באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך kyshtiper »

Looser האט געשריבן:
סאטמאר מהרי"י - אנטווערפען

בילד

בילד
לעצט מינוטיגע הכנות און פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום גרויסן מעמד אבן הנחת הפינה פאר דעם נייעם בנין התלמוד תורה קומענדיגן זונטאג

בהשתתפות הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א
אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאַטמאַר אין אַנטווערפּן זענען איבערגעפולט מיט התרגשות לקראת דעם היסטאָרישן מעמד אדיר חגיגת הנחת אבן הפינה, וואָס וועט אי"ה געפּראַוועט ווערן קומענדיגן זונטאָג פ' תרומה לס' 'ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם' ווען עס וועט בשעה טובה ומוצלחת געגאָסן ווערן דער אבן הפנה פאַר'ן בנין האדיר פון דער תלמוד תורה נאָכדעם וואָס דער יעצטיגער בנין איז שוין צר מהיכל.

אַ מעמד הנחת אבן הפינה איז אייביג דורכגעזאַפּט מיט התרגשות און הייליגע געפילן, ווען אידישע קינדער גרייטן זיך צו בויען אַ פרישן בנין וואָס זאָל דינען פאַר הייליגע צוועקן, פון חינוך הדורות אָדער אַ בית המדרש, ווערט דאָס באַגלייט מיט אַ הייסע תפלה אַז 'זה הפינה בנין גדול יהיה'.

עס קומט אי"ה ספּעציעל צו פאָרן צום באַשיינען דעם דערהויבענעם מעמד דער אורח הכבוד הגאון הצדיק אבד"ק סאַטמאַר ירושלים שליט"א, בנו הגדול פון כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר שליט"א, וואָס וועט באַשיינען דעם מעמד און אויפטרעטן לכבוד היום בשליחות הקודש, ווי אויך וועט ער באַשיינען אַ באַנקעט וואָס איז געווידמעט אויפצוטרייבן סכומים הגונים און נויטיגע פאָנדן לצורך דעם בנין בית גדול שמגדלין בו תורה ותפילה.

ווי עס איז פאָראויס געפּלאַנט און די עסקנים זענען יעצט פאַרנומען מיט די 'עירפּאָרט באַהערדע' איז צו ערלעדיגן אַז מען זאָל קענען אָפּוואַרטן דעם רב שליט"א בכבוד הראוי תיכף ביים טיר פון עראָפּלאַן דורך די ראשי ונכבדי הקהילה והמוסדות שליט"א.

דער געהויבענער גאַסט וועט אי"ה דאַווענען בהיכל בית מדרשינו און דערנאָך במשך דעם טאָג וועט מען גיין באַזוכן אַ ביקור כבוד ביי כ"ק מרן אדמו"ר מפּשעוואָרסק שליט"א און דערנאָך ביי דער מרא דאתרא שליט"א ורבני העיר אַנטווערפּן.

אַזוי אויך וועט דער רב שליט"א באַזוכן אין די כיתות פון די תלמוד תורה און זען בס"ד די פאָראויסגאַנג פון די לימודים און עס וועט זיין אַ געלעגנהייט פאַר די מלמדים וכלי קודש מיט די הנהלה רוחני שליט"א זיך צונויפרעדן און שואל עצה זיין בעניני חינוך והדרכה מיט'ן געהויבענעם גאַסט דער רב שליט"א.

זונטאָג מיטאָג צייט אום 1:30 וועט אי"ה געפּראַוועט ווערן דער גרויסער מעמד 'הנחת אבן הפינה' - וואָס איז דער הויפּט ציל פונעם ביקור כבוד פונעם רב שליט"א.

דער מעמד האדיר חגיגת הנחת אבן הפינה פאַרשפּרעכט צו זיין אַ היסטאָרישער מעמד וואָס איז שוין יאָרן נישט געזען געוואָרן אין אַנטווערפּן, ווען דער שטח הבנין וועט באַלאַגערט ווערן מיט פּאַרענטשעס פאר די ילדי התשב"ר, און אינדערמיט וועלן זיין אויסגעלייגט בענקלעך פאַר די סאַטמאַרער חסידים און דער ציבור פון אַנטווערפּן וואָס וועט קומען מיטלעבן דעם היסטאָרישן מעמד.

