אריבערצוגיין שלאפן אין א האטעל, און אזוי ארום וואונדערליך געראטעוועט געווארן.

די באאמטע האבן אויך געזאגט אז שוין נאכ'ן צוזאמפאל האבן זיי באוויזן צו ראטעווען נאענט צו פערציג מענטשן וואס זענען ארויסגעקומען צו זייערע באלקאנען און טאראסעס ווען זיי האבן אנגעהויבן שפּירן טרייסלענישן. אויך איז א צען יעריג קינד ארויסגעשלעפּט געווארן פון די ברוכווארג לעבעדיג.

א איד ביים נאמען בערל קאהן, אן איינוואוינער אין דער געביידע, האט געשילדערט פאר די נייעס סטאנציעס אויפ’ן ארט וויאזוי ער און זיין פרוי האבן אנגעהויבן ארויסלויפן ביים שפּירן ברוכווארג פאלן און וואסער רינען, און טראץ'ן צוריקלויפן אין דער דירה צו נעמען עטליכע וויכטיגע זאכן, זענען זיי ארויס לעבעדיג בחסדי ה'.

*
ליידער קומט די טראגישע געשעעניש, וואס שרייבנדיג די שורות ווייסט מען נאך אפילו נישט ווי ווייט שרעקליך דער מצב איז, אין אן עפּאכע וואס כלל ישראל האט מיטגעמאכט א סעריע פון צרות שונות ומשונות, ווען איינמאל און נאכאמאל פּאסירן געשעענישן וואס קאסטן גרויסע נומערן קרבנות ה"י.

מען האט זיך נאך ניטאמאל געהאט צייט צו בארואיגן פון דער ביטערער טראגעדיע אין אתרא קדישא מירון פארלאפענעם ל"ג בעומר, מיט 45 קרבנות ע"ה; מ'איז נאכנישט געקומען צו זיך פון די קרבנות פונעם קארלין-סטאלין פארענטשע טראגעדיע, און פון די 5 אידן אומגעקומען אינעם איטאליע טשערליפט.

בלוט געמישט מיט טרערן רינט פונעם הארץ פון כלל ישראל, נאכדעם וואס די קייט פון טראגעדיעס קומען שוין אויך אזוי נאך א שווערע עפּאכע פון די קאראנא ווירוס מגיפה וואס האט געקאסט שווערע הונדערטער קרבנות, פון דאס שענסטע און בעסטע פון כלל ישראל.

שרייבנדיג די שורות צאפּלט דאס הארץ און מען איז פול מיט האפענונג, טראץ די נאטורליך-שוואכע שאנסן, אז מען זאל הערן גוטע בשורות איבער די צענדליגער אידן וואס זענען פארלוירן, און אז השי"ת זאל העלפן די משפּחות פון די באטראפענע צו קענען דורכמאכן דעם שרעקליכן צער.

מען איז מתפּלל פאר די פילע אידן וואס זענען פארלוירן אונטער די הויפענעס ברוכווארג, פאר די אידן וואס זענען פארוואונדעט געווארן, פיזיש אדער גייסטיש, פון דער שווערער טראגעדיע, און בעיקר איז מען מתפּלל אז מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די, בביאת הגואל במהרה דידן אמן.
ירוושלמי22
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוושלמי22 »

טראוועי האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:איך בין נעכטן דורך געפארן די בנין, איינגעשטאנען אפאר בלאקס ארויף ביי 94׳טה
ברוך השם טאטע איך לעב אין איך דאנק דיר פאר יעדן מינוט
על כל נשימה ונשימה תהלל קה.

