רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

אויפן בילד זעהט מען די MiG-29 fighter jet וואס האט געשפילט א ראלע אין די לאנדונג פון די רייענעיר פליגער נאך וואס בעלארוס האט געסטראשעט מיטן אראפשיסן די פליגער

image (1).png
image (1).png (426.72 KiB) געזען 2886 מאל
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

עירוב תבשילין האט געשריבן:אויפן בילד זעהט מען די MiG-29 fighter jet וואס האט געשפילט א ראלע אין די לאנדונג פון די רייענעיר פליגער נאך וואס בעלארוס האט געסטראשעט מיטן אראפשיסן די פליגער

image (1).png

פון ווי ווייסט מען אז דעס איז די פליגער? אויב יא איז עס טאקע שרעקעדיג, דער איז פיין באוואפענט. קוקט אויס אז די ארדער איז געווען אראפצושיסן אויב מפאלגט נישט.
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:

די בילד האב איך געטראפן אויף איינע פון די נייעס זייטלעך, זיי האבן געסטראשעט מיטן אראפשיסן די פליגער
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מהיות טוב »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
image.png

באָריס איז א דזשורנאליסט?
לעצט פארראכטן דורך מהיות טוב אום דינסטאג מאי 25, 2021 2:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

מהיות טוב האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:

באָריס איז א דזשורנאליסט? :oops:

גוגל.
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (7.16 KiB) געזען 2768 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

אלעמאל ווען מיליטערישע פליגער באגלייטן אן עראפלאן, באדייט דאס אז אויב לאנדעט ער נישט, וועט מען שיסן אויף אים.

אויב נישט, וואס טוט אויף אזא פליגער באגלייטונג? סתם פאר די פאן?!
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2230
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

פארוואס האבן זיי נישט געבעטן פאר הילף? זיי האבן טאקע געהאלטן אז מ'גייט זיי אראפשיסן לעיני השמש?
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ליבי ובשרי האט געשריבן:פארוואס האבן זיי נישט געבעטן פאר הילף? זיי האבן טאקע געהאלטן אז מ'גייט זיי אראפשיסן לעיני השמש?

בעטן הילף פארוואס? די שאלה איז צו דער פילאט האט געוואוסט וואס דא עכטע פלאן איז, אויב ער האט נישט געוואוסט און מזאגט אים אז סיז דא באמבע וואס האט ער צו בעטן הילף?
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

שואלכענין האט געשריבן:אלעמאל ווען מיליטערישע פליגער באגלייטן אן עראפלאן, באדייט דאס אז אויב לאנדעט ער נישט, וועט מען שיסן אויף אים.

אויב נישט, וואס טוט אויף אזא פליגער באגלייטונג? סתם פאר די פאן?!

זיי האבן אים געבלאקט פון פארן ווייטער גראד, אז ער האט זיך געמוזט דרייען די וועג וויאזוי זיי האבן אים מענוווערט
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
הער אויס א מינוט
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 10, 2021 12:57 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער אויס א מינוט »

מ'קען מיינען אז אמעריקע זצודרעקט מענטשען וואס שטייען זיי און וועג עפעס פונקט יעדער איינער אויף די טראמפ זייט זיי זענען שוין איבער 60 קיינמאל נישט ווי געטוהן קיינעם אן קיין ארעסט אדער עפעס קרימנאל היסטאריע ווערט גערודפט אנגעהויבן מיט , Michael Flynn, Paul Manafort, Roger Stone, Steve Bannon, Rudi Giuliani Michael Kohn and much more
און אין פוצה פה ומצפצף אבער ווען רוסלאנד טוט עס צו Navalny ווערט מען אויס מענטש און יעצט האט בעלערוס עס גענומען צו די נעקסטע מדריגה
יוסי געשטעטנער זאגט אייביג אמעריקע איז פונקט ווי רוסלאנד די חילוק איז נאר די Paperwork ווי עס צו מאכן כאילו מ'איז גערכט

היכי תמצא האט געשריבן:אמעריקאנער סעקרעטאר פון שטאט, ענטאני בלינקען, פארלאנגט די "באלדיגע בייפרייאונג" פון דעם דזשורנאליסט "ראמען פראטאסעוויטש" וואס איז ארעסטירט געווארן אין בעלארוס נאכדעם וואס זיי האבן געצווינגען דאס עראפלאן צו לאנדן דארט. רוסלאנד האט ארויסגעגעבן סיגנאלן אז זיי שטיצן בעלארוס (פארשטייט זיך...)
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