עס איז געוואָרן צוגעגרייט אַ הערליכע פּרעזענטאַציע וואו די קינדערלעך די ילדי התלמוד תורה וועלן זינגען הערליכע ניגונים מיט שיינע חרוזים ווי עס פּאַסט פאַר אַזאַ געהויבענעם מעמד.

דער מעמד וועט באַקרוינט ווערן מיט די השתתפות פון רבני ודייני קהלתינו הקדושה ורבני העיר אין שפּיץ פון הגאון המרא דאתרא שליט"א וחברי הבד"ץ, ועל צבאם דער געהויבענער גאַסט וואָס קומט אי"ה בשליחות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א באַשיינען דעם מעמד און וועט אויפטרעטן מיט אַ דרשה לכבוד המאורע.

מען וועט אי"ה האָבן די זכי' צו מקבל פנים זיין כ"ק מרן אדמו"ר מפּשעוואָרסק שליט"א וואָס וועט זיך אי"ה באַטייליגן און איבערגעבן זיינע הייליגע ברכות לכבוד דעם מעמד.

דער קלימאקס פונעם מעמד וועט זיין די דברי ברכה והתחזקות פונעם אורח הכבוד, פה מפיק מרגליות נואם בחסד עליון, הגה"צ אבדק"ק סאַטמאַר ירושלים שליט"א.

נאָכ'ן מעמד וועט פאָרקומען אי"ה אַ הערליכע מסיבת לחיים אין די עטרת אברהם זאַל פון די תלמוד תורה וואו עס וועט זיין צוגעגרייט וואַרימע איבערבייס און שתיית לחיים לכבוד דעם געהויבענעם מעמד פאר אַלע משתתפים.

זונטאָג אויפדערנאַכט כ"ט שבט ביומא דהילולא פון מרן הגה"ק בעל קדושת יום טוב זי"ע וועט פאָרקומען אַ גרויסאַרטיגער סעודת הילולא בהיכל בית מדרשינו מיט די השתתפות פון אנשי שלומינו שליט"א ובחורי הישיבה שיחי' וואו מען וועט זיך וואַשן צום יאָרצייט סעודה און דער רב שליט"א וועט דערציילן עובדות פון גרויסן זיידן דער בעל הילולא.

מאָנטאָג אינדערפרי וועט דער רב שליט"א דאַווענען תפילת שחרית בהיכל ישיבתינו הק' אינאיינעם מיט די חשוב'ע בחורים שיחי' ורמ"י הישיבה שליט"א, וואו עס וועט דערנאָך פאָרקומען אַ מעמד קביעת מזוזה צום נייעם הערליכן בנין הישיבה וואָס די הנהלה האָט לעצטנס געקויפט לרווחת התלמידים שיחי'.

שפּעטער אין טאָג וועט אָפּגעהאַלטן ווערן אַ מיטונג מיט די חברי הנהלת הקהילה והמוסדות וואו דער רב שליט"א וועט הערן אַ רעפּאָרט פון די גראַנדיעזע פּלענער להרחבת גבולי הקדושה צו בויען דעם נייעם הערליכן בנין בית המדרש לתורה ותפילה, ווי אויך וועט דער רב שליט"א הערן פון די חברי הנהלה די פּלענער פאר די נייע בנינים פון די ת"ת, ישיבה און בית רחל.

אויך וועט אי"ה מאָנטאָג פאָרקומען אַ הערליכע באַנקעט לטובת די נייע בנין התלמוד תורה פאַר אַלע אנ"ש און נגידים וואָס האָבן מנדב / מתחייב געווען העכער די 5000 יורא פאַר'ן קרן הבנין וואו דער רב שליט"א וועט אויפטרעטן מיט אַ דרשה למען כבוד בית ה'.

