Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

זע איך אז די גרעסערע צייטונגען האבן דע וואך געדריקט בריוו איבער דעם אז די מיידל שולעס זענען פאר מאכט פאר איבער א וואך פארן גיין אין קאנטרי און נאכן גיין. האפנטליך וועט עס האבן אן אפעקט און מען וועט האלטן די מיידלעך אין שולע פונקט ווי מען האלט די אינגלעך.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4527
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

וואס איז עס אנדערש פון ביינא זמנים ?
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2468
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

אין מוסדות סאטמאר קרית יואל (מהרי"י) האט מען היי יאר טאקע געמאכט א מאסיווע טויש, מען ענגדיגט סקול דאנערשטאג קרח, און מיטוואך חקת איז די ערשטע טאג פון דעי קעמפ

דאס מיינט בלויז 2 טעג נישטא קיין סקול (מאנטאג און דינסטאג)
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

אז ס׳איז שױן דא אן Awareness קען מיך אײנער מסביר׳ן פ״װ אסאך מוסדות האבן נישט געהאט קײן סקול אסרו חג שבועות אין פ״װ יעצט אין סקול בײ די פײנעל׳ס שיקט מען אהײם די מײדעלך פרי?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

Borrower האט געשריבן:וואס איז עס אנדערש פון ביינא זמנים ?

דאס איז שױן חוץ די בין הזמנים װאס די מײדליך האבן ניסן תשרי חנוכה מיד װינטער װיקאציע ערב שבת ויו״ט אסרו חג זונטאג׳ס וכו׳
לעצט פארראכטן דורך abeg אום מיטוואך יוני 02, 2021 1:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
פארדעם
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 09, 2019 12:28 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדעם »

פארפלאנטערט האט געשריבן:אין מוסדות סאטמאר קרית יואל (מהרי"י) האט מען היי יאר טאקע געמאכט א מאסיווע טויש, מען ענגדיגט סקול דאנערשטאג קרח, און מיטוואך חקת איז די ערשטע טאג פון דעי קעמפ

דאס מיינט בלויז 2 טעג נישטא קיין סקול (מאנטאג און דינסטאג)

אויך האבן זיי געסטאפט מיט דע משוגעת פון פיינעלס
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

Borrower האט געשריבן:וואס איז עס אנדערש פון ביינא זמנים ?

זייט ווען האבן 'יונגלעך' בין הזמנים?
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

מ׳זעהט מײדליך זיך דרײען אין די גאסן אינמיטן נאכט צי סטאדיען פאר די פיינעלס מ׳זיצט אין פארקס בײנאכט װי מענער דרײען זיך ס׳איז א פחד
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

הממ.. אין מאנרא און מאנסי זיצט מען נישט אין די פארקס, איי געס ס'האט מיט דאס וואס ס'איז נישטא קיין פלאץ אין די הייזער.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

שמואל בארג האט געשריבן:הממ.. זיצט מען נישט אין די פארקס, איי געס ס'האט מיט דאס וואס ס'איז נישטא קיין פלאץ אין די הייזער.

אדער אפשר װעגן אין מאנרא און מאנסי זענען נישטא די סארט פארקס װי אין שטאט?
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

פארפלאנטערט האט געשריבן:אין מוסדות סאטמאר קרית יואל (מהרי"י) האט מען היי יאר טאקע געמאכט א מאסיווע טויש, מען ענגדיגט סקול דאנערשטאג קרח, און מיטוואך חקת איז די ערשטע טאג פון דעי קעמפ

דאס מיינט בלויז 2 טעג נישטא קיין סקול (מאנטאג און דינסטאג)

למעשה איז מען 7 טעג אינדערהיים, וואס א חילוק ווי אזוי די רעכענטס עס ?
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

למעשה, איז דא עלטערן וואס פרייען זיך יא אז די גרויסע קינדער זענען אינדערהיים, מ'קען אביסל אפאטעמען. ווי אויך קען מען זיך גרינגער גרייטן פאר די קאנטרי.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2468
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

טראוועי האט געשריבן:
פארפלאנטערט האט געשריבן:אין מוסדות סאטמאר קרית יואל (מהרי"י) האט מען היי יאר טאקע געמאכט א מאסיווע טויש, מען ענגדיגט סקול דאנערשטאג קרח, און מיטוואך חקת איז די ערשטע טאג פון דעי קעמפ

דאס מיינט בלויז 2 טעג נישטא קיין סקול (מאנטאג און דינסטאג)

למעשה איז מען 7 טעג אינדערהיים, וואס א חילוק ווי אזוי די רעכענטס עס ?

