נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

שפע רב האט געשריבן:ייש''כ פארן צוצייכענען. דא איז די גאנצע:
both sides are enemies.png

יישר כח פארן ברענגען די שטיקל ווא איז איצט נוגע למעשה.

מדארף זיך צאם נעמען מתפלל זיין סאיז גארנישט קיין וויץ.
לעצט פארראכטן דורך הרבטייטעלבוים אום דאנערשטאג מאי 13, 2021 6:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4427
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

האמת הצפון האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:שכח @האמת הצפון פאר די ריינע און הערליכע תורה’דיגע רייד

אין אנדערע נייעס האט דער עוכר ישראל ביבי ערייכט זיין ציל מיטן הפקרת דם ישראל:
דער רעכטער נפתלי בענעט וואס האט געזאלט פארמירן א רעגירונג אינאיינעם מיט די לינקע האט זיך ענטזאגט פינעם פלאן
נאך די מערדערליכע טעראר אקטן אנגעפירט די לעצטערע טעג דורכ’ן רוצח ומפקיר דמן של ישראל.

אגב נאר, בענעט שר''י איז נישט וויניגער עוכר ישראל ווי נתניהו שר''י און די א.ג לינקע זענען נישט אונזער גליק מער ווי די א.ג. רעכטע.
אלע זענען מינים ואפקורסים פון די ארגסטע וואס כלל ישראל האט געזעהן במשך הדורות און אלע וועלו במהרה אויסגעריסן ווערן פאר ביאת משיח בקרוב
פארוואס איך זאג עס איז ווייל איך זעה צימאל געוויסע וואס מחמת גרויס שנאה צום ראש ממשלת הכופרים ווילן זיי אז זיין קעגענער זאל עס מאכן...
(פינקט ווי געוויסע האבן פאלש באקומען א שטיקל נטיה צו די אראבישע טמאים און רוצחים ווייל זיי שלאגן זיך מיט די ציונים)
מ'דארף לערנען כסדר די רבינ'ס תורות בפרט די אידישע בנש''ק תורות פון כ''ז און וישלח י''ז אדער און לה'''ק און על הגאולה
אזוי אז אונזער שנאה זאל זיין טאקע בלויז די משנאיך ה' אשנא און איז ממילא צו די גאנצע קופה של שרצים דארט בשוה און צו די גאנצע ממשלת זדון נישט קיין חילוק רעכטע, לינקע, קאליציע, אפאזיציע, וכ''ו, אז נישט ווערט עס מיט די צייט ווי א פאליטישע שונא, וואס דאן ווערט שנעל מיין שונא'ס שונא מיין פריינט, און דאס טאר חלילה נישט זיין דא.
והבן כי קצרתי

פון סמעטענע ווערטער איז עס ניטעמאל געליגן ער האט סתם דערציילט די מציאות,

כ'בין נישט קיינעם חושד, ס'נאר כדאי אויסצושמיעסן בפרט איצט מיט די גרויסע קאנפליקטן דארט סיי מיט די אראבער און סיי מיט די רעכטע/לינקע
שטייט (זוה''ק שמות) אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!

רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

אורח הכבוד האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:שכח @האמת הצפון פאר די ריינע און הערליכע תורה’דיגע רייד

אין אנדערע נייעס האט דער עוכר ישראל ביבי ערייכט זיין ציל מיטן הפקרת דם ישראל:
דער רעכטער נפתלי בענעט וואס האט געזאלט פארמירן א רעגירונג אינאיינעם מיט די לינקע האט זיך ענטזאגט פינעם פלאן
נאך די מערדערליכע טעראר אקטן אנגעפירט די לעצטערע טעג דורכ’ן רוצח ומפקיר דמן של ישראל.