פרעג א שאלה צו די זאלסט גומל בענטשען

איינער האט אמאהל געפרעגט פון דעם גרויסן גאון ר' ישראל יעקב פישער זצוק"ל
אויף אזא סארט מעשה אז ער איז כמעט געווען לעבן די סכנה
האט ער איהם גענטפערט האסט כמעט געדארפט בענטשן גומל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

ירוושלמי22 האט געשריבן:

גומל בענטשן דארף מען נאר ווען מ'איז געווען אין די סכנה - נישט ווען מ'וואלט געקענט זיין
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די באריכט פון JD MEDIA

אידישע וועלט אין אנגסט און ציטער איבער שוידערליכע געביידע-צוזאמפאל סצענע אין סורפייד, פלארידע

אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם על יתייאש

מן הרחמים: כלל ישראל געבט נישט אויף און איז ווייטער מתפלל

מען זאל געפינען די פארכאפטע ביים לעבן

סורפייד, סאוט פלארידע – די הארץ איז שוין גענצליך פארשטיינערט, די געפילן פארגליווערט און די נערוון פארפרוירן, שטייענדיג קוים 2 חדשים נאך די הימל-שרייענדע טראגעדיע אין מירון וואס האט אפגעקאסט 45 היימישע אידן, און קוים א חודש נאך די אויפטרייסלנדע טראגעדיע אין קארלין וואס האט איבערגעלאזט 3 חסידים נישט בין-החיים און צענדליגע שווער פארוואונדעט, און אצינד דארף מען פון פריש באריכטן איבער א אנגייענדע אומבאשרייבליכע שוידערליכע קאטאסטראפע, אין א אידיש-געדעכטע געגענט אין בעל-הארבער קאונטי אין פלארידע, אין א געגנט וואס הייסט סורפייד, קוים עטליכע מייל פון מיאמי.

-- ערשטע באריכטן
די ערשטע באריכטן האבן אנגעהויבן אריינפליסן מיטוואך שפעט ביינאכט, איבער א גרויסע חלק פון א בילדינג וואס האט זיך צוזאמגעלייגט ווי א קארטן אום 1:48, אויף די קאלינס גאס, ממש ביים וואסער ברעג. די רעדע איז פון א 12 שטאקיגע קאנדא געביידע, וואס פארמאגט 136 דירות, וואס יעדע דירה האט איר אייגענע אייגענטומער. טייל זענען זומער-אפארטמענטס, וועלכע זייערע אייגענטומער דינגען ארויס פאר באזוכער און וויקאציאנען, אבער א מערהייט זענען גאנץ-יעריגע רעזידענטן. די גאנצע צפון-מערב חלק פונעם בנין, וואס נעמט אריין 55 אפארטמענטס, האט זיך צוזאמגעלייגט אין עטליכע סקונדען, אן קיין שום פריערדיגע ווארענונגן.

פוירסט ריספאנדערס, ווי פייערלעשער, פאליציי און EMS זענען שנעל אנגעקומען צום סצענע, און צוערשט אנגעהויבן ארויסראטעווען מענטשן פון די חלק געביידע וואס איז נאך שטיין געבליבן, אויס מורא אז עס קען יעדע ליאדע מינוט צוזאמפאלן. ערשט שעות שפעטער האט זיך אנגעהויבן די רעסקיו-און-סוירטש אפעראציע אינערהאלב די ברוכווארג ארויסצוכאפן די פארכאפטע, עפעס וואס גייט נאך אן ביז די יעצטיגע מאמענט, און איז ערווארטעט אנצוגיין א לענגערע צייט.

- אידן זענען פארמישט
ווי א מינוט שפעטער ס'איז אדורך, האבן באזארגנדע באריכטן אנגעהויבן אריינקומען אז עס רעדט זיך פון א שטארק אידיש-אקופירטע געביידע, מיט פילע אידישע פאמיליעס וואס וואוינען דארט אדער פארמאגן דירות אינעם בילדינג. נאך אלעס איז די בעל הארבער-סורפייד געגענט א שטארקע צענטער פאר ארטאדאקסישע אידן, און בכלל איז סאוט פלארידע א היים פאר טויזענטע אידישע פאמיליעס. א גרויסע שול מיטן נאמען "די שול" איז קוים א 10 מינוט גאנג פון די געביידע, און ארום און ארום וואוינען פילע ארטאדאקסישע משפחות.

