בעריש'ל האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:איך רעד פון מאנטריאל. ווער פארט פון אמעריקע קיין מאנטריאל זיך היילן?
געב עס א גוגל! עס איז מבהיל על הראיון! און ממש נישט צום גלייבן אז אין היינטיגן גוגל דור וואס עס איז אזוי גרינג צו געבן בלויז א קוק, העלן מענטשן ענדערשער גלייבן וואס חיים געציל האט געשריגן אין פאליש.
אזוי, אפשר גיבסטו טאקע א גוגל לינק? ע"פ האמת די ווייסט אויך וואס איך קען טרעפן אויף גוגל ווען איך פרעג אים צו טראמפ איז א גוטע פרעזידענט... א מין ראיה דאס. וויפיל קענט איר פערזענליך וואס זענען אהערגעקומען זיך היילן? ווייל איך קען פערזענליך א שיינע פאר וואס זענען געגאנגען קיין ניו יארק ווייל קיין גוטע דאקטורים איז דאהי נישטא.
דיינע טענות בנוגע אינשורענס איז אזעלכע הבל.. יא מען קען צאלן תבין ותקלין פאר דענטעל אינשורענס און עס לוינט זיך נאר ווען מען האט א גרויסע משפחה ווייל דאן קומט עס אויס ביליגער ווי אנדעם. אבער וואס האט אינשורענס מיטן טרעפן א נארמאלע דאקטער דא? זילטש.
די כאפסט באמת נישט אז עס שטעלט זיך צוזאם א גרויסן בילד צוליב די מהלך, יא, קינדער האבן קאסט נישט, אבער וואס באקומט מען דערפאר, אז דורכאויס די יאר האסטו נישט קיין נארמאלע דאקטער, אפילו פאר די רייט פרייז. און ווען מען דארף א ספעציאליסט איז אפגערעדט אז קענסט בלייבן ביים זיכן, עס לוינט זיך נישט פארן דאקטער דא צו בלייבן פאר די געלט וואס ער באקומט דא קעגן וואס ער קען באקומען ערגעץ אנדערש.
די לינק וואס איינער האט דא געשטעלט אויבן זעט מען סך הכל אז דא קאסט ביליגער אינסולין און מענטשן קומען אהערן דאס צו 'קויפן', זייט אזוי גוט און ווייזט אן ווי מען קומט דא צו א 'דאקטער' ווייל דא איז דא גוטע דאקטורים... פאר א סיבה איז עס נישטא, די דאקטורים קומען אהער זיך לערנען און דערנאך יאגט מען אפ פון דא.