ממוצע האט געשריבן:עימעקס האט געשריבן:
אפשר קענט איר אויך לאזן יעדעם פירן זיינע מחשבות און געדאנקען? ספעציעל די אידישע ברודער?... איר קענט פירן אייערע געדאנקען ווי איר זעהט פאר ריכטיג...
אנטשולדיגט פארן אריינהאקן אין די דעבאטע.
קט שכלי מיינט אז כל זמן מען ״ווייסט״ נישט אויף זיכער אז א איד טוט אן עוולה, איז אן ערנסטע איסור מוציא שם רע צו זיין, נאכדערצו ברבים.
יתכן אז מען מעג אפשר פרעגן צו איינער האט אן עצה, אדער ברענגן מקומות ווי מען קען האבן ביליגער, אבער סתם אראפרייסן ווייל ער איז משלנו, און מיר אלע קויפן דארט, מעג מען שוין?
כל זמן עס איז ברור, נו, הגם עס איז נאכנישט כשר לעדות, אבער איינמאל מען זעהט געוויסע/אסאך אינדוסטריס שמייסן ארויף, ווי קען מען אריינרעדן אין א ליין וואס איך בין נישט דערינען.
אדרבא זאל ראזנערס גראסערי ארויפקומען דערציילן, איז אינטערעסאנט צו הערן וכדו׳.
בנוסף צום אלטען כלל, ווען די אלע העצערישע שרייבערס זאלן באמת האלטן אז עס איז א גאלד גרוב וואלטן/קענען זיי אריינגיין אין די ליין (בשותפות), אויב טוען זיי עס נישט ״גלייבן״ זיי נאכנישט וואס זיי שרייבן באמת (און אויב איז עס נישט געמאכט פאר זיי, צו ווייל מען איז אפען שפעט צו פאר אנדערע סיבות, נעמט די פאקטן אויך אריין אין פרייז).
עס טוט מיר אויך וויי צו צאלן אזוי טייער, עס איז הימל שרייענד.
די איינציגסטע מאלה ביי געז איז אז איך סוירטשען און זיך פילן גוט אז איך קויף די ביליגסטע דא האב איך קיין געדולד, אולי דארף מען כאטש ״בעטן״ די סטארס צו לייגן פרייזן ניבן די אייטעמס.