רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

היכי תמצא האט געשריבן:היינט האט פראטאסעוויטש אפגעהאלטן א גרויסע פרעסע-קאנפערענץ צוזאמען מיט פיר רעגירונג באאמטע. ער איז געזיצן אויף א גרויסן סטעידזש מיט דרייסיג רעפארטערס אין צימער. ער האט אויסגעזען גוט, ער האט געזאגט "אלעס איז פיין מיט מיר, קיינער האט מיר נישט געפייניגט, קיינער האט מיר נישט אנגערירט, איך פארשטיי אז איך האב באשעדיגט נישט נאר די רעגירונג אבער אויך דאס לאנד, איך וויל יעצט טון אלעס וואס איך קען צו פארעכטן די סיטואציע".

די וועג ווי אזוי ער האט גערעדט, און זיינע הענט באוועגונגען איז געווען איבערצייגענד. ס'האט מיר נישט אויס געקוקט אז ער איז געווען אונטער שטארקע דרוק. איידער איז ער א גוטע שפילער אדער האט ער מחליט געווען צו קאאפערירן.

קליפ?
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

היכי תמצא האט געשריבן:היינט האט פראטאסעוויטש אפגעהאלטן א גרויסע פרעסע-קאנפערענץ צוזאמען מיט פיר רעגירונג באאמטע. ער איז געזיצן אויף א גרויסן סטעידזש מיט דרייסיג רעפארטערס אין צימער. ער האט אויסגעזען גוט, ער האט געזאגט "אלעס איז פיין מיט מיר, קיינער האט מיר נישט געפייניגט, קיינער האט מיר נישט אנגערירט, איך פארשטיי אז איך האב באשעדיגט נישט נאר די רעגירונג אבער אויך דאס לאנד, איך וויל יעצט טון אלעס וואס איך קען צו פארעכטן די סיטואציע".

די וועג ווי אזוי ער האט גערעדט, און זיינע הענט באוועגונגען איז געווען איבערצייגענד. ס'האט מיר נישט אויס געקוקט אז ער איז געווען אונטער שטארקע דרוק. איידער איז ער א גוטע שפילער אדער האט ער מחליט געווען צו קאאפערירן.

וויפיל יארן פון שטודירן האסטו אויף דיין רעקארד אז דו קענסט עס רופן "איבערצייגנד"?
איך גלייב שווער ביידע פון די אפציעס וואס דו האסט געגעבן. אויב האט ער מחליט געווען צו קאאפערירן איז עס נישט געווען פון גוטן ווילן.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

פונקט געטראכט נעכטן דערפון
אז סאיז שוין שטיל געווארן, יעדער האט פארגעסן
אזויווי ביי די רוסשיע אפאזציע פירער שמאכטעט אויכעט אין פערטיג
..
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

שטומפיג האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:היינט האט פראטאסעוויטש אפגעהאלטן א גרויסע פרעסע-קאנפערענץ צוזאמען מיט פיר רעגירונג באאמטע. ער איז געזיצן אויף א גרויסן סטעידזש מיט דרייסיג רעפארטערס אין צימער. ער האט אויסגעזען גוט, ער האט געזאגט "אלעס איז פיין מיט מיר, קיינער האט מיר נישט געפייניגט, קיינער האט מיר נישט אנגערירט, איך פארשטיי אז איך האב באשעדיגט נישט נאר די רעגירונג אבער אויך דאס לאנד, איך וויל יעצט טון אלעס וואס איך קען צו פארעכטן די סיטואציע".

די וועג ווי אזוי ער האט גערעדט, און זיינע הענט באוועגונגען איז געווען איבערצייגענד. ס'האט מיר נישט אויס געקוקט אז ער איז געווען אונטער שטארקע דרוק. איידער איז ער א גוטע שפילער אדער האט ער מחליט געווען צו קאאפערירן.

וויפיל יארן פון שטודירן האסטו אויף דיין רעקארד אז דו קענסט עס רופן "איבערצייגנד"?
איך גלייב שווער ביידע פון די אפציעס וואס דו האסט געגעבן. אויב האט ער מחליט געווען צו קאאפערירן איז עס נישט געווען פון גוטן ווילן.

