זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
וואלד האט געשריבן:
פאליטישע עקספערט האט געשריבן:
בניהו האט געשריבן:צוריק צו מיין אלטע קשיא. פארוואס פארדינט א דזשורנאליסט איין אונס מער אטענשאן ווי א ציווילע בירגער?

די ענטפער איז פאר די זעלבע סיבה וואס העסט נישט הערן די עף בי איי אויספארשן קיין מידיע, נישט פאקס, און נישט מנסבס.

פרייע פרעסע איז די פודאמענט פון די פרייע וועלט, די רגע דו הרג'סט א דשורנאליסט ווערט עס באטראכט ווי א פרואוו שטיל צו מאכן די מידיע - און דאס איז שוין א פרעצעדענטלאזע אטאקע אין ריכטונג פון פרייהייט.

ס'איז נישט אז א דשורנאליסט איז גע'הרג'ט געווארן. ס'איז דו האסט גע'הרג'ט א דשורנאליסט. ודו"ק

אבער אין די רגע דער דזשורנאליסט שטעלט זיך איין דאס לעבן דארף ער/זי פארשטיין אז דאס איז פאר ריעל, און דאס לעבן איז אים/איר טאקע איינגעשטעלט.

און דעריבער?

מאכט דאס שוואכער די פארברעך פון איר פראבירן שטלי צו מאכן??

יעדע דשורנאליסט אין צפון קארעא אדער רוסלאנד שטעלט איין זיין לעבן, אבער דאס מאכט נישט שוואכער די פארברעך פון קים יאנג אן / פוטין זיי אומצוברענגען

גוט, אבער פארוואס ווען א דזשורנאליסט שטעלט זיך אריין אין הייס פייער און ווערט געכאפט דערינען זאל מען גלייך שפרינגען צו א קאנקלודזשען אז מען האט איר דא פשוט געוואלט שטיל מאכן?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

ווייל א דשורנאליסט איז זייער מערקבאר - פונקט ווי די יו ען שלום היטער אדער ארמיי מעדיקס

זיי פארמאגן גרויסע פלאקאטן אויף זיך אז זיי זענען די פרעסע, וכדו'

יעצט כ'זע אז די בעיסיקס פונעם נושא פארשטייסטו שוין, און ביזט פארפארן צום ספעציפישן מעשה
אוועטאר
וואלד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואלד »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:ווייל א דשורנאליסט איז זייער מערקבאר - פונקט ווי די יו ען שלום היטער אדער ארמיי מעדיקס

זיי פארמאגן גרויסע פלאקאטן אויף זיך אז זיי זענען די פרעסע, וכדו'

גוט, אבער איך רעד לגבי די באשולדיגונגען און פארדאמונגען וכדו', ווי כאילו יעדער מוז דא זיין שולדיג נאר נישט דער וואס איז זיך מסכן אליינ'ס.

פאליטישע עקספערט האט געשריבן:יעצט כ'זע אז די בעיסיקס פונעם נושא פארשטייסטו שוין, און ביזט פארפארן צום ספעציפישן מעשה

איך האב עס אלעמאל פארשטאנען, און איך האב די גאנצע צייט נאר גערעדט צום ספעציפישן מעשה.
chalat
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 25, 2022 10:37 pm

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך chalat »

איך וויל פרעגן א שאלה, פארוואס זאלן די צוויי מערדערס פון אלעד נישט באקימען טויט שטראף? עס איז קלאר ווי די טאג אז די צוויי האבן עס געטין , מען זעהט דאך ,אין מען הערט קלאר ווי ער אליינס זאגט זיין נאמען און אז ער האט געמאכט די פיגוע וכ'ו ,איז פארוואס און די וועלט דארפן זיי אטעמען דעם רבשע'ס ליפט
פלאס פלאס, בשעת ווען זיי האבן אוועקגענימען מיטן גערסטען אכזריות א צווייטענס לעבן, איך זע באמת נישט קיין שום הסבר
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

chalat האט געשריבן:איך וויל פרעגן א שאלה, פארוואס זאלן די צוויי מערדערס פון אלעד נישט באקימען טויט שטראף? עס איז קלאר ווי די טאג אז די צוויי האבן עס געטין , מען זעהט דאך ,אין מען הערט קלאר ווי ער אליינס זאגט זיין נאמען און אז ער האט געמאכט די פיגוע וכ'ו ,איז פארוואס און די וועלט דארפן זיי אטעמען דעם רבשע'ס ליפט