די פרעזידענט פון בעלארוס אלעקסאנדער לוקעשענקאו האט זיך פארטיידיגט מיטן אראפצווינגען די ציווילע פליגער אנגעבענדיג אז דער ראמאן פראטאסעוויטש איז א טעראריסט און ער האט דאס געטוהן פאר די זיכערהייט פון די פאלק.
ער זאגט "איך האב מיר אויפגעפירט געזעצליך דורך'ן באשיצן די בעלארוס'ע פאלק און נישט געבראכן קיין שום אונטערנאציאנאלע געזעץ"
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

א Belavia פליגער אויפן וועג פון מינסק קיין בארצעלאנע, שפאניע האט זיך היינט געדארפט צוריקדרייען קיין מינסק איידערן אריינפארן קיין פוילן, ווייל פוילישע לופט קאנטראלירער האבן געזאגט פאר די פילאטן אז פראנקרייך וועט זיי נישט לאזן גיין ווייטער.
פראנקרייך, ליטואניע, לאטוויע, שוועדן, די UK, פינלאנד, די טשעך רעפאבליק און אוקריינע טוען אלע פארבאטן פליגער פון די אפיציעלע בעלארוסע עירליין צו פליען אין זייער עירספעיס. און טראץ וואס פוילן איז נישט אויף די ליסטע, האבן די עיר טראפיק קאנטראלערס נישט געוואלט אריינלאזן פלייט 2869 ווייל זיי וועלן נישט האבן וואו צו פליען ווייטער נאך וואס פראנקרייך וועט זיי בלאקירן פון אריינקומען אין פראנצויזישע טעריטאריע. די פליגער האט זיך געדרייט א שטיק צייט אין די לופטן, אבער האט זיך ענטגילטיג צוריקגעדרייט קיין מינסק.
B2869.JPG
B2869.JPG (39.24 KiB) געזען 2127 מאל

דא קענט איר זעהן די וועג וויאזוי די פליגער האט געדארפט צו פליען קיין בארצעלאנע, דורך פראנצוינזישע עירספעיס.
B2869FP.JPG
B2869FP.JPG (29.13 KiB) געזען 2127 מאל
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

קוקענדיג אויפן בילד זעה איך אז די פליגער וואלט געהאט א פראבלעם נאך פאר פראנקרייך, ס'וואלט געדארפט גיין דורך טשעכיע נאך פוילן.
עס וואלט געקענט אוסקרויזען טשעכיע און גיין דורך סלאוואקיע, און דעמאלטס וואלט ער געהאט א פראבלעם מיט פראנקרייך, באמת וואלט ער געקענט גיין מער דרום דורך איטאליע, די שאלה איז צו ער האט געהאט גענוג פיול פאר אזא אומוועג
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

[quote="Ivelt Cockpit"]א Belavia פליגער אויפן וועג פון מינסק קיין בארצעלאנע, שפאניע האט זיך היינט געדארפט צוריקדרייען קיין מינסק איידערן אריינפארן קיין פוילן, ווייל פוילישע לופט קאנטראלירער האבן געזאגט פאר די פילאטן אז פראנקרייך וועט זיי נישט לאזן גיין ווייטער.
פראנקרייך, ליטואניע, לאטוויע, שוועדן, די UK, פינלאנד, די טשעך רעפאבליק און אוקריינע טוען אלע פארבאטן פליגער פון די אפיציעלע בעלארוסע עירליין צו פליען אין זייער עירספעיס. און טראץ וואס פוילן איז נישט אויף די ליסטע, האבן די עיר טראפיק קאנטראלערס נישט געוואלט אריינלאזן פלייט 2869 ווייל זיי וועלן נישט האבן וואו צו פליען ווייטער נאך וואס פראנקרייך וועט זיי בלאקירן פון אריינקומען אין פראנצויזישע טעריטאריע. די פליגער האט זיך געדרייט א שטיק צייט אין די לופטן, אבער האט זיך ענטגילטיג צוריקגעדרייט קיין מינסק.
די אטעטשמענט B2869.JPG איז מער נישט דאהי.

דא קענט איר זעהן די וועג וויאזוי די פליגער האט געדארפט צו פליען קיין בארצעלאנע, דורך פראנצוינזישע עירספעיס.

די פליגער איז געפארן פון מינסק קיין מינסק....

image (2) (1).jpg
image (2) (1).jpg (180.57 KiB) געזען 2048 מאל
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

לאקאשענקא לאכט זיך נישט אויס דערפון? ער איז דאך נישט געווען אויף דעם עראפלאן.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

הבוחר בטוב האט געשריבן:קוקענדיג אויפן בילד זעה איך אז די פליגער וואלט געהאט א פראבלעם נאך פאר פראנקרייך, ס'וואלט געדארפט גיין דורך טשעכיע נאך פוילן.
עס וואלט געקענט אוסקרויזען טשעכיע און גיין דורך סלאוואקיע, און דעמאלטס וואלט ער געהאט א פראבלעם מיט פראנקרייך, באמת וואלט ער געקענט גיין מער דרום דורך איטאליע, די שאלה איז צו ער האט געהאט גענוג פיול פאר אזא אומוועג

די אומוועג איז זייער לאנג, ווייל פראנקרייך קאנטראלירט אויך א גרויסע טייל פון די רוימען העכער די וואסער צווישן איטאליע און פראנקרייך.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיר שיינט, אז די חברה זענען זיך מחי' אז זיי האבן א געלעגנהייט צוצופיקסן דעם צרה לייד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

אזוי האמיר געזאגט, מ'גיסט אויס אויף אים'ען די גאנצע כעס פון קעגן פוטין'נען.
אין עוד מלבדו
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

הער אויס א מינוט האט געשריבן:מ'קען מיינען אז אמעריקע זצודרעקט מענטשען וואס שטייען זיי און וועג עפעס פונקט יעדער איינער אויף די טראמפ זייט זיי זענען שוין איבער 60 קיינמאל נישט ווי געטוהן קיינעם אן קיין ארעסט אדער עפעס קרימנאל היסטאריע ווערט גערודפט אנגעהויבן מיט , Michael Flynn, Paul Manafort, Roger Stone, Steve Bannon, Rudi Giuliani Michael Kohn and much more
און אין פוצה פה ומצפצף אבער ווען רוסלאנד טוט עס צו Navalny ווערט מען אויס מענטש און יעצט האט בעלערוס עס גענומען צו די נעקסטע מדריגה
יוסי געשטעטנער זאגט אייביג אמעריקע איז פונקט ווי רוסלאנד די חילוק איז נאר די Paperwork ווי עס צו מאכן כאילו מ'איז גערכט

היכי תמצא האט געשריבן:אמעריקאנער סעקרעטאר פון שטאט, ענטאני בלינקען, פארלאנגט די "באלדיגע בייפרייאונג" פון דעם דזשורנאליסט "ראמען פראטאסעוויטש" וואס איז ארעסטירט געווארן אין בעלארוס נאכדעם וואס זיי האבן געצווינגען דאס עראפלאן צו לאנדן דארט. רוסלאנד האט ארויסגעגעבן סיגנאלן אז זיי שטיצן בעלארוס (פארשטייט זיך...)

האסט א שטארקע פינטל. אבער ס'דא א פאר קליינע חילוקים.

און אמעריקע טוישט זיך די פרעזידענטליכע בענקל יעדע פיר-אכט-צוועלעף יאר, מיינענדיג אז די כסא המלוכה טוישט כסדר פארטייען (אין די גאנצע היסטאריע פון אמעריקע, די לענגסטע צייט וואס איין פארטיי האט געהאלטן דאס כסא איז געווען אכט און צוואנציג יאר, 1801-1829. דאס לעצטע מאל וואס דריי פרעזידענטן פון דער זעלבע פארטיי זענען ערוויילט געווארן איינס נאכן צווייטן איז געווען 1921-1933, און דאס האט פאסירט ווייל אײנער איז געשטארבן אינמיטן זיין טערמין). דער קאנגרעס טוישט זיך יעדע צוויי-פיר-זעקס יאר, און אפילו אז די פארטייען געווינען נישט די מאיאריטעט יעדע צוויי יאר, פארלירט-געווינט איין פארטיי לכה"פ אפאר בענקלעך אין ביידע הייזער. דאס האט נישט צוטאן מיט דער קאנסטיטוציע אדער סתם דינים, נאר פשוט ווייל די אמעריקאנע בירגער (אריינגערעכנט אידן) ווילן כסדר טוישן די מאכט פון די פארטייען, און דאס האלט אן א שיינעם באלאנס (לענ"ד).