אגב נאר, בענעט שר''י איז נישט וויניגער עוכר ישראל ווי נתניהו שר''י און די א.ג לינקע זענען נישט אונזער גליק מער ווי די א.ג. רעכטע.
אלע זענען מינים ואפקורסים פון די ארגסטע וואס כלל ישראל האט געזעהן

זעכער זענען אלע אייניג. מען האט נאר ארויסגעברענגט ווי פאר נארישע פאליטיק אנטקעגן די לינקע צאלט מען ארויף אזא טייערע פרייז
איין חילוק איז דא אז נאר די רעכטע זענען נאך לוחם פאר א מדינה /פאר ציונות
דער לינקער איז שוין אזוי פארטיג נעבעך מיטן יהדות אז ס’אינטערסירט אים נישט אזוי דאס אויסרצחענען די ישמעאלים.
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

א פחד נורא יעצט אין בני ברק
נאך וואס די שווערע סיטואציע יעצט האט דערגרייכט אז די ראקעטן פליען אין ב’’ב און דער פייפער צוקלינגט זיך נישט
די קולות גייען דארט עד לב השמים
האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת הצפון »

דאס איז אין פלעטבוש, ליידער ליידער מען רייצט אויף דעם בער מען וואינט שוין יארן נעבן די אראבער און זיי האבן גארנישט געטאן פאר קיינעם ווער ווייסט ווי דאס קען צוברענגען?
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=6 ... 9Ghiq84FsP
=
קעיעמביעיזשען
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3720
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

אורח הכבוד האט געשריבן:
סמעטענע האט געשריבן:שכח @האמת הצפון פאר די ריינע און הערליכע תורה’דיגע רייד

אין אנדערע נייעס האט דער עוכר ישראל ביבי ערייכט זיין ציל מיטן הפקרת דם ישראל:
דער רעכטער נפתלי בענעט וואס האט געזאלט פארמירן א רעגירונג אינאיינעם מיט די לינקע האט זיך ענטזאגט פינעם פלאן
נאך די מערדערליכע טעראר אקטן אנגעפירט די לעצטערע טעג דורכ’ן רוצח ומפקיר דמן של ישראל.

אגב נאר, בענעט שר''י איז נישט וויניגער עוכר ישראל ווי נתניהו שר''י און די א.ג לינקע זענען נישט אונזער גליק מער ווי די א.ג. רעכטע.
אלע זענען מינים ואפקורסים פון די ארגסטע וואס כלל ישראל האט געזעהן במשך הדורות און אלע וועלן במהרה אויסגעריסן ווערן פאר ביאת משיח בקרוב
פארוואס איך זאג עס איז ווייל איך זעה צימאל געוויסע וואס מחמת גרויס שנאה צום ראש ממשלת הכופרים ווילן זיי אז זיין קעגענער ביי די וואלן זאל עס מאכן...
(פינקט ווי געוויסע האבן פאלש באקומען א שטיקל נטיה צו די אראבישע טמאים און רוצחים, ווייל זיי שלאגן זיך מיט די ציונים)
מ'דארף לערנען כסדר די רבינ'ס תורות בפרט די אידישע בנש''ק תורות פון כ''ז און וישלח י''ז אדער די לה'''ק און על הגאולה
אזוי אז אונזער שנאה זאל זיין טאקע בלויז די משנאיך ה' אשנא, און איז ממילא צו די גאנצע קופה של שרצים דארט בשוה און צו די גאנצע ממשלת זדון נישט קיין חילוק רעכטע, לינקע, קאליציע, אפאזיציע, וכ''ו, אז נישט ווערט עס מיט די צייט ווי א פאליטישע שונא, וואס דאן ווערט שנעל מיין שונא'ס שונא מיין פריינט, און דאס טאר חלילה נישט זיין דא.
והבן כי קצרתי