שאלה יפה שאלת בני.....
ווען סרעדט זיך נאר פון אטעמען מילא, אבער דו ווייסט וויפיל מיליאנען די טעראריסטן גייען יעצט אפקאסטן פאר די רעגירונג??
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17776
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
chalat האט געשריבן:איך וויל פרעגן א שאלה, פארוואס זאלן די צוויי מערדערס פון אלעד נישט באקימען טויט שטראף? עס איז קלאר ווי די טאג אז די צוויי האבן עס געטין , מען זעהט דאך ,אין מען הערט קלאר ווי ער אליינס זאגט זיין נאמען און אז ער האט געמאכט די פיגוע וכ'ו ,איז פארוואס און די וועלט דארפן זיי אטעמען דעם רבשע'ס ליפט
פלאס פלאס, בשעת ווען זיי האבן אוועקגענימען מיטן גערסטען אכזריות א צווייטענס לעבן, איך זע באמת נישט קיין שום הסבר

שאלה יפה שאלת בני.....
ווען סרעדט זיך נאר פון אטעמען מילא, אבער דו ווייסט וויפיל מיליאנען די טעראריסטן גייען יעצט אפקאסטן פאר די רעגירונג??

נישט פאר לאנג

נאר ביז די נעקסטע אויסטויש מיט כאמאס
אוועטאר
אביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 369
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 02, 2018 12:26 am

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביש »

טויט שטראף איז נישט ליגאל אין מ"י חוץ פאר נאצי מיטארבייטער (וועגען קאסטנער)
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6602
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע: אייוועלט.קאם

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:
chalat האט געשריבן:איך וויל פרעגן א שאלה, פארוואס זאלן די צוויי מערדערס פון אלעד נישט באקימען טויט שטראף? עס איז קלאר ווי די טאג אז די צוויי האבן עס געטין , מען זעהט דאך ,אין מען הערט קלאר ווי ער אליינס זאגט זיין נאמען און אז ער האט געמאכט די פיגוע וכ'ו ,איז פארוואס און די וועלט דארפן זיי אטעמען דעם רבשע'ס ליפט
פלאס פלאס, בשעת ווען זיי האבן אוועקגענימען מיטן גערסטען אכזריות א צווייטענס לעבן, איך זע באמת נישט קיין שום הסבר

שאלה יפה שאלת בני.....
ווען סרעדט זיך נאר פון אטעמען מילא, אבער דו ווייסט וויפיל מיליאנען די טעראריסטן גייען יעצט אפקאסטן פאר די רעגירונג??

דעיס באדערט מיר נישט!

צום סוף וועט די פלאטשקע אנקומען...

[email protected]
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אביש האט געשריבן:טויט שטראף איז נישט ליגאל אין מ"י חוץ פאר נאצי מיטארבייטער (וועגען קאסטנער)

ס'איז יא לעגאל.
ביי די רוצחים פון איתמר [פאר ארום 12 יאהר צוריק] האט מען געפאדערט טויט שטראף.
אין נאר איינער פון די דריי שופטים האט מסכים געווען דערפאר.

לגבי די עצם ענין פון טויט שטראף, איז נישט אינגאנצן זיכער צו ס'איז אזוי גוט.
די אראבער ווייסט מען נישט ווי שטארק ס'באדערט איהם, ער קומט דאך במטרה תחילה צו שטארבן ווי א שהיד.
לעומת דעם איז דא א שטארקע מורא אז דאס וועט אנהיצן נאך אראבערס צו טשעפענען יודן.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

אין גאר א זעלטענע שריט האט די מדינת ישראל פרייטאג באמבאדירט א הויז אין גנין ווי טעראריסטן האב זיך איינגעפאנצערט.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
אביש האט געשריבן:טויט שטראף איז נישט ליגאל אין מ"י חוץ פאר נאצי מיטארבייטער (וועגען קאסטנער)

ס'איז יא לעגאל.
ביי די רוצחים פון איתמר [פאר ארום 12 יאהר צוריק] האט מען געפאדערט טויט שטראף.
אין נאר איינער פון די דריי שופטים האט מסכים געווען דערפאר.

לגבי די עצם ענין פון טויט שטראף, איז נישט אינגאנצן זיכער צו ס'איז אזוי גוט.
די אראבער ווייסט מען נישט ווי שטארק ס'באדערט איהם, ער קומט דאך במטרה תחילה צו שטארבן ווי א שהיד.
לעומת דעם איז דא א שטארקע מורא אז דאס וועט אנהיצן נאך אראבערס צו טשעפענען יודן.

ציווילע געריכט קען נישט געבן טויט שטראף, מיליטערישע געריכט קען יא
פארשטייט זיך, עפ"י חוקיהם
שנעלער
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

היטשינער האט געשריבן:
קוק אויף דיך אליינס האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:דורכגעפאלענע שטעכעריי פרואוו אויף רחוב סולימאן נעבן שער שכם. טעראריסט געשאסן.

[attachment=0]

איך פארשטיי יעצט אז ער האט נטאמאל געהאט א מעסער, ער האט נאר געשריגן זייער הויך און די אומזיגבארע מיליטער האט זיך דערשראקן....

למעשה איז געוועהן א שטעכעריי צו נישט?
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

זילבערווערק האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
אביש האט געשריבן:טויט שטראף איז נישט ליגאל אין מ"י חוץ פאר נאצי מיטארבייטער (וועגען קאסטנער)

ס'איז יא לעגאל.
ביי די רוצחים פון איתמר [פאר ארום 12 יאהר צוריק] האט מען געפאדערט טויט שטראף.
אין נאר איינער פון די דריי שופטים האט מסכים געווען דערפאר.

לגבי די עצם ענין פון טויט שטראף, איז נישט אינגאנצן זיכער צו ס'איז אזוי גוט.
די אראבער ווייסט מען נישט ווי שטארק ס'באדערט איהם, ער קומט דאך במטרה תחילה צו שטארבן ווי א שהיד.
לעומת דעם איז דא א שטארקע מורא אז דאס וועט אנהיצן נאך אראבערס צו טשעפענען יודן.

ציווילע געריכט קען נישט געבן טויט שטראף, מיליטערישע געריכט קען יא
פארשטייט זיך, עפ"י חוקיהם

רוב מאל איז עס אין מיליטערישע געריכט.
קודם זאלן זיי דארט מחליט זיין געבן טויט שטראף, נאכדעם זאלן זיי מסדר זיין די געהעריגע בית משפט.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
ר' איד
שר האלף
תגובות: 1237
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' איד »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
זילבערווערק האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:
אביש האט געשריבן:טויט שטראף איז נישט ליגאל אין מ"י חוץ פאר נאצי מיטארבייטער (וועגען קאסטנער)

ס'איז יא לעגאל.
ביי די רוצחים פון איתמר [פאר ארום 12 יאהר צוריק] האט מען געפאדערט טויט שטראף.
אין נאר איינער פון די דריי שופטים האט מסכים געווען דערפאר.

לגבי די עצם ענין פון טויט שטראף, איז נישט אינגאנצן זיכער צו ס'איז אזוי גוט.
די אראבער ווייסט מען נישט ווי שטארק ס'באדערט איהם, ער קומט דאך במטרה תחילה צו שטארבן ווי א שהיד.
לעומת דעם איז דא א שטארקע מורא אז דאס וועט אנהיצן נאך אראבערס צו טשעפענען יודן.

ציווילע געריכט קען נישט געבן טויט שטראף, מיליטערישע געריכט קען יא
פארשטייט זיך, עפ"י חוקיהם

רוב מאל איז עס אין מיליטערישע געריכט.
קודם זאלן זיי דארט מחליט זיין געבן טויט שטראף, נאכדעם זאלן זיי מסדר זיין די געהעריגע בית משפט.

כ'ווייס נישט צו ס'האט מיט רוב מאל.
לכאורה צוטוהן ווי די פארברעך איז געווען.
איתמר איז און די שטחים וואס די חוק איז נישט חל דארט, און דערפאר די איינציגסטע פאר וועם מ'קען ברענגען די משפט איז פאר די מיליטערישע געריכט וואס קען יא געבן טויט שטראף.