דאס אלעס איז אוואדאי פאר דיר נישט קיין נייעס. אלזוי, וואס איך פראביר ארויסצוברענגען איז אז איין פארטיי רודפט דאס צווייטע, און מענטשן ווערן טאקע גערודפט אבער זיי האבן מאכטפולע באשיצער, און די אנדערע זייט רודפט צוריק, אדער ווען די אנדערע צד באקומט די מאכט לייזן זיי אויס זייערע פאנדלעך. (ס'גייט שוין ארויס פון גרעניץ, איך מיין אז פון יעצט אן וועט מען פרובירן אימצופיטשען יעדן פרעזידענט... אפשר אפילו צוויי דריי מאל...).
משע"כ אין רוסלאנד זיצט שוין פוטין אויפן בענקל צוואנציג יאר (נישט אריינגערעכנט זיינע מעשים בשעת די סאוויעטישע צייטן). דערפאר קען קיינער אים נישט צוריק רודפן, און ווער ס'פרובירט טרעפט זיך אין תפיסה. ווי לענגער ער זיצט אויפ'ן בענקל אלץ מער ארעסטירט ער און ער קומט מער מאכט. לעצטע חודש האט ער געמאכט א נייע הלכה (מיט די באשטעטיגונג פון דער דומא...) וואס וועט אים לאזן זיצן אויפ'ן בענקל ביז 2036! מ'קען דאס נישט פארגלייכן צו די אמעריקאנע "איך טשעפע-דיך-דו-טשעפעסט-מיך" שפילעריי.

נאך א נקודה, רוסישע טורמעס זענען נישט צו פארגלייכן צו אמעריקאנע טורמעס. און די שיינע אמעריקאנע 'קארעקציע פעסילעטיס' וואוינט מען אן צאלן רענט, מ'געט פיין צו עסן, מ'האט שיינע פעלדער און שפיל פלעצער, אמאל קומען זינגערס, עקטערס, מכושף'ן וכו' 'אויפצוהייבן די געמיטער. מ'ארבעט און מ'באקומט נאך באצאלט, מ'קען זיך אויסלערנען א פאך, אפילו באקומען קאלעדזש דעגרי. משע"כ אין רוסישע טורמעס קען מען קוים זעהן א דאקטאר אפילו מ'איז שוין א גוסס...

לוקאשענקא פון בעלארוס זיצט שוין אויפן בענקל זיבען אין צוואנציג יאר, אין דארטן אומגעברענגט מען "באשולדיגטע" מענטשן ביים עלות השחר, אויפן קניען צוגעבינדן, מיט א קויל צום קאפ (איך טרייב נישט איבער, באמת).
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

Ivelt Cockpit האט געשריבן:א Belavia פליגער אויפן וועג פון מינסק קיין בארצעלאנע, שפאניע האט זיך היינט געדארפט צוריקדרייען קיין מינסק איידערן אריינפארן קיין פוילן, ווייל פוילישע לופט קאנטראלירער האבן געזאגט פאר די פילאטן אז פראנקרייך וועט זיי נישט לאזן גיין ווייטער.
פראנקרייך, ליטואניע, לאטוויע, שוועדן, די UK, פינלאנד, די טשעך רעפאבליק און אוקריינע טוען אלע פארבאטן פליגער פון די אפיציעלע בעלארוסע עירליין צו פליען אין זייער עירספעיס. און טראץ וואס פוילן איז נישט אויף די ליסטע, האבן די עיר טראפיק קאנטראלערס נישט געוואלט אריינלאזן פלייט 2869 ווייל זיי וועלן נישט האבן וואו צו פליען ווייטער נאך וואס פראנקרייך וועט זיי בלאקירן פון אריינקומען אין פראנצויזישע טעריטאריע. די פליגער האט זיך געדרייט א שטיק צייט אין די לופטן, אבער האט זיך ענטגילטיג צוריקגעדרייט קיין מינסק.
B2869.JPG

דא קענט איר זעהן די וועג וויאזוי די פליגער האט געדארפט צו פליען קיין בארצעלאנע, דורך פראנצוינזישע עירספעיס.
B2869FP.JPG