די הייליגע בעל התניא האט צוגעהאלפן די רוסישע צאר אין די מלחמה אנטקעגען נאפאלוין (ידוע ער האט געשיקט א שפיאן)
די הייליגע סאטמארע רב זצ''ל האט זיך געבייזערט אויף פרעזידענט ניקסאן ווייל ער האט געהאלפען די ציונים ביי די יו''כ מלחמה (ידוע ערש''ק ביי טעמי')
איז משמע מען דארף (מ'מעג) פרובירן בדבר מעשיי די מדינה זאל אינטערגיין (אן קיין שאדן פאר אן ערליכע אידישע נפש) און נישט סתם פיינט האבן
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

אין אשדוד איז יעצט א שרעק
ווילאנג וועלן מיר נאך ליידן פינעם גלות הערב רב לאמיר איינרייסן לשלומם של ישראל
האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת הצפון »

אין צענדליגע שטעט אין ארצ ישראל פליט ראקעטן, א בלעק אוט אין אשקלון,
רחמנא ליצלן, אלעס פארן כוחי ועוצם ידי פון באמבעדירן עזה,
קעיעמביעיזשען
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19773
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

האמת הצפון האט געשריבן:דאס איז אין פלעטבוש, ליידער ליידער מען רייצט אויף דעם בער מען וואינט שוין יארן נעבן די אראבער און זיי האבן גארנישט געטאן פאר קיינעם ווער ווייסט ווי דאס קען צוברענגען?
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=6 ... 9Ghiq84FsP
=

ארויסגענימען פון קאנטעקסט. דאס זענען פאקיסטאנער וואס פירן זיך אזוי אויף יעדעס יאר ביי זייער ענד פון ראמאדאן חאגא. (כ'האב עס מיטגעהאלטן נעכטן מיט מיינע אייגענע אויגן)
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת הצפון »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:דאס איז אין פלעטבוש, ליידער ליידער מען רייצט אויף דעם בער מען וואינט שוין יארן נעבן די אראבער און זיי האבן גארנישט געטאן פאר קיינעם ווער ווייסט ווי דאס קען צוברענגען?
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=6 ... 9Ghiq84FsP
=

ארויסגענימען פון קאנטעקסט. דאס זענען פאקיסטאנער וואס פירן זיך אזוי אויף יעדעס יאר ביי זייער ענד פון ראמאדאן חאגא. (כ'האב עס מיטגעהאלטן נעכטן מיט מיינע אייגענע אויגן)

קען זיין,
קעיעמביעיזשען
מאך המוציא
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:28 am

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאך המוציא »

סמעטענע האט געשריבן:א פחד נורא יעצט אין בני ברק
נאך וואס די שווערע סיטואציע יעצט האט דערגרייכט אז די ראקעטן פליען אין ב’’ב און דער פייפער צוקלינגט זיך נישט
די קולות גייען דארט עד לב השמים

וואס איז געשעהן אין בני ברק? ס'געפאלן דארט?
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: "נייעס" פון די ראקעטן אין ארץ ישראל מיט א תורה'דיגע בליק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

גיי פארשטיי האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:א סטעיטמענט וואס מאכט ליידער אויסקוקן ווי די ציונים זענען די פארטרעטער פון אידישע קינדער, רחמנא ליצלן,

איך בין נייגעריק צו די קענסט ויוא' משה?
ווייל דארט שטייט אז ח"ו זאל די מדינה נישט אויפגעלעזט ווערן דורך די אראבערס!

איך וויל נישט מאריך זיין מיט קיין אנאליזן אין א נייעס אשכול, אבער ס'איז פשוט אז קיין איין ערליכע איד וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם אז די מדינה זאל אונטערגיין צוליב א פחד פון אראבישע אטאקעס.

יא זיי האבן מתפלל זיין אז ס'זאל זיין מיט רחמים וחסדים, אבער זיי האבן אודאי נישט גערעדט פון "רחמים וחסדים" מצד די אראבער... נאר אז דער אויבערשטער זאל שיקן רחמים וחסדים אז קיין איד זאל נישט געשעדיגט ווערן דערביי.

