רבי שמשון שווארץ מברסלב-קרית יואל זצ"ל - ג’ תמוז תשפ”א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך האב געשפירט א התעוררות ביים ליינען די אשכול, א דאנק פאר די אלע וואס האבן געשריבן זאכליכע ווערטער.
זקן מלא רחמים.
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

שטייגען האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:
פאטעטא קוגל האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:
גיוואלדיג האט געשריבן:
שמחת תורה איז עס לכאורה געווען די פרייליכסטע בית מדרש אין ק"י, מ'איז געטאנצן שעות ארוכות מיט א זעלטענע שמחת התורה וואס איז נישט צו באשרייבן,
..........

איינער פון די מספידים האט ערווענט, אז ער פלעגט זיך חידוש'ן בשעת די הקפות, דא איז דא אזא איד וואס פראוועט אזאלעכע הקפות און אין ביהמ"ד איז נאך דא פלאץ?! די דביקות ווי אזוי ער פלעגט הייבן די הענט מיט געגועים צום באשעפער, שפרינגען אין די לופטן און טאנצן 'השיר והשבח צו וועמען און צו וועמען' מיט זיין גאנצן כוח! חבל על דאבדין.

פלעג צוזאם נעמען די קינדער מיטן לעצטן טראפ כח געשריגן די האדרת ואמונה אין די קינדער פלעגן צוריקזונגען לחי האלומים
מיט געהאלטן שיינע פאר יאר די מחזה
פאר מיין בר מצוה האט ער מיר גיגעבן א שטיקל שמועס מיט אזא מין געשמאק, פלעגט ווייניגער זאגן אבער ווען ער פלעגט שוין יא זאגן עפעס איז עס געווען מיט א ליעבשאפט אין אמתדיגקייט אין מיט א פשטות.
אלס איינער וואס האט געדאווענט דארט קרוב צו 10 יאר האב איך אסאך זכרונות, איך דארף מיר פלען צוזאם נעמען אין שרייבן וואס סליגט מיר אויפן זכרון

ווארט מיר צו ליינען
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

איך האב נישט געהאט די זכי' אים צו קענען, אבער עפעס מוז איך שרייבן נאכן ליינען דעם אשכול:

איך געדענק נישט פון וואו דאס ווארט קומט, אבער אין איינע פון די פלעצער וואס מען האט געהארעוועט אויף זיך האט מען געפרעגט, פארוואס קומט זיך פאר דעם בורח מן הכבוד אזא ביטערער עונש אז דער כבוד לויפט אים נאך?

ווייל אז דער כבוד איז נאך בכלל ביי אים עפעס אז ער לויפט אפילו אוועק פון דעם, קומט זיך אזא ביטערער עונש.

וההיפך מזה באותו צדיק לויט ווי איינער שרייבט דירעקט, אסאך אומדירעקט, אז ער איז ניטאמאל אוועקגעלאפן פון דעם, אזא גארנישט איז דאס געווען ביי אים.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

https://drive.google.com/file/d/1UVTpnY ... sp=sharing

דברי הספד של הרה"ח ר' נחמי' שווארץ שליט"א, במסע הלוויה לפני מיטתו של אביו הגה"ח ר' שמשון ז''ל
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

https://drive.google.com/file/d/1HCFQ-K ... sp=sharing

אינטערוויא מיט הר''ר יצחק זאב שווארץ - אחר פטירת זקנו הגה''ח ר' שמשון שווארץ זצ''ל
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

להודיע האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1HCFQ-KITO0Z27SYKt0KgON0ZgMUKhdoc/view?usp=sharing

אינטערוויא מיט הר''ר יצחק זאב שווארץ - אחר פטירת זקנו הגה''ח ר' שמשון שווארץ זצ''ל

קלאר, און שיין, ללא כחל ולא שרק, גוט אראפגעלייגט זיין זיידן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

נא_שכל האט געשריבן:

אגב, אלס בחור פלעג איך צומאל זיך אריבערכאפן צו שלש סעודות צו רבי שמשון, פון בארדיטשוב ביז זענטא איז נישט צו ווייט..., דער נכד המספידו איז נאך ווארשיינדליך געווען דעמאלטס אין די ווינדעלן..., עכ"פ, די התערורת ליגט מיר נאך היינט אין די ביינער ווען כ'דערמאן זיך די ווארימע ניגונים ובפרט די ניגון אן קיין ווערטער וואס מ'זינט כמדומה נאך מזמור לדוד.