פוילן איז ספעציעל אויפגערעגט אויף לוקאשענקא. ער האט אריינגעשלעפט פיר לענדער דירעקטליך: אירלאנד,פוילן, גריכנלאנד, און ליטא. דער בעל הבית פון די ערליין 'רייענעיר' וואוינט און איז א בירגער פון אירלאנד, די ערליין איז רעגיסטרירט אין פוילן, דער עראפלאן האט זיך געהויבן אין גריכנלאנד, און געלאנדעט אין ליטא
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

היכי תמצא האט געשריבן:און אמעריקע טוישט זיך די פרעזידענטליכע בענקל יעדע פיר-אכט-צוועלעף יאר, מיינענדיג אז די כסא המלוכה טוישט כסדר פארטייען (אין די גאנצע היסטאריע פון אמעריקע, די לענגסטע צייט וואס איין פארטיי האט געהאלטן דאס כסא איז געווען אכט און צוואנציג יאר, 1801-1829. דאס לעצטע מאל וואס דריי פרעזידענטן פון דער זעלבע פארטיי זענען ערוויילט געווארן איינס נאכן צווייטן איז געווען 1921-1933, און דאס האט פאסירט ווייל אײנער איז געשטארבן אינמיטן זיין טערמין). דער קאנגרעס טוישט זיך יעדע צוויי-פיר-זעקס יאר, און אפילו אז די פארטייען געווינען נישט די מאיאריטעט יעדע צוויי יאר, פארלירט-געווינט איין פארטיי לכה"פ אפאר בענקלעך אין ביידע הייזער. דאס האט נישט צוטאן מיט דער קאנסטיטוציע אדער סתם דינים, נאר פשוט ווייל די אמעריקאנע בירגער (אריינגערעכנט אידן) ווילן כסדר טוישן די מאכט פון די פארטייען, און דאס האלט אן א שיינעם באלאנס (לענ"ד).

דאס אלעס איז אוואדאי פאר דיר נישט קיין נייעס. אלזוי, וואס איך פראביר ארויסצוברענגען איז אז איין פארטיי רודפט דאס צווייטע, און מענטשן ווערן טאקע גערודפט אבער זיי האבן מאכטפולע באשיצער, און די אנדערע זייט רודפט צוריק, אדער ווען די אנדערע צד באקומט די מאכט לייזן זיי אויס זייערע פאנדלעך. (ס'גייט שוין ארויס פון גרעניץ, איך מיין אז פון יעצט אן וועט מען פרובירן אימצופיטשען יעדן פרעזידענט... אפשר אפילו צוויי דריי מאל...).
משע"כ אין רוסלאנד זיצט שוין פוטין אויפן בענקל צוואנציג יאר (נישט אריינגערעכנט זיינע מעשים בשעת די סאוויעטישע צייטן). דערפאר קען קיינער אים נישט צוריק רודפן, און ווער ס'פרובירט טרעפט זיך אין תפיסה. ווי לענגער ער זיצט אויפ'ן בענקל אלץ מער ארעסטירט ער און ער קומט מער מאכט. לעצטע חודש האט ער געמאכט א נייע הלכה (מיט די באשטעטיגונג פון דער דומא...) וואס וועט אים לאזן זיצן אויפ'ן בענקל ביז 2036! מ'קען דאס נישט פארגלייכן צו די אמעריקאנע "איך טשעפע-דיך-דו-טשעפעסט-מיך" שפילעריי.

דו רעדסט נאר פון איין חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט, עס איז דא נאך א חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט וואס טוישט זיך קיינמאל נישט, און פייפט אן די אמעריקאנער בירגער פונקט ווי לוקאשענקא, עדווארד סנאודען איז געווען אן אקטיוויסט צו דעמאקראטיזירן יענע חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט, און דערפאר האבן זיי געצווינגען א באליוויער עראפלאן צו לאנדן אין עסטרייך אים צו קענען כאפן.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

עירוב תבשילין האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
עירוב תבשילין האט געשריבן:אויפן בילד זעהט מען די MiG-29 fighter jet וואס האט געשפילט א ראלע אין די לאנדונג פון די רייענעיר פליגער נאך וואס בעלארוס האט געסטראשעט מיטן אראפשיסן די פליגער

image (1).png

פון ווי ווייסט מען אז דעס איז די פליגער? אויב יא איז עס טאקע שרעקעדיג, דער איז פיין באוואפענט. קוקט אויס אז די ארדער איז געווען אראפצושיסן אויב מפאלגט נישט.

