קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אראפלייגן אז עס איז א גרויסע חורבן און עס הערשט א מאנגל.

שטארק מסתבר אז עס וואלט נישט צוגעקומען אז גאז סטאנציעס זאלן אויסלויפן ווען נישט דעם.

האבן זיי דאך אבער געמוזט ארויפטאנצן אויף עפעס וואס מען קען באשולדיגן דעם פרעזידענט...

איי ווי אזוי האט ביידן געזאלט אויפשטעלן סייבער סעקיוריטי אזוי שנעל אין פיר חדשים?
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

ר' זעקל האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:

רייט ווינג מידיע האט אודאי א גרויסן יד אין די הארדינג.

מיט וואס?

מסתם אז זיי האבן געלאזט וויסן דעם עולם אז עס איז דא א שארטעדזש, און דאס האט געזאלט זיין פון די נייעס וואס מען טאר נישט וויסן, א שטייגער ווי די מאריקאפע קאונטי'ס פארברעכערישע עלעקשען אודיט טאקטיקען.
ווען טראמפ וואלט געווען די פרעזידענט, וואלט עס די גאנצע מידיע געקאווערט. יעצט איז עס נאר די אנדערע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זיי האבן געמאכט דעם שארטידזש.

בכל עת, ובכל מקום,אויב יעדער לויפט אנפילן זיין טראנק מיט בעגס גאזאלין, וואלט די סטאנציעס אויסגעלאפן פון גאזאלין.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צל עובר האט געשריבן:אראפלייגן אז עס איז א גרויסע חורבן און עס הערשט א מאנגל.

שטארק מסתבר אז עס וואלט נישט צוגעקומען אז גאז סטאנציעס זאלן אויסלויפן ווען נישט דעם.

האבן זיי דאך אבער געמוזט ארויפטאנצן אויף עפעס וואס מען קען באשולדיגן דעם פרעזידענט...

איי ווי אזוי האט ביידן געזאלט אויפשטעלן סייבער סעקיוריטי אזוי שנעל אין פיר חדשים?

געווארט צו הערן די תירוץ, שטא ווער עס זאל לאכן, מהפך קערה על פיה, עס האט זיך געלוינט טראמפ זאל פארלירן צו זעהן די היפאקראטישקייט פון די לינקע, נאך פיר יאר פון אויפבלאזען יעדע קליינע זאך, טרייען צו מאכן יעדע נערישע זאך פאר א דיזעסטער, צו ווייל מען דארף מאכן די עקענאמיע פארן אויף אראפ מען זאל קענען בלעימן טראמפ, צו סתם פאר אים מאכן אויסזעהן שלעכט, איז מען פליצלונג דא מיט קראקאדייל טרערן אז די (רעכטע) מידיע פרובירט צו מאכן א דיזעסטער.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טרערן?

מיין גאז סטאנציע האט געהאט גענוג גאז.
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

ר' זעקל האט געשריבן:געווארט צו הערן די תירוץ, שטא ווער עס זאל לאכן, מהפך קערה על פיה, עס האט זיך געלוינט טראמפ זאל פארלירן צו זעהן די היפאקראטישקייט פון די לינקע, נאך פיר יאר פון אויפבלאזען יעדע קליינע זאך, טרייען צו מאכן יעדע נערישע זאך פאר א דיזעסטער, צו ווייל מען דארף מאכן די עקענאמיע פארן אויף אראפ מען זאל קענען בלעימן טראמפ, צו סתם פאר אים מאכן אויסזעהן שלעכט, איז מען פליצלונג דא מיט קראקאדייל טרערן אז די (רעכטע) מידיע פרובירט צו מאכן א דיזעסטער.

פארגעס נישט אז די רעכטע מידיע איז ממש ריזיג, אלע גרויסע נייעס אגענטורן זוכן בלויז צו שווער מאכן פאר ביידן...
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צל עובר האט געשריבן:טרערן?

מיין גאז סטאנציע האט געהאט גענוג גאז.

ווילסט עפעס ענטפערן מיט דעם? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דאס אליינס, וואס די רעכטע מידיע לייגט עס כאילו אראפ ווי א ביידן דורכפאל, א פריוואטע קאמפאני וואס איז געווארן געהעקט, ווייזט ווי זיי האבן נעבעך גארנישט עפעס אנדערש.

ממילא קומט מיר בכלל נישט צו וויינען, נישט קראקאדיל, און נישט געהעריג.

משא"כ ווען איך וואלט נישט געהאט קיין גאז, וואלט איך געוויינט אויף דעם וואס איך האב נישט קיין גאז צוליב דעם רעכט פראדוצירטן פאניק..
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

צל עובר האט געשריבן:דאס אליינס, וואס די רעכטע מידיע לייגט עס כאילו אראפ ווי א ביידן דורכפאל, א פריוואטע קאמפאני וואס איז געווארן געהעקט, ווייזט ווי זיי האבן נעבעך גארנישט עפעס אנדערש.

און טראמפ'ס צייטען פלעגט מען נעמען אזאלכע און נאך קלענערע זאכן, און אלע מידיע קוועלער האבן אנגעהויבן רעדן דערפון טאג אין נאכט ביז עס איז געווארן א קריזיס,
עס איז נישט קיין נפקא אמינא צו עס באלאנגט פאר א פריוואטע פירמע אדער פאר די גאווערמענט, עס איז א פייפ וואס שטעלט צו אויל פאר מיליאנער אמעריקאנער, א חלק פון די אמעריקאנער אינפערסטרוקטשער, וואס די פעדעראלע גאווערמענט דארף עס באשיצן.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

אין טראמפ'ס צייטן האט מען גענומען זאכן וואס עס איז נאכנישט געשעהן, און עס אראפגעלייגט אז עס גייט געשעהן, און עס גייט אונטערברענגן די עקענאמיע, צו מאכן א ווינט און אמעריקע אז די דער עולם זאל אויפהערן ספענדן, אויפהערן איינקויפען אזוי שטארק, אין מיט דעם אליין אראפברענגען די עקנאמיע.

אין אנדערע ווערטער נישט נאר גענומען א קליינע פראבלעם וואס האט נישט מיט די רעגירונג ווי די פייפליין, נאר געבויט א פראבלעם פון סקרעטש.
איסר'ל שארפבלאט
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 8:19 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר'ל שארפבלאט »

זעט אויס אז אמעריקאנער סייבער הענקער האבן זיך גענומען צו די רוסישע העקערס.
אטעטשמענטס
IMG_20210514_124559.jpg
IMG_20210514_124559.jpg (353.32 KiB) געזען 1189 מאל
שפרינגען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 487
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפרינגען »

איסר'ל שארפבלאט האט געשריבן:זעט אויס אז אמעריקאנער סייבער הענקער האבן זיך גענומען צו די רוסישע העקערס.

ווי אזוי זאגט פרעזידענט ביידען "עס איז קיינמאל נישט געווען קיין גוטע זאכן צו בעטן אקעגן אמעריקע, און עס איז נאך אלץ נישט" אמעריקע האט היינט דערלאנגט א טויט קלאפ פאר דער העקעריי גרופע נאך יארן וואס זיי טעראראזירן די וועלט, און יעצט פארן בלויז אטאקירן א אמעריקאנע קאמפעני וואס האט נישט קיין שיכות מניט דער רעגירונג האט ביידען גענטפערט ווי אמעריקע פלעגט ענטפערן אין די געזינטע יארן, און פארמאכט דער קאמפעני אויף אייביג
#אמעריקע ערשט
אוועטאר
tesla
שר האלפיים
תגובות: 2875
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2020 7:37 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tesla »

איסר'ל שארפבלאט האט געשריבן:זעט אויס אז אמעריקאנער סייבער הענקער האבן זיך גענומען צו די רוסישע העקערס.

אין קארצ'ן, וואס שטייט דא?
אוי איך בין דער קעניג פין דער וועלט
חיים הלוי גרין
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:44 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים הלוי גרין »

מיר זעט אויס אז זיי האבן זיך אלײַן צוגעשפארט, נאכן באקומען צופיל אטענשאן.

פונעם וואל סטריט דזשורנאל...
It is not uncommon for ransomware groups such as DarkSide to disband, only to pop up later under a different name.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@חיים הלוי, דאס שטייט אויך אלץ מעגליכקייט אין די לאנגע טרעד וואס @איסר'ל האט געברענגט.

עס איז א מעגליכקייט, אבער לכאורה זעהט אויס אז מען האט זיי פארמאכט.

איך וואלט טאקע געוואלט וויסן אויב מען האט באוויזן צוריקצוכאפן דאס געלט אויך, שטייט דאך דארט אז זייער בערזל איז ליידיג.

אויך איז א שטארקע זאך אז מען האט פארמאכט די פראסעסינג פירמע..

האפענטליך וועט די רעגירונג מעלדן אפדעיטס איבער דעם מיט די צייט.
אוועטאר
יש לו מנה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 28, 2020 2:55 pm
לאקאציע: אונטערן מאטראץ

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש לו מנה »

ווער איז דארקסייד?
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יש לו מנה האט געשריבן:ווער איז דארקסייד?

א גרופע רוסישע באנדיטן וואס דארפן געלט דורך טוהן שווארצע היט סטייל העקינג
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא

נארמאליזעם האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:ווער איז דארקסייד?

א גרופע רוסישע באנדיטן וואס דארפן געלט דורך טוהן שווארצע היט סטייל העקינג

פריוואט? אדער פוטינ’ס אינגלעך?

יש לו מנה האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
יש לו מנה האט געשריבן:ווער איז דארקסייד?

א גרופע רוסישע באנדיטן וואס דארפן געלט דורך טוהן שווארצע היט סטייל העקינג

פריוואט? אדער פוטינ’ס אינגלעך?

פרייוועט אזוי זאגט מען
ווען סוואלט געווען פוטינס שיק אינגעלעך וואלטן זיי זיך נישט פארענטפערט

ייש’’כ
איך גיי מיט שלייקעס...

און איך שטרעב פאר א קוטשמע!!!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לויט פרעזידענט ביידן איז עס נישט מעשה ידי פוטין.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5022
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלעסיידס »

לויט לערי קאדלא איז עס יא
שפיצער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3390
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 13, 2021 4:33 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיצער »

האפענטליך וועט די ביידען אדמינ לערנען פון די קאלאניעל העק און אונטערנעמען די נויטיגע שריט צו פאררעכטן די צובראכענע סייבער סעקיוריטי וואס ער'ט געירשענט פון זיין פארגייער .
ווען נישט ברויכן זיי צוגרייטן א גרויסע סופליי פון ביטקוין פאר מעגליכע צוקונפטיגע העקערייען.
יואלי פערל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

די פירמע האט באצאלט אפאר שעה נאך די העקעריי שוין, נישט די רעגירונג.

דער פרעזידענט האט טאקע געמאכט אן עקזעקיוטיוו ארדער צו פארשטערקערן סייבער סעקיוריטי, אבער איך ווייס נישט ווי גוט עס איז שייך צו זיין.

א פירמע ברויך האבן א בעקאפ.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: קאלאניעל פייפליין קאטאסטראפע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

וואס איז טאקע פשט אז אזא גרויסע און וויכטיגע קאמפאני זאל נישט האבן קיין בעקאפ?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”