אבער די תורה פארלערנען פלעגט מיך אביסל נערוועז מאכן, כ'האב נישט פארשטאנען די עקשנות צו לערנען בימינו אלה בלויז דעס ספר אליינס בפנים ובעיון, אויף א שמאלע פארנעם (בלאט לערנער...), אן קיין ברייטע "שמועס" פון די ענין וואס ער האט דעמאלטס פארגעלערנט אין ליקו"מ. צומאל פלעגט בנו ר' נחמיה פארלערנען, דאס איז שוין געווען עפעס מער ברייטער, נענטער צום היינטיגן דור. אבער פון די אנדערע זייט ווען מ'פלעגט הערן ר' שמשון נאכזאגן די הייליגע בחינות האט מען געשפירט ממש וויאזוי עס ברענט און אים, צומאל האט ער זיך טאקע נישט געקענט גענוג ברייט ארויסברענגען בפה, אבער מ'האט געזען אז ער איז איינס מיט די בחינות, ער קאכט אין דעם, ער טוט אין דעם 'לעובדא ולמעשה', מ'האט געזען און געשפירט ווי א בשר ודם דערהייבט זיך אזוי פונעם גשם העולם, אז ס'האט מעגליך מער אויפגעטון ווי א "שמועס".
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

@להודיע איר האט אפשר די הספר פון הרה"ג רבי שלמה יונגער שליט"א טאשע דיין אין קר"י? געווען עפעס מורא'דיגע הספד
על "טעם וריח" אין להתווכח
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

נא_שכל האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1HCFQ-KITO0Z27SYKt0KgON0ZgMUKhdoc/view?usp=sharing

אינטערוויא מיט הר''ר יצחק זאב שווארץ - אחר פטירת זקנו הגה''ח ר' שמשון שווארץ זצ''ל

קלאר, און שיין, ללא כחל ולא שרק, גוט אראפגעלייגט זיין זיידן.

אגב, אלס בחור פלעג איך צומאל זיך אריבערכאפן צו שלש סעודות צו רבי שמשון, פון בארדיטשוב ביז זענטא איז נישט צו ווייט..., דער נכד המספידו איז נאך ווארשיינדליך געווען דעמאלטס אין די ווינדעלן..., עכ"פ, די התערורת ליגט מיר נאך היינט אין די ביינער ווען כ'דערמאן זיך די ווארימע ניגונים ובפרט די ניגון אן קיין ווערטער וואס מ'זינט כמדומה נאך מזמור לדוד.

אבער די תורה פארלערנען פלעגט מיך אביסל נערוועז מאכן, כ'האב נישט פארשטאנען די עקשנות צו לערנען בימינו אלה בלויז דעס ספר אליינס בפנים ובעיון, אויף א שמאלע פארנעם (בלאט לערנער...), אן קיין ברייטע "שמועס" פון די ענין וואס ער האט דעמאלטס פארגעלערנט אין ליקו"מ

'בימינו אלה' און 'היינטיגע דור' איך מיין ס'פאסט נישט פאר דיר, אבער אויב ווילסט פארשטיין
קוק דא טור ב' אויבן
https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... hlts=&ocr=
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

loyodea האט געשריבן:'בימינו אלה' און 'היינטיגע דור' איך מיין ס'פאסט נישט פאר דיר, אבער אויב ווילסט פארשטיין
קוק דא טור ב' אויבן
https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... hlts=&ocr=

