חנוכה בחצרות הקודש אזוי ווי אלע חצרות האבן אנדער מנהגים וואלט געווען א גוטע זאך אפצושרייבען ווי אזוי מען פירט זיך ביי אלע חצרות, איך הייב אן מיט סאטמאר מהר"יי און דער עולם זאל צושרייבען ביי אנדער חצרות. סאטמאר מהר"יי די קנויטען מאכט דער רבי פארדעם אין שטוב, דער רבי קומט אריין און ער צינדט אן די מנורה, דער נאך זעצט זיך די דבי אראפ פאר אפאר מינוט און זאגט עפעס (די לעצטע צווי יאר איז געווערן איינגעפירט אז מען זינגעט בשעת מעשה ניגונים) נאך בערך 15 מינוט זינגעט די כאר וואס ווערט געפירט דורך ר' יואל וועבערמאן און ביישטייט פון אפאר אינגעלייט מיט אפאר צענדליג קינדער וואס הייבו אן זינגען הנירות הללו סדר פון די ניגון הנרות איז א צוזאמשטעל פון אסאך שטיקלעך מעוז צור איז צווי נוסחאות צוזאמגעטעלט, רעות איז א שיינע ווארעמע שטיקעל, ביי ובידו הגדולה הייבט מען אן א מער מארש סטייל, דביר קדשו איז געווענליך א גאנצען ניגון כרות איז געווענליך א וואלטץ, יונים איז די זעלבע סטייל ווי רעות, חשוף זינגעט קודם א חזן אפ א שיין שטיקעל און דערנאך זינגען די כאר אויך אזא סטייל ווי רעות, דערנעך זאגעט דער רבי א פולפול בסגיות הש"ס (די מראי מקומות ווערן אויסגעטיילט צופרי אין ישיבה) דערנאך מאכט דער רבי א לחיים
בעלי מחברים: בצל רבינו הקדוש זצלה"ה: הרה"ח ר' יקותאיל הערש וועצבערגער ע"ה, בצל רבינו בעל ברך משה זלה"ה: הרה"ח ר' יקותאיל הערש וועצבערגער ע"ה, הרה"ח ר' יודל וועצבערגער הי"ו, בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א: נעמט מעו אפיר אלטע פון הרה"ח ר' יקותאיל הערש וועצבערגער ע"ה,
בקשה גדולה אנא ואנא היות ומנויי נטפרי אינם יכולים לראות הקבצים העולים כאן לשימוש כלל הציבור, נא לראות להעלות באופנים שגם מנויי נטפרי יוכלו ליהנות ממראות הקודש ומי שיכול להעלות הקבצים דלעיל באופן שגם מנויי נטפרי יוכלו לחזות, תע"ב ייש"כ מראש
בקשה גדולה אנא ואנא היות ומנויי נטפרי אינם יכולים לראות הקבצים העולים כאן לשימוש כלל הציבור, נא לראות להעלות באופנים שגם מנויי נטפרי יוכלו ליהנות ממראות הקודש ומי שיכול להעלות הקבצים דלעיל באופן שגם מנויי נטפרי יוכלו לחזות, תע"ב ייש"כ מראש