סאו למשל אז די אראבער זאלן סטראשען אז אויב מ'לעזט נישט אויף די מדינה וועלן זיי אראפ לאזן עטליכע אטאם באמבעס אויף גרויסע שטעט אין ארץ ישראל, און די ראשי המדינה זאלן זיך דערשרעקן און אויף לעזן די גאנצע מדינה, און די אראבער זאלן זיך בארואיגן און אראפ לייגן זייער געווער און קיין איין איד זאל נישט געשעדיגט ווערן. ס'איז געווען רחמים וחסדים מיט אלע מפרשים, אבער די מדינה איז אויפגעלעזט ווערן דורך די אראבער...

וואלט - למשל - רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע געהאט א פראבלעם מיט אזא ענדע צו די מדינה? זיכער אז נישט! אלזא איז פשוט אז ס'איז נישט אמת די זאץ אז "ח"ו די מדינה זאל אויפגעלעזט ווערן דורך די אראבער" נישט פון א תורה'דיגע שטאנדפונקט און אויך נישט פון א זיכערהייט שטאנדפונקט (ווייל קיינער גייט דאך נישט געשעדיגט ווערן דערביי), נאר בלויז פון א עגאאיסטישע שטאנדפונדקט ("אויב זאל עס אויפגעלעזט ווערן זאל עס זיין ווייל איך האב אזוי באשלאסן און נישט ווייל א צווייטער האט מיר געצווינגען דערצו"...).

איי פארוואס הערט מען אזוי אפט רעדן אין ערליכע קרייזן איבער די וויכטיגקייט אז די אונטערגאנג פון ס'זאל נישט האבן קיין שייכות מיט די אראבער?

דאס קומט לכאורה פון דאס וואס אסאך זעען ליידער פארט די מדינה אלס "אונזער זייט" קעגן די אראבער, און דערפאר האבן זיי אויך דעם עיגאו פונעם ציוני קעגן דעם אראבער וואס מאכט זיי פאניקן ווען זיי טראכטן נאר פון אן א "געוואונס" פאר די אראבער אויב זיי וועלן גורם זיין די ביטול פון די מדינה.

אין א קורצע שורה: אידישע קרבנות איז א פראבלעם, דאס עצם אראבישע געווינס קעגן מדינת ישראל איז נישט, און איינער וואס פילט אז יא איז דאס וואס מ'רופט "פארכאפט אין ציונות".
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבן יקרה »

ס'גארנישט געשעהן אין ב"ב ב"ה
נישט קולות און גארנישט
א רואיגע נאכט ב"ה כה יוסיף
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

וואלט - למשל - רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע געהאט א פראבלעם מיט אזא ענדע צו די מדינה?

אזא סטראשע איז נאכנישט רחמים גמורים וחסדים גלויים. וויאזוי קען אזא סארט ביטול צושטאנד קומען דורך רחמים גמורים וחסדים גלויים?
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

תגובה דורך לב בשר »

באקומען א מעסעדזש:
כ׳בין מתפלל פאר אלע שומרי תומ״צ זאלן נישט געשעדיגט ווערן.

איך האב נישט קיין שום סימפאטיע מיט די איזרעיליס - מנעצי השם, זיי וועלן מלחמה האלטן קעגן מלך המשיח.

כ׳האב רחמנות אויף די פרייע איזרעיליס פונקט ווי איך וואלט רחמנות געהאט אויף בערני סענדערס...

#Share if you agree
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

נשמה האט געשריבן:

פארוואס נישט? די ראשי המדינה דערשרעקן זיך און הייבן א ווייסע פאן, און די ביטול המדינה גייט אדורך אן קיין קריץ פאר א איד! וואס דען מיינט רחמים גמורים וחסדים גלויים?
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
corn pops
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2020 6:52 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך corn pops »

לב בשר האט געשריבן:באקומען א מעסעדזש:
כ׳בין מתפלל פאר אלע שומרי תומ״צ זאלן נישט געשעדיגט ווערן.