מען פלעגט זיין 11 טעג אינדערהיים און יעצט איז מען בלויז 5 טעג אריינגעכנט פרייטאג שבת זונטאג
פארשטייסט טאקע נישט קיין חילוק?
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

נא_שכל האט געשריבן:למעשה, איז דא עלטערן וואס פרייען זיך יא אז די גרויסע קינדער זענען אינדערהיים, מ'קען אביסל אפאטעמען. ווי אויך קען מען זיך גרינגער גרייטן פאר די קאנטרי.

די עלטערן וואלטן זיך נישט געפרייט צו האבן די גרויסע קינדער אינדערהיים יעדע דאנערשטאג צו העלפן זיך גרייטן אויף שבת?
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובה דורך Haklal »

abeg האט געשריבן:מ׳זעהט מײדליך זיך דרײען אין די גאסן אינמיטן נאכט צי סטאדיען פאר די פיינעלס מ׳זיצט אין פארקס בײנאכט װי מענער דרײען זיך ס׳איז א פחד

עלטערן דארפן וויסן ווי זיי זענען
אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר_הדייעט »

פארדעם האט געשריבן: אויך האבן זיי געסטאפט מיט דע משוגעת פון פיינעלס

פאר וואס איז דאס א משוגעת? אפשר איז אלעס - דער גאנצער לערנען מיט מיידלעך - א משוגעת?

גוט מען זאל לערנען די וויכטיגע הלכות און אידישקייט ענינים. אבער סתם גוי'ישע זאכן? א משוגעת!

Well, דער סאטמארער רבי זי"ע האט נישט אזוי געהאלטן. ער האט בימיו געשיקט, יבלחט"א, ר' הערץ פרענקל שיחי' נאך קוקען ווי אזוי עס גייט דער סיסטעם אין די אידישע שולעס אין אמעריקע, בית יעקב ועוד, און האט בכובד ראש גדול, ובדעת תורתו הקדושה, באשלאסן וואס יא נאך צי מאכען און וואס נישט.

איך בין נישט קיין מבין אין חינוך, אבער אז אלע אידישע שולעס טוען דאס און אויך אין סאטמאר האט מען דאס איין געפירט - בפקודתו ובהסכמתו פון רבי'ן זצ"ל, איז דאס מסתמא א וויכטיגער באשטאנדטייל פונעם לערן יאר.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

abeg האט געשריבן:אז ס׳איז שױן דא אן Awareness קען מיך אײנער מסביר׳ן פ״װ אסאך מוסדות האבן נישט געהאט קײן סקול אסרו חג שבועות אין פ״װ יעצט אין סקול בײ די פײנעל׳ס שיקט מען אהײם די מײדעלך פרי?

זיי ארבעטן זייער שווער ביי די פיינעלס אין זיי מעגן האבן א ברעיק פין סקול א ביסל
זיי ווילן האבן אביסל לופט
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

Haklal האט געשריבן:

למעשה לױט װײפל ברעיק׳ס זײ האבן קיקט אױס פארקערט אז זײ האבן בלױז סקול זיך אױסציליפטערען פון די אימצאליגע ברעיק׳ס
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

Awareness איז נישט קיין ריכטיגע אויסדרוק פאר אזא סארט קאמפיין.
ווער פונקטליך איז דא נישט aware? די עלטערן, אדער אפשר די מוסד גאר?

סיז אן אלטע איינגעגעסענע עוולה, - כולל וואס @abeg ערווענט אז יעדע פאר וואכן איז דא סקול פאר א גאנצע וואך אין א צי- וואס איז זייער שווער צו טוישן. ולה' הישועה.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

די אינטערעסאנסטע זאך איז, אז ווען אסאך עלטערן האבן טענות אז מען לייגט צו סאך פרעשור אויף די מיידלעך א גאנץ יאר מיט האומווארק וכדו', זענען זיי מסביר אז מען מוז עס האבן ווייל די פאר שעה א טאג ליידיג איז ממש א סכנה פאר אסאך מיידלעך, אבער דא איז פלוצלינג נישט קיין פראבלעם אז זיי גייען ליידיג פאר גאנצעטע וואכן.
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

יואל שרייבער האט געשריבן:די אינטערעסאנסטע זאך איז, אז ווען אסאך עלטערן האבן טענות אז מען לייגט צו סאך פרעשור אויף די מיידלעך א גאנץ יאר מיט האומווארק וכדו', זענען זיי מסביר אז מען מוז עס האבן ווייל די פאר שעה א טאג ליידיג איז ממש א סכנה פאר אסאך מיידלעך, אבער דא איז פלוצלינג נישט קיין פראבלעם אז זיי גייען ליידיג פאר גאנצעטע וואכן.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

פריטלעך האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:למעשה, איז דא עלטערן וואס פרייען זיך יא אז די גרויסע קינדער זענען אינדערהיים, מ'קען אביסל אפאטעמען. ווי אויך קען מען זיך גרינגער גרייטן פאר די קאנטרי.