יא יא איך ווייס וואס דארט שטייט, אבער למעשה ביניך נישט אליינס, זעסט דאך אז די אלע אנדערע ברלסבע משפיעים האבן געכאפט סאך א גרעסערע עולם, אלעס צוליב זייערע ברייטע שמועסן, און ביי רבי שמשון איז געבליבן א קומץ קטן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

נא_שכל האט געשריבן:
loyodea האט געשריבן:'בימינו אלה' און 'היינטיגע דור' איך מיין ס'פאסט נישט פאר דיר, אבער אויב ווילסט פארשטיין
קוק דא טור ב' אויבן
https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... hlts=&ocr=

יא יא איך ווייס וואס דארט שטייט, אבער למעשה ביניך נישט אליינס, זעסט דאך אז די אלע אנדערע ברלסבע משפיעים האבן געכאפט סאך א גרעסערע עולם, אלעס צוליב זייערע ברייטע שמועסן, און ביי רבי שמשון איז געבליבן א קומץ קטן.

דאס איז בכלל נישט קיין דיון, אז רוב וועלט איז נישט מיטן אמת.
איבעראל אזוי, האט נישט דייקא אהער, לייג אראפ אמת און שקר אויפן טיש, יעדער כאפט זיך צום צווייטן, אויף א פינטל אמת דארף מען הארעווען.
וועגן משפיעים, ער איז דאך בכלל נישט געווען קיין משפיע, אין טערם פון משפיעים, ס"ה פארגעלערנט דעם ספר פאר א מנין אידן וואס האבן יא געשפירט אין דעם עצם הלימוד על הדף טרענען אין אלע אדערן. בכלל נישט געווען פאר די וועלט.
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

סארקאזי האט געשריבן:בין איך אמאל געווען ביי שלש סעודות האט ער מיטגעברעגט פונדערהיים א שער הכוונות פון אר''י ווייל דער רבי ברענגט אראפ א שטיקל, האט ער זיך מתנצל געווען אז ער איז נישט קיין בקי אין אר''י אבער אז דער רבי ברענגט עס אראפ דארף מען עס פארשטיין, און ער האט עס פארגעלערנט בטוב טעם ודעת

איי האסט מיר ארויפגעברענגט זכרונות, ר' שמשון'ס התנצלות,
ווער עס ווייסט נישט פון וואס מען רעדט, קען איך עס נישט מסביר זיין, איך טראכט נאר פון א זומערדיגע פרייטאג צונאכטס און א שמועס אין שיחות הר"ן איז נאך אלץ ווערט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

כ'רעדט נישט אריין דא, אבער אז מ'רעדט צווישן היימישע חסיד'ישע אידן דארף דער אמת געזאגט ווערן.

א יעדעס ווארט פון א פריערדיגן ערליכן איד איז ווערט אלף אלפים פעמים מער ווי די היינטיגע מבארים.

ס'ענדערש פילעווען איבער די זעלבע שורה פון א צדיק אמת טויזענט מאל ווי איידער אדורכלערנען [ליינען] א היינטיגע מלקט ומבאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8295
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

farshlufen האט געשריבן:כ'רעדט נישט אריין דא, אבער אז מ'רעדט צווישן היימישע חסיד'ישע אידן דארף דער אמת געזאגט ווערן.

א יעדעס ווארט פון א פריערדיגן ערליכן איד איז ווערט אלף אלפים פעמים מער ווי די היינטיגע מבארים.

ס'ענדערש פילעווען איבער די זעלבע שורה פון א צדיק אמת טויזענט מאל ווי איידער אדורכלערנען [ליינען] א היינטיגע מלקט ומבאר.

זייער ריכטיג
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
זיכערער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 04, 2016 4:32 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיכערער »

אבד צדיק וחסיד מן הארץ

ברסלב האט ביי ר שמשון ע"ה געמיינט א גאר שטארקע התחייבות, אנדערש ווי (א גרויס חלק פון) די וועלט לערנט אפ ברסלב, איז עס ביי אים געוועהן א פארלאנג, סהאט געמאנט, מ"דארף" זיין בשמחה, נישט קיין חילוק וועלעכן מצב, זייענדיג א מענטש וואס איז געווען מדוכא ביסורי הגוף והנפש כמעט יעדן איינציגסטען טאג אין לעבן, און נישט הנאה געהאט קיין זוז כל שהוא פונעם עולם הזה, אבער איז אנגעגאנגען מיט אן התלהבותדיגען שמחה של מצוה, און איז ב"אמת" געווען אויפגעלייגט און פרייליך, אנפילענדיג זיין טאג מיט מצוות און מעשים טובים,

ער איז אויפגעשטאנען יעדן טאג ארום 3 אזייגער, אפילו ער איז געווען גאר שוואך, האבענדיג בטבע א שוואכען גוף, געזאגט תיקון חצות מיט בכיות עצומות, האבענדיג א גאר שטארקע השתוקקות צו ירושלים, ווי זיין ארומיגע פארציילן, האט ער אין די לעצטערע נעכט בעפאר זיין פטירה געהאלטען אין איין איבער זאגען די ברכות שמו"ע פין ולירשלים עירך ביז רצה פאר שעות אין א צו.

זיין יגיעה און התמדות התורה איז אומביישרייבליך, געזיצען און געלערענט -נאך ביז גאר לעצטנס אין כולל דרך החיים- א גאנצען טאג, לערנען גמרא האט ביי אים געמיינט מיט אלע מפרשים, רי"ף רא"ש ר"ן און אנדערע מפרשים וואס זענען אריינגעדרוקט אין גמרא, מהרש"א פלעגט ער לערנען יעדע שטיקל בדיוק גמור,

גאר אסאך האט ער געחזרט מסכת ביצה תענית מגילה מו"ק חגיגה, און ווער רעדט נאך פון מסכתה סוכה וואס ער האט געקענט אויפן לשון זייענדיג זיין עולם הבא מסכת, (בכלל האט ער ארויסגעוויזען א זעלטענעם חביבות המצוה ווען עס איז געקומען צו מצוות סוכה), ווי אויך פלעגט ער גאר אסאך לערנען -און פארלערנען- לקוטי מוהר"ן, עס קענענדיג אויפן לשון

זיין פשטות פון זיך איז געווען עד להפליא, נישט געבלאזען קיין ברעקל פין זיך, זיין שחרית פלעגט נעמען אפאר שעה,און נישט וועלענדיג מזאל ווארטן אויף אים, האט ער געטוישט כסדר מנין

זיך שטארק אראפגלאזט צו יעדעם איינעם, ער פלעגט אריינווואקען צי א שמחה מיט אן אפענעם רעקל, מיט אן אויסטערלישן פשטות, נישט מאכענדיג קיין שום וועזן פון זיך

די לעצטערע יארן אויפן וועג צום שפיטאל האט עט אויסגעהערט נגוני ר יו"ט ערליך

געדאוונט האט ער אין א תפילה בכוונה סידור, וועלנדיג אינזין האבן עברי טייטש (א מדריגה אין פשטות)

זיין נשמת פארלאנגט א עקסטרע באשרייבונג, געזאגט נשמת מיט אזא התלהבות עצומה (כמקובל מבית אבותיו ממנהגי קאסאן), ביי חתונות האט ער געזאגט נשמת מיטן גאנצען ברען,

ביי יעדע חתונה פלעגט ער גאר שטארק טאנצען אן אויפהער, פין ווען די חתן איז אריינגעקומען ביזן סוף טאנצן, נישט קיין חילוק ווי לאנג עס האט גענומען, טאנצענדיג אינטערעסאנטע טענץ, און פלעגט מאכט טאמבול סאוסעס..., די לעצטערע יארן, שוין נישט קענעדיג טאנצען זייענדיג גאר שוואך, האט ער געטיילט דאלערס פאר די קינדער אז זיי זאלן טאנצען לעבעדיג,

זיין אפגעהיטענקייט אין שמירת עיניים איז געווען אויף א גאר שטארקען פארנעם, ער האט געמופט קיין טאהש נאך זיין חתונה, נישט וועלענדיג וואוינען אין די סיטי (זיין זיידע האט דאן אויך געוואוינט אין קאנאדע) סאיז געווען נאך פאר סאטמאר האט געעפנט ק"י, שפעטער ווען די רבי זי"ע האט געעפנט זיין שטעטל האט ער אהין געמופט,

ער האט זיך לעצטנס אויסגעדריקט -ווען ער פלעגט אסאך דארפן גיין קיין מאנהעטן פאר צרכי רפואה- אז די מאסקעס פארלאנג פין די רעגירונג איז גאר א גוטע זאך, ווייל עס פארדעקט די פניםער, העלפענדיג פאר שמירת עיניים
אוועטאר
מעכל קנעכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7129
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 27, 2021 9:31 pm
לאקאציע: קעגן איבער

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכל קנעכל »

זיכערער האט געשריבן:אבד צדיק וחסיד מן הארץ

ברסלב האט ביי ר שמשון ע"ה געמיינט א גאר שטארקע התחייבות, אנדערש ווי (א גרויס חלק פון) די וועלט לערנט אפ ברסלב, איז עס ביי אים געוועהן א פארלאנג, סהאט געמאנט, מ"דארף" זיין בשמחה, נישט קיין חילוק וועלעכן מצב, זייענדיג א מענטש וואס איז געווען מדוכא ביסורי הגוף והנפש כמעט יעדן איינציגסטען טאג אין לעבן, און נישט הנאה געהאט קיין זוז כל שהוא פונעם עולם הזה, אבער איז אנגעגאנגען מיט אן התלהבותדיגען שמחה של מצוה, און איז ב"אמת" געווען אויפגעלייגט און פרייליך, אנפילענדיג זיין טאג מיט מצוות און מעשים טובים,

האב איך הנאה האסט ריכטיג מדייק געווען אז רוב וועלט לערנט אזוי אפ ברסלב פון אינדרויסן,
ווייל אין ברסלב אליין לערנט מען עס בכלל נישט אזוי אפ, נאר רוב ברסלב'ע חסידים - אדער אלע - לערנען עס אפ אזויווי ר' שמשון האט עס אפגעלערנט. ודו''ק.

---

און יישר כח פאר דיין גאנצע באשרייבונג.

דארף מען צולייגן אויף דעם וואס דו האסט דערמאנט זיין התמדה בתורה, אז ער האט בכלל נישט געהאט דער גוטער שטארקע קאפ, אויב עפעס פארקערט, נאר ער האט זיך מתייגע געווען אויף א שטיקל מגן אברהם א לאנגע צייט און איבערגעלערנט און איבערגעלערנט ביז ער האט עס פארשטאנען גאר גוט. דאס איז נאך די גרעסטע גדלות זיך צו פלאגן אין תורה און לערענען בהתמדה אויף אזא אופן,
חחח...
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

איך האב אמאל געהאט א שמועס מיט איהם וועגן דאס וואס ברסלב'ע חסידים פלעגן זיך גרייטן צו זייער לעצטן טאג. עס איז ביי זיי געווען א עבודה.

פארציילט זיין יד ימינו ומקורב ר' יצחק לייב ווייס, ער איז געווען ביי איהם אין ריהעב פאריגע וואך פרייטאג ראש חודש תמוז, מען האט איהם אראפגעפירט אין בית מדרש, ער האט זיך אויפגעשטעלט און ארייגעוואקט אין שוהל מיט מסינ"פ, ער האט עולה געווען לתורה געזאגט די ברכות מיט א הויעך שטימע און געדאווענט מוסף, ער האט זיך נישט געוואלט אראפזעצן גאנץ מוסף נאר געשטאנען אויף די פיס און געדאווענט מילה במילה כרגיל, נאך מוסף האט ער געפרעגט אויב אין סידור שטייט וידוי לרבינו ניסים, ר' יצחק לייב האט איהם געזאגט אז היינט איז ר"ח און מען זאגט נישט קיין וידוי האט ער געענטפערט אז ער ווייסט דאך וויל ער האבן דעם וידוי