- זארג נעמט ארום אידישע וועלט
גלייך האבן אידישע ארגאניזאציעס אין פלארידע זיך מאביליזירט און אנגעהויבן טוען וואס זיי קענען ארויסצוהעלפן אין די כאאטישע מצב. צוערשט האט מען אנגעהויבן אויסשטעלן א ליסטע פון פארלוירענע אידן, אז מען זאל קענען מתפלל זיין איבער די גארער וועלט. ליידער האט זיך צום שאק ווי א מינוט שפעטער צוגעשארט נאך א נאמען און נאך א נאמען פון אידישע קינדער, וועלכע האבן זיך געדארפט געפינען אין די באטראפענע געביידע, און די משפחה האט נישט געהערט פון זיי זייט די צוזאמפאל.
עס האט זיך אנגעהויבן ארויסשטעלן א ליסטע פון אלע סארטן אידן וואס זענען פארלוירן, פון לאקאלע מאדערן-ארטאדאקס משפחות, ביז א היימישע חבד'סקער פארפאלק, און פון א משפחה אין לעיקוואד, ביז ארגענטינע און ווענעזועלע אידן וואס זענען געקומען אויף וואקאציע קיין מיאמי.

- קידוש השם
אידישע ארגאניזאציעס פון איבער פלארידע און אויך פון דערווייטענס ווייזן אצינד ארויס א אומגעהויערע קידוש ה', ווען שוין אין די ערשטע שעות האבן זיי אנגעהויבן ליפערן קעיסעס עסן, וואסער, קליידער א. א. וו. סיי פאר די באטראפענע משפחה מיטגלידער און סיי פאר די רעטונג לייט און פוירסט ריספאנדער. עס האט זיך אויפגעשטעלט א כעין-קאמענד צענטער אין די אידישע שול אין די געגענט, ווי די וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס און פילע לאקאלע אידישע געשעפטן האבן פארפלייצט די שול מיט עסן, און גלייכצייטיג האט מען אנגעהויבן ארויסהעלפן משפחה מיטגלידער מיט ראט און טאהט, און חיזוק און הילף אין די שווערע מאמענטן.

די משפחות וועלכע זענען ארויסגעראטעוועט געווארן פון די שטיין-געבליבענע געביידע זענען פלאצירט געווארן אין האטעלס דורך די שטאטישע אינסטאנצן, אויפן דירעקציע פון די פלארידע גאווערנער ראן דיסאנטיס, וועלכע האט אויך דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי וואס וועט אויפשפארן פעדראלער ריסורסען ארויסצוהעלפן אין די קאטאסטראפע.

- פארשטייטערטע רעטונג אקציע
שטייענדיג אצינד נאך אינדערמיט פון די רעטונג אקציע, ווען מען האפט נאך אוודאי אויפן בעסטע צו הערן נאר בשורות טובות, הערט זיך שוין שטארקע קריטיק - בעיקר פון אומגליקליכע משפחה מיטגלידער - איבער די אומבאלימפערטע אנגייענדע רעטונג אקציע, וועלכע איז היפש פארשטייטערט אין רעזולטאט פון רעגלואציעס און ביוראקראטיע. עס האט גענומען איבער 8 שעה (!) ביז מען האט בכלל אנגעהויבן זוכן אין די ברוכווארג זעלבסט, און אפילו יעצט איז נאר דא געציילטע יוניטס וועלכע טוען די זוכעריי ארבעט, אלעס מיטן אויסרייד פון א פאטענציאלע סכנה פאר רעטער אגענטן, אבער מאנכע טייטלן צו אנדערע לענדער וואו ענליכע קאטאסטראפעס האבן פאסירט, ווי הונדערטע רעטער לאזן זיך אראפ אויפצוזוכן איבערלעבער אן קיין מעשיות און תירוצים, און אידישע ארגאניזאציע וואלטן אומבאדינגט גרייט געווען צו גלייך זוכן - אויב וואלט מען זיי נאר געלאזט.

בכלל זעט מען נישט צופיל יוניטס איבער די ברוכווארג פון אויבן, אבער די פאליציי שעפ און פייערלעשער-הויפט זאגן אז זייערע יוניטס ארבעטן פון אונטער די ברוכווארג, ווי עס איז פארהאן א קאר געראדזש, און פון דארט פראבירן זיי צו אויפשניידן און טרעפן וועגן אנצוקומען צו פאטענציאלע איבערלעבער. אויך זעט זיך אן אסאך קעי-9 שמעק הינטן, און אגענטן באניצן זיך מיט ספעציעלע טעכנאלאגיע געצייגן צו הערן אויב ס'איז דא סיי וועלכע רוח חיים און וויסן וואו צו זוכן, אבער אויך דאס האט זיך אנגעהויבן זייער שפעט און פארט זייער שטייט.

- 35 געראטעוועט; 99 פעלן נאך
פון נעכטן איז שוין געראטעוועט געווארן 35 מענטשן, 33 וועלכע זענען געווען אין די חלק געביידע וואס איז נישט איינגעפאלן, צווישן זיי א היפשע צאל אידישע פאמיליעס, און זענען ארויסגעראטעוועט געווארן מיט פייערלעשער לייטערס, צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געהאט קיין וועג ארויס, און בלויז 2 וואס זענען געראטעוועט געווארן פון צווישן די ברוכוואג , וואס דאס נעמט אריין א 12 יעריג קינד און זיין מאמע, וועלכע זענען ארויס מיט צובראכענע ביינער אבער אויך מיטן לעבן. זיי זענען באמערקט געווארן דורל א דורכגייער גלייך נאכן צוזאמפאל און זענען גלייך געראטעוועט געווארן.

ליידער איז גלייך אפיציעל באשטעטיגט געווארן 1 אומגעקומענע, און במשך די נאכט איז באקאנט געווארן איבער נאך 2 אומאפיציעלע - אבער באשטעטיגט דורך בילדער פון די סצענע - אומגעקומענע וואס מען האט געטראפן צווישן די ברוכווארג.

צום אנגסט און ציטער, פעלן נאך ביז די יעצטיגע מינוט 99 מענטשן וואס מען האט נישט געקענט מאכן קאנטאקט מיט זיי, און זענען לויט די ווארשיינליכקייט פארכאפט אין די ברוכווארג. צווישן דעם ציילט זיך ליידער א גרויסע צאל אידן, און די מח וויל נאר טראכטן אויף די בעסטע אויסזיכטן.

- נעמען מתפלל צו זיין
אצינד וועלן מיר פארלייגן די ליסטע נעמען פון די פעלנדע אידישע נשמות וואס זייער גורל איז ליידער אומבאקאנט און אידן איבער די וועלט צאפלט דאס הארץ איבער זייער וואוילזיין. די ליסטע איז א ליסטע וואס איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך הצלה ד'סאוט פלארידע, און איז די מערסטע אקוראט וואס איז שייך געווען צוזאמצוקראצן אין אזא קורצע צייט:

אריה בן איטא

משה בן שושנה

משה בן טויבא

ליין בן אילנה

יהודה אריה בן פייגא רבקה

רות בת שרה

דבורה בת קלארה

חיים בן שרה

מלכה בת שרה רחל

ישראל צבי יוסף בן טויבא

צבי דניאל בן יהודית

איטא בת מרים

לייבל בן פייגא רבקה

מרים נוטקין

מרים בת שרה

דזשעי קליינמאן

אילן נייבריף

אילן בן אברהם

אילן בן קלמן

דבורה בת קלארה

מיכאל בן הנס

גבריאלה בת שרה

לייב בן שושנה

שרה בת אידא

ננסי בת סופיה

פרנקי בן ננסי

דבורה בת הייא

דזשעי בן ננסי

ניקולה בת אנדריא

יעקב ראובן הכהן בן דבורה

ארני נוטקין

ננסי קרס לוין

פרנקי קליינמאן

ברד כהן

- כלל ישראל געבט נישט אויף
שטייענדיג אין אזעלכע שווערע מינוטן וואס זעען אויס אזוי שווארץ און אומזיכער וואס צו ערווארטן, טוט כלל ישראל ארויסנעמען די געווער פון האפענונג און אמונה אין בוכ"ע, און מען איז מתפלל פאר די וואס פעלן און מען האפט אויף גוטע בשורות. לשעבר איז שוין אסאך מאל אויפגעוויזן געווארן אז מענטשן האבן איבערגעלעבט לאנגע טעג אונטער ברוכווארג, אפילו אזוי לאנג ווי א וואך צייט, אזוי אז דאס נעמט אוועק די חשד פון תפילת שוא. כלל ישראל וויינט און בעט ביים טאטן אין הימל: אַחֵינוּ כָּל בֵּית יִשְׂרָאֵל הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה, הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה.

מיר האפן און בעטן ביים רבוש"ע אז די קומענדיגע דעטאלן און באריכט איבער די שוידערליכע קאטאסטראפע זאל בלויז זיין גוטע נייעס, און מען זאל שוין נישט הערן פון קיין צרה יגון ואנחה ביי כלל ישראל אכיה"ר.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

unnamed (2).jpg
unnamed (2).jpg (113.35 KiB) געזען 1621 מאל
unnamed (3).jpg
unnamed (3).jpg (100.45 KiB) געזען 1621 מאל
unnamed (4).jpg
unnamed (4).jpg (171.84 KiB) געזען 1621 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

unnamed (5).jpg
unnamed (5).jpg (113.04 KiB) געזען 1621 מאל
unnamed (6).jpg
unnamed (6).jpg (29.81 KiB) געזען 1621 מאל
unnamed.png
unnamed.png (524.04 KiB) געזען 1621 מאל
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

unnamed (7).jpg
unnamed (7).jpg (369.44 KiB) געזען 1628 מאל
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

א שרעקליכע מעשה דאס
בניסן נגאלו בניסן עתידין ליגאל
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כזעה מהאט ארויסגעשלעפט סורווייווערס, משלנו?
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1051
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

Re: מאסיווע קאנדא געביידע צוזאמפאל אין סורפסייד, פלארידע, עטליכע אידן פעלן ה"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:די חידוש איז דא זייער גרויס, אזוי אומצוגעגרייט איז מען? ביי אן ערד ציטערניש ווי הונדערטער בילדינגס פאלן צאם וועט מען טאקע נישט קענען ראטווען צופיל מענטשען? נישט פארגעסן דא איז איין בילדינג, און זיי זענען איבערגעשטרענגט.
דערמאנטס אייך די פיקטשערס פון טערקיי יאפאן נאך א גרויסע ערדציטערניש, ווי עס טוט זיך א געזוכעטס.
דאס וועט לכאורה מאכן מענטשען טראכטן 2 מאל פאר מען קומט צוריק צו די גרויסע שטעט.

ביי אן ערד ציטערניש פאלן אויך קליינע הייזער, איז לייכטער ארויסצונעמען מענטשן.

ווען ס'פאלט אזא בנין, פון אויבן אראפ ביז אונטער די ערד, און נעבן דעם שטייט נאך א בנין וואס קען צאמפאלן יעדע רגע, זענען די רעטונג אפציעס באגרעניצט.

פון די פיקטשערס קוקט נישט אויס אז זיי האבן גענוג רעטונג פערסאנעל, ביי אן ערד ציטערניש נישטערט מען אויך מיט די היינט און נישט מיט קיין גרויסע טראקס און מאשינערי.
דאס איז מיין פוינט שטעל דיך פאר ווען ח"ו 5 אזאלכע בילדינגס פאלן, ה"י. נישט אז יעצט האט מען ביזדערווייל געראטעוועט געווען פון אונזער די ראבעל, אבער אפילו חרב חדה מונחת על צוארו אל תתייאש.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”