געריכט פראצעסן איבער די 2020 למספרם וואלן והמסתעף

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

געווען געפלאנט פון פאראויס. = טראמפ איז נישט שולדיג, ווייל עס איז שוין געווען געפלאנט בעפאר זיין רעדע...
נישט געווען געפלאנט פון פאראויס. = טראמפ איז נישט שולדיג, ווייל עס איז נישט געווען קיין געפלאנטע אויפשטאנד...
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

גענאגלט, סיי וואספארא זייט די קוקסט האט עס מיט טראמפ קיין שייכות, עז לאנג די האסט נישט קיין פראוו אז עס זאל האבן סיי וואספארא שייכות מיט אים.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

גענאגלט. = You are screwd
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

איך מיין נישט אייך פערזענדליך, אבער דאס איז טיפיקל ליבעראלע וועג, מען האט דיר געכאפט ביים ליגנט לויפסטו טרעפן אנדערע ספינס, אמער די רעפאבליקאנער האבן געזאגט אזוי אין אזוי, האט דאס עפעס מיט דאס וואס איך האב געשריבן?
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

ר' זעקל האט געשריבן:איך מיין נישט אייך פערזענדליך, אבער דאס איז טיפיקל ליבעראלע וועג, מען האט דיר געכאפט ביים ליגנט לויפסטו טרעפן אנדערע ספינס, אמער די רעפאבליקאנער האבן געזאגט אזוי אין אזוי, האט דאס עפעס מיט דאס וואס איך האב געשריבן?

איך מיין אייך אויך נישט פערזענליך, איך האב געוויזן די רעפובליקאנע ספין און אנשטאט זי צו שעמען דערמיט איז עס גאר א מעלה!!
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

Mezofzef האט געשריבן:איך מיין אייך אויך נישט פערזענליך, איך האב געוויזן די רעפובליקאנע ספין און אנשטאט זי צו שעמען דערמיט איז עס גאר א מעלה!!

נאכאמאל, מען האט ארויפגעווארפן א נאסע לאלעך אויף די רעפאבליקאנער אז זיי האבן אנגעווערטשאפט א אויפשטאנד, פארלוירענערהייט נאך פאר זיי האבן געהאט צייט דורכצוקוקן די פאקטן אין זעהן אז עס איז גארביטש, האבן זיי געטרייט אלע תיריצום אין איינס פון זיי דעי וואס די ברענגסט, אין יעצט ווען עס קומט ארויס די אמת אז לא היה הדברין מעולם, שרייסטו אז
איינע פון די טענות וואס די רעפאבליקאנער האבן דעמאלטס געשריגן שטימט נישט, חחחח קאם אן מען.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

א אומגעפלאנטע אויפשטאנד [וואס איז א רעזולטאט פון טראמפ'ס העצערייען] איז יא גוט?
פוצה פה ומצפצף
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ניין. עס זעהט זיך אויס אז די האסט נישט געליינט די לעצטע צוויי בלעטער.
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

ר' זעקל האט געשריבן:ניין. עס זעהט זיך אויס אז די האסט נישט געליינט די לעצטע צוויי בלעטער.

גערעכט
פוצה פה ומצפצף
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ר' זעקל האט געשריבן:גענאגלט, סיי וואספארא זייט די קוקסט האט עס מיט טראמפ קיין שייכות, עז לאנג די האסט נישט קיין פראוו אז עס זאל האבן סיי וואספארא שייכות מיט אים.