שפעטער האט ער אויפגעהערט צו רעגירן צו די ארומיגע- כאטש מען האט געזעהן אז ער האלט אלעס מיט (ווייל צו זיין ב"ב האט ער יא געהעריג רעגירט און געשמועסט) - ער האט זיך אריינגעטוען אין זיינע מחשבות און זיך גענומען גרייטן אריבערצוגיין לעולם שכולו טוב איבערזאגענדיג ברכות שמו"ע און קריאת שמע צענדליגע מאל.

זונטאג פארנאכט'ס איז ער נסתלק געווארן
לעצט פארראכטן דורך טעם וריח אום מיטוואך יוני 16, 2021 4:28 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
על "טעם וריח" אין להתווכח
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דבריהם הם הם זכרונם: דברי הגה"ח ר' שמשון שווארץ זצ"ל אצל מעמד הכנה לראש השנה אלול תשע"ד בעיר וויליאמסבורג

פון מינוט 1:45 און ווייטער

https://drive.google.com/file/d/1VhRhVv ... sp=sharing
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

אוי נא לנו כי חטאנו, גוענו כולנו אבדנו.
נפלה עטרת ראשנו, על זה דוה לבנו.

רבי שמשון רבי שמשון מורי ורבי, ווי נעמט מען אזא ליכטיגקייט? ווי נעמט מען אזא דמות? ווי נעמט מען אזא תמימות? ווי נעמט מען אזא עניוות? ווי נעמט מען אזא פשטות? ווי נעמט מען אזא קדושה?

איך האב די זכי' געהאט אז ווען איך מקורב געווארן צו דעם אור האורות האט רבי שמשון (געוואלט שרייבן שליט"א, אוי נא לנו.) זצ"ל להבחל"ח מיך ארומגענומען באותות אהבה, און געלערנט מיט מיר ליקוטי מוהר"ן, עלים לתרופה, און משיבת נפש. כ'בין געווען ביי אים אין ספרים שטוב איינמאל אדער צוויי מאל א וואך, און ער האט מיט זיין גרויסקייט שוין געקענט זיין מיין זיידע, ער האט שוין דאן מסתמא געקענט דעם ליקוטי מוהר"ן אויסענווייניג. און געזעסן מיט א ליבליכקייט און מיך אויסגעלערנט לערנען דעם הייליגן ספר, און א דאנק אים בין איך עד היום דבוק אין דעם אור אין דעם ליכטיגקייט.

איך קען מיך נישט געהעריג צוזאמנעמען די מחשבות, ער שטייט אין פארענט פון מיר מיט זיין זיסן שמייכל און סבלנות, מיט זיין לעכטיגקייט און ווארימקייט. שוין אין זיינע לעצטע וואכן וואס ער איז נאך געווען אין בית המדרש, ווי ער האט מיך געגריסט מיט אזא ליבליכקייט. מיר האבן פארלוירן א דמות, מיר האבן פארלוירן א שטיק קדושה, א שטיק התקשרות להצדיק.

כ'ווייס נישט וויאזוי מענטשן אינדרויסן פון ברסלב האבן אים אנגעקוקט, אבער ביי אונז איז ער געווען איינס מיט'ן רבי'ן. געאטעמט דעם רבי'ן, ליב געהאט דעם רבי'ן, מקושר געווען צום רבי'ן אלעס וואס האט זיך געדרייט ביי אים אין מוח איז געווען איבער די רייד פון רבי'ן. ער האט נישט נאר געלערנט בעיון רב דעם ליקוטי מוהר"ן, ער איז געווען אויסגעקאכט אין יעדעס ווארט פון דעם ספר, און ווי ער פלעגט זאגן, ס'טרענט מיר די אדערן. (רבי נחמן זצ"ל האט זיך אויסגעדרוקט אז זיין ספר ווער ס'וועט עס לערנען, וועט עס אים טרענען די אדערן.)

