אדווערטייזמענט: קריטישע בליץ – קאַמפּיין צו באַרואיגן כוואַליע פון שנאת ישראל אין היימישע געגנטער

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: קריטישע בליץ – קאַמפּיין צו באַרואיגן כוואַליע פון שנאת ישראל אין היימישע געגנטער

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

פייער פון אַנטיסעמיטיזם און שנאה פלאַקערט דאָ ביי אונז אין ניו יאָרק, בשעת די קאָנפליקט אינעם מיטל מזרח האָט אויפגעוועקט אַ כוואַליע פון העצע קעגן אידן איבער דער גאַנצער וועלט. אַנטיסעמיטישע אַטאַקעס קעגן אידן איז געוואָרן די נייע נארמע, און עס האָט דערגרייכט אויך דאָ אין די היימישע געגנטער וואו אידן ווערן באַפאַלן און באַדראָעט דורך אויפגעברויזטע גוים.

די יעצטיגע עפּאָכע פון סאָציאַלע מידיאַ וואו יעדער גוי ערהאַלט לעבעדיגע בילדער און ווידיאָוס פון די סיטואַציע אין מיטל מזרח האָט אויפגעוועקט אַן אויסטערלישע צאָרן ביי אומצאליגע גוים, וואָס באַטראַכטן יעדן איד סיי וואו איבער דער וועלט, אַלס פאַראַנטוואָרטליך און שולדיגער אויף די אומקום פון פאלאסטינער אין עזה.

גרויסע פּראָטעסטן אין פילע שטעט דורך אויפגעברויזטע מאַסן זענען ליידער ממש ווי פארוואנדלט געווארן אין אנטי-אידישע ראליס, וואו מענטשן פון אלע שטרעמונגען וועלכע קומען אַרויס פאַרשרייען די מיליטערישע אַקציע אין עזה, האבן אין דער זעלבער צייט געשריגן האס-ווערטער קעגן דאס אידישע פאלק, און אויך צעשלאָגן אָדער באפאלן אידן, האָבנדיג דעם רושם אַז יעדער איד האָט אן אחריות מיט די מיליטערישע שריט פון די ציוני'סטישע מיליטער קעגן זייערע ברודער אין עזה.

מען הערט ליידער אינצידענטן קעגן אידן אין אלע עקן וועלט, אויף די גאסן פון בערלין און פראנקפורט, שטראסבורג און פּאריז, לאנדאן, מעלבוירן, אנטווערפּן א.א.וו. צום באַדויערן האָט זיך דאָס איבערגעגאָסן אויך אין ניו יאָרק, די גרעסטע אידיש-באוואוינטע שטאט איבער דער וועלט.

עס געדענקט זיך שוין זייער לאַנג נישט אַזאַ סאָרט שעת חירום, ווען אידן דאָ אין ניו יאָרק זענען ממש באַדראָעט עד כדי כך אַז די שטאָטישע טאַטעס האבן פאַרשטערקערט די פּאָליצייאישע אָנוועזנהייט אין יעדן ווינקל פון היימישע געגנטער.

אין מאַנהעטן זענען שוין אידן עטליכע מאָל שווער צעשלאָגן געוואָרן, דורכאויס די פאַרלאָפענע וואָך, צווישן אַנדערע איז אַ היימישער באָראָ פאַרקער אינגערמאַן איבערגעפאַלן געוואָרן, דעם פאַרלאָפענעם פרייטאָג נשא, ווען אַ ווילדער פּאַרשוין האָט אים נאָכגעשריגן: "איך וויל דיר אומברענגען ה"י, ווייל עטס הרג'טס מיינע קינדער".

אַ טאָג דערויף, שב"ק, זענען צוויי בחורים אַטאַקירט געוואָרן אין האַרץ פון באָראָ פּאַרק, אויף די אכצנטע עוועניו און אושען פּארקוועי, דורך א גרופּע כוליגאַנעס פון 6 פּארשוינען וועלכע האבן געהאמערט מיט פויסטן אויף די בחורים, שרייענדיג דערביי "באַפריי פאלאסטינע" און אַנדערע העסליכע לאָזונגען קעגן אידן און איזראַעל.

דאָס זענען ליידער נישט קיין איינצעלנע אינצידענטן. די מיליטערישע אַקציעס פון די ציונים האָט אַריינגעשלעפּט אידן איבער דער גאַנצער וועלט אין אַ כוואַליע פון שנאה. אידן אין ניו יאָרק זענען פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ ציל ברעט פון אויפגעברויזטע גוים וואָס ווילן אויסדרוקן זייער כעס קעגן די מדינה, און האָבן דעם בליק אַז אַלע אידן זענען שולדיג אין די מיליטאַנטישע שריט דורך די מדינה פירער.

אונזער חובת השעה; לא תעמוד על דם רעך!


עס כאפט דאך א פחד און א שרעק ווען מען באַטראַכט דאָס מציאות אַז די היימישע געגנטער אין ברוקלין זענען אַרומגענומען מיט טויזנטער פּראָ – פאלאסטינער גוים, מיט וועמען מען האָט זיך ב"ה צוזאַמען געלעבט פרידליך און בשלום דורכאויס אַלע יאָרן, אָבער אַצינד איז דער מיטל מזרח קאָנפליקט פאַרקירעוועט געוואָרן אויך דאָ אַהער, צו אונז אין ברוקלין, וואָס מוז אָפּגעשטעלט ווערן בעוד מועד למען הצלת ישראל.

ס'איז נישט קיין צייט פון זיצן בחיבוק ידים ווען גוים ברויזן אויף אונז און שנאת ישראל פלאַקערט. ס'איז אונזער "צַו השעה" דער חיוב התורה פון "לֹא תַעֲמֹד עַל דַּם רֵעֶךָ!", איבערהויפּט ווען עס האַנדלט זיך נישט בלויז פון יענעמ'ס בלוט, מען רעדט פון אונזער אייגענע זיכערהייט, וואָס איז חלילה אין געפאַר אַדאַנק די ציוני'סטישע אַגרעסיעס אינעם מיטל מזרח.

עס איז נישט גענוג צו אַראַנזשירן פּאָליטישע קאָנפערענצן מיט ערוויילטע באַאַמטע און נאָכלויפן יעדן פּאָליטיקאַנט זאל פאַרדאַמען די אַנטיסעמיטישע אַטאַקעס. דאָ פאָדערט זיך אַ קריטישע קאַמפּיין, וואָס זאָל לאָזן וויסן פאר די גויי הארצות אַז אידן איבער דער וועלט זענען נישט אחראי פאר די פּעולות פון די ציונים, מיר האָבן נישט קיין שום שייכות מיט די לעצטיגע אומרוען אין ארץ ישראל, און מיר ווילן לעבן פרידליך מיט אַלע אונזערע שכינים בכל ארצות גלותינו.

קאָסטבאַרע רעקלאַמעס אין לאָקאַלע צייטונגען


אין דעם ראַמען פון דעם חובת השעה ברענענדיגן קאַמפּיין איז א גראנדיעזער פראיעקט שוין פאַקטיש געלאזט געווארן אין גאנג, צו אריינשטעלן קאסטבארע רעקלאמעס אין פראמינענטע לאקאלע צייטונגען דאָ אין ניו יאָרק, וואס וועט ערקלערן פאר מיליאָנען פון אונזערע שכינים דאָס ווארט פון יהדות החרדית. צאו לך בעקבי הצאן, גענוי ווי די הוראה ברורה פון די גדולי ישראל זי"ע וועלכע האבן אזוי געטון למעשה להסיר חרון אף מישראל.

אזא פראיעקט איז ריכטיג בעתו ובזמנו ובמקומו הראוי צו לאָזן הערן פאר הונדערטער טויזנטער גוים דעם ריכטיגן דעקלעראציע פון יהדות החרדית בהשכל ובדעת, מיט א כלליות'דיגע אבער שטאַרק פּאָזיטיווע מעסעדזש אז מיר ווילן לעבן בשלום מיט אלעמען און מיר טוען רעספעקטירן אלעמען, ווי די אידישע מדה פון רחמנים ביישנים און גומלי חסדים.

די נטרונא עסקנים האבן זיך שוין פאקטיש פארשטענדיגט מיט די פארוואלטונג פון די נייעס אגענטור צו אויסהאמערן די דעטאלן פון אזא קאסטבארן פּרסום און אַרויסנעמען גאָר קאָסטבאַרע "ספאטס" פאר רעקלאַמעס וועלכע וועלן געזען ווערן און שטעלן דעם ריכטיגן טאָן. ורוח הצלה יעמוד ליהודים.

מאַכטפולע פרסומים אויף סאָציאַלע מידיאַ נעטוואָרקס

ובתחבולות תעשה לך מלחמה, ווי אַלע אַנאַליסטן צייגן אן איז דער גרעסטער טייל פון דעם אויפברויז קעגן אידן איבער דער וועלט געטריבן דורך סאָציאַלע מידיאַ מעסעזשעס און בילדער, וואָס ווערט פאַרשפּרייט און געזען דורך מיליאָנען גוים, וועלכע ווערן שרעקליך אויפגערייצט פון די בלוטיגע בילדער וואָס ווערט פּובליצירט פון די מיליטערישע אַטאַקעס אין עזה.

די פאלאסטינער פירן אָן מיט אַ מאַסיוון אונטערנאַציאָנאַלן פּובליק רילעישאן קאַמפּיין אויף די סאָציאַלע מידיאַ צו אויפברויזן טויזנטער גוים מיט גראפישע בילדער און מעסעזשעס וואָס רופט זיך ליידער אָפּ אויף אידן בכל ארצות מושבותם.

טאַקע דערפאַר איז אַזוי קריטיש וויכטיג דער ברייטער קאַמפּיין דורך די ריזיגע נטרונא פּלאַטפאָרמעס אויף די סאָציאַלע מידיאַ נעצן. באותו מקום ובאותו שעה, צו קלאָרשטעלן און האַמערן נאָכאַנאַנד אַז אידן מיט די מדינה קענען און זאָלן נישט ווערן פאַרבינדן, אויף קיין פאַל. תורה טרייע אידן זענען נישט פאַראַנטוואָרטליך אויף קיין שום אַקציע אָדער שריט פון די מדינה און זייער מיליטער.

עס לאָזט זיך נישט זאָגן וואָס פאַראַ מאַכטפולע איינפלוס דער קאַמפּיין לאָזט איבער ב"ה, צוליב דעם וואָס עס איז גוט באַזירט און עס צילט פאקטיש דעם ריכטיגן אוידיענץ אויף די סאָציאַלע מידיאַ נעצן און עס ווערט געשריבן בשים לב ובדעת נבון הונדערט פראצענט לויט דעם דרך המקובל לנו פון איתן אדונינו רביה"ק מסאטמאר זי"ע, נישט צו נעמען קיין שום פּאָליטישע שטעלונגען נאר רעדן בלויז איבער די טעמע אַז אידן ווילן לעבן בשלום מיט אונזערע שכינים און מיר זענען נישט אחראי אויף די ציוני'סטישע אַוואַנטורעס.



"חובת השעה" בליץ קאמפיין פראקלאמירט צו אויפטרייבן אסטראנאמישע סכומים להצלת ישראל


מובן מאליו אז די קאסטבארע אונטערנעמונג, ציעט אריין אין א הון תועפות פון צענדליגער טויזנטער דאללער, אבער יעצט איז נישט קיין צייט צו קוקן אויף דאס געלט, מען לאזט זיך קאסטן עפרות זהב ווייל דבר הזה רבינו הגדול אמרו, דער חיוב האבן מיר מקובל פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, צו אראפנעמען די סכנה פון כלל ישראל. אט דער מטרה ליגט פאר די אויגן פון די געטרייע עסקנים און דאס וועט פולשטענדיג עררייכט ווערן דורך דעם מאַכטפולן קאמפיין בעז"ה.

פארשטענדליך אז לפומא דעבידתא, לויט די פינאנציעלע מעגליכקייטען וועט מען קענען מער און לענגער מפרסם זיין די רעקלאמעס אין די צייטונגען און אזוי אויך די פרסומים און ווידיאוס אויף די סאציאלע מידיא נעצן. אלעס איז תלוי ועומד אין די הילף פון אידישע קינדער מיט א געפיל פאר אונזערע ברידער אין ארה"ק און א הרגש פאר'ן כבוד שמים המחולל.

צוליב דעם אויסטערלישן הכרח ונחיצות הענין ווערט אצינד פראקלאמירט דער דרינגענדער בליץ קאמפיין צו אויפטרייבן די ריזיגע געלטער צווישן אחים לדעה, מיט א מינימאלע בקשה אז אידן בעלי דעת זאלן זיך אנשליסן מיט לכה"פ 100 דאללער למען הצלת ישראל, וכל המוסיף מוסיפין לו משמים.

די עסקנים ווייזן אן אז אויב ס'האט זיך ב"ה געמאכט אזא מעגליכקייט ארויסצוקומען מיט א מעכטיגע דעפענסיווע קעגן דעם ציוני'סטישן התגרות באומות קענען מיר דאס פשוט נישט פארשפילן. אזא סארט רעקלאמע וועט בעז"ה אפהילכען אויף אַן אויסטערלישן פארנעם און מסיר זיין דעם חרון אף פון אידישע קינדער במדה גדושה, ס'פעלט זיך אבער אויס די הילף פון אידישע ברידער אז דאס זאל קענען צושטאנד קומען. הזמן קצר והמלאכה מרובה. ומי יודע אויב מיר וועלן נישט דארפן אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדן טאג וואס מען שלעפט ארום אין די הצלת ישראל צוליב מאנגל אין געלט.

יעדער איד וועמען עס באדערט דער כבוד שמים המחולל, יעדער איד וואס זארגט זיך אויף די העצע וואָס די מלכות המינות האָט ליידער אָנגעזייט קעגן אידן בכל ארצות פזוריהם, וועט זיך בעז"ה אנשליסן אין דעם איינמאליגן גרויסן קאמפיין, להציל ולמנוע המשחית!

טייערע ברידער לאמיר גוט געדענקן די גרויסע תביעה וועט זיין אויף אונז, אויב מען וועט חלילה דורכלאזן אַזאַ צייט אָן רעאַגירן מיט דעם ריכטיגן אַנטוואָרט פאר דעם גרויסן חילול שם שמים און סכנת ישראל. מידינו יבוקש זאת ! לאמיר פארזיכערן אז מיר זאלן קענען מעיד זיין מיט א נקי כפים, אז מיר האבן געטון אלעס אין אונזער מעגליכקייט צו אפשטעלן און באַרואיגן די ציוני'סטישע רדיפה אויפ'ן כלל ישראל, עשה למען כבוד שמו יתברך המחולל! עשה למען הצלת ישראל!

אנא אל תעמדו מנגד, דאס איז אצינד דער דבר בעתו וואָס מיר קענען נישט ארויסלאזן פון דער הענט. ס'איז נישט קיין ספק אַז דער זכות קידוש ה', דער זכות הצלת ישראל און דער זכות פון רבינו הק' מאסטמאר זי"ע וואָס על פי דיבורו הם נאספים, וועט מגין זיין אויף יעדן וואָס העלפט אַרויס דעם דבר נשגב צו ווערן געבענטשט בכל משאלות לבו לטובה וכל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא !



רופט אייך אן מיט א שיינע סכום דריקט יעצט דעם לינק https://secure.cardknox.com/truetorahjews




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
פארשפארט

צוריק צו “צדקה וחסד”