פאני ווי אזוי מען קען זיך אפילו איינרעדן אז עס איז דא א וועג ווי אזוי עס האט נישט געהאט קיין שייכות מיט אים, ווען על פי דיבורו הן נאספין..
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

הן נאספי על פי דיבורו פאר די פראטעסט, אבער דאס איינברעכן אין די קעפיטל האט געהאט מיט די שוואכע סעקיורעטי.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווער האט זיי געשיקט צום קעפיטעל מיט דעם קלארן ציל פון פרעשורן צו גיין קעגן די וואל רעזולטאטן?
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

ער האט זיי געשיקט פראטעסטירן, אזוי ווי ווען די דעמאקראטן זענען געקומען פראטעסטירן קעגן די קעווענאו הירינג, אין קעגן די ווייסע הויז ביי די טראמפ בונקער פראטעסטן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

כאילו עס איז א נארמאלע זאך צו שיקן צענדליגער טויזנטער צויושעטע פראטעסטירן קעגן די וואלן.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

און כאילו עס איז נארמאלקייט צו אויסרודפן א מענטש פיר יאר נאר ווייל עס שמעקט דיר נישט אז ער האט געווינען.

די ווילסט רעדן צו מיר וועגן נארמאלקייט? איך האב אסאך פון די סובדזשעקט נאכן מיטמאכן טראמפס פיר יאר.

דא רעדט מען אבער נישט וועגן נארמאלקייט, מען רעדט פון דעם וואס מען נעמט מענטשן וואס האבן א קלער רעקארד אין מען דערגייט זיי די יארן ווייל זיי האבן אריינגעגאנגען אין די קעפיטל אין געכאפט סעלפיס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זיי זענען נישט אריינגעגאנגען אין דעם קעפיטאל און געכאפט סעלפיס.

ווי עס ווייסט יעדער וואס האט געזען יעמאלט לעבעדיגע בילדער.

אבער עטליעסט העלפסטו מיר פארשטיין די וואס לייקענען דעם האלאקאוסט - דער פארגלייך איז נישט אלס די רשעות חלילה, דער האלאקאוסט איז דאך אין ערוך ערגער, נאר אלץ דעם מכחיש זיין שמש בצהריים - וועלכע לייקענען עס טראץ וואס עס איז נאך דא סורווייווער בתוכינו. יאנואר 6 האט דאך די גאנצע וועלט געזען לייוו..
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

נערישקייטן, קיינער איז נישט מכחיש שמש בצהריים, איך זאג נישט אז מען האט זיך נישט געשלאגן מיט די פאליצי מעין דמעין פון די בלמ פאטעסטירער, די געשלעגערייען איז געווען צו קענען אריינגיין, איינמאל מען האט געזעהן אז די סעקיורעטי איז נישט ווערט קיין סאך אין אפאר פאליצי האבן געעפענט די טויערן, האבן אסאך צולאזטע פראטעסטירער אנגעהויבן זיך אריינרייסן אין זיך געשלאגן מיט די פאליצי אזוי ווי ביי אסאך פראטעסטן, מיין קשיא איז נאר וואס האבן זיי געטוהן אינסייד ווען זיי האבן זיך שוין דורכגעבראכן די פאליצי ווען זיי האבן מכלומרשט אונטערגעבראכן דעמאקרעסי? זיי זענען ארומגעלאפען געכאפט סעלפיס, איינער האט צוגעכאפט א שטענדער, און שוין, עס האט אויסגעזעהן ווי אפאר יונגלעך האבן זיך צולאזט, גארנישט געהאט מיט קיין אויפשטאנד, ווי אסאך פראטעסטן מיט איין גרויסע אבער, די אבער איז אז די פאליצי זענען נישט געווען גרייט פאר דעם נאך וואכן פון FBI באריכטן אז עס גייט זיין ווילד, און אינעווענדיג די קעפיטעל האט פונקטלעך אזוי אויסגעזעהן ווי א גרופע פראטעסטירער וואס זענען אומגעראכטן אנגעקומען ווי זיי האבן נישט געפלאנט.

קומען די חכמים אין וואשינגטאן און אנשטאט אויספארשן די עיקר פראבלעם וואס איז פארגעגאנגען מיט די סעקיורעטי, איז דאס געווען א אויספלאנירטע זאך צו לאזן שוואך די סעקיורעטי, אדער איז דאס סתם געווען פארנאכלעסיג, און קעיר נעמען פון דער וואס האט מועיל געווען אין זיין דזשאב פון היטן די געזעץ געבער, גייט מען גיין זיך ברעכן קאפ און אויספארשן וויאזוי איז צוגעקומען אז די פראטעסטירער זענען געווען אזוי ווילד אין זיך איינגעבראכן אין די קעפיטעל, גוט מארגן אמעריקע די סעקיורעטי איז געווען שוואך און אפאר פאליצי האבן אריינגעלאזט, און ווען די רעפאבליקאנער פארלאנגן מען זאל כאטש "אויך" אויספארשן די אנדערע חלק וואס וואלט ווען געדארפט זיין דער עיקר, ווערן זיי פארשריגן ווי א חלק פון די אינסערעקשן און אלע מיני לשונות, און נאכדעם וויינט מען ביטערלעך אמער די רעפאבליקאנער ווילן זיך נישט צושטעלן.

ביי די פראטעסטן פאראיאר ווען טראמפ האט געדארפט לויפן אין בונקער, זענען צענדליגע צענדליגע סיקרעט סערוויס אגענטן געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל, ווילסט מיר איינרעדן אז די פראטעסטן דעמאלטס זענען געווען ווייניגער ווילד ווי ינואר 6 א נעכטיגע בוידעם, די חילוק איז נאר געווען אז די סיקרעט סערוויס ווערט נישט געפירט דורך אפאר שלימזלים אין זיי זענען געווען גוט געלערנט אין באוויזן אפצוהאלטן די פראטעסטירער פון אריינגיין אין די ווייסע הויז, אין מיט דעם אלעם האבן זיי געדארפט אראפפירן דעם פרעזידענט אין בונקער, איך קען פונקט אזוי וויינען מיט קראקעדייל טרערן אז מען האט געוואלט אונטערברענגן די פרעזידענט אוו די יוניידעט סטעיטס, שוין נישט געווען אזאנס זינט איך די ענדלענדער האבן געשטארעמט די ווייסע הויז, אין ווען די פראטעסטירער ברעכן ווען זיך איין וואלטן זיי געהארגעט די פרעזידענט, די זעלבע תורות ווי מען האט דא פארקויפט אז זיי העטן ווען געטוהן דעס אין יענץ ווען זיי כאפן ווען ראמני אדער פענס.

עס איז אלעס איין שטיק בעלאני וויאזוי די מידיע פארקויפט די נערעטיוו איז קדוש יאמר לו, אין ווער עס וואגט זיך צו ניצן די אייגענע דזשעלי איז מכחיש שמש בצהרים.

און אויף די אויפגעבלאזענע נערעטיוו נעמט מען מענטשן וואס האבן א זויבערע רעקארד, קיינמאל נישט געטוהן קיין שום פארברעך, אין מען דעסטרויט זייער לעבן, ווארפט זיי אריין אין לאך, מען לאזט זיי נישט ארויס אויף בעיל, מען געבט זיי לאנגע טורמע טערמינען, מען קלאגט זיי אן מיט פורים תורות, וואס זייער איינציגסטע חטא איז געווען אז די סעקיורעטי ביי די קעפיטעל איז געווען א דיזעסטער, און ווער עס וואגט זיך צו זאגן א ווארט קעגן די רציחות טראגט מען אראפ ביז אדמה, איך רעדט שוין נישט פון די מענטשן וואס עס איז דא פראוו אז זיי האבן זיך געשלאגן מיט די פאליצי, וואס פאר די מענטשן ווען וועלט איז ווען וועלט אין ווען איינער און אמעריקע ביי א בלמ פראטעסט טוט די זעלבע זאך וואלט מען אים באשטראפט וואלט מען זיי אויך געדארפט, אך רעדט אבער פון מענטשן וואס עס איז נישטא קיין שום באווייז אז ער האט זיך געשלאגן מיט די פאליצי, ער איז אנגעקומען צו די קעפיטל און געזעהן אז עס איז עקשען מענטשן גייען אריין און עס איז אפען איז ער אויך אריין, און מען נעמט די מענטשן אין מען מאכט חרוב זייער לעבן, עס איז א רציחה שאין כדוגמתו.
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