גערעכט איך האב טאקע נישט געטראכט פון קיין ספעציאליסטן וואס קענען בעסער מעסטן וואס מיינט "איבערצייגענד". פאר מיר, א פשוט'ע מענטש, האט דאס אויסגעזעהן איבערצייגענד. ביסט גערעכט, איך קען מיך טאקע נישט פארלאזן אויף מיין אייגענע אפשאצונג.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

הר גריזים האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:היינט האט פראטאסעוויטש אפגעהאלטן א גרויסע פרעסע-קאנפערענץ צוזאמען מיט פיר רעגירונג באאמטע. ער איז געזיצן אויף א גרויסן סטעידזש מיט דרייסיג רעפארטערס אין צימער. ער האט אויסגעזען גוט, ער האט געזאגט "אלעס איז פיין מיט מיר, קיינער האט מיר נישט געפייניגט, קיינער האט מיר נישט אנגערירט, איך פארשטיי אז איך האב באשעדיגט נישט נאר די רעגירונג אבער אויך דאס לאנד, איך וויל יעצט טון אלעס וואס איך קען צו פארעכטן די סיטואציע".

די וועג ווי אזוי ער האט גערעדט, און זיינע הענט באוועגונגען איז געווען איבערצייגענד. ס'האט מיר נישט אויס געקוקט אז ער איז געווען אונטער שטארקע דרוק. איידער איז ער א גוטע שפילער אדער האט ער מחליט געווען צו קאאפערירן.

קליפ?

איך האב געזען א חלק דערפון אויפ'ן נייעס וועבזייטל וואו ער רעדט, אבער נאכדעם האט זיך דער קעמערע ארום געדרייט צו די רעפארטערס און איך ווייס נישט אויב ס'דא נשים דארט אדער נישט (איך האב נישט געוואטשט די גאנצע ווידיא) כ'עדיר שיקן די לינק אין אישי אויב דאס העלפט דיר
משה בן יעקב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:18 pm

Re: בעלארוס "היידזשעקט" ציווילע עראפלאן פון גריכלאנד קיין ליטאוועניע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בן יעקב »

פומפדותא האט געשריבן:
משה בן יעקב האט געשריבן:
זיסע פיש האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:און אמעריקע טוישט זיך די פרעזידענטליכע בענקל יעדע פיר-אכט-צוועלעף יאר, מיינענדיג אז די כסא המלוכה טוישט כסדר פארטייען (אין די גאנצע היסטאריע פון אמעריקע, די לענגסטע צייט וואס איין פארטיי האט געהאלטן דאס כסא איז געווען אכט און צוואנציג יאר, 1801-1829. דאס לעצטע מאל וואס דריי פרעזידענטן פון דער זעלבע פארטיי זענען ערוויילט געווארן איינס נאכן צווייטן איז געווען 1921-1933, און דאס האט פאסירט ווייל אײנער איז געשטארבן אינמיטן זיין טערמין). דער קאנגרעס טוישט זיך יעדע צוויי-פיר-זעקס יאר, און אפילו אז די פארטייען געווינען נישט די מאיאריטעט יעדע צוויי יאר, פארלירט-געווינט איין פארטיי לכה"פ אפאר בענקלעך אין ביידע הייזער. דאס האט נישט צוטאן מיט דער קאנסטיטוציע אדער סתם דינים, נאר פשוט ווייל די אמעריקאנע בירגער (אריינגערעכנט אידן) ווילן כסדר טוישן די מאכט פון די פארטייען, און דאס האלט אן א שיינעם באלאנס (לענ"ד).

דאס אלעס איז אוואדאי פאר דיר נישט קיין נייעס. אלזוי, וואס איך פראביר ארויסצוברענגען איז אז איין פארטיי רודפט דאס צווייטע, און מענטשן ווערן טאקע גערודפט אבער זיי האבן מאכטפולע באשיצער, און די אנדערע זייט רודפט צוריק, אדער ווען די אנדערע צד באקומט די מאכט לייזן זיי אויס זייערע פאנדלעך. (ס'גייט שוין ארויס פון גרעניץ, איך מיין אז פון יעצט אן וועט מען פרובירן אימצופיטשען יעדן פרעזידענט... אפשר אפילו צוויי דריי מאל...).
משע"כ אין רוסלאנד זיצט שוין פוטין אויפן בענקל צוואנציג יאר (נישט אריינגערעכנט זיינע מעשים בשעת די סאוויעטישע צייטן). דערפאר קען קיינער אים נישט צוריק רודפן, און ווער ס'פרובירט טרעפט זיך אין תפיסה. ווי לענגער ער זיצט אויפ'ן בענקל אלץ מער ארעסטירט ער און ער קומט מער מאכט. לעצטע חודש האט ער געמאכט א נייע הלכה (מיט די באשטעטיגונג פון דער דומא...) וואס וועט אים לאזן זיצן אויפ'ן בענקל ביז 2036! מ'קען דאס נישט פארגלייכן צו די אמעריקאנע "איך טשעפע-דיך-דו-טשעפעסט-מיך" שפילעריי.


דו רעדסט נאר פון איין חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט, עס איז דא נאך א חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט וואס טוישט זיך קיינמאל נישט, און פייפט אן די אמעריקאנער בירגער פונקט ווי לוקאשענקא, עדווארד סנאודען איז געווען אן אקטיוויסט צו דעמאקראטיזירן יענע חלק פון די אמעריקאנער גאווערמענט, און דערפאר האבן זיי געצווינגען א באליוויער עראפלאן צו לאנדן אין עסטרייך אים צו קענען כאפן.


די האלסט טאקע פון דער פארגלייך וואס די האסט דא געמאכט, די האלסט טאקע אז די חלק פון דער אמעריקאנע רעגירונג פירט זיך אויף פינקט ווי לוקאשענקא?!!!,

עס קען זיך געהיריג דאכטן פון אייך, אז די ען עס עי, איז געווארן אויף געשטעלט דורך א לאנג יעריגע דיקטאטאר וואס האט געוואלט אינטער הערן צו איינע פון זיינע בירגער רעדן עפעס א קרים ווארט אקעגען עם.

עדווערד סנאודן איז געווען א קרימענאל, דער ען עס עי, האט זיך אפ געגעבן מיט באשיצן דער אמעריקאנער פאלק, קען זיין זיי האבן געטיען געוויסע אומאויסגעהאלטענע זאכן, אבער עס איז דא א וועג ווי אזוי מען באהאנדלט אזאלעכע זאכן, נישט גיין אוספויקן פאר דער גאנצע וועלט, ווען ער האט געשוואוירן אז ער גייט זיין געטריי.

די ווייסט פון א פאל וואס די ען עס עי האט שפאנירט אויף די אייגענע בירגער צוליב פאליטעשע אינטערעסן? איך מיין ווי אזוי פארגלייכסטו עדווארד סנאודען צו פראטאסעוויטש.

און ווען אמעריקע כאפט סנאודען גייט ער נישט ווערן געפייניגט און אויך נישט הינגעריכטעט, און ווען בעלעראוס האט עם געכאפט שטייט ער אויס פייניגאונגען, און צו הינגעריכטעט.

און דער נערישע פארגלייך וואס געוויסע האבן געמאכט אז אמעריקע איז פונקט ווי רוסלאנד, צוליב די אויספארשינג אויף טראמפ, לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל, איך מיין וויפל רעפובליקאנע אקטעוויסטן זענען אימגעברענגט געווארן און די לעצטערע יארן?, וועלעכע קאנסערוועטיווע TV טשענעל איז געווארן אפגעשפארט?

עס איז ממש פונקט ווי ראוסלאנד? די ווייסט איינער וואס האט מורא צו שרייבן עפעס אויף טוויטער, אדער פאוסטן עפעס אויף סיי וועלכע פלאטפארמע, צוליב ער זאל נישט באקימען א קאל און קאפ?

עס קען זיין אמעריקע האט געוויסע פראבלעמען, אבער צו פארגלייכן צו רוסלאנד איז גאר א שלעכטע פארגלייך.


עס איז נישט וואו רוסלאנד יעצט, אבער סקען רואיג אנקומען צי רוסלאנד אויף די וועד וואו אזוי ספארט.. דער ווייל מאכט א פריוואטע קאמפאני וואו טוויטער אדער פעיסבוק, אפ וואס מען קען פאוסטען אין וואס נישט. ( עיין ערך טראמפ וכדומה לו) יא יא זיי מעגען זיי זענען דאך א פריוואטע קאמפאני.. דאס איז גיט פאר א פשעטיל.. למעשה גייט אויף דעם אמעריקע אנקומען צי א פול טיים סענסארשיפ אויף וואס אין וואו אזוי מען מעג טראכטען אין רעדען...