די עלטערן וואלטן זיך נישט געפרייט צו האבן די גרויסע קינדער אינדערהיים יעדע דאנערשטאג צו העלפן זיך גרייטן אויף שבת?

מעגליך יא, אבער זיי פארשטייען אז א "וואך" פון לערנען קען נישט באשטיין פון דריי טעג. יעצט האלט מען נאך א יאר פלייסיג לערנען, קענען אלע פיינעלס. שוין יוצא געווען די מצוה פון לימוד התורה מיט די נשים, יעצט קען מען אביסל העלפן די מאמע, פאר מ'לאזט זיך ארויס פארן זומער האקען א לעבן אין קעמפ.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7624
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

א װאך פון לערנען איז 4 טעג פון 9-4 מיט ריסעס אין לאנטש אינדעמיט דאס איז א ס״ה פון װײניגער װי 24 שעה א װאך לערנען אין דאס איז חוץ די אימצאליגע װיקאציעס
לעצט פארראכטן דורך abeg אום מיטוואך יוני 02, 2021 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

שקר_הדייעט האט געשריבן:
פארדעם האט געשריבן: אויך האבן זיי געסטאפט מיט דע משוגעת פון פיינעלס

פאר וואס איז דאס א משוגעת? אפשר איז אלעס - דער גאנצער לערנען מיט מיידלעך - א משוגעת?

גוט מען זאל לערנען די וויכטיגע הלכות און אידישקייט ענינים. אבער סתם גוי'ישע זאכן? א משוגעת!

Well, דער סאטמארער רבי זי"ע האט נישט אזוי געהאלטן. ער האט בימיו געשיקט, יבלחט"א, ר' הערץ פרענקל שיחי' נאך קוקען ווי אזוי עס גייט דער סיסטעם אין די אידישע שולעס אין אמעריקע, בית יעקב ועוד, און האט בכובד ראש גדול, ובדעת תורתו הקדושה, באשלאסן וואס יא נאך צי מאכען און וואס נישט.

איך בין נישט קיין מבין אין חינוך, אבער אז אלע אידישע שולעס טוען דאס און אויך אין סאטמאר האט מען דאס איין געפירט - בפקודתו ובהסכמתו פון רבי'ן זצ"ל, איז דאס מסתמא א וויכטיגער באשטאנדטייל פונעם לערן יאר.

נישט מוכרח אז ער האט געהאלטן אז עס איז א מאסט, דער עולם האט דאס פארלאנגט בימים ההם כידוע, והיינו טעמא פון די 2 און א האלב שעה ענגליש ביי יונגלעך דאן. אזויפיל יא אז דעת קדשו איז געווען אז דאס איז נישט קיין פראבלעם, הן ביי די יונגלעך און אויך ביי די מיידלעך, ונפקא מינה אויב די רעגירונג פארלאנגט דאס ווייסט מען אז כאטש וואס עס איז געווען בימיו און נאך אין די געזונטע יארן וואס ער האט אליין אוועק געשטעלט איז דאס געווען על דעתו.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
פריטלעך
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 3:00 pm

Re: Awareness קאמפיין צו האלטן די מיידל שולע אפען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריטלעך »

יואל שרייבער האט געשריבן:די אינטערעסאנסטע זאך איז, אז ווען אסאך עלטערן האבן טענות אז מען לייגט צו סאך פרעשור אויף די מיידלעך א גאנץ יאר מיט האומווארק וכדו', זענען זיי מסביר אז מען מוז עס האבן ווייל די פאר שעה א טאג ליידיג איז ממש א סכנה פאר אסאך מיידלעך, אבער דא איז פלוצלינג נישט קיין פראבלעם אז זיי גייען ליידיג פאר גאנצעטע וואכן.

יוי זאגסטו גוט!

ווי האט יענער געזאגט: אינטערעסאנט אז עשרה בטבת (פארגעס נישט אז דאס קומט גענוי א וואך נאך די חנוכה ברעיק, און איך רעד שוין נישט פון די שניי וואס פאלט אויך צומאל אין די זעלבע וואך-צוויי) האבן די מיידלעך קיין סקול הגם אז די טיטשער פאסט נישט, אבער דער מלמד וואס פאסט יא, האט ב"ה יא כח פאר א האלבע טאג.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”