די באריכט פון JD MEDIA
אידישע וועלט אין אנגסט און ציטער איבער שוידערליכע געביידע-צוזאמפאל סצענע אין סורפייד, פלארידע
אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם על יתייאש
מן הרחמים: כלל ישראל געבט נישט אויף און איז ווייטער מתפלל
מען זאל געפינען די פארכאפטע ביים לעבן
סורפייד, סאוט פלארידע – די הארץ איז שוין גענצליך פארשטיינערט, די געפילן פארגליווערט און די נערוון פארפרוירן, שטייענדיג קוים 2 חדשים נאך די הימל-שרייענדע טראגעדיע אין מירון וואס האט אפגעקאסט 45 היימישע אידן, און קוים א חודש נאך די אויפטרייסלנדע טראגעדיע אין קארלין וואס האט איבערגעלאזט 3 חסידים נישט בין-החיים און צענדליגע שווער פארוואונדעט, און אצינד דארף מען פון פריש באריכטן איבער א אנגייענדע אומבאשרייבליכע שוידערליכע קאטאסטראפע, אין א אידיש-געדעכטע געגענט אין בעל-הארבער קאונטי אין פלארידע, אין א געגנט וואס הייסט סורפייד, קוים עטליכע מייל פון מיאמי.
--
ערשטע באריכטןדי ערשטע באריכטן האבן אנגעהויבן אריינפליסן מיטוואך שפעט ביינאכט, איבער א גרויסע חלק פון א בילדינג וואס האט זיך צוזאמגעלייגט ווי א קארטן אום 1:48, אויף די קאלינס גאס, ממש ביים וואסער ברעג. די רעדע איז פון א 12 שטאקיגע קאנדא געביידע, וואס פארמאגט 136 דירות, וואס יעדע דירה האט איר אייגענע אייגענטומער. טייל זענען זומער-אפארטמענטס, וועלכע זייערע אייגענטומער דינגען ארויס פאר באזוכער און וויקאציאנען, אבער א מערהייט זענען גאנץ-יעריגע רעזידענטן. די גאנצע צפון-מערב חלק פונעם בנין, וואס נעמט אריין 55 אפארטמענטס, האט זיך צוזאמגעלייגט אין עטליכע סקונדען, אן קיין שום פריערדיגע ווארענונגן.
פוירסט ריספאנדערס, ווי פייערלעשער, פאליציי און EMS זענען שנעל אנגעקומען צום סצענע, און צוערשט אנגעהויבן ארויסראטעווען מענטשן פון די חלק געביידע וואס איז נאך שטיין געבליבן, אויס מורא אז עס קען יעדע ליאדע מינוט צוזאמפאלן. ערשט שעות שפעטער האט זיך אנגעהויבן די רעסקיו-און-סוירטש אפעראציע אינערהאלב די ברוכווארג ארויסצוכאפן די פארכאפטע, עפעס וואס גייט נאך אן ביז די יעצטיגע מאמענט, און איז ערווארטעט אנצוגיין א לענגערע צייט.
- אידן זענען פארמישטווי א מינוט שפעטער ס'איז אדורך, האבן באזארגנדע באריכטן אנגעהויבן אריינקומען אז עס רעדט זיך פון א שטארק אידיש-אקופירטע געביידע, מיט פילע אידישע פאמיליעס וואס וואוינען דארט אדער פארמאגן דירות אינעם בילדינג. נאך אלעס איז די בעל הארבער-סורפייד געגענט א שטארקע צענטער פאר ארטאדאקסישע אידן, און בכלל איז סאוט פלארידע א היים פאר טויזענטע אידישע פאמיליעס. א גרויסע שול מיטן נאמען "די שול" איז קוים א 10 מינוט גאנג פון די געביידע, און ארום און ארום וואוינען פילע ארטאדאקסישע משפחות.
- זארג נעמט ארום אידישע וועלטגלייך האבן אידישע ארגאניזאציעס אין פלארידע זיך מאביליזירט און אנגעהויבן טוען וואס זיי קענען ארויסצוהעלפן אין די כאאטישע מצב. צוערשט האט מען אנגעהויבן אויסשטעלן א ליסטע פון פארלוירענע אידן, אז מען זאל קענען מתפלל זיין איבער די גארער וועלט. ליידער האט זיך צום שאק ווי א מינוט שפעטער צוגעשארט נאך א נאמען און נאך א נאמען פון אידישע קינדער, וועלכע האבן זיך געדארפט געפינען אין די באטראפענע געביידע, און די משפחה האט נישט געהערט פון זיי זייט די צוזאמפאל.
