שיינע מעמד קביעת מזוזה וקביעת שם פארגעקומען אין קהל ברכת מנחם דקראקא מאנסי.
עס האבן זיך משתתף געווען האדמורי''ם מסקולען שליט''א און גדולי רבני העיר. די אורח הכבוד איז געווען כ''ק גאב''ד מאנטשעסטער שליט''א וואס האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה בענין די קדושה פון א בית המדרש און די קדושה פון א אידישע שטוב. דערנאך אלץ משא המעמד האט אויפגעטרעטען הגה''צ די רב שליט''א, און ער האט אוועק געשטעלט די יסודות פונעם ביהמ''ד, אויף די זעלבע יסודות פון די בתי מדרשים אין ירושלים, בארא פארק און וויליאמסבורג. די הויכפונקט פונעם דרשה איז געווען ווען די רב האט מסביר געווען אז צוליב דעם וואס די קהילה על כל סניפיה האט זיך געגרינדעט אויפן פעסטע יסוד פונעם תוספות יום טוב איבער נישט רעדן ביים דאווענען מרישא עד גמירא, און כידוע ליגט די די תוספות יום טוב אינעם בית החיים אין קראקא, איז נישט מער ווי פאסיג אז די קהילה זאל געבען א שם ושארית צום אמאליגע אידישע הויפטשטאט, און זיין נקראת על שמה. אויך האט די רב ערווענט אז ער איז אן אייניקל פון פולע גדולי עולם וואס ליגן אינעם ארטיגע בית החיים, דעריבער גייט די קהילה גערופן ווערן מהיום והלאה קהל ברכת מנחם דקראקא.
נאכן קביעת שם איז סקולענע רבי שליט''א צוגעגאנגען צום הויפט אריינגאנג און קובע געווען די מזוזה, ווינטשענדיג דערביי ברכת קדשו. עקסטער האט די קראקא רב שליט''א געבעטען א הסכמה צום פרישען נאמען, צו וואס די רבי האט נאכגעזאגט פונעם זיידן ז''ל די לשון פון רמ''א "והמחמיר תבוא עליו ברכה" אז דעס מיינט די ברכה פונעם רמ''א אליין.
סטיטשינער האט געשריבן:שיינע מעמד קביעת מזוזה וקביעת שם פארגעקומען אין קהל ברכת מנחם דקראקא מאנסי.

ברוך השם וועלן מיר האבן א קראקא רב אין חצרות הקודש
הרה"ח המפואר ר' משה משב"ק פריעדמאן הי"ו קומט היינט קיין ארץ ישראל, צוזאמען מיט כמה מבניו החשובים און נאך עסקני בית סאטמאר לכבוד די שמחת החתונה בבית הרה"ח ר' אפרים שטערן הי"ו - מראשי קהל יטב לב דסאטמאר (מהרי"י) אין ארה"ק, יו"ר ומנהל עונג שבת ויו"ט וחבר הנהלת העדה החרדית חתונה וועט פארקומען היינט (דינסטאג) נאכט אין אולם "כינור דוד" אין בית שמש מארגן (מיטוואך) אווענט, וועט פארקומען א אפציעלע "מעמד קבלת פנים" פאר ר' משה גבאי, צוזאמען מיט א מסיבה שבע ברכות פאר ר' אפרים שטערן
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
סטיטשינער האט געשריבן:שיינע מעמד קביעת מזוזה וקביעת שם פארגעקומען אין קהל ברכת מנחם דקראקא מאנסי.
עס האבן זיך משתתף געווען האדמורי''ם מסקולען שליט''א און גדולי רבני העיר. די אורח הכבוד איז געווען כ''ק גאב''ד מאנטשעסטער שליט''א וואס האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשה בענין די קדושה פון א בית המדרש און די קדושה פון א אידישע שטוב. דערנאך אלץ משא המעמד האט אויפגעטרעטען הגה''צ די רב שליט''א, און ער האט אוועק געשטעלט די יסודות פונעם ביהמ''ד, אויף די זעלבע יסודות פון די בתי מדרשים אין ירושלים, בארא פארק און וויליאמסבורג. די הויכפונקט פונעם דרשה איז געווען ווען די רב האט מסביר געווען אז צוליב דעם וואס די קהילה על כל סניפיה האט זיך געגרינדעט אויפן פעסטע יסוד פונעם תוספות יום טוב איבער נישט רעדן ביים דאווענען מרישא עד גמירא, און כידוע ליגט די די תוספות יום טוב אינעם בית החיים אין קראקא, איז נישט מער ווי פאסיג אז די קהילה זאל געבען א שם ושארית צום אמאליגע אידישע הויפטשטאט, און זיין נקראת על שמה. אויך האט די רב ערווענט אז ער איז אן אייניקל פון פולע גדולי עולם וואס ליגן אינעם ארטיגע בית החיים, דעריבער גייט די קהילה גערופן ווערן מהיום והלאה קהל ברכת מנחם דקראקא.
נאכן קביעת שם איז סקולענע רבי שליט''א צוגעגאנגען צום הויפט אריינגאנג און קובע געווען די מזוזה, ווינטשענדיג דערביי ברכת קדשו. עקסטער האט די קראקא רב שליט''א געבעטען א הסכמה צום פרישען נאמען, צו וואס די רבי האט נאכגעזאגט פונעם זיידן ז''ל די לשון פון רמ''א "והמחמיר תבוא עליו ברכה" אז דעס מיינט די ברכה פונעם רמ''א אליין.
די בתי מדרשים אין די אנדערע שטעט באקומען אויך צו דעם נאמען?