אביש האט געשריבן:אין א"י וואוינען 6-7 מיליאן אידען, און קיינער פון זיי זענען נישט שולדיג פאר די חטאים פון הערצל אדער בן גוריון.
און עס איז אנזער פליכט צו טוהן וואס מיר קענען זיי צו באשיצען
די וואוילזיין פון אט די אידן איז - לעת עתה ליידער - אנגעהאנגען אין די טריפה'נה מ"י ממשלה.
ווייטער די מעגלעכקייט פון מ"י צו פארזיכערן די איינוואוינער. איז שטארק אנגעוואנדען און די וועלטליכע לענדער - בעיקר אמעריקע -. און דאס אז לענדער זאלען יא אדער נישט שטיצען סיי וואס, איז אין די לאנג ראן אנגעהאנגן אונעם דעת הקהל.
מען דארף פארשטיין אז אויסער די מלחמה פון ראקעטס און מיסעלס, קומט אויך פאר א ווירטעאלע מלחמה. א מלמה צו איבערנענען פאבליק עפיניען, די מלחמה קען עווענטואל האבן פיל א גרעסרע השפעה ווי די יעצטיגע מלחמה עס וועט עפעקטירירן די זיכערקייט פון מיליונען א"י'דיגע אידען, לימים באים.
ממילא דארף מען זייער אכטונג געבען פאר מען זאג א סטעטמענט אז עס זאל חלילה נישט ווערען איוסגעטייטשעט ווי אידען געבען לעגימיטעט פאר די טענות קעגען די עזה באמבאדערונגען. מען קען טאקע נישט איבערדרייען די מיינונג פון פאלאסטינער און אנטיסימיטען, אבער עס איז נאך דא גענוג גוים וואס האבען נאכנשט קיין באשלאסענע מיינוג איבער די "פעלקערמארד" וואס מ"י פירט דארוך.
איז שרייען פאר די גאנצע וועלט "עס האט גארנישט מיט אונז. די ציונים רעדען נישט אונז" געט לעגעמיטעט פאר די פעלקערמארד ליגענט, און איז גורם אז די המון עם זאל שפירען אז אפי' די אידען זענען מסכם דערצו.
שוין מוחל די צינות, מיט די כפירה.
די טיפשות איז נאר אימבאגרייפבאר.