איך האב נישט קיין שום סימפאטיע מיט די איזרעיליס - מנעצי השם, זיי וועלן מלחמה האלטן קעגן מלך המשיח.

כ׳האב רחמנות אויף די פרייע איזרעיליס פונקט ווי איך וואלט רחמנות געהאט אויף בערני סענדערס...

#Share if you agree

ס'איז ע"פ תורה אזוי צו טראכטן? כ'מיין אז נישט

ענדערש זיי מתפלל אויף איינמאל אויך אז די תינוקות שנשבו זאלן תשובה טוען
אכטונג דעזיינערס: אויב דארפט איר שאטערסטאק בילדער פאר א גוטע פרייז, שיקט מיר אן אישי
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

לב בשר האט געשריבן:באקומען א מעסעדזש:
כ׳בין מתפלל פאר אלע שומרי תומ״צ זאלן נישט געשעדיגט ווערן.

איך האב נישט קיין שום סימפאטיע מיט די איזרעיליס - מנעצי השם, זיי וועלן מלחמה האלטן קעגן מלך המשיח.

כ׳האב רחמנות אויף די פרייע איזרעיליס פונקט ווי איך וואלט רחמנות געהאט אויף בערני סענדערס...

איך האב יא רחמנות אויף זיי, און פונקט אזוי אויף בערני סאנדערס.

און דאס האלטן בערני סאנדערס פאר א אנדערע סטאנדארט ווי אנדערע פרייע אידן איז א באווייז אז די אישו איז נישט אידיש בלוט, נאר ציוני'סטיש בלוט.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

והיתם נקיים האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
וואלט - למשל - רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע געהאט א פראבלעם מיט אזא ענדע צו די מדינה?

אזא סטראשע איז נאכנישט רחמים גמורים וחסדים גלויים. וויאזוי קען אזא סארט ביטול צושטאנד קומען דורך רחמים גמורים וחסדים גלויים?

פארוואס נישט? די ראשי המדינה דערשרעקן זיך און הייבן א ווייסע פאן, און די ביטול המדינה גייט אדורך אן קיין קריץ פאר א איד! וואס דען מיינט רחמים גמורים וחסדים גלויים?

חלילה. חוץ אויב יעדער איינער ווייסט קלאר מיט רוח הקודש אז ס'איז נאר א סטראשע. דו מיינסט אוודאי צו זאגן, אויב זיי גיבן עס יעצט אויף מחמת זיי האבן שוין נישט קיין געדולד מער.

דער עיקר פראבלעם איז די השתתפות פון ערליכע אידן מיט די דחיקת הקץ זייערע. די רגע ס'איז דא השתתפות, מ'פרייט זיך אז די דחיקת הקץ קען אנגיין ווייטער, ווערט עס א דחיקת הקץ מצד דעם ערליכן יוד. די דחיקה באקומט יודישע חיות. און דאס איז די פראבלעם פון וואס מ'דארף זיך זייער היטן בעזרת השי"ת.

די סיבה פארוואס יודן ווילן אז די מדינה זאל בטל ווערן - מתוך רחמים גמורים וחסדים גלויים - איז נאר ווייל אויב מ'וויל נישט אז ס'זאל בטל ווערן, נו, פארוואס ווילסטו נישט? איז דאס אליין השתתפות. דערפאר וויל מען אז ס'זאל בטל ווערן. און אויך ווייל זייער מדינה מאכט אז ערליכע יודן זאלן זיך משתתף זיין. בקיצור ס'איז בעיקר די השתתפות פון ערליכע יודן אין די דחיקת הקץ זייערע וואס דאס איז דער עיקר וואס מ'דארף זיך היטן די דעת.

והשם הטוב יעזור אז מיר זאלן זיך היטן דאס דעת נישט צו ווערן פארכאפט אין זייער דחיקת הקץ. נאר וויסן אז אונז האמער גארנישט מיט זיי. און אונז וויל מיר זיי נישט האבן.
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לב בשר »

והיתם נקיים האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:באקומען א מעסעדזש:
כ׳בין מתפלל פאר אלע שומרי תומ״צ זאלן נישט געשעדיגט ווערן.

איך האב נישט קיין שום סימפאטיע מיט די איזרעיליס - מנעצי השם, זיי וועלן מלחמה האלטן קעגן מלך המשיח.

כ׳האב רחמנות אויף די פרייע איזרעיליס פונקט ווי איך וואלט רחמנות געהאט אויף בערני סענדערס...

איך האב יא רחמנות אויף זיי, און פונקט אזוי אויף בערני סאנדערס.

און דאס האלטן בערני סאנדערס פאר א אנדערע סטאנדארט ווי אנדערע פרייע אידן איז א באווייז אז די אישו איז נישט אידיש בלוט, נאר ציוני'סטיש בלוט.

טאקע דעס זאגט ער, פ״וו האסטו נישט רחמנות אויף בערני (מער פון א אנדערע גוי) און אויף די פרייער אירעילי יא? אלא מאי ציונות...

איך גלייב נישט אז אנשים כערכינו זענען אזוי שולט על הלב און האבן מער רחמנות אויף בערני מער ווי סתם א גוי ווייל ער איז א איד.

בד״ו, ס׳איז דא א ענין פון ורחמיו על כל מעשיו אויף אלע ברואים, איך זיך א מקור אז ס׳איז דא אן ענין צו האבן א געפיל צו א איד אן אפיקורס מער ווי אויף א פאלנער גוי...
אנשיל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:44 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנשיל »

איך קען נישט גלייבן אז א איד האט נישט קיין צער ווען א פרייער ווערט געהארגעט. אלע צדיקים האט עס זיי וויי געטוען און בתוכם די סאטמאר רב זצ"ל. און בפרט די היינטיגע ציונים ע"פ רוב וואס זענען ערצויגן געווארן אן תורה ומצוות עיין ברמב"ם הל' ממרים פרק ג הלכה ג
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

נשמה האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
וואלט - למשל - רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע געהאט א פראבלעם מיט אזא ענדע צו די מדינה?

אזא סטראשע איז נאכנישט רחמים גמורים וחסדים גלויים. וויאזוי קען אזא סארט ביטול צושטאנד קומען דורך רחמים גמורים וחסדים גלויים?

פארוואס נישט? די ראשי המדינה דערשרעקן זיך און הייבן א ווייסע פאן, און די ביטול המדינה גייט אדורך אן קיין קריץ פאר א איד! וואס דען מיינט רחמים גמורים וחסדים גלויים?

חלילה. חוץ אויב יעדער איינער ווייסט קלאר מיט רוח הקודש אז ס'איז נאר א סטראשע. דו מיינסט אוודאי צו זאגן, אויב זיי גיבן עס יעצט אויף מחמת זיי האבן שוין נישט קיין געדולד מער.

אויב איז דיין פראבלעם מיט די סטראשע אז ס'גייט דערשרעקן מענטשן, לאמיר רעדן פון א פאל וואס נאר די ראשי המדינה ווייסן דערפון.

דער עולם לעבט ווייטער רואיג, און זיי געבן אויף ווייל זיי האבן נישט קיין ברירה (און נישט ווייל "זיי האבן שוין נישט קיין געדולד מער").

וואס איז די פראבלעם דא? און וויאזוי פעלט דא רחמים גמורים וחסדים גלויים?
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
והיתם נקיים
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והיתם נקיים »

לב בשר האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
לב בשר האט געשריבן:באקומען א מעסעדזש:
כ׳בין מתפלל פאר אלע שומרי תומ״צ זאלן נישט געשעדיגט ווערן.

איך האב נישט קיין שום סימפאטיע מיט די איזרעיליס - מנעצי השם, זיי וועלן מלחמה האלטן קעגן מלך המשיח.

כ׳האב רחמנות אויף די פרייע איזרעיליס פונקט ווי איך וואלט רחמנות געהאט אויף בערני סענדערס...

איך האב יא רחמנות אויף זיי, און פונקט אזוי אויף בערני סאנדערס.

און דאס האלטן בערני סאנדערס פאר א אנדערע סטאנדארט ווי אנדערע פרייע אידן איז א באווייז אז די אישו איז נישט אידיש בלוט, נאר ציוני'סטיש בלוט.

טאקע דעס זאגט ער, פ״וו האסטו נישט רחמנות אויף בערני (מער פון א אנדערע גוי) און אויף די פרייער אירעילי יא? אלא מאי ציונות...

איך גלייב נישט אז אנשים כערכינו זענען אזוי שולט על הלב און האבן מער רחמנות אויף בערני מער ווי סתם א גוי ווייל ער איז א איד.

בד״ו, ס׳איז דא א ענין פון ורחמיו על כל מעשיו אויף אלע ברואים, איך זיך א מקור אז ס׳איז דא אן ענין צו האבן א געפיל צו א איד אן אפיקורס מער ווי אויף א פאלנער גוי...

איך רעד טאקע אלס ורחמיו על כל מעשיו, צו ס'איז דא א מקור אז ס׳איז אן ענין צו האבן א געפיל צו א איד אן אפיקורס מער ווי אויף א פאלנער גוי ווייס איך נישט.
פאר אונזער קיום אין גלות איז וויכטיג אז דער גוי זאל דולדן שמוץ, צוליב וואס ביים גוי זענען מיר 'שמוציגע יודן'.

און אויב איר האלט אז קדושת הגוי קומט פאר אונזער קיום אין גלות, דאן קענט איר נישט זיין אקעי מיט די הפקרות'דיגע צוגאנג פון 'רעליגיעזע פרייהייט'.
קאוונע
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2020 11:36 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאוונע »

איך האב נישט געליינט ביז דא אויב מהאט שוין גערעדט ביטע צוצייכענען, אלטע שאלה סאטמאר רב פלעגט זאגן אויף די חיילי מדינת ישראל מיליטער לבי לבי על חלליהם ער האט דאך זיי געהאלטן פאר מינום ואפיקורסים וואס זייער דין איז מורידן ולא מעלין סא וואס וויינסטו?
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6206
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

שפע רב האט געשריבן:אגב.
נישט אז דאס מאכט עס, אבער ס'געבט מיך נאך אלס א שטאך ווען איך זעה די קליפס פון די רוצחים אין עזה בשעת זיי שיקן זייערע באמבעס, ווי זיי דערמאנען אויף זייער שפראך 'די אייבירשטער איז גרויס'. און איך טראכט ביי מיר מיט ווייטאג אז ווען מ'שיסט פון איזראעל, וועסטו נישט הערן דעם שם ה'. אפילו בטעות. נאר כוחי ועוצם ידי.
(אוודאי איז דא רעליגיעזע סאלדאטן, אבער פון די רובו ככולו ראשים וועסטו בטעות נישט הערן דעם שם ה').

ניין, כ'זאג נישט אז די אראבער זענען ערליך. זיי זענען רוצחים. איך זאג נאר אז זיי זענען מאמינים און נתני' און לפיד, און גאנץ, ועוד,, נעבעך נישט.

זיי זענען נענטער צו די תורה ווי די ציונים..
ס'הערט זיך עקסטרעם, וואס זאל איך טון. דאס איז די מציאות.

זיי זענען נענטער צו די תורה?? דורך רציחה? דורך זנות? די נידריגסטע אומה אויפן וועלט זענען זיי! ווייל זיי נוצן דעם שם השם צו רצח׳נען ווערסטו אזוי איבערגענומען? דאס האט אויך מיט קנאות?

איך בין א סאטמערע חסיד! אבער אזאלכע דברי הבל קען איך נישט דערליידן.
לעצט פארראכטן דורך בניהו אום דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני הוא הנער, נער המדבר
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”