הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:די מעשה האט אין זיך נקודות וואס זענען א געווינס פאר מדינת ישראל און נקודות וואס זענען א פלאפ, דא אזעלעכע וואס זעהן נאר די געווינסן און אזעלכע וואס זעהן נאר די פלאפס...
וועלכע חסידישע מעשה?
נעה אבער אויב די געווינסען זענען אמת -אז סאיז דא שפינאזש
איז אסאך גרעסער די פלאפ - אז זיי האבן נאר אראפגעשאסען איינס, און ערשט נאכען פילמירען די סטאנציע
די חסידישע מעשה איז (בערך) אז איינער האט זיך אראפגעשריבן א ליסט מיט קבלות טובות, און נאכדעם געוויזן פאר די רבי, און די רבי האט גענומען א פעדער און צוגעשריבן צו יעדע קבלה וכן להיפך, מקען ארויסנעמען פארשידענס פון די מעשה, אבער בעיקר אי,ז מזאל זיך נישט איינרעדן אז מנעמט זיך אונטער -למשל- נישט צו רעדן פארן דאווענען, איז דאס אלעמאל וואס די אייבערשטער וויל, סקען זיך מאכן 'וכן להיפך' אז סקומט אונטער און מדארף טון חסד פאר א חבר וכדו' און מדארף יא רעדן, דארף קוקן וואס וויל 'יעצט' די רבוש''ע פון 'מיר'
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)