די בילד האב איך געטראפן אויף איינע פון די נייעס זייטלעך, זיי האבן געסטראשעט מיטן אראפשיסן די פליגער

איך בין גראדע געווען צומישט ווען איך האב געליינט די נייעס ארטיקל. איך האב נישט פארשטאנען צי דאס איז א בילד דער פאקטישער 'פייטער דזשעט' וואס האט באגלייט דעם עראפלאן אדער א בילד פון דעי מינע 'פייטער דזשעט' וואס לוקאשענקא האט געניצט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

יואל שרייבער האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:און אמעריקע טוישט זיך די פרעזידענטליכע בענקל יעדע פיר-אכט-צוועלעף יאר, מיינענדיג אז די כסא המלוכה טוישט כסדר פארטייען (אין די גאנצע היסטאריע פון אמעריקע, די לענגסטע צייט וואס איין פארטיי האט געהאלטן דאס כסא איז געווען אכט און צוואנציג יאר, 1801-1829. דאס לעצטע מאל וואס דריי פרעזידענטן פון דער זעלבע פארטיי זענען ערוויילט געווארן איינס נאכן צווייטן איז געווען 1921-1933, און דאס האט פאסירט ווייל אײנער איז געשטארבן אינמיטן זיין טערמין). דער קאנגרעס טוישט זיך יעדע צוויי-פיר-זעקס יאר, און אפילו אז די פארטייען געווינען נישט די מאיאריטעט יעדע צוויי יאר, פארלירט-געווינט איין פארטיי לכה"פ אפאר בענקלעך אין ביידע הייזער. דאס האט נישט צוטאן מיט דער קאנסטיטוציע אדער סתם דינים, נאר פשוט ווייל די אמעריקאנע בירגער (אריינגערעכנט אידן) ווילן כסדר טוישן די מאכט פון די פארטייען, און דאס האלט אן א שיינעם באלאנס (לענ"ד).

דאס אלעס איז אוואדאי פאר דיר נישט קיין נייעס. אלזוי, וואס איך פראביר ארויסצוברענגען איז אז איין פארטיי רודפט דאס צווייטע, און מענטשן ווערן טאקע גערודפט אבער זיי האבן מאכטפולע באשיצער, און די אנדערע זייט רודפט צוריק, אדער ווען די אנדערע צד באקומט די מאכט לייזן זיי אויס זייערע פאנדלעך. (ס'גייט שוין ארויס פון גרעניץ, איך מיין אז פון יעצט אן וועט מען פרובירן אימצופיטשען יעדן פרעזידענט... אפשר אפילו צוויי דריי מאל...).
משע"כ אין רוסלאנד זיצט שוין פוטין אויפן בענקל צוואנציג יאר (נישט אריינגערעכנט זיינע מעשים בשעת די סאוויעטישע צייטן). דערפאר קען קיינער אים נישט צוריק רודפן, און ווער ס'פרובירט טרעפט זיך אין תפיסה. ווי לענגער ער זיצט אויפ'ן בענקל אלץ מער ארעסטירט ער און ער קומט מער מאכט. לעצטע חודש האט ער געמאכט א נייע הלכה (מיט די באשטעטיגונג פון דער דומא...) וואס וועט אים לאזן זיצן אויפ'ן בענקל ביז 2036! מ'קען דאס נישט פארגלייכן צו די אמעריקאנע "איך טשעפע-דיך-דו-טשעפעסט-מיך" שפילעריי.

דו רעדסט נאר פון איין חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט, עס איז דא נאך א חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט וואס טוישט זיך קיינמאל נישט, און פייפט אן די אמעריקאנער בירגער פונקט ווי לוקאשענקא, עדווארד סנאודען איז געווען אן אקטיוויסט צו דעמאקראטיזירן יענע חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט, און דערפאר האבן זיי געצווינגען א באליוויער עראפלאן צו לאנדן אין עסטרייך אים צו קענען כאפן.

יא, אין דעם פאל ביסטו גערעכט, און אויך מיט 'דזשאליען אסאנדזש', אבער ס'נאך אלץ נישט קיין פארגלייך צווישן איינער וואס פראטעסטירט אקעגן דעם רעגירונג און איינער וואס געט ארויס פאר דאס גאנצע וועלט געהיימע סודות פון אמעריקע.

אגב, ביי די מעשה מיט דעם עראפלאן פון באליוויע לגבי עדווארד סנאודען האט די אמעריקאנע רעגירונג געטון מיט בעסערע הענטשיך. מ'האט נישט געצווינגן דעם עראפלאן צו לאנדן (זיכער נישט מיט קיין מיליטערישע פליגער) שפאניע, פראנקרייך, איטאליע, און פארטוגאל האבן פשוט אפגעזאגט דעם פליגער צו פליען העכער זייערע לענדער. דעריבער האט דער באליוויעשע פרעזידענט געהייסן זיין פיילעט צו לאנדן אין וויען ווייל דארט איז ער געווען און וויען האט אים נישט אפגעזאגט. וויען זאגט אז זיי האבן ארויפגעשיקט פאליציי צו אונטערזוכן די פליגער, און לויט די באליוויעשע פרעזידענט האט מען נישט אונטערגעזוכט איהר עראפלאן ווייל זי האט דאס נישט צוגעלאזט. למעשה איז זי געבליבן דארט איבערנאכט און געהאט א געשמאקע פרישטיג מיט דער עסטרייכישע פרעזידענט. אויך האט מען נישט געקענט קלאר ווייזן דאס פינגער אויף אמעריקע.
א דיפלאמאטישע פינטל פאר אמעריקע.
אוועטאר
Jhon
שר שלשת אלפים
תגובות: 3566
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2009 7:57 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jhon »

:smile:
עירוב תבשילין האט געשריבן:ראמען פראטעסאוויטש ביי זיין קורצע ווידיאו, מערקט די שווארצע פינטל אויף זיין שטערן וואס ווערט לויט זיינע נאנטע באצייכענט אלס א וואונד פון די פייניגונגען וואס ער גייט דורך

image.png

גארנישט סתם א קראץ אויפן קאפ, עקספערטן ווייזן אן אויף סימנים אז אינטער דעם קאווער אפ שמירעכטס זעהט זיך אן א ביין אין קרומער נאז וואס ווייזט אז זיין נאז איז צובראכן, זיין ליפן געשוואלן וואס ווייזט אויף מעגליכער אויסגעשאסענע ציינער, און א גוט צעביילטער און אויפגעבלאזענע פנים (זעה זיין צורה פארן ווערן פארכאפט), בשעת ער רעדט זיין קול און אויגן ווייזן אויף א שטארקער פחד, און ער ליינט פון א צעטל, אזוי אויך זיין ווייב איז פארכאפט, און זי ווערט אויך געפייניגט, פון איר איז אויך פארהאן א ווידיו מיט הודעות נוסח קג”ב אויף עבירות זי האט קיינמאל נעשט באגאנגען, לויט איר באקאנטע אין זי נישט געווען פארמישט אין פאליטיק
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3684
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

היכי תמצא האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:און אמעריקע טוישט זיך די פרעזידענטליכע בענקל יעדע פיר-אכט-צוועלעף יאר, מיינענדיג אז די כסא המלוכה טוישט כסדר פארטייען (אין די גאנצע היסטאריע פון אמעריקע, די לענגסטע צייט וואס איין פארטיי האט געהאלטן דאס כסא איז געווען אכט און צוואנציג יאר, 1801-1829. דאס לעצטע מאל וואס דריי פרעזידענטן פון דער זעלבע פארטיי זענען ערוויילט געווארן איינס נאכן צווייטן איז געווען 1921-1933, און דאס האט פאסירט ווייל אײנער איז געשטארבן אינמיטן זיין טערמין). דער קאנגרעס טוישט זיך יעדע צוויי-פיר-זעקס יאר, און אפילו אז די פארטייען געווינען נישט די מאיאריטעט יעדע צוויי יאר, פארלירט-געווינט איין פארטיי לכה"פ אפאר בענקלעך אין ביידע הייזער. דאס האט נישט צוטאן מיט דער קאנסטיטוציע אדער סתם דינים, נאר פשוט ווייל די אמעריקאנע בירגער (אריינגערעכנט אידן) ווילן כסדר טוישן די מאכט פון די פארטייען, און דאס האלט אן א שיינעם באלאנס (לענ"ד).

דאס אלעס איז אוואדאי פאר דיר נישט קיין נייעס. אלזוי, וואס איך פראביר ארויסצוברענגען איז אז איין פארטיי רודפט דאס צווייטע, און מענטשן ווערן טאקע גערודפט אבער זיי האבן מאכטפולע באשיצער, און די אנדערע זייט רודפט צוריק, אדער ווען די אנדערע צד באקומט די מאכט לייזן זיי אויס זייערע פאנדלעך. (ס'גייט שוין ארויס פון גרעניץ, איך מיין אז פון יעצט אן וועט מען פרובירן אימצופיטשען יעדן פרעזידענט... אפשר אפילו צוויי דריי מאל...).
משע"כ אין רוסלאנד זיצט שוין פוטין אויפן בענקל צוואנציג יאר (נישט אריינגערעכנט זיינע מעשים בשעת די סאוויעטישע צייטן). דערפאר קען קיינער אים נישט צוריק רודפן, און ווער ס'פרובירט טרעפט זיך אין תפיסה. ווי לענגער ער זיצט אויפ'ן בענקל אלץ מער ארעסטירט ער און ער קומט מער מאכט. לעצטע חודש האט ער געמאכט א נייע הלכה (מיט די באשטעטיגונג פון דער דומא...) וואס וועט אים לאזן זיצן אויפ'ן בענקל ביז 2036! מ'קען דאס נישט פארגלייכן צו די אמעריקאנע "איך טשעפע-דיך-דו-טשעפעסט-מיך" שפילעריי.

דו רעדסט נאר פון איין חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט, עס איז דא נאך א חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט וואס טוישט זיך קיינמאל נישט, און פייפט אן די אמעריקאנער בירגער פונקט ווי לוקאשענקא, עדווארד סנאודען איז געווען אן אקטיוויסט צו דעמאקראטיזירן יענע חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט, און דערפאר האבן זיי געצווינגען א באליוויער עראפלאן צו לאנדן אין עסטרייך אים צו קענען כאפן.

יא, אין דעם פאל ביסטו גערעכט, און אויך מיט 'דזשאליען אסאנדזש', אבער ס'נאך אלץ נישט קיין פארגלייך צווישן איינער וואס פראטעסטירט אקעגן דעם רעגירונג און איינער וואס געט ארויס פאר דאס גאנצע וועלט געהיימע סודות פון אמעריקע.

אגב, ביי די מעשה מיט דעם עראפלאן פון באליוויע לגבי עדווארד סנאודען האט די אמעריקאנע רעגירונג געטון מיט בעסערע הענטשיך. מ'האט נישט געצווינגן דעם עראפלאן צו לאנדן (זיכער נישט מיט קיין מיליטערישע פליגער) שפאניע, פראנקרייך, איטאליע, און פארטוגאל האבן פשוט אפגעזאגט דעם פליגער צו פליען העכער זייערע לענדער. דעריבער האט דער באליוויעשע פרעזידענט געהייסן זיין פיילעט צו לאנדן אין וויען ווייל דארט איז ער געווען און וויען האט אים נישט אפגעזאגט. וויען זאגט אז זיי האבן ארויפגעשיקט פאליציי צו אונטערזוכן די פליגער, און לויט די באליוויעשע פרעזידענט האט מען נישט אונטערגעזוכט איהר עראפלאן ווייל זי האט דאס נישט צוגעלאזט. למעשה איז זי געבליבן דארט איבערנאכט און געהאט א געשמאקע פרישטיג מיט דער עסטרייכישע פרעזידענט. אויך האט מען נישט געקענט קלאר ווייזן דאס פינגער אויף אמעריקע.
א דיפלאמאטישע פינטל פאר אמעריקע.

דו מיינסט אז פרואוועסאוויטש איז אזא צדיק, די פראטעסטן וואס ער האט ארגאניזירט זענען געווען אזוי פיעספול?

נאר וואס דען, יעדער פארשטייט אז קעגן א דיקטאטור קען מען נישט זיין אזוי פיעספול, די זעלבע ווען אמעריקע טוט א דיקטאטורישע מאוו, שפיאנירן אויף די אייגענע בירגער אונטערן רוקן, דארף מען אמאל ארויסגעבן געהיימע סודות עס אפצושטעלן.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”