@ר' זעקל ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אזעלכע דברים של טעם איז א מחיה צו לעזען, ווי איינער נוצט די אייגענע זשעלי אין מח, און טראכט גראד, און ווערט נישט פארדרייט פון קראקאדייל טרערן און צויוזשעוויטע מידיע, סיי דא און סיי אין די טאליבאן אשכולות.

קיפ איט אפ.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אה, הייסט עס אז דו ביסט יא מודה אז מען האט מער ווי געכאפט סעלפיס, ישר כח.

בנוגע וואס זיי האבן דארט געטון נאכן זיך איינברעכן, וואס נאך איז דא צו טאן דארט חוץ כאפן סעלפיס?

זיי האבן איינגענומען דאס פלאץ, אפגעשטעלט דעם עלעקשן פראצעדור, און נאכדעם, יא, נאכדעם כאפט מען סעלפיס.

פונקט ווי די טאליבאנער האבן זיך געזעצט כאפן בילדער נאכן אריינגיין אין פרעזידענטליכן פאלאץ.

ממילא נוצן דעם אויסדרוק כאפן סעלפיס, אן דעם גאנצן דיסקלעימער דא, איז ווייטער הכחשת שמש בצהריים, וואס איז היינט-צו-טאג א גאר אנגענומענע זאך צו טאן, ובפרט טאקע דעם ליגענט אויף יאנואר 6, אזוי ווי 115 טוט כסדר.


משל למה הדבר דומה:

איינער זאגט - אין קאנטעקסט פון אוועקמאכן די פאסירונגען אין אפגאניסטאן פון פאריגע וואך זונטאג - אז די טאליבאנער זענען זיך סך הכל געגאנגען שפילן אין א פלעי גראונד מיט א דזשים און זיך געבילדערט אין דעם פרעזידענטליכן פאלאץ.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פארשטייט זיך ווען די ווילסט זיך שטעלן נאר אויף מיינע לעצטע פאר תגובות איז עס נישט קיין שלעכטע ספין, אבער ווען די נעמסט די גאנצע דעבאטע ווי איך האב א גאנצע צייט געשריבן אז מען האט זיך געשלאגן אינדרויסן אזוי ווי ביי אסאך פראטעסטן, אבער דאס אנקומען אין די קעפיטעל האט געהאט מיט די שלעכטע סעקיורעטי אין נישט מיט די פראטעסטירער, אין די האסט פראבירט צו בויען א נערעטיוו אז ניין דאס איז געווען א פראוו אינטערצווארפן די רעגירונג, און מען האט זיך געגרייט פון פארדעם אויף דעם, איז א נערישע ספין.

אין די באמבע פון עס צוזאמשטעלן מיט די טאליבאנער איז שוין עפעס וואס איך האב נישט געגלייבט אויף אזא געלונגענע ניק וואס גייט געווענדליך נאך פאקטן.

