בלאט 9 פון 23

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 12:00 pm
דורך פנימחדשות
נישטאמת האט געשריבן:זענען די אומגעקומענע געשטאנען אויף אדער אינטער די פארענטשעס? נישט אז סאיז נוגע, נאר איך האב אלץ געהאט א שרעק ווען איך האב געזען מענטשן רואיג פארברענגען אינטער 16 שטאקעדיגע פארענטשעס ווען דער עולם אויף די פארענטשעס טאנצן.

איין הרוג איז געשטאנען אונטען די פארענטשעס, און די צווייטער הרוג איז געשטאנען גלייך דערנעבן, און ווען די פארענטשעס זענען געפאלען אביסל זייטיג האט עס געפאלען אויף אים, ווי אויך זענען כמעט אלע שווער פארוואונדעטע פון אונטער די פארענטשעס.

אבער ביי פארענטשעס וואס זענען געבויעט נארמאל דארף מען נישט מורא האבען, און נאכן טאהן די נארמאלע השתדלות דארף מען זיך פארלאזען אויף די אייבערשטער.

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 12:08 pm
דורך דריידל
א קרן ווערט אויפגעשטעלט פאר די אלמנה און יתומה פון ר' מרדכי בנימין רובינשטיין ע"ה

https://thechesedfund.com/chesedprojects/138?aff=7

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 12:18 pm
דורך קוק אויף דיך אליינס
84270.jpeg
84270.jpeg (249.13 KiB) געזען 3378 מאל

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 12:50 pm
דורך אור
דאס לעצטע מאלעריי פון הבחור מאיר גלויבערמאן ע"ה וועלכע איז נעבעך נפטר געווארן פון די פארענטשעס איינפאל אין קארלין-סטאלין, ארויסברענגענדיג אז די תורה באשיצט אין אלע מלחמות. ער האט דאס מיטגעטיילט מיט דער מעלער ר' אהרן זאב בערנשטיין לעצטע וואך.

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:15 pm
דורך געבורטסטאג
אבן יקרה האט געשריבן:גערער רבי אין א דראמאטישע החלטה
ס'וועט מער נישט זיין קיין סארט פאראנצעס אין ביהמ"ד הגדול גור, נישט קיין נפק"מ וואס פאר א סארט, לאור די אומגליק בחצה"ק קארלין

אפשר קען קארלין אפקויפן די גורע פארענטשעס?

(בלויז א ווערטלז)

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:30 pm
דורך איינס
איך זעה נישט איינער זאל האבן אנגעמערקט

שמעתי אז די פארענטשעס איז געווען אויף א סטעידזש און די סטעידזש איז צוזאמגעפאלן, דאס מאכט אויך סענס לויט די וועג ווי אזוי די גאנצע אויבערשטע איז צוזאמגעפלאן אויפאיינמאל

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:33 pm
דורך קאנטרי מאוד
איינס האט געשריבן:איך זעה נישט איינער זאל האבן אנגעמערקט

שמעתי אז די פארענטשעס איז געווען אויף א סטעידזש און די סטעידזש איז צוזאמגעפאלן, דאס מאכט אויך סענס לויט די וועג ווי אזוי די גאנצע אויבערשטע איז צוזאמגעפלאן אויפאיינמאל


שטימט לכאורה נישט לויט ווי איינער האט פריער דא פאציילט אז די צוויי נהרגים ל"ע זענען געווען אונטער די פארנטשעס

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:37 pm
דורך פעיק ניוז
איינס האט געשריבן:איך זעה נישט איינער זאל האבן אנגעמערקט

שמעתי אז די פארענטשעס איז געווען אויף א סטעידזש און די סטעידזש איז צוזאמגעפאלן, דאס מאכט אויך סענס לויט די וועג ווי אזוי די גאנצע אויבערשטע איז צוזאמגעפלאן אויפאיינמאל

דאן פארוואס זענען נאר געפאלן די אויבערשטע שטאקן?