אנשי שלומינו אין אַנטווערפּן קוקן שוין אַרויס בכליון עינים אויפ'ן געהויבענעם באַזוך און הערליכן מעמד הנחת אבן הפינה און עס איז אַלעמענס האָפענונג און וואונטש אַז ס'זאָל טאַקע געקרוינט ווערן מיט גרויס הצלחה ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ישראל_הלוי »

מרן ראש הישיבה הגרי"ג אדלשטיין שלח מכתב ניחומים למשפחת פאלי: "נשמות טהורות שלא טעמו טעם חטא, הרי כדאי להם מה שמתו באופן כזה שגרמו במיתתם זיכוי הרבים גדול כל כך. בעולם האמת יזכו לשכר הצפון שאין לשער כי בזכותם התעוררו הרבים לעשות מעשים טובים"
כיכר השבת
אטעטשמענטס
IMG_20230216_114129_509.jpg
IMG_20230216_114129_509.jpg (132.1 KiB) געזען 2276 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ישראל_הלוי »

ימים לשמחה הגדולה: הגה"צ רבי משה פריש, בנו וממשיך דרכו של אביו בעל ה"מתוק מדבש" זיע"א נכנס למעונו של הגר"מ שטרנבוך בכדי להזמינו לשמחת נישואי בתו שתיערך בשבוע הבא
אטעטשמענטס
IMG_20230216_114612_665.jpg
IMG_20230216_114612_665.jpg (111.32 KiB) געזען 2232 מאל
שארמאש 136
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:32 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך שארמאש 136 »

https://ahblicklive.com/post.php?u_id=V ... z4CD4Fgf85

ווער עס וויל וויסן וואס מיינט א חסיד מיטן גאנצען אמת זאל אויסהערן ר' חיים'ס דרשה
(מערקט ער גייט אנגטוהן בבגדי שבת)
בעלזא אייניקעל
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 5:56 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך בעלזא אייניקעל »

שארמאש 136 האט געשריבן:
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=V ... z4CD4Fgf85

ווער עס וויל וויסן וואס מיינט א חסיד מיטן גאנצען אמת זאל אויסהערן ר' חיים'ס דרשה
(מערקט ער גייט אנגטוהן בבגדי שבת)
https://ahblicklive.com/new_ded_video/2 ... 8V/480.mp4
אוועטאר
ראסיל
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 10, 2019 1:34 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ראסיל »

ווייט פיש האט געשריבן:
חיי עולם האט געשריבן:
מכתב קודש של כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א לאנ"ש בענין ועד ושכנתי בתוכם קרית בעלזא
אויב איינער קען מסבר זיין וואס די מעשה איז, ייש"כ
היבש פשוט
ווען די בעלזא רב שליט"א האט געגרינדעט קרית בעלזא איז די געגנט געווען א מדבר שממה, א ליידיגע פלאץ פאר א חסידישע שטעטל
מיט די יארן האט זיך די געגנט זייער שטארק אנטוויקלט אין עס האבן זיך געעפנט אסאך געשעפטן וואס פאסן נישט אריין אין א חסידישע שטעטל... וד"ל...
אוועטאר
שמחה ונחת
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך שמחה ונחת »

בעלזא אייניקעל האט געשריבן:
שארמאש 136 האט געשריבן:
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=V ... z4CD4Fgf85

ווער עס וויל וויסן וואס מיינט א חסיד מיטן גאנצען אמת זאל אויסהערן ר' חיים'ס דרשה
(מערקט ער גייט אנגטוהן בבגדי שבת)
https://ahblicklive.com/new_ded_video/2 ... 8V/480.mp4
דער איז מתוק!
ווער איז דער ר' חיים?
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ניס קראכער »

שמחה ונחת האט געשריבן:
בעלזא אייניקעל האט געשריבן:
שארמאש 136 האט געשריבן:
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=V ... z4CD4Fgf85

ווער עס וויל וויסן וואס מיינט א חסיד מיטן גאנצען אמת זאל אויסהערן ר' חיים'ס דרשה
(מערקט ער גייט אנגטוהן בבגדי שבת)
https://ahblicklive.com/new_ded_video/2 ... 8V/480.mp4
דער איז מתוק!
ווער איז דער ר' חיים?
הרבני החסיד והנגיד ר' חיים לעווי הי"ו
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ויתן לך »