אבער אז די ווילסט שטארק וועל איך דיר עס מסביר זיין ברחל ביתך, די טאליבאנער זענען א באוואפענטע גרופ וואס האבן א באנטש געווער, אין זיי הארגענען שוין מענטשן פאר די לעצטע צוואנציג יאר, און זיי קאנטראלן שוין שטחים אין אפגאניסטאן פאר אסאך יאר, אין יעצט האבן זיי איינגענומען די הויפט שטאט,
משא'כ די מענטשן וואס זענען אריין אין די קעפיטעל זענען אמעריקאנער בירגער וואס זענען געקומען מוחה זיין אין וואשינגטאן אויף א עוולה וואס איז לויט זיי פארגעקומען, אזוי ווי עס פאסירט יעדע צווייטע טאג, און עס איז נישט געווען ווילדער ווי אסאך פראטעסטן וואס עס זענען שוין פארגעקומען אין וואשינגטאן, און זיי האבן נישט גענוצט קיין געווער, אבער דא האט פאסירט א פאנטשער אז די סעקיורעטי האט נישט געטויגט, האט פאסירט אז די שלעגערייען האט זיך אריינגעצויגן ביז אין די קעפיטעל, אזוי ווי עס פאסירט ווען א טיר איז אפען אדער נישט גוט פארמאכט, איינמאל זיי האבן זיך געטראפן אינסייד האבן זיי אויסגענוצט די איינמאליגע געלעגנהייט צו כאפן גוטע סעלפיס, אין פארשטייט זיך אז מען האט נישט געקענט ווייטער גיין מיט די פרעצעדור פון ציילן די עלעקטארעל וואוטס צו קענען אריינשטעלן אפאר וואכן שפעטער א נייער פרעזידענט, נאר עס האט געדארפט פארקומען אפאר שעה שפעטער, אין סאום האו טרייט מען אונז אראפצולייגן ווי עס איז געווען א אויספלאנירטע אויפשטאנד אינטערצוברענגן די רעגירונג, אין אזאלכע קליגע אידן קויפן עס פאר גוט געלט.

לויט ווי עס זעהט דא אויס די לעצטע פאר טאג, גיי איך דארפן יעדען טאג נאכאמאל איבערשרייבן די גאנצע תורה, ווייל נאך איינער גייט פראבירן צו מאכן עפעס א ספין, איך מיין איך האב מיר שוין גענוג מסביר געווען, סאו חוץ אויב איינער גייט קומען מיט עפעס א לייטישע טענה, אדער מיר גוט ארויסנעמען פון די ראמען, בין איך פארטיג.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די טאליבאנער האבן געווינען, די טראמפיסטן האבן - דערווייל - פארלוירן, דאס איז דער עיקר נפקא מינה. אויך איז דא א נפקא מינה אין די מיטלען, אזוי ווי איר זאגט.

איך האב נאר מעיר געווען אז די סעלפי'ס איז זייער נישט אנעסט, און איז ווי זאגן אז די טאליבאנער האבן פאריגע וואך זונטאג זיך געשפילט אין פלעיגראונד און געכאפט בילדער אין פרעזידענטליכן פאלאץ, משא"כ אנטיפא, זיי זענען געפערליך, זיי האבן פארברענט האלב אמעריקע..
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

דאס צושטעלן צו די טאליבאנער איז נאך ווייניגער אנעסט.

די איינציגסטע צושטעל פון די צוויי איז אז ביידע האבן גענומען בילדער, קענסט אויך צושטעלן ווען איך בין געגאנגן נעמען בילדער פון מיין קליינע 1 יעריגער.

און דאס ארויסנעמען א ווארט פון איין פון מיינע תגובות ווען די ווייסט אז איך האב נישט דאס געמיינט, ווי איך האב געשריבן אין פריערדיגע מעסעדזשעס, איז אויך נישט קיין נאנטע קאזינע מיט אנעסטי.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אזוי ווי דו זאגסט, דער צוזאמשטעל איז, אז ביידע האבן גענומען בילדער.