עס האט זיך אנגעהויבן ארויסשטעלן א ליסטע פון אלע סארטן אידן וואס זענען פארלוירן, פון לאקאלע מאדערן-ארטאדאקס משפחות, ביז א היימישע חבד'סקער פארפאלק, און פון א משפחה אין לעיקוואד, ביז ארגענטינע און ווענעזועלע אידן וואס זענען געקומען אויף וואקאציע קיין מיאמי.
- קידוש השםאידישע ארגאניזאציעס פון איבער פלארידע און אויך פון דערווייטענס ווייזן אצינד ארויס א אומגעהויערע קידוש ה', ווען שוין אין די ערשטע שעות האבן זיי אנגעהויבן ליפערן קעיסעס עסן, וואסער, קליידער א. א. וו. סיי פאר די באטראפענע משפחה מיטגלידער און סיי פאר די רעטונג לייט און פוירסט ריספאנדער. עס האט זיך אויפגעשטעלט א כעין-קאמענד צענטער אין די אידישע שול אין די געגענט, ווי די וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס און פילע לאקאלע אידישע געשעפטן האבן פארפלייצט די שול מיט עסן, און גלייכצייטיג האט מען אנגעהויבן ארויסהעלפן משפחה מיטגלידער מיט ראט און טאהט, און חיזוק און הילף אין די שווערע מאמענטן.
די משפחות וועלכע זענען ארויסגעראטעוועט געווארן פון די שטיין-געבליבענע געביידע זענען פלאצירט געווארן אין האטעלס דורך די שטאטישע אינסטאנצן, אויפן דירעקציע פון די פלארידע גאווערנער ראן דיסאנטיס, וועלכע האט אויך דערקלערט א סטעיט אוו עמערדזשענסי וואס וועט אויפשפארן פעדראלער ריסורסען ארויסצוהעלפן אין די קאטאסטראפע.
- פארשטייטערטע רעטונג אקציעשטייענדיג אצינד נאך אינדערמיט פון די רעטונג אקציע, ווען מען האפט נאך אוודאי אויפן בעסטע צו הערן נאר בשורות טובות, הערט זיך שוין שטארקע קריטיק - בעיקר פון אומגליקליכע משפחה מיטגלידער - איבער די אומבאלימפערטע אנגייענדע רעטונג אקציע, וועלכע איז היפש פארשטייטערט אין רעזולטאט פון רעגלואציעס און ביוראקראטיע. עס האט גענומען איבער 8 שעה (!) ביז מען האט בכלל אנגעהויבן זוכן אין די ברוכווארג זעלבסט, און אפילו יעצט איז נאר דא געציילטע יוניטס וועלכע טוען די זוכעריי ארבעט, אלעס מיטן אויסרייד פון א פאטענציאלע סכנה פאר רעטער אגענטן, אבער מאנכע טייטלן צו אנדערע לענדער וואו ענליכע קאטאסטראפעס האבן פאסירט, ווי הונדערטע רעטער לאזן זיך אראפ אויפצוזוכן איבערלעבער אן קיין מעשיות און תירוצים, און אידישע ארגאניזאציע וואלטן אומבאדינגט גרייט געווען צו גלייך זוכן - אויב וואלט מען זיי נאר געלאזט.
בכלל זעט מען נישט צופיל יוניטס איבער די ברוכווארג פון אויבן, אבער די פאליציי שעפ און פייערלעשער-הויפט זאגן אז זייערע יוניטס ארבעטן פון אונטער די ברוכווארג, ווי עס איז פארהאן א קאר געראדזש, און פון דארט פראבירן זיי צו אויפשניידן און טרעפן וועגן אנצוקומען צו פאטענציאלע איבערלעבער. אויך זעט זיך אן אסאך קעי-9 שמעק הינטן, און אגענטן באניצן זיך מיט ספעציעלע טעכנאלאגיע געצייגן צו הערן אויב ס'איז דא סיי וועלכע רוח חיים און וויסן וואו צו זוכן, אבער אויך דאס האט זיך אנגעהויבן זייער שפעט און פארט זייער שטייט.
- 35 געראטעוועט; 99 פעלן נאךפון נעכטן איז שוין געראטעוועט געווארן 35 מענטשן, 33 וועלכע זענען געווען אין די חלק געביידע וואס איז נישט איינגעפאלן, צווישן זיי א היפשע צאל אידישע פאמיליעס, און זענען ארויסגעראטעוועט געווארן מיט פייערלעשער לייטערס, צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געהאט קיין וועג ארויס, און בלויז 2 וואס זענען געראטעוועט געווארן פון צווישן די ברוכוואג , וואס דאס נעמט אריין א 12 יעריג קינד און זיין מאמע, וועלכע זענען ארויס מיט צובראכענע ביינער אבער אויך מיטן לעבן. זיי זענען באמערקט געווארן דורל א דורכגייער גלייך נאכן צוזאמפאל און זענען גלייך געראטעוועט געווארן.
ליידער איז גלייך אפיציעל באשטעטיגט געווארן 1 אומגעקומענע, און במשך די נאכט איז באקאנט געווארן איבער נאך 2 אומאפיציעלע - אבער באשטעטיגט דורך בילדער פון די סצענע - אומגעקומענע וואס מען האט געטראפן צווישן די ברוכווארג.
צום אנגסט און ציטער, פעלן נאך ביז די יעצטיגע מינוט 99 מענטשן וואס מען האט נישט געקענט מאכן קאנטאקט מיט זיי, און זענען לויט די ווארשיינליכקייט פארכאפט אין די ברוכווארג. צווישן דעם ציילט זיך ליידער א גרויסע צאל אידן, און די מח וויל נאר טראכטן אויף די בעסטע אויסזיכטן.
- נעמען מתפלל צו זייןאצינד וועלן מיר פארלייגן די ליסטע נעמען פון די פעלנדע אידישע נשמות וואס זייער גורל איז ליידער אומבאקאנט און אידן איבער די וועלט צאפלט דאס הארץ איבער זייער וואוילזיין. די ליסטע איז א ליסטע וואס איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך הצלה ד'סאוט פלארידע, און איז די מערסטע אקוראט וואס איז שייך געווען צוזאמצוקראצן אין אזא קורצע צייט:
אריה בן איטא
משה בן שושנה
משה בן טויבא
ליין בן אילנה
יהודה אריה בן פייגא רבקה
רות בת שרה
דבורה בת קלארה
חיים בן שרה
מלכה בת שרה רחל
ישראל צבי יוסף בן טויבא
צבי דניאל בן יהודית
איטא בת מרים
לייבל בן פייגא רבקה
מרים נוטקין
מרים בת שרה
דזשעי קליינמאן
אילן נייבריף
אילן בן אברהם
אילן בן קלמן
דבורה בת קלארה
מיכאל בן הנס
גבריאלה בת שרה
לייב בן שושנה
שרה בת אידא
ננסי בת סופיה
פרנקי בן ננסי
דבורה בת הייא
דזשעי בן ננסי
ניקולה בת אנדריא
יעקב ראובן הכהן בן דבורה
ארני נוטקין
ננסי קרס לוין
פרנקי קליינמאן
ברד כהן
- כלל ישראל געבט נישט אויףשטייענדיג אין אזעלכע שווערע מינוטן וואס זעען אויס אזוי שווארץ און אומזיכער וואס צו ערווארטן, טוט כלל ישראל ארויסנעמען די געווער פון האפענונג און אמונה אין בוכ"ע, און מען איז מתפלל פאר די וואס פעלן און מען האפט אויף גוטע בשורות. לשעבר איז שוין אסאך מאל אויפגעוויזן געווארן אז מענטשן האבן איבערגעלעבט לאנגע טעג אונטער ברוכווארג, אפילו אזוי לאנג ווי א וואך צייט, אזוי אז דאס נעמט אוועק די חשד פון תפילת שוא. כלל ישראל וויינט און בעט ביים טאטן אין הימל: אַחֵינוּ כָּל בֵּית יִשְׂרָאֵל הַנְּתוּנִים בַּצָּרָה וּבַשִּׁבְיָה, הַמָּקוֹם יְרַחֵם עֲלֵיהֶם וְיוֹצִיאֵם מִצָּרָה לִרְוָחָה וּמֵאֲפֵלָה לְאוֹרָה.
מיר האפן און בעטן ביים רבוש"ע אז די קומענדיגע דעטאלן און באריכט איבער די שוידערליכע קאטאסטראפע זאל בלויז זיין גוטע נייעס, און מען זאל שוין נישט הערן פון קיין צרה יגון ואנחה ביי כלל ישראל אכיה"ר.