״געדענק אז דייטשלאנד איז געווען אסאך מער דעמאקראטיש וואו אמעריקע היינט בעפאר היטלר איז ארויף אויפען מאכט, אוודאי צום סוף האט ער געפעלשט געוויסע וואטס אין דורך דעם איבערגענומען דאס לאנד, אבער דער פאלק האט אין אלגעמיין מסכים געווען צי זיינע העצערייען דארך דאס וואס יארן לאנג האט מען דעמאקראטיש פארשטילט איעדער מיינונג וואס איז געווען פאר קערט וואו די אנטיסעמעטישע מיינונג.

איך בין אביסל צומישט, ווייל די ריפאבליקאנער פלעגן שטענדיג שרייען אז פון די פונדימענטאלע פרייהייט פון אמעריקא איז אז מען לאזט פרייוואטע קאמפאניס טוהן וואס זיי ווילן.

קוקט אויס אז נאר ווען עס גייט זייער וועג....

די רעפאבליקאנער האלטען אין שרייען אז מען טאר נישט לאזען א מאנאפאל פאר א קאמפאני....
ביי די וועי איך בין נישט א רעפאבליקען אין נישט א דעמקראט.. איך וואוט לגופו של ענין..
די אלע ״שיטות״ פין גראפ׳ס זענען לעניות דעתי ״באבקעס״..
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

אמעריקא האט ארויף געשטעלט סאנקציעס אויף צענדליגער בעלערוסער באאמטע און עטליכע בעלערוסער קערפערשאפטן

די סאנקציעס זענען קאארדינירט געווארן מיט קאנאדא, ענגלאנד און די אי-יו, וועלכע האבן געמאלדן אייגענע סאנקציעס. אמעריקאנער באאמטע זאגן אז די סאנקציעס קומען אלץ דירעקטע רעאקציע צו דאס וואס בעלערוס האט געטון פאריגע חודש אראפ צו צווינגן א ציווילע פליגער כדי צו ארעסטירן אן אפאזיציע דזשורנאליסט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

אביסל שפעט אין די שפיל, ניין?
אוועטאר
עירוב תבשילין
שר שמונת אלפים
תגובות: 8033
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 21, 2020 6:28 am

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירוב תבשילין »

א הויכראנגיקע אמעריקאנער פארשטייער צו די יו.ען. זאגט היינט אז מער עקאנאמישע סאנקציעס קענען מעגליך ארויפגעלייגט ווערן אויף בעלארוס - נאפאלגענדיג די שריט פון בעלארוס אראפ צו צווינגען א ציווילע עראפלאן מיט א צייט צוריק צו ארעסטירן אן אפאזיציע אקטיוויסט.
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

טוט דאס ווירקן? האט זיך בעלארוס דערווייל געביידע צו סיי וועלכע פארלאנגען?
(איך פרעג ווייל איך וויל וויסן)
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

Belarus: During a speech, Lukashenko said that "Jews had succeeded in making the whole world bow to them and no one today would dare to raise a voice and deny the Holocaust. In contrast, the Belarusians, who are a tolerant nation, allowed people to spit in their faces"


א נייע וועלט לעבן מיר ליידער.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

:shock:
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

בעריש'ל האט געשריבן:
Belarus: During a speech, Lukashenko said that "Jews had succeeded in making the whole world bow to them and no one today would dare to raise a voice and deny the Holocaust. In contrast, the Belarusians, who are a tolerant nation, allowed people to spit in their faces"


א נייע וועלט לעבן מיר ליידער.

איך טראכט צו מזאל דאס שיקן פאר זיין פריינט פוטין. פוטין האט ליב און פארשטייט יא צו אידן.

איינער האט פוטינס וואטס עפפ נומבער?
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
Belarus: During a speech, Lukashenko said that "Jews had succeeded in making the whole world bow to them and no one today would dare to raise a voice and deny the Holocaust. In contrast, the Belarusians, who are a tolerant nation, allowed people to spit in their faces"


א נייע וועלט לעבן מיר ליידער.

איך טראכט צו מזאל דאס שיקן פאר זיין פריינט פוטין. פוטין האט ליב און פארשטייט יא צו אידן.

איינער האט פוטינס וואטס עפפ נומבער?

הרב לאזאר האט עס זיכער
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

בעריש'ל האט געשריבן:
Belarus: During a speech, Lukashenko said that "Jews had succeeded in making the whole world bow to them and no one today would dare to raise a voice and deny the Holocaust. In contrast, the Belarusians, who are a tolerant nation, allowed people to spit in their faces"


א נייע וועלט לעבן מיר ליידער.

די ביעלערוסן זענען טאלאראנט,זיי טאלערירן די גוים וואס דינייען די האלעקאוסט און טאלערירן נישט די אידן וואס הייבן די קעפ...