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:43 pm
דורך איינס
פעיק ניוז האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:איך זעה נישט איינער זאל האבן אנגעמערקט

שמעתי אז די פארענטשעס איז געווען אויף א סטעידזש און די סטעידזש איז צוזאמגעפאלן, דאס מאכט אויך סענס לויט די וועג ווי אזוי די גאנצע אויבערשטע איז צוזאמגעפלאן אויפאיינמאל

דאן פארוואס זענען נאר געפאלן די אויבערשטע שטאקן?

נאר די אויבערשטע חלק איז געווען א סטעידזש
איך זעה יעצט די בילדער וואס מהאט געלייגט דא אויבן קען מען דאס קלאר באמערקן

אויב איז אמת קען מען פארשטיין וואס דארט איז פארגעקומען

די וועג פון בויען אזוי פארנטשעס (אז די איייזן האלט זיך דורך א האלץ) איז ברייט אין באנוץ דארט, די לאגיק אונטער דעם איז פושט, די פרעשור איז אויפן שטייענדיגן אייזן, און א האלץ איז גענוג צו האלטן דעם אייזן גראד.
די פרעשור ליגט נישט אויפן האלץ נאר אויפן שטייענדיגן אייזן.

לכאורה האבן זיי נישט געוואלט מאכן אזעלכע הויכע פארנשטעס האט מען געמאכט א סטעידזש און אויף דעם געבויעט די פארנטשעס.
אבער אויב איז עס אמת איז בא לתקן ונמצא מקלקל, ווייל אנדערש ווי פארנטשעס וואס די פרעשור ווערט צוטיילט יעדער אויף דיין אייזן, און אויף ווען דער אייזן ווערט א משהו שיף איז דער האלץ גענוג צו איהם האלטן גראד, אבער ווען סאיז א סטעידזש מייינט דאס אז די פרעשור פון די גאנצע פארענטשטס ווערט אנגעלייגט אויפן סטיעדזש, און סאיז גענוג אז נאר איין אייזן ווערט אביסל שיף און די האלץ קען איהם נישט גערהאלטן נאך וואס ער האט צו סאך פרעשור, און די גאנצע סטעידזש פאלט..



Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:44 pm
דורך איינס
קאנטרי מאוד האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:איך זעה נישט איינער זאל האבן אנגעמערקט

שמעתי אז די פארענטשעס איז געווען אויף א סטעידזש און די סטעידזש איז צוזאמגעפאלן, דאס מאכט אויך סענס לויט די וועג ווי אזוי די גאנצע אויבערשטע איז צוזאמגעפלאן אויפאיינמאל


שטימט לכאורה נישט לויט ווי איינער האט פריער דא פאציילט אז די צוויי נהרגים ל"ע זענען געווען אונטער די פארנטשעס

אונטער די סטעידזש, היינו הך

(נאכאמאל, שמעתי איך ווייס נישט ווי קראנט סאיז)

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:49 pm
דורך farshlufen
איר וועט מוחל זיין הרב איינס, וואו איר זעהט איר א סטעידזש אין דעם בילד?

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:49 pm
דורך נעם אין אכט
אויפן פיקטשור זעט עס אויס ווי געהעריגע ברענטשעס, נישט קיין שום סטעידשעס.

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:53 pm
דורך שפרינגען
הייבטעצען אן... געווען א סטעידזש אדער נישט?
לאמיר האפן עס וועט נישט זיין אזוי היציג וווי די געיט דעבאטע

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 1:56 pm
דורך איינס
נישט געמיינט די ווארט סטעידזש אז סאיז א פלאטפארמע מיט א האלץ פון אויבן און אויף דעם פארנעשטעס נאר אז מהאט געבויעט א בעיס פון אונטן

קוק ביי די אונטערשטע איז דא א אייזן יעדע צוויי און דארט לויפט דאס אז בעיס פאר יעדע 2



2.png
2.png (15.04 KiB) געזען 1873 מאל




האקט

איך זעה נישט וואס דארף ווערן א גאנצע מערכה איבער דעם, סך הכל א דיטעיל, אדער יא אדער נישט גארנישט מער פון דעם

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:00 pm
דורך מי כעמך
ס'זעהט מיך אויס ווי א מוראדיגע נס אז ס'איז נישט געווען מער ווי צוויי טויטע, מענטשען זענען געפאלן צווישן די אייזענעס און איינער אויף די אנדערע אין א בליץ סעקונדע