זיין ישוב הדעת איז געווען עד אין להפליא, שווער צו באשרייבן אין שורות פאר ווער ס'האט אים נישט געקענט.

זיין מסירת נפש צו פארן אויף אומאן בפרט אויף ראש השנה, איז דאך אומבאשרייבליך.
ער האט מיך איינמאל באגעגענט פאר'ן ארויספארן קיין אומאן, און איך האב אים שיין געוואונטשן א גוטע רייזע און גוט יאר וכו', ער האט זיך דערשראקן פאר א מינוט, און ער רופט זיך אן צו מיר: דו פארסט נישט??? ווי א צרה העט אים ווען באטראפן. דו פארסט נישט??? ס'האט זיך געהערט ווי איינער פרעגט, וואס איז דאס נישט פארן? ווי מעגליך אזא זאך, איינער וואס גלויבט אין רבי'ן זאל נישט פארן אויף אומאן.
ווען איך האב געזאגט אז איך פאר ארויס א טאג שפעטער, האט ער ממש אויפגעלעבט.
ווער רעדט נאך דאס לעצטע יאר זיינע, ראש השנה תש"פ העעל"ט איז ער בפועל געפארן מיט מסירת נפש ממש. שוין געווען אלט און קראנק, אריבער שווערע טריעטמענטס ל"ע אום חודש אלול, און ער איז געפארן מיט א פרישקייט, טראץ זיינע ארומיגע האבן אים פרובירט אפהאלטן.

ווער רעדט פון זיין פארלערנען סיפורי מעשיות, איי אידאס געווען קודש קדשים, אריינגעפלאקערט אין די הייליגע דיבורים אזש א שטיין האט געקענט צוגיין. דיבורים נלהבים, חיזוק און מוסר, התחזקות און התעוררות, אמונה בהצדיק אויף אן אופן וואס איז שווער צו אפמאלן.
בכלל ווען ער האט גערעדט פון רבי'ן איז ער מרוגש געווארן ביז טרערן, דער רבי איז געווען זיין באליבטסטע זאך אויף דער וועלט. ער האט כסדר גע'חזר'ט דאס וואס דער רבי רעדט אין תורה קצב אז די פנים פון צדיק איז אין זיין ספר, און ווי מ'דארף ליב האבן דעם צדיק די שטערקסטע זאך אין דער וועלט.

ער האט אסאך מעורר געווען וועגן דעם ענין פון התבודדות. מאן דנפח מדיליה נפח, מ'האט געזען ווי עס רעדט א מתבודד, איי איז דאס געווען א לעכטיגקייט.

וי להאי שופרא דבלע בארעא.
סיחון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 2:22 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיחון »

https://drive.google.com/file/d/1KG8NbJoK3JIIVImuVazAYKVfiqRegyPC/view?usp=sharing
הגה"ח ר' שמשון שווארץ זצ"ל אצל חתונה של נכדו.
סיחון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 2:22 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיחון »

מתוקים
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 10:22 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוקים »

ןןעלכע חתונה איז דאס געוועזן ?
סיחון
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 2:22 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיחון »

מתוקים האט געשריבן:ןןעלכע חתונה איז דאס געוועזן ?

דאכט זיך מיר זיין זהון נצ"ח הי"ו מיט הר"ר אביגדר שלום שווארטץ הי"ו!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

סיחון האט געשריבן:
מתוקים האט געשריבן:ןןעלכע חתונה איז דאס געוועזן ?

דאכט זיך מיר זיין זהון נצ"ח הי"ו מיט הר"ר אביגדר שלום שווארטץ הי"ו!

אצל בן הר"ר ברוך נחום
על "טעם וריח" אין להתווכח
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: ברוך דיין האמת הרה"צ רבי שמשון שווארץ זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ייש"כ @יז בתמוז פאר די הערליכע אינהאלטסרייכע און ווארימע דברי הערכה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”