א עולם הפוך זעהט ער, און איך אויך...

זאג פאר לוקאשענקא, אז איי פיל יור פעין...

ווי אלע שונאי ישראל פאר אים, ווען עס איז צרות אין בעלרוס, נעמט מען זיך ווידער צו די אידן, און ניצן זיי פאר דער סקעיפגאוט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
היכי תמצא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היכי תמצא »

זארג נישט האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
Belarus: During a speech, Lukashenko said that "Jews had succeeded in making the whole world bow to them and no one today would dare to raise a voice and deny the Holocaust. In contrast, the Belarusians, who are a tolerant nation, allowed people to spit in their faces"


א נייע וועלט לעבן מיר ליידער.

די ביעלערוסן זענען טאלאראנט,זיי טאלערירן די גוים וואס דינייען די האלעקאוסט און טאלערירן נישט די אידן וואס הייבן די קעפ...

א עולם הפוך זעהט ער, און איך אויך...

זאג פאר לוקאשענקא, אז איי פיל יור פעין...

ווי אלע שונאי ישראל פאר אים, ווען עס איז צרות אין בעלרוס, נעמט מען זיך ווידער צו די אידן, און ניצן זיי פאר דער סקעיפגאוט.

עס קוקט מיר אויס אז בעלארוס טאלערירט פונקט אזוי גוט ווי איראן...
אוועטאר
Ivelt Cockpit
שר חמישים ומאתים
תגובות: 272
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2020 11:19 pm
לאקאציע: ביי די קאנטראלס

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ivelt Cockpit »

לופט-טראפיק קאנטראלער וואס האט דירעקטירט די פליגער צו לאנדן אין מינסק איז פארשוואונדן.
Oleg Galegov איז געזעצן אין יענעם טאג אויף די פאזיציע אלס די עיר טרעפיק קאנטראלער, און איז דער מאן וואס האט פאקטיש קאמיוניקירט מיט די רייען עיר פליגער און איר געהייסן לאנדן אין מינסק.
זיינע פריינט זאגן אז זיי האבן שוין נישט געהערט פון אים און זיין ווייב פאר מער ווי א חודש און אויך זייערע טעלעפאנען זענען אפגעהאקט.
די סאושעל מידיע אקאונטס פון גאלאגאוו זענען אויך פארמאכט און ער האלט שוין נישט קיין קאנטאקט מיט זיינע ווירטואלע חברים.
די קאמפאני פאר וועמען ער ארבעט זאגט אז ער איז יולי 3 געגאנגען אויף וואקאציע פאר עטליכע טעג, אבער וואלט שוין לאנג געדארפט זיין צוריק. דערווייל האבן זיי גארנישט געהערט פון אים זינט דאן.

דער חברהמאן טראגט מיט זיך א גרויסן סוד. ער ווייסט זייער קלאר ווער ס'האט אים געהייסן אנווייזן פארן פליגער צו לאנדן, און פון וועלכע פענסטער די באפעלן זענען געקומען. עס איז מעגליך אז די רעגירונג האט אים ערגעץ אריינגעשטעלט כדי אים צו פארגרינגערן צו היטן אויף דעם סוד, אבער ס'איז אויך מעגליך אז ער האט אפגעצויגן פון בעלארוס אויס מורא אז מ'קען אים באהאלטן פארן חטא פון וויסן דעם אמת. מיט א ברייטע-פאנטאזיע קען מען זיך אויך אויסטראכטן אז שפיאנאזש אגענטורן אין אייראפע האבן אויסגעארבעט מיט אים עפעס א מאווינג-דיעל וואס לוינט אים, אין אויסטויש פאר אינפארמאציע איבער די מאי אינצידענט.
זיינס א מיטארבעטער זאגט אז ער האלט קלאר אז ער אנטלאפן כדי זיך צו באשיצן.

אולעג האט א ברייטע פאמיליע אין די לאנד Georgia, קען זיין אז ער שלאפט רואיגער אונטער די מאמע'ס פארטוך. אוטאריטעטן אין בעלארוס האלטן זיך שטיל און זאגן נישט אויב זיי ווייסן עפעס איבער זיין מצב.