ישראל_הלוי האט געשריבן:
ימים לשמחה הגדולה: הגה"צ רבי משה פריש, בנו וממשיך דרכו של אביו בעל ה"מתוק מדבש" זיע"א נכנס למעונו של הגר"מ שטרנבוך בכדי להזמינו לשמחת נישואי בתו שתיערך בשבוע הבא
היינט איז די יום הולדת (יום הבהיר) פון די ראב"ד צ"ז שנה לאויש"ט
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

סאטמאר מהר"א נסיעה

מרן רבינו שליט"א ביים דאווענען מנחה אין מסיבת לחיים מיט ילדי תלמוד תורה מחזיקי הדת בבית הרבני הנגיד חיים לעווי הי"ו
אטעטשמענטס
IMG_20230216_123106_388.jpg
IMG_20230216_123106_388.jpg (185.1 KiB) געזען 1779 מאל
IMG_20230216_123112_996.jpg
IMG_20230216_123112_996.jpg (127.07 KiB) געזען 1779 מאל
IMG_20230216_123119_251.jpg
IMG_20230216_123119_251.jpg (178.71 KiB) געזען 1779 מאל
פון דא און פון דארט!
מיינע דורות
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 1:26 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מיינע דורות »

.
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2023-02-16 at 11.59.04 AM (1).jpeg
WhatsApp Image 2023-02-16 at 11.59.04 AM (1).jpeg (320.75 KiB) געזען 1578 מאל
מיינע דורות
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 1:26 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מיינע דורות »

הגה"צ אב"ד פשעווארסק לאנדאן עם האדמו"ר מבאבוב שליט"א
WhatsApp Image 2023-02-16 at 11.59.04 AM (3).jpeg
WhatsApp Image 2023-02-16 at 11.59.04 AM (3).jpeg (312.62 KiB) געזען 1561 מאל
ישראל_הלוי
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 24021
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך ישראל_הלוי »

האדמו"ר מסערט ויזניץ באזוכט ביי די לימודים אין היכל הכולל.
אטעטשמענטס
IMG_20230216_130140_317.jpg
IMG_20230216_130140_317.jpg (149.05 KiB) געזען 1505 מאל
IMG_20230216_130143_497.jpg
IMG_20230216_130143_497.jpg (134.67 KiB) געזען 1505 מאל
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

סאטמאר מהר"א
דעם רבי'נס פריוואטע פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין באניא ראמעניע ביז עטליכע מינוט
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
סאטמאר מהר"א
דעם רבי'נס פריוואטע פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין באניא ראמעניע ביז עטליכע מינוט
געלאנדעט ב"ה.
באניא איז היבש נענעטער צו סיגעט ווי סאטמאר עירפארט
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4530
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך Borrower »

ניס קראכער האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:
בעלזא אייניקעל האט געשריבן:
שארמאש 136 האט געשריבן:
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=V ... z4CD4Fgf85

ווער עס וויל וויסן וואס מיינט א חסיד מיטן גאנצען אמת זאל אויסהערן ר' חיים'ס דרשה
(מערקט ער גייט אנגטוהן בבגדי שבת)
https://ahblicklive.com/new_ded_video/2 ... 8V/480.mp4
דער איז מתוק!
ווער איז דער ר' חיים?
הרבני החסיד והנגיד ר' חיים לעווי הי"ו
בן ר' ניסן לעווי פון וויען (ר' ניסן איז נישט געגאנגען מיט א שטריימל בכלל)
קריגט יערליך (זוי דענקיך) עליה לוי אום יום א' שבועות בצל הקודש אלס גאסט - יום ב' קריגט עס (הרב וואזנער פון מאנסי )
אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מרק »

סאטמאר מהר''א

דאנערשטאג 8:30 אויפדערנאכט (1:30 מיטאג אין ניו יארק) אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אין שטאט באניע אין רומעניע.

רבינו שליט''א וועט זיך ארויסלאזן צום עיר האבות סיגוט א וועג פון איין אהאלב שעה, און דאווענען תפילת מעריב אינעם שוהל הויף במקום שהתפללי בו רבותינו הק'.

*כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמת קודש הוא*

▫️ סאטמאר'ע נייעס
לעצט פארראכטן דורך מרק אום דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 2:14 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
אוועטאר
אלטע שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 850
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
לאקאציע: פה אשב

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך אלטע שרייבער »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
סאטמאר מהר"א
דעם רבי'נס פריוואטע פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין באניא ראמעניע ביז עטליכע מינוט
געלאנדעט ב"ה.
באניא איז היבש נענעטער צו סיגעט ווי סאטמאר עירפארט
מרק האט געשריבן:
סאטמאר מהר''א

דאנערשטאג 8:30 אויפדערנאכט (1:30 מיטאג אין ניו יארק) אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אין שטאט סאטמאר אין רומעניע.

רבינו שליט''א וועט זיך ארויסלאזן צום עיר האבות סיגוט א וועג פון צוויי שעה, און דאווענען תפילת מעריב אינעם שוהל הויף במקום שהתפללי בו רבותינו הק', אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי ישיבתינו הקדושות פון ארה''ק און אייראפע.

*כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמת קודש הוא*

▫️ סאטמאר'ע נייעס
א סתירה באניע אדער סאטמאר?
ספרי ודברי תורות רביה"ק זי"ע דא(ויואל משה, עה"ג ועה"ת, וישלח תורה, בנש"ק תורה)
______________________________________________________
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

סאטמאר מהרי"י

רבינו שליט"א ביים מנחם אבל זיין משפחת ר' וואלף טירנויער ע"ה
אטעטשמענטס
IMG-20230216-WA0227.jpg
IMG-20230216-WA0227.jpg (304.39 KiB) געזען 905 מאל
IMG-20230216-WA0226.jpg
IMG-20230216-WA0226.jpg (251.79 KiB) געזען 905 מאל
פון דא און פון דארט!
שארמאש 136
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 9:32 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך שארמאש 136 »

אלטע שרייבער האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
סאטמאר מהר"א
דעם רבי'נס פריוואטע פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין באניא ראמעניע ביז עטליכע מינוט
געלאנדעט ב"ה.
באניא איז היבש נענעטער צו סיגעט ווי סאטמאר עירפארט
מרק האט געשריבן:
סאטמאר מהר''א

דאנערשטאג 8:30 אויפדערנאכט (1:30 מיטאג אין ניו יארק) אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אין שטאט סאטמאר אין רומעניע.

רבינו שליט''א וועט זיך ארויסלאזן צום עיר האבות סיגוט א וועג פון צוויי שעה, און דאווענען תפילת מעריב אינעם שוהל הויף במקום שהתפללי בו רבותינו הק', אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי ישיבתינו הקדושות פון ארה''ק און אייראפע.

*כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמת קודש הוא*

▫️ סאטמאר'ע נייעס
א סתירה באניע אדער סאטמאר?
לכתכילה געפלאנט אין סאטמאר למעשה געטוישט קיין באניא
אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מרק »

סאטמאר מהר''א

*דאנארשטאג אויפדערנאכט אין עיר האבות סיגוט יצ"ו*

דער טשארטער פליגער פון די תלמידי ישיבתינו הקדושות בארה''ק האט געלאנדעט אין שטאט באניא אין רומעניע ארום 7:00, און די טשארטער פליגער פון תלמידי ישיבתינו הקדושות באייראפע אין שטאט סאטמאר אין רומעניע ארום 6:45.

אין די יעצטיגע מינוטן קומען אהן די באסעס אין א זאל צום עיר האבות סיגוט ווי עס וועט סערווירט ווערן א געשמאקע נאכטמאל, און תיכף דערנאך גראד צופארן צו די האטעלן.

כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וועט אהנקומען אום 10:00 און דאווענען מעריב בביהמ"ד מיט א ענגע מנין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס ▫️
https://chat.whatsapp.com/Gihwz7EwErFEogiufB24Am
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
בצל תומר
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 12:23 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך בצל תומר »

סאטמאר מהר''יי
בזמן שהצדיק בעיר
כ"ק מרן רבינו שליט"א האט זיך נעכטן נאכמיטאג צוריק געקערט לביתו נאוה קודש, נאכן וויילן אויף מנוחת הנפש די פארגאנגענע צוויי וואכן, דער רבי שליט"א האט געזעגנט דעם עולם ביז אין די שפעטע נאכט שעות, בין הנכנסין בקו"פ איז געווען הגה"צ המשפיע רבי יחזקאל הכהן ראפופורט שליט"א, ר"י תפארת ישראל ומרבני אנ"ש לאנדאן, עס איז פארפירט א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות א לענגערע צייט.
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

ראסיל האט געשריבן:
ווייט פיש האט געשריבן:
חיי עולם האט געשריבן:
מכתב קודש של כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א לאנ"ש בענין ועד ושכנתי בתוכם קרית בעלזא
אויב איינער קען מסבר זיין וואס די מעשה איז, ייש"כ
היבש פשוט
ווען די בעלזא רב שליט"א האט געגרינדעט קרית בעלזא איז די געגנט געווען א מדבר שממה, א ליידיגע פלאץ פאר א חסידישע שטעטל
מיט די יארן האט זיך די געגנט זייער שטארק אנטוויקלט אין עס האבן זיך געעפנט אסאך געשעפטן וואס פאסן נישט אריין אין א חסידישע שטעטל... וד"ל...
האט מען איינגעפירט אזוי ווי ישיבת מיר האט שוין פון לאנג איינגעפירט אז אלע געשעפט ברויכן זיך פארשפארן 11 א זייגער ביינאכט!
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
בצל תומר
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 12:23 am

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך בצל תומר »

סאטמאר מהר''יי - קרית ייטב לב

הלילה הזה כולנו!

היינט נאכט קומט פאר די גרויסארטיגע יערליכע דינער "כנשר" לטובת מוסדותינו הק' אין קרית יטב לב בראשות דער נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס וועט משמיע זיין דברות קודש והדרכת השנה פאר קהל עדת צאן מרעיתו תושבי העיר.
דער דינער וועט אי''ה פארקומען אין די זאלן פון עטרת פעסיל לאה אין שטאט, ווי עס איז ערווארטעט גאר א רייכע פראגראם וואס וועט האלטן געשפאנט דעם ציבור אנ''ש הנאספים. צווישן אנדערע וועט אויפטרעטן הרה"ח רבי מאיר שניצלער שליט"א, משב"ק רביה"ק זי"ע, ווי ער וועט שילדערן מזכרונותיו די שווערע ערב שבת שקלים בשנת תשכ"ח לפ"ק ווען רביה"ק איז אוועקגעפאלן מיטן סטראו"ק לדאבון לב כל ישראל. אזוי אויך וועט אויפטרעטן מוה"ר עוזיאל פליישמאן הי"ו מנכ"ל המוסדות, וועלכע וועט אראפגעבן א רעפרעטאט פון די מוסדות,אויך וועט אויפטרעטן מיט א דרשה מוה"ר יואל מאנן שליט"א, וועלעכע וועט מיט טיילן מיטן ציבור איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדותינו הק'.
אוועטאר
מרק
שר האלף
תגובות: 1479
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2022 8:22 pm

Re: באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש

תגובה דורך מרק »

סאטמאר מהר''א

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים אהנקומען צום בנין ביהמ"ד עצי התמרים בעיר האבות סיגוט יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס ▫️

https://chat.whatsapp.com/Gihwz7EwErFEogiufB24Am
אטעטשמענטס
IMG-20230216-WA0058.jpg
IMG-20230216-WA0058.jpg (77.62 KiB) געזען 1637 מאל
IMG-20230216-WA0059.jpg
IMG-20230216-WA0059.jpg (91.36 KiB) געזען 1637 מאל
לעצט פארראכטן דורך מרק אום דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 4:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צו באקומען 'סאטמאר'ע נייעס' - נייעס באריכטן בילדער און ווידיאוס
https://chat.whatsapp.com/IpFlOyC5SJ30eoFk1ggspC

בחצרות סאטמאר אימעיל
[email protected]

קר''י היימשטאט
[email protected]
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”