די רוצחים פון אלעד וועלן לכאורה קומען פאר א געהעריגע משפט און מחוזי וואס דארט האבן נישט די שופטים, קיין וועג צו געבן טויט שטראף.
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אמת.
אבער ביי איתמר האט די רוצח נישט באקומען טויט שטראף.
איז די סיבה אז דא וועלן זיי נישט באקומען אזא שטראף - נישט צוליב א געזעץ.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

א טעראר אטאקע איז ב"ה פארמיטן געווארן ווען א טעראריסט איז געכאפט געווארן אין דעם שומרון געגענט ביי דעם תפוח דזשאנקשען, מיט א האק און מעסער אין זיין אויטא און דערנעבן א זעלבסמארד בריוועלע.
אטעטשמענטס
IMG_20220516_010217_803.jpg
IMG_20220516_010217_803.jpg (96.19 KiB) געזען 1656 מאל
IMG_20220516_010219_963.jpg
IMG_20220516_010219_963.jpg (173.56 KiB) געזען 1656 מאל
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

ישראל_הלוי האט געשריבן:א טעראר אטאקע איז ב"ה פארמיטן געווארן ווען א טעראריסט איז געכאפט געווארן אין דעם שומרון געגענט ביי דעם תפוח דזשאנקשען, מיט א האק און מעסער אין זיין אויטא און דערנעבן א זעלבסמארד בריוועלע.

ציגערעטל + XL אלערט...
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מדינת ישראל מיליטער האט געמאלדן אז זיי וועלן אדורכפירן היינט מיליטערישע זיכערהייטס גרייטקייט דרילס אין חיפה און אין תל אביב. עס וועלן געהערט ווערן אויפרייסן און מען וועט זעהן רויך. דער עולם ווערט געבעטן זיך צו האלטן רואיג.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

העפטיגע שלעגערייען און פאגראמען קומען פאר אין די לעצטע פאר טעג אין מדינת ישראל, ירושלים, לוד, און נאך.... און גארנישט.
ווי זענען אונזערע קראספעדאנטן ווען מ'דארף זיי?
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:

יוסף, אלעס איז אין ארדענונג? וואס גייט פאר מיט ענקער פאליציי? זיי רוהן זיך אפ און זאמעלען כוחות אויף די שלעגערייען אין מירון?
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

א צווילדעוועטע אראבישע משפחה האט היינט אנגעזייעט א חרבן אין די הדסה שפיטאל נאך וואס זייער א קרוב האט אפגע'פגר'ט
בשעת די דאקטארים האבן זיך נאך געשלאגן פאר זיין לעבן האבן זיי אנגהויבן צו ארום ווילדעווען און בגמר הגסיסה האט מען שוין אנגעיאגט צו צוברעכן און חרוב מאכן אסאך טייערע קאמפיוטערס און פארשידענע עלעקטראנישע מעדיקל מאשינען
img1071512.jpg
img1071512.jpg (40.12 KiB) געזען 1011 מאל
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:העפטיגע שלעגערייען און פאגראמען קומען פאר אין די לעצטע פאר טעג אין מדינת ישראל, ירושלים, לוד, און נאך.... און גארנישט.
ווי זענען אונזערע קראספעדאנטן ווען מ'דארף זיי?

ירושלים-768x482.jpg
ירושלים-768x482.jpg (73.66 KiB) געזען 996 מאל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

וואס איז געבליבן? ווער האט גע'הרג'עט די דזשורנאליסטקע?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
שנעלער
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

פעיק ניוז האט געשריבן:וואס איז געבליבן? ווער האט גע'הרג'עט די דזשורנאליסטקע?

עפעס גיהערט אז דער ציל שיסער וואס מען פרייטאג געוואלט אפנעמען [א ימ"מ געהאגעט געווארן אינעם אקציע] איז גאר דער וואס האט איר אומגעברענגט
אוועטאר
unit 13
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 02, 2021 12:43 am
לאקאציע: Command Center

Re: זיכערהייט/טעראר נייעס און באריכטן פון מדינת ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך unit 13 »

ישראל_הלוי האט געשריבן:א טעראר אטאקע איז ב"ה פארמיטן געווארן ווען א טעראריסט איז געכאפט געווארן אין דעם שומרון געגענט ביי דעם תפוח דזשאנקשען, מיט א האק און מעסער אין זיין אויטא און דערנעבן א זעלבסמארד בריוועלע.

ברוך השם!!!
UNIT 13 ALWAYS TO THE RESCUE
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”