מתוקים האט געשריבן:פון וועלבע יאר איז די בילד ווי מ'זעט ר' משה שליט"א שפאצירן ??
תשס"ז
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
מתוקים האט געשריבן:פון וועלבע יאר איז די בילד ווי מ'זעט ר' משה שליט"א שפאצירן ??
שטייגען האט געשריבן:איך האב אפאר מאל געהערט פון עהם די מעשה ווען ער איז געפארן קיין אומאן אינטער די קאמאנסיטן, אין ווי מהאט זיי איינגעשפארט, אין מהאט גערעדט דארט פון מיתה,
להודיע האט געשריבן:א שטארקע ידידות האט געהערשט צווישן ר' שמשון ז"ל מיט יבלחט"א רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, אנגעהויבן האט זיך עס דאס ערשטע מאל וואס ר' שמשון איז געפארן אויף ראש השנה צום קיבוץ אין ירושלים אין די ל' יארן.
אין די ספרים אוסף מכתבים איז דא עטליכע בריוו וואס ר' יעקב מאיר שרייבט פאר ר' שמשון מיט געוואלדיגע הערצה, ער באדאנקט אים פאר די תמיכה וואס ער שיקט אים און בעט אים כמעט אין יעדע בריוו "נא להעתיר בעדי יעקב מאיר בן חי' דינה".
מיט עטליכע יאר צוריק, ווען ר' יעקב מאיר איז דאס ערשטע מאל געווען אין אומאן אויף ראש השנה, האט ער געבעטן זיינע גבאים מ'זאל אים ברענגען ר' שמשון. צום גדלי' איז טאקע ר' שמשון אריבערגעגאנגען קיין קרי' נאמנה וואו ס'איז געווען א הערליכע ווארימע שמועס, מ'האט זיך דערמאנט אלטע זכרונות און גערעדט איבער דעם רבי'נס זאך מיט גרויס רגש...
איש חמודות האט געשריבן:איך דענק ווי אלס יונגער בחור פון 13 אדער 14 יאר איז מיר אמאל אויסגעקומען צו דאווענען אין ביהמ"ד נעבן ר' שמשון זצ"ל, און נאכן דאווענען ביים צאמלייגן די תפילין של רש"י האט ער בטעות גענומען מיינע שיידעלעך, און ער האט אנגעטוהן תפילין של ר"ת.
און איך יונגער בחור'ל זוך ארום מיינע שיידעלעך און איך קען עס נישט טרעפן, איך זעה נאר עפעס אלטע שיידעלעך וואס שיינט צו זיין ר' שמשון'ס, אבער ער האט דאך שוין צאמגעלייגט זיינע תפילין...
ווען ס'איז אדורך א שיינע פאר מינוט און איך האב נישט געטראפן מיינע שיידעלעך, האב איך בלית ברירה גענומען די אלטע שיידעלעך און געגאנגען אין ישיבה קטנה.
שפעטער נאכמיטאג ווען איך בין אהיימגעקומען פון ישיבה, בין איך אריבער צו ר' שמשון אינדערהיים אויף עקערס ראוד קארנער קראלי, ער האט אליינס געעפענט די טיר בכבודו ובעצמו מלובש מיט א טיש בעקיטשע, און איך זאג אים אזוי שעמעדיג אז ס'דאכט זיך מיר אז מיר האבן זיך אויפגעטוישט שיידעלעך צופרי ביים דאווענען.
ער איז גלייך געלאפן צו זיין טלית בייטל און טאקע באמערקט די טעות, אבער ער האט עס נישט סתם גענומען און צוריקגעגעבן, ער האט זיך אפגעשטעלט ביים טיר און געמאכט א לשם יחוד לקיים מצות השבת גזילה און הערשט נאכדעם האט ער עס צוריקגעגעבן...
די מחזה הוד פון דאס תמימות און ערליכקייט זיינע איז מיר געבליבן טיף איינגעקריצט אין זכרון!

אוהב ספרים האט געשריבן:השבת גזלה? נו נו
אוהב ספרים האט געשריבן:השבת גזלה? נו נו
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:פארוואס דען נישט, אלץ גזל בשוגג?
טעם וריח האט געשריבן:א הייליגער איד וואו רבי שמשון זצ"ל וואו הייבט מען אן? פשוט פשט אין די ווערטער "שייף עייל שייף נפיק גריס באורייתא תדירה ולא החזיק טובעיתא לנפשי'", דא האסט זיך געדרייט א איד וואס עולם הזה האט מען איהם קיין שייכות געהאט! געלעבט מיט'ן אייבערשטן כל ימיו, געליגן אין לערנען וואו אינגערמאן, וואו א קינד מיט א זעלטענע חיות און פרישקייט.
די לעצטערע יאר'ן ווער איז ליידער געווען שוואך, און געמוזט נעמען טריעטמענט ל"ע, ווען ער פלעגט צירוק קומען פון דאקטער, שוואך ווי א פליג, איז ער געלאפן אין כולל און זיך געזעצט לערענען מיט אזא מין פרישקייט וואס לאזט זיך נישט גלייבן.אבער דאס קומט נאר צילוב דעם וואס אלע זיינע יארן האט ער געהארעוועט אויף זיך מיט קדושה ופרישות און יגיעת התורה עד להפליא.
"וכבוד עשה לו במותו" וואו טרעפליך האט זיך הגה"צ טאש'ע דיין שליט"א פון קרית יואל אויסגעדריקט אויף רבי שמשון במילי דהספידא, דו וועלט רופט אן א לוי' "כבוד האחרון" ביי רבי שמשון קען מען זאגן ס'איז זיין ערשטע מאל וואס מען גיבט איהם כבוד. דאס איז אל על וואס 'יעדער' האט געוואוסט זיין גרויסקייט, "רבי שמשון" איז געווען א שם דבר פון אן ערליכער איד אייביג זינד! אבער מען האט איהם קיינמאל געזעהן זיצן ערגעץ אויף א אויבן אן נעמען כבוד, אדער מאכן פון זיך א ישות, חלילה ס'איז נישט געווען אין זיין דיקשאנערי, ער איז נישט געווען קיין בורח מן הכבוד, ווייל כבוד האט נישט עקזעסירט!
וואו נעמט מען נאך אזאנע ערליכע פרומע אידן, דער אייבערשטער זאל שוין טרייסטן כלל ישראל מיט די גאולה שלימה.
יותר אי אפשר להאריך אפשר אין אן אנדערע געלעגענהייט.
רודף שלום האט געשריבן:
פיאנא האט געשריבן:רודף שלום האט געשריבן:
באמערקט בנו חביבו הרב נחמי'
איש חמודות האט געשריבן:פיאנא האט געשריבן:רודף שלום האט געשריבן:
באמערקט בנו חביבו הרב נחמי'
שמו המלא נחמי' צבי חיים (הנוי והנצ"ח)
עירמאנט'ער האט געשריבן:ברוך דיין האמת
האט ער געשוויסטער?
אכט האט געשריבן:מסתמא איז דא נאך
צו געזונט האט געשריבן:געדענק מיר עטליכע OFF HAND
געדענק מיר אזוי:
ר' דוד עסטרייכער
ר' משה וועבערמאן
שמואל קרויס ע"ה
ר' יצחק שווארטץ ע"ה
ר' שמשון ז"ל
הרה"ג ר' מנשה מאיער
ר'נחום
ר' נחמי'
ר' ישראל
ר' יואל
ר' אהרן וואלף מאשקאוויטש
ר' שלמה בצלאל וויינבערגער
ר' אהרן (ארי'ש) ע"ה
ר' חיים פריעד