וואס לויט 115 און זיינע מלמדים און תלמידים איז די בילדער נעמען בכלל א וויכטיגע זאך וואס קומט אריין אין א שמועס אדער פארגלייך מיט אנטיפא.
אוועטאר
.hershy
שר חמש מאות
תגובות: 892
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:36 pm

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך .hershy »

? in the 2th glok there told that it was 100% prout boys why
"hate will never ever win"
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3101
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: פראצעסן פון פארמישטע אין קעפיטאל איבערפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

ר' זעקל האט געשריבן:פארשטייט זיך ווען די ווילסט זיך שטעלן נאר אויף מיינע לעצטע פאר תגובות איז עס נישט קיין שלעכטע ספין, אבער ווען די נעמסט די גאנצע דעבאטע ווי איך האב א גאנצע צייט געשריבן אז מען האט זיך געשלאגן אינדרויסן אזוי ווי ביי אסאך פראטעסטן, אבער דאס אנקומען אין די קעפיטעל האט געהאט מיט די שלעכטע סעקיורעטי אין נישט מיט די פראטעסטירער, אין די האסט פראבירט צו בויען א נערעטיוו אז ניין דאס איז געווען א פראוו אינטערצווארפן די רעגירונג, און מען האט זיך געגרייט פון פארדעם אויף דעם, איז א נערישע ספין.

אין די באמבע פון עס צוזאמשטעלן מיט די טאליבאנער איז שוין עפעס וואס איך האב נישט געגלייבט אויף אזא געלונגענע ניק וואס גייט געווענדליך נאך פאקטן.

אבער אז די ווילסט שטארק וועל איך דיר עס מסביר זיין ברחל ביתך, די טאליבאנער זענען א באוואפענטע גרופ וואס האבן א באנטש געווער, אין זיי הארגענען שוין מענטשן פאר די לעצטע צוואנציג יאר, און זיי קאנטראלן שוין שטחים אין אפגאניסטאן פאר אסאך יאר, אין יעצט האבן זיי איינגענומען די הויפט שטאט,
משא'כ די מענטשן וואס זענען אריין אין די קעפיטעל זענען אמעריקאנער בירגער וואס זענען געקומען מוחה זיין אין וואשינגטאן אויף א עוולה וואס איז לויט זיי פארגעקומען, אזוי ווי עס פאסירט יעדע צווייטע טאג, און עס איז נישט געווען ווילדער ווי אסאך פראטעסטן וואס עס זענען שוין פארגעקומען אין וואשינגטאן, און זיי האבן נישט גענוצט קיין געווער, אבער דא האט פאסירט א פאנטשער אז די סעקיורעטי האט נישט געטויגט, האט פאסירט אז די שלעגערייען האט זיך אריינגעצויגן ביז אין די קעפיטעל, אזוי ווי עס פאסירט ווען א טיר איז אפען אדער נישט גוט פארמאכט, איינמאל זיי האבן זיך געטראפן אינסייד האבן זיי אויסגענוצט די איינמאליגע געלעגנהייט צו כאפן גוטע סעלפיס, אין פארשטייט זיך אז מען האט נישט געקענט ווייטער גיין מיט די פרעצעדור פון ציילן די עלעקטארעל וואוטס צו קענען אריינשטעלן אפאר וואכן שפעטער א נייער פרעזידענט, נאר עס האט געדארפט פארקומען אפאר שעה שפעטער, אין סאום האו טרייט מען אונז אראפצולייגן ווי עס איז געווען א אויספלאנירטע אויפשטאנד אינטערצוברענגן די רעגירונג, אין אזאלכע קליגע אידן קויפן עס פאר גוט געלט.

לויט ווי עס זעהט דא אויס די לעצטע פאר טאג, גיי איך דארפן יעדען טאג נאכאמאל איבערשרייבן די גאנצע תורה, ווייל נאך איינער גייט פראבירן צו מאכן עפעס א ספין, איך מיין איך האב מיר שוין גענוג מסביר געווען, סאו חוץ אויב איינער גייט קומען מיט עפעס א לייטישע טענה, אדער מיר גוט ארויסנעמען פון די ראמען, בין איך פארטיג.

ביי די טאליבאן איז אויך געווען די פראבלעם אז די סעקיוריטי (קרי אפגאנער מיליטער) האט נישט געטויגט.
פוצה פה ומצפצף
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”