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:14 pm
דורך תנא-קמא
___ ____ _______'__.jpg
___ ____ _______'__.jpg (77.77 KiB) געזען 1634 מאל

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:15 pm
דורך תנא-קמא
c4cc9161-7181-4c4c-b2c4-52821ec6092c.jpg
c4cc9161-7181-4c4c-b2c4-52821ec6092c.jpg (699.04 KiB) געזען 1617 מאל

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:18 pm
דורך אסדר לסעודתא
פון דעם בילד קוקט אויס ווי די פארענטשעס איז געווען 16 שטאק הויעך, און די אויבערשטע 8 איז געפאלן.

Re:

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:19 pm
דורך מי כעמך
תנא-קמא האט געשריבן:
c4cc9161-7181-4c4c-b2c4-52821ec6092c.jpg

ברררר...
למעשה איז עס געווען מער סעיף צו זיין אויף דעם ווי אונטער.

גראדע זעהט מען זייער קלאר אויף די בילד אזוי ווי איינס האט מסביר געווען אפאר תגובות צוריק

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:19 pm
דורך קאקאש קעיק מיט מילך
אסדר לסעודתא האט געשריבן:פון דעם בילד קוקט אויס ווי די פארענטשעס איז געווען 16 שטאק הויעך, און די אויבערשטע 8 איז געפאלן.

18 און די אויבערשטע צען איז געפאלן

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:23 pm
דורך אחת ואחת
פון די בילד זעט עס אויס העכער פון ווי איך האב פארשטאנען ביז יעצט, טאקע א נס אז עס איז נישט געווען ערגער ל"ע. ווי אויך איז פארשטענדליך אז איינער וואס איז געשטאנען פון אונטען זאל שטערקער געשעדיגט ווערן.

אגב, וואס איז די מצב פון די פארוואונדערטע איז נאך דא קריטישע וכו?

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:23 pm
דורך ווערעצקי
נישט צום גלייבן, ווי דער בוכ"ע נעמט צו די שכל פון מענטשן, ווען עס איז אנגעשריבן אויף זיי רח"ל.
מען דארף דאך זיין בלינד ח"ו צו קלערן אז אזאנס מעג מען בויען און טאנצן דערויף.
נאר וואס דען? אין עצה ואין תבונה נגד ה'.
אודאי דארף מען געווארנט זיין בכל היכולת, אבער מען זעהט ווי יש מנהיג לבירה.
דייקא דארטן וואו מ'איז געווענליך זייער נזהר אין אזעלכע זאכן, האט מען אן קיין שום פארשטענדליכע סיבה, געבויעט אזעלכע מסוכנ'דיגע פארענטשעס.
ווייל ...
אזוי האט געהייסן דער בעל הבית (קרעדיט: ר' יו"ט ערליך ז"ל - חסיד קארלין)

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:41 pm
דורך Growth hacker
אחת ואחת האט געשריבן:פון די בילד זעט עס אויס העכער פון ווי איך האב פארשטאנען ביז יעצט, טאקע א נס אז עס איז נישט געווען ערגער ל"ע. ווי אויך איז פארשטענדליך אז איינער וואס איז געשטאנען פון אונטען זאל שטערקער געשעדיגט ווערן.

אגב, וואס איז די מצב פון די פארוואונדערטע איז נאך דא קריטישע וכו?


ליידער, קוק אויבן פאר די נעמען.

Re: פארענטשעס פאלט צוזאם אין סטאלין

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 2:46 pm
דורך אוהב ספרים
די הרוגים און רוב ככל פון די ערענסטערע פארוואנדעטע זענען בכלל נישט געווען אויף די פארענצטשעס

Re: Re:

געשריבן: מיטוואך מאי 19, 2021 3:07 pm
דורך איפכא מיסתבר
מי כעמך האט געשריבן:
תנא-קמא האט געשריבן:
c4cc9161-7181-4c4c-b2c4-52821ec6092c.jpg


גראדע זעהט מען זייער קלאר אויף די בילד אזוי ווי איינס האט מסביר געווען אפאר תגובות צוריק

פונקט פארקערט, גארנישט געווען קיין סטעיטש