אויב איז דער אולעג א קאזין מיט אולעג פעטראווסקי איז עס שוין די צווייטע מיסטעריעזע פארשוואונדונג פון זייערס א משפחה מיטגליד...
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

פעדעראלע פראקורן אין ניו יארק אריינגעגעבן א קלאגע אין אמעריקאנע געריכט קעגן פיר בעלארוס באאמטע פארמישט אין די פארכאפונג
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פעדעראלע פראקורן אין ניו יארק אריינגעגעבן א קלאגע אין אמעריקאנע געריכט קעגן פיר בעלארוס באאמטע פארמישט אין די פארכאפונג

סטעיטמענט פון די יו.עס. אטוירני פאר די דרום דיסטריקט אוו ניו יארק:
אטעטשמענטס
www.justice.gov_usao-sdny_pr_belarusian-government-officials-charged-aircraft-piracy-diverting-ryanair-flight-4978.png
www.justice.gov_usao-sdny_pr_belarusian-government-officials-charged-aircraft-piracy-diverting-ryanair-flight-4978.png (190.32 KiB) געזען 2001 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:פעדעראלע פראקורן אין ניו יארק אריינגעגעבן א קלאגע אין אמעריקאנע געריכט קעגן פיר בעלארוס באאמטע פארמישט אין די פארכאפונג
אטעטשמענטס
Screenshot 2022-01-21 043339.png
Screenshot 2022-01-21 043339.png (122.9 KiB) געזען 1998 מאל
Screenshot 2022-01-21 043302.png
Screenshot 2022-01-21 043302.png (111.11 KiB) געזען 1998 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

די איי.סי.עי.או. קערפערשאפט איז היינט ארויסגעקומען מיט א באריכט אז די באמבע סטראשע איז געקומען אויף די דירעקטע באפעל פון הויכראנגיגע מיטגלידער אינערהאלב די בעלארוס'ישע רעגירונג.
אטעטשמענטס
www.icao.int.jpg
www.icao.int.jpg (243.25 KiB) געזען 1668 מאל
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג מאי 23, 2021 11:53 am
אין א אבסעלוט פרעצעדענטלאזע שריט האט די בעלארוסע רעגירונג באצווינגען א רייעניער פליגער - אויפן וועג פון אטהענס, גריכלאנד קיין ווילנא, ליטאוועניע - צי לאנדן אין איר הויפט שטאט מינסק, דורכן איר באגלייטן מיט א מיליטערישע "מיג-29" דשעט, און אזוי ארום ארעסטירט זייער גרעסטע שונא וואס האט זיך געפינען אויף דעם פליגער.

דער ארעסטירטער איז דער אפיזיציע אקטיוויסט און דשורנאליסט "רעמאן פראטעסעוויטש" וואס איז שוין פון לאנג געזוכט דורך די קאראפטירטע בעלארוסע רעגירונג. און לויט געוויסע באריכטן שטייט ער אויס צי ווערן הינגעריכטעט אין בעלארוס.

לויט ווי די בעלארוסע רעגירונג טענה'ט איז די עמערדשענסי לאנדונג (כלשונם) בכלל נישט געווען קיין געפלאנטע אקציע, נאר איז געקומען אין רעזולטאט פון א באריכט אז ס'געפינט זיך א באמבע אויפן פליגער וואס האט זיי באצווינגען צו אוועקדרייען די פליגער פון איר ענדגליטיגע דעסטאנאציע און עס פירן קיין מינסק. אזוי טענה'ט אויך די רוסלאנדישע רעגירונג קאנטראלירט מידיע.

אין פאקט אבער איז דער פליגער שוין געווען אסאך נענטער צי איר אריגינעלע דעסטינאציע אין ווילנוס ווי צי די עירפארט מינסק, און די טענה פון די בעלארוסע רעגירונג איז פארשטייט זיך כרגיל א בלאף לשם בלאף.

וועלטליכע פירער זענען ארויסגעקומען מיט שארפע פארדאמונגען און פארלאנגט די באלדיגע באפרייאונג פון פראטעסעוויטש.
פראטעסעוויטש היינט געווארן פאראורטיילט צו אכט יאר אין טורמע.

קרעדיט: 'בעלטא' רעגירונגס קאנטראלירטע מידיע
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6449
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re: רייען-עיר פליגער אויפן וועג פון אטענס קיין ווילנא געהיידזשעקט דורך בעלארוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ברעיקינג:

פראטעסעוויטש ערהאלטן א פארדאן פון די בעלארוס רעזשים.
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-05-22 161728.png
Screenshot 2023-05-22 161728.png (71.41 KiB) געזען 633 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”