נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך האמת הצפון » פרייטאג מאי 14, 2021 10:37 am

אין די לעצטע האלבע שעה האבן די די פייפערס ווידער צוקלינגען אין פילע געגנטער, און עס איז געפלויגן ראקעטן,
ווייסט וואספארא סארט מענטש ער איז? ער איז פון די וואס האלטן אז טראמפ האט "יא" געווינען די וואלן!

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך והיתם נקיים » פרייטאג מאי 14, 2021 10:39 am

נשמה האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:אזא סטראשע איז נאכנישט רחמים גמורים וחסדים גלויים. וויאזוי קען אזא סארט ביטול צושטאנד קומען דורך רחמים גמורים וחסדים גלויים?

פארוואס נישט? די ראשי המדינה דערשרעקן זיך און הייבן א ווייסע פאן, און די ביטול המדינה גייט אדורך אן קיין קריץ פאר א איד! וואס דען מיינט רחמים גמורים וחסדים גלויים?

חלילה. חוץ אויב יעדער איינער ווייסט קלאר מיט רוח הקודש אז ס'איז נאר א סטראשע. דו מיינסט אוודאי צו זאגן, אויב זיי גיבן עס יעצט אויף מחמת זיי האבן שוין נישט קיין געדולד מער.

אויב איז דיין פראבלעם מיט די סטראשע אז ס'גייט דערשרעקן מענטשן, לאמיר רעדן פון א פאל וואס נאר די ראשי המדינה ווייסן דערפון.

דער עולם לעבט ווייטער רואיג, און זיי געבן אויף ווייל זיי האבן נישט קיין ברירה (און נישט ווייל "זיי האבן שוין נישט קיין געדולד מער").

וואס איז די פראבלעם דא? און וויאזוי פעלט דא רחמים גמורים וחסדים גלויים?

בשעת'ן מאכן דעם פאל אין דיין 'דמיון', ווייסטו דאך דערפון, און פארוואס - אין דיין דמיון - בעהסטו נישט דעם אייבערשטן אז זיי זאלן נישט קומען מיט אזא פלאן? אלא מאי אין דיין 'דמיון' ווייסטו מיט רוח הקודש אז די ראשי הציונים ימח שמם וועלן אוודאי גראד אונטערגעבן ווייל זיי האבן נישט קיין ברירה. איז דאס זאג איך. אז אויב ס'איז נישטא קיין פחד, איז אוודאי נישט קיין פראבלעם אויב זיי געבן אונטער אפילו אויב די אונטערגעבן קומט ווייל זיי האבן נישט קיין ברירה. וואס א חילוק. אבי ס'איז בטל.

אודאי האב איך נישט קיין פראבלעם אז ס'גייט אונטער אויף סיי וועלכע פרידליכע וועג, אפילו אויב ס'איז פשוט ווייל זיי ווערן נמאס דערפון.

די שאלה איז פארוואס ס'זאל מיר - אדער סיי וועם - אנגיין אז ס'געשעט יא דורך די פלאן פון מיין דמיון.

סוף כל סוף וועט עס דורך ביידע וועגן בטל ווערן אן קיין שאדן פאר א איד, איז פארוואס זאל מיך אנגיין וועלכע וועג ס'געשעט, אזש איז דו שלאגסט פאר אז איך זאל מתפלל זיין אז זיי זאלן נישט קומען מיט אזא פלאן?

ניין, איך בין נישט מתפלל אז די אראבער זאלן זיין ידם על התחתונה, נאר בלויז אז קיין אידן זאלן נישט געשעדיגט ווערן!

האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך האמת הצפון » פרייטאג מאי 14, 2021 12:24 pm

ווייסט וואספארא סארט מענטש ער איז? ער איז פון די וואס האלטן אז טראמפ האט "יא" געווינען די וואלן!

האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך האמת הצפון » פרייטאג מאי 14, 2021 12:26 pm

די ציונים באמבעדירן ווייטער און אויסער די געוואלדיגע איסורים, קומט שוין אויך צו די חילול שבת,
ווייסט וואספארא סארט מענטש ער איז? ער איז פון די וואס האלטן אז טראמפ האט "יא" געווינען די וואלן!

סמעטענע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 27, 2020 9:35 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך סמעטענע » פרייטאג מאי 14, 2021 4:41 pm

א שטארקע הערה
כל טוב האט געשריבן:אויב אינפארמאציע קומט פון חילול שבת טאר מען עס לכאורה נישט זעהן אלץ מעשה שבת, אנדערש איז ווען די נייעס קומט פון א גוי'שע נייעס קוואל דארף א גוי'אישער רעפארטער.

כ'מיין מ'זאל פארמאכן די אשכול ביז איבער שבת. כנלע''ד


די זעלבע פראגע איז איבער א באריכט פון מעשה מינות וואס ווערט באריכטעט ערגעצווי צו מען מעג עס ניצן אדער באריכטן.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 10731
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג מאי 14, 2021 5:13 pm

האמת הצפון האט געשריבן:דאס זענען די נעמען פון די אומגעקומענע ביז יעצט, און דאס אויסער פילע שווער פארוואנדעטע,
נריה בן רות - געשטאכן געווארן אין לוד
אלעד בן ג'וליה- לינטש אין עכו
יגאל בן שושנה- לינטש אין לוד
שני בת צביה- ראקעט אין חולון
אוריאן בת ליאן שולמית - 5 יעריג מיידל, ראקעט אין חולון
שני אביגיל בת אילנה - ראקעט אין שדרות
שליו בן רויטל - זעלנער פון אנטי טאנק מיסל
בניה ישראל בן אביבה -טעראר אטאקע ביי צומת תפוח
אריאל בן מרים- ציר גלעד

דאס זענען די נעמען פון די פארוואונדעטע (ושם אמיהם להתפלל)

אוועטאר
עכט נארמאל
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אין כולל

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך עכט נארמאל » פרייטאג מאי 14, 2021 5:41 pm

אורח הכבוד האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
קאוונע האט געשריבן:איך האב נישט געליינט ביז דא אויב מהאט שוין גערעדט ביטע צוצייכענען, אלטע שאלה סאטמאר רב פלעגט זאגן אויף די חיילי צהל לבי לבי על חלליהם ער האט דאך זיי געהאלטן פאר מינום ואפיקורסים וואס זייער דין איז מורידן ולא מעלין סא וואס וויינסטו?

די מיינסט מסתמא און די וישלח תורה ווי די רבי באוויינט די אלמנות און יתומים וואס די מופקרים האבן ליידער גורם געווען דורך די מלחמה שלא ע"פ תורה
ס'איז אבער נישט קלאר 100% אז ער מיינט דייקא די חיילים (כאטש מסתם האט ער זיי אויך באוויינט אז זענען נעבעך געפאלן קרבנות ברחניות ובגשמיות למזבח הציונות) ווייל מ'זאגט אז דעמאלס האט מען גענומען ערליכע אידן בכפיה צום פראנט ה''י און אסאך זענען ליידער נישט אהיימגעקומען


אות נ''ה און ס''ג

https://app.box.com/s/mhjruys1wdlgj3154wjubha0bdyy5ew6

למעשה: ווי אזוי דארף מען רעדן ? מ'דארף למשל זאגן אז די סמ"ך מ"ם האט געוואונען!!??
\

האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך האמת הצפון » מוצ"ש מאי 15, 2021 10:35 pm

א אנגעצויגענע שבת איז אריבער אין אסאך געגנטער אין ארץ ישראל, ווען די ראקעטן זענען ווייטער געקומען צו פליען אן אויפהער, מיט אלע גרויסהאלטענישן פון די ציונים,
ווייסט וואספארא סארט מענטש ער איז? ער איז פון די וואס האלטן אז טראמפ האט "יא" געווינען די וואלן!

האמת הצפון
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2020 9:21 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך האמת הצפון » מוצ"ש מאי 15, 2021 10:52 pm

ליידער איז א איד רמת גן אוועק דעם שבת נאכן געשעדיגט ווערן פון א ראקעט פון עזה,
און דא איז די נייעס ווי די ציונים זאגן קלאר אז זיי ווילן נישט קיין פייער אפשטעל,
אידיש בלוט איז ביי זיי הפקר ר"ל!
מדינת ישראל שטעלט קלאר אז זי איז דערווייל נישט גרייט פאר פייער אפשטעל און וויל אנגיין ווייטער‎ פאר עטליכע טעג
מוצ״ש במדבר פ״א
די מדינת ישראל רעגירונג זאגט אז זי האט באקומען עטליכע אָפערס פון א פייער אפשטעל, אבער אירע מיליטערישע אפעראציעס און באמבארדירונגען אין עזה זענען נאכנישט פארטיג. קוועלער זאגן אז מדינת ישראל וויל נאך האבן אפאר טעג פון באמבארדירונגען, אבער עס וועט ווארשיינליך זיין א פייער אפשטעל שפעטער אין די וואך.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/39392
ווייסט וואספארא סארט מענטש ער איז? ער איז פון די וואס האלטן אז טראמפ האט "יא" געווינען די וואלן!

נארגוטס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 22, 2018 11:05 am

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך נארגוטס » זונטאג מאי 16, 2021 12:58 am

א שטיקל על הגאולה וואס איז שטארק נוגע צום יעצטיגן מצב
צוגעלייגטע
הגאולה ועל התמורה.jpg
הגאולה ועל התמורה.jpg (612.08 KiB) געזעהן 1174 מאל

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6497
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך דריידל » זונטאג מאי 16, 2021 1:24 am

האמת הצפון האט געשריבן:די ציונים באמבעדירן ווייטער און אויסער די געוואלדיגע איסורים, קומט שוין אויך צו די חילול שבת,

לויט די מצב ווי מ'שטייט איצט איז עס דאך פיקוח נפש

אוועטאר
צהלתו בפניו
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2020 8:02 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך צהלתו בפניו » זונטאג מאי 16, 2021 7:59 am

דריידל האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:די ציונים באמבעדירן ווייטער און אויסער די געוואלדיגע איסורים, קומט שוין אויך צו די חילול שבת,

לויט די מצב ווי מ'שטייט איצט איז עס דאך פיקוח נפש

אלס פיקוח נפש זאלן זיי איינגיין אויף א פייער אפשטעל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26828
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 16, 2021 9:41 am

ישראל_הלוי האט געשריבן:אויפן אל אקצא יעצט


און וואס זאגט א הייליגער איד?
צוגעלייגטע
Capture.JPG
פ' שלח תשכ"ז
Capture.JPG (25.67 KiB) געזעהן 953 מאל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1884
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך אורח הכבוד » זונטאג מאי 16, 2021 9:43 am

עכט נארמאל האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
אורח הכבוד האט געשריבן:
קאוונע האט געשריבן:איך האב נישט געליינט ביז דא אויב מהאט שוין גערעדט ביטע צוצייכענען, אלטע שאלה סאטמאר רב פלעגט זאגן אויף די חיילי צהל לבי לבי על חלליהם ער האט דאך זיי געהאלטן פאר מינום ואפיקורסים וואס זייער דין איז מורידן ולא מעלין סא וואס וויינסטו?

די מיינסט מסתמא און די וישלח תורה ווי די רבי באוויינט די אלמנות און יתומים וואס די מופקרים האבן ליידער גורם געווען דורך די מלחמה שלא ע"פ תורה
ס'איז אבער נישט קלאר 100% אז ער מיינט דייקא די חיילים (כאטש מסתם האט ער זיי אויך באוויינט אז זענען נעבעך געפאלן קרבנות ברחניות ובגשמיות למזבח הציונות) ווייל מ'זאגט אז דעמאלס האט מען גענומען ערליכע אידן בכפיה צום פראנט ה''י און אסאך זענען ליידער נישט אהיימגעקומען


אות נ''ה און ס''ג

https://app.box.com/s/mhjruys1wdlgj3154wjubha0bdyy5ew6

למעשה: ווי אזוי דארף מען רעדן ? מ'דארף למשל זאגן אז די סמ"ך מ"ם האט געוואונען!!??

וואס קומט ארויס דא איז אפי' על צד ס'איז א געווינס (די רבי ברענגט ארויס זייער אסאך אז אפי ביי די סט''א איז אויך לא עביד ניסא למגנא און אז היינטיגע צייטען קען מען ל''ע פארפירט ווערן פון א בלויזע אחוזת ענים מיט גוטע פראפעגאנדע במילא איז א שאד אפי צו מאכן עכטע ניסים) איז דאס קלאר א געווינס פונעם סמ"ך מ''ם רח''ל, איז וועלעכע איד שעמדו רגליו על רגליו איז גרייט זיך אינדעפציערן - ווער רעדט נאך זיך מיטפרייען - מיט זיינס א געווינס?!
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26828
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 16, 2021 9:47 am

הגם רעדט יעצט קיינער פון ניסים, ס'איז בלויז פראפאגאנדע, על צד אז יעדעס ווארט וואס זיי פארקויפן זאל ווען זיין וואר.

גיב א קוק, זיי דערציילן אז זיי האבן שוין אוועקגעלייגט אזויפיל פון זייערע קעפ, דערווייל זעהט אויס גאר ווי די אראבער קענען שיסן אפילו אן א קעפ.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 16551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 16, 2021 10:04 am

דריידל האט געשריבן:
האמת הצפון האט געשריבן:די ציונים באמבעדירן ווייטער און אויסער די געוואלדיגע איסורים, קומט שוין אויך צו די חילול שבת,

לויט די מצב ווי מ'שטייט איצט איז עס דאך פיקוח נפש

זעהט מיר נישט אויס אז די באמבארדירונגען שטעלן סאמהאו אפ די ראקעטס...
Extremists on the left are a small sect operating mostly outside the Democratic Party. Extremists on the right control the Republican Party.

2016: Trump cheated and won.
2020: Trump cheated and lost.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26828
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 16, 2021 10:54 am

פון גליון "אמונה ודעת", רעקאמענדירט ארויס צו פרינטן.
צוגעלייגטע
1[2853]אמונה_ודעת_במדבר.pdf
(310.62 KiB) דאונלאודעד 7 מאל
[2853]אמונה_ודעת_במדבר1.jpg
[2853]אמונה_ודעת_במדבר1.jpg (381.06 KiB) געזעהן 871 מאל
[2853]אמונה_ודעת_במדבר2.jpg
[2853]אמונה_ודעת_במדבר2.jpg (390.54 KiB) געזעהן 871 מאל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר האלף
תגובות: 1884
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך אורח הכבוד » מיטוואך מאי 19, 2021 10:38 am

דערדריקענדע אנגסט און נאכאנאנדע שרעק הילט איין אידן אין ארץ ישראל פון אומענדליכע ראקעטן אטאקעס

ווידעראמאל לעבן אידישע קינדער אין ארץ ישראל מיט א פארצווייפלטן צושטאנד איינגעהילט אין שרעק, מחוץ תשכל חרב ומחדרים אימה, עס הערט ליידער אן אנגעצויגענער לאגע פון פחד און זארג מה יולד יום. דער עם היושב בציון איז אין די לעצטע טעג באטראפן געווארן אין אן אויסטערלישן אימה ופחד פון די אומצאליגע פליענדע ראקעטן פון עזה און פון די בלוטיגע אומרוען אויף די גאַסן אין פילע שטעט, ונמס כל לב ורפו כל ידים.

קוים עטליכע יאר זענען פארלאפן פון די לעצטע מיליטערישע אקציעס וואס איז דורך די ציונים גערופן געווארן "מבצע עמוד הענן" און דאַן "מבצע צוק איתן"– דאן האט מען אויך געהערט די שפראך אויף די פרא- ציוניסטישע גאס אז מען האט 'אויסגעווישט' עזה, מען האט אנגעטראפן און פארניכטעט הונדערטער צילן, מען האט אומגעברענגט זייערע הויפטן און צעשטערט זייער אינפעסטראקטור, מען האט פלאך געמאכט די הייזער פון די פאראנטווארטליכע טעראריסטן און אנגעבליך צונישט געמאכט די קראפט פון די כאמאס גרופע. אבער מיר האלטן בלויז עטליכע יאָר דערויף און די בלוטיגע כאַמאַס ראדיקאלן האט דאסמאל באוויזן אזאָנס וואס זיי האבן קיינמאל נאכנישט באוויזען, צו צילן און אנגרייפען מיט מיסעלס דאס גרעסטע מערהייט פון ארץ ישראל.

די וועלט איז געכאַפּט געוואָרן אין שאָק פון די סאָפיסטיקירטע פאָרשריט וואָס די טעראָריסטן האָבן באַוויזן, ווען זייערע מיסלס האָבן דערגרייכט גאָר ווייטע שטעט, אַזעלכע געגנטער וועלכע זענען נאָך קיינמאָל נישט געווען אין געפאַר האָבן זיך אויך געטראָפן לויפן פון די שרעק אנווארפענדע "סיירינס", וועלכע האָבן אפילו דערגרייכט דעם "בן גריון" לופטפעלד, צווינגענדיג די מדינה צו אָפּשפּארן דעם לופטפעלד און פאַרקירעווען פליגערס אַרויס פון דעם געפאַרפולן זאָנע.

כאמאס האט געשטעלט אויף די פיס און געמאכט לויפן די גאנצע מדינה. שוין לאַנגע טעג און נעכט וואָס אנשים נשים וטף לויפן אין א בהלה זוכען שוץ, קינדער וועלכע שפילן זארגלאז אין די פארקס דארפען כאפען פוס און לויפן; קארס מוזן זיך אפשטעלן אינמיטן די ראודס און די רייזער ווארפן זיך אונטער די קארס; אינמיטן די טונקעלע נאכט שטונדען ברויך מען אויפוועקן דאס גאנצע געזונדל פון קינדער און אנטלויפן מיט די נשמה אין דער הענט צום שעלטער, און עס איז ליידער נישט ונסתם ואין רודף, מען לויפט אבער עס איז יא דא א רודף, עס הערשט א געוואלדיגער מורך בלב און ס'איז דא פון וואס מורא צו האבן. מען לויפט אבער נישט פון קיין קול עלה נדף, נאר פון א ממשיות'דיגע געפאר און שרעק, ליידער האט מען שוין געהערט אויך פון ערנסט – פארוואונדעטע און אומגעקומענע בלויז פון דעם אויסטערלישן פחד און געלויף.


לברוח ולהנצל:

עס איז א דבר בעתו צו דערמאנען די הייליגע ווערטער פון רמב"ן הק' ביי די פרשה פון וישלח ווען יעקב האט זיך געגרייט לדורן לתפלה ולמלחמה קעגן זיין ברידער עשו. זאגט דער רמב"ן אז דאס איז א רמז לדורות, כל מה שאירע לאבינו עם עשו יארע לנו תמיד עם בני עשו, און מיר דארפן נאכגיין די וועגן פון דעם זיידן יעקב, וואס האט זיך געגרייט מיט די דריי זאכן, לתפלה לדורון, ולהצלה כדרך מלחמה לברוח ולהנצל.

דער רמב"ן לערנט אפ דעם 'למלחמה' אז דאס באדייט אין גלות, לברוח ולהנצל. דאס ענין ווערט טאקע מבואר אין רבינו בחיי אויפן פלאץ בלש"ק: אבל במלחמה אי אפשר, שנאמר (שיר השירים ב' ז') השבעתי אתכם בנות ירושלים וגו', השביעם שלא להתגרות מלחמה עם האומות.

אין אידישע איבערזעצונג: דורך אנטלויפן, ווייל דורך מלחמה איז נישט מעגליך, וויבאלד עס שטייט השבעתי אתכם בנות ירושלים וכו', השי"ת האט באשוואוירן אז מען זאל נישט אנרייצן א מלחמה קעגן די אומות העולם.

פון די ווערטער פון די ראשונים כמלאכים זעהן מיר די קלארע הוראה פאר אידן בשנות גלותם, אז מען זאל חלילה נישט רעוואלטירן קעגן די פעלקער נאר אונזער השתדלות ברויך זיין בלויז דורך אנטלויפן און זיך ראטעווען. נאכמער איז מבואר פון דעם רמב"ן און רבינו בחיי אז אויך ווען די אומות העולם אטאקירן אידן און באפאלן זיי מיט רציחות און טעראר איז אונזער איינציגע עצה על פי תורה צו אנטלויפן און אזוי זיך ראטעווען, נישט דורך מלחמה און צוריק קעמפן און זיך 'דעפענדן' מיט מיליטערישע מאכט.

מעגליך איז דער יעצטיגער שרעקליכער מצב אין ארץ ישראל, ווען דער פייפער פייפט און אידן זענען נעבעך געצווינגען צו לויפן פאר שרעק און זיך באהאלטן אין די שעלטערס, א שטיקל רמז מן השמים צו דערמאנען אידן דעם צו התורה פון "לברוח ולהנצל" – דאס איז דער אלטער מהלך וואס ראטעוועט אידן אין גלות, צו "אנטלויפען און ווערן געראטעוועט" און נישט חלילה מיט התקוממת בגלות, ווי עס זעט זיך באשיינפערליך אז דער כוחי ועוצם ידי פון מלחמה איז זיך פארטיידיגן האט גארנישט געהאלפן און מען דארף נאך אלץ צוקומען צום "לברוח ולהנצל".

אין דעם יעצטיגן צושטאנד ווען עס פליען אומאויפהערליך ראקעטן, איז עס מעגליך א דערמאנונג פון הימל אז אידן זאלן זיך צוריקערן צו דעם אלטן דרך האבות, טאקע בלויז לברוח ולהנצל און נישט חלילה מיט פעולות דורך די אייגענע פויסט, קעגן דעם גזירת הגלות.

געלויבט השי"ת אז אין זכות פון די תפילות פון ערליכע אידען אין ארץ ישראל און חוץ לארץ, איז נאָכנישט געווען קיין פילע פאַטאַליטעטן, אָבער פאָרט האָט מען געהערט איבער עטליכע אידן וועלכע זענען ליידער אומגעקומען, צווישן זיי אַ קליין פינף יעריג קינד ה"י, יעדע אידישע נפש וואָס ווערט אַוועקגעריסן איז אַ שרעקליכע ווייטאָג און צער, און מען בעט השי"ת אַז יאמר לצרותינו די, דער תחילת נפילה ניסה פון די מדינה זאל זיך טאקע ענדיגן בלויז מיט'ן נפלה נא ביד ה' וביד אדם על אפולה, מתוך רחמים וחסדים אָן קיין שאָדן פאַר אידישע קינדער.

דער אָנהויב פון די אומרוען

די יעצטיגע לאַגע איז אַ רעזולטאַט פון לענגערע וואָכן וואָס ראַדיקאַלע מיליטאַנטן פון ביידע זייטן האָבן זיך אָנגעהויבן אַרומשלאָגן אין פאַרשידענע געגנטער דורכאויס איזראַעל, ווי שוין באַריכטעט מיט צוויי וואָכן צוריק דאָ אויף קול נטרונא. זינט אָנהויב פון די מוסלעמענער "ראַמאַדאַן" חגא האָבן די ציוני'סטישע פּאָליציי ענג געמאַכט דעם וועג ביי שער דמשק (שכם) און די די מוסלעמענער יונגטליכע וועלכע פאַרזאַמלן זיך דאָרט יעדעס יאָר האָבן אָנגעהויבן ברויזן.


דאָס האָט געפירט צו אַראַבישע ראַיאָטן און אַטאַקעס קעגן אידן רעקאָרדירט אויף סאָציאַלע מידיאַ, וואָס האָט געברענגט קענגזייטיגע נקמה אַקציעס דורך ראַדיקאַלע מתנחלים, אינצווישן איז אונטערגעקומען אַ קאָנפליקט איבער אַ הויז אין דער "שייך זשאראך" געגנט אין אַלט ירושלים, וואָס די פאלאסטינער באַטראַכטן אַלס אַ פּרואוו פון די מתנחלים צו פאַרטרייבן אַלע אַראַבער פון זייערע הייזער און אַלט שטאט ירושלים, און אַזוי האָט דאָס רעדל זיך געדרייט ביז מען האָט דערגרייכט דעם געפאַרפולן מצב.

דערצו האָט צוגעשפּילט די הפקר'דיגע התנהגות פון די עקסטרעמע כהנה'יסטן און מתנחלים, אַ שטייגער ווי דער רעליגיעזער חבר כנסת המינים פון די "הציונות הדתית" פּאַרטיי, איתמר בן גביר, וועלכער האָט אויפגעשטעלט זיין אָפיס אין האַרץ פון אַראַבישן געגנט, און האָט אָנגעפירט מיט פּראָוואָקאַציעס כמעט טאָג טעגליך אויפ'ן הר הבית.

די לאַגע אַרום דעם הר הבית איז געוואָרן פאַרשאַרפערט מיט יעדן פארבייגענדן טאָג, ווען די מדינה האָט אויפגעשטעלט אַ בלאקאדא אַרום דעם הר הבית און טעגליכע געשלעגן האָבן אויסגעבראָכן דאָרט. דעם פאַרלאָפענעם כ"ח אייר, ווען די ציונים פּראַווען דעם א.ג."יום ירושלים" האָבן הונדערטער רעליגיעזע מזרח'יסטן זיך אַרויסגעלאָזט מיט זייער יערליכע "מצעד הדגלים", פלאַטערנדיג דעם ציוני'סטישן פאָן מיט אַ מאַרש אין אַראַבישע געגנטער ביז'ן כותל המערבי.

ווען אַ בוים אויפ'ן הר הבית האָט אָנגעהויבן ברענען צוליב די אומרוען, האָבן די הונדערטער יוגנטליכע ביים כותל אָנגעהויבן שאַלן פאר פרייד און זינגען לעבעדיגע לידער, וואָס איז אויפגעכאַפּט און פאַרשפּרייט געוואָרן צו מיליאָנען אויפגעברויזטע אַראַבער איבער דער גאַנצער וועלט און האָט אויסגערופן אַ פלייץ פון נקמה געפילן. די עקסטערעמיסטן פון ביידע זייטן האָבן באַוויזן צו אַריינשלעפּן דעם גאַנצן ראַיאָן אין אַ בלוטיגע מלחמה, וואָס קיינער קען נאָכנישט פאָרזאָגן איר ענדע.

די גאַסן אין מערערע שטעט איז פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אומגלויבליכע סצענעס וויאַזוי ראַדיקאַלע אידן און אַראַבער פּרובירן צו דורכפירן אַ "לינטש" איינער אויפ'ן צווייטן, מיט אַ ציווילער אַראַבער וועלכער איז קריטיש געשעדיגט געוואָרן דורך "אידישע" מיליטאַנטן וועלכע האָבן אים געוואָלט אומברענגען אויפ'ן אָרט. אַ זאַך וואָס איז ליידער פאַרוואַנדלט געוואָרן אין די נייע נארמע לחרפתינו ולבשתינו.


די אינטערעסע פון ביבי נתני'

ווי עס איז געוואָרן אָנגעוויזן דורך פילע זשורנאַליסטן אין מערערע נייעס קוועלער, איז די יעצטיגע לאַגע געקומען אין אַ גאָר גינסטיגע צייט פאר דעם ראש הממשלה ביבי נתני', ווען ער איז געשטאַנען ממש ביים שוועל פון פאַרלירן זיין בענקל אַלס ראש הממשלה. נאָכדעם וואָס ער האָט נישט געקענט פאַראייניגן אַ קאָאַליציע און די מאַנדאַט איז אַריבערגעגאַנגען צו יאיר לפיד, וועלכער האָט שוין געהאַלטן אָט אָט ביים אויפשטעלן אַן אחדות רעגירונג אינאיינעם מיט עטליכע רעכטע און לינקע פּאַרטייען, אַריינגערעכנט מיט די שטיצע פון די אַראַבישע "רע"ם" פּאַרטיי.

פאר ביבי איז די יעצטיגע מלחמה געקומען ווי אַ קאַלט גלעזל וואַסער פאר אַ דאָרשטיגן, צו אַוועקנעמען יעדע מעגליכקייט פון אויפשטעלן אַ רעגירונג מיט די שטיצע פון איזראַעלי אַראַבער. ווי מען האָט עס טאַקע געזען ווען כאַמאַס האָט עטליכע מאָל פאָרגעשלאָגן און אפילו געשיקט שלוחים דורך עגיפּטן צו בעטן אַז זיי זענען גרייט פאר אַ פייער שטילשטאַנד אָבער איזראַעל האָט דאָס אָפּגעוואָרפן איינמאָל און נאָכאַמאָל.

ביבי האָט פאַקטיש דערגרייכט דאָס זייניגע ווען נפתלי בענעט, וועלכער האָט געהאַט גרויסע אַמביציעס צו דינען אַלס ראש הממשלה אין די נייע אחדות רעגירונג, האָט עפענטליך געמאָלדן אַז אַלע פּלענער איבער אַ רעגירונג געשטיצט דורך די אַראַבער איז צעפאַלן און ער וועט נישט קענען זיין אַ טייל פון אַזאַ קאָאַליציע, וואָס באַדייט אַז די רעגירונג פון וואָס ביבי האָט אַזוי שטאַרק געציטערט איז צענישט געוואָרן אַדאַנק די מלחמה אין עזה.

דאָס זעלבע איז מיט דעם "שר הבטחון" בעני גאַנץ, וועלכער מוטיגט אַצינד צו פאָרזעצן מיט די מיליטערישע אַקציעס אין עזה, דערמיט צו בויען זיין פּערזענליכע טראָסט און שטאָלץ ביים פאָלק. גאַנץ, וועלכער האָט פאַרלוירן אַסאַך שטיצע דורכאויס די לעצטע עטליכע חדשים, האָפט אַצינד אַז מיט'ן צייגן אַ שטאַרקע פויסט וועט דאָס הייבן זיין פּרעסטיזש און זיינע שאַנסן צו געווינען מער שטימען ביי די קומענדיגע בחירות.

פאר די ראשי המדינה שפּילט נישט קיין ראָלע דער פאַקט אַז אידן אין ארץ ישראל און איבער דער גאַנצער וועלט ווערן אַריינגעלייגט אין אַ שרעקליכע געפאַר פון אויפגעהעצטע אַראַבער וועלכע דרייען זיך אַרום מיט אויפגעברויזטע נקמה געפילן און ווילן חלילה שעדיגן אידן, ווי מען האָט עס ליידער געזען ביי די בלוטיגע אומרוען אין די גאַסן פון ארץ ישראל, וואו עטליכע אידן זענען זייער שווער געשעדיגט געוואָרן. די אָנגעצויגענע לאַגע ווערט בעיקר דאָמינירט פון פּאָליטישע אַמביציעס אויך אויב דאָס וועט קאָסטן אַ פּרייז פון אידישע לעבנס און שאָדנס רח"ל.

ווי קילורין לעינים זענען די ווערטער פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע ביי די דברות קודש ס"ג קרח תשכ"ז:

"די איינע ישועה און עצה דערווייל פארפלייפיג, די ישועה פאר אידן איז נאר ס'זאל זיין שטיל ס'זאל נישט זיין קיין מלחמות, יעדע מלחמה איז סכנת נפשות, יעדעס נפש מישראל איז טייער פאר הקב"ה, ס'קאסט נפשות יעדע מלחמה, נישטא קיין אנדערע וועג, אז מען זאל נישט וועלן מלחמות העט נישט געווען, קומט דאך אויס אז זיי האבן גורם געווען די צרות האבן זיי גורם געווען, זיי האבן זיך געריכט, זיי זענען מופקרים זיי האבן זיך געריכט אויף דעם."


די אינטערעסע פון כאַמאַס

צו דער זעלבער צייט האָט אויך די כאַמאַס טעראָר באַנדע אַרויסגענומען זייערע רוחים פון די יעצטיגע קאָנפראָנטאַציע, מיט'ן ווייזן זייער פאָרשריט, ווען ס'איז דאס ערשטע מאל וואס זיי צילן אַזוי שטאַרק תל אביב און אַנדערע שטעט אין צענטראַל איזראעל, און ס'איז דאָס ערשטע ערשטע מאל וואס די צענטראַלע "לוד" לופטפעלד איז גענצליך אָפּגעשטעלט געוואָרן.

אין אַ צייט נאָכדעם וואָס פילע אַראַבישע לענדער האָבן אָנגעהויבן אָנקניפּן אָפענע און באַהאַלטענע באַציאונגען מיט איזראַעל. אין די לעצטע יאָרן אונטער פּרעזידענט טראָמפּ האָבן עטליכע פּראָמינענטע אַראַבישע לענדער געשלאָסן עפענטליכע שלום פאַקטן מיט די מדינה. די פאלאסטינער זענען מיט יעדן פארבייגענדן טאָג געשטופּט געוואָרן מער אין אַ זייט, ס'האָט אָנגעהויבן אויסקוקן ווי די אַראַבישע גרויסמאַכטן זענען שוין מיד פון זיך אָננעמען פאר די פאלאסטינער השכם והערב, און זענען שוין גרייט צו איבערמישן דאָס בלעטל, דורך אַ שלום מיט די מדינה וואָס באַדייט אויך גוטע באַציאונגען מיט אַמעריקע.

זינט די א.ג. "עיברעהם עקארדס" וואָס פּרעזידענט טראָמפּ האָט דורכגעפירט צווישן איזראַעל און די יוניידעט ערעב אמיראטן, שפּירן די עקסטערמיסטן אין עזה ווי זיי זענען מער נישט רעלעוואנט. זיי האָבן געהאָפט אַז די טויש אין די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע וועט דאָס טוישן, אָבער ס'האָט נישט פּאַסירט דערווייל. פון געוויסע קוועלער האָט מען גאָר געהערט אַז דער יעצטיגער פּרעזידענט ביידן וויל פאָרזעצן דעם מהלך פון מוטיגן שלום געשפּרעכן צווישן איזראַעל און אַראַבישע לענדער, אַרויסנעמענדיג כאַמאַס פון דאָס בילד.

אַצינד אָבער האָט כאַמאַס באַוויזן צו צעשטערן אַלע קאָרטן. זיי האָבן צוריק געווינען די סימפּאַטיע פון די אַראַבישע וועלט. מיליאָנען מוסלעמענער אין אַלע לענדער דרוקן אויס שטיצע און סאָלידאַריטעט פאר זייער קאַמף און אפילו אַזאַ לאַנד ווי קאַטאַר, וואָס האָט שוין אָפיציעל געשלאָסן אַ פריינטשאַפט מיט די מדינה, איז אַצינד ערשינען מיט אַ גאָר שאַרפע פאַרדאַמונג דעקלעראַציע קעגן די שריט פון איזראַעל אין עזה.

כאַמאַס ליידט טאַקע שווערע פאַרלוסטן, פון קעמפער און פון אינפראַסטרוקטור, וואָס ווערט צעשמעטערט דורך די צה"ל באָמבעס, אָבער ס'איז זיי ווערט צו צאָלן דעם פּרייז, זיי האָבן זיך אַצינד אַרויפגערוקט צום אויבערפלאַך פון דער אַראַבישער וועלט. וואו זיי ווערן באַצייכנט אַלס די העלדן וועלכע קעמפן מיט אייפער קעגן די ציונים. די יעצטיגע סיטואַציע וועט וואַרשיינליך אָפּלייגן אַלע געפלאנטע שלום אָפּמאַכן מיט אַ לאַנגע צייט. פאר כאַמאַס איז דאָס די גרעסטע פּאָליטישע און מאָראַלישע געווינס וואָס זיי האָבן זיך נאר געקענט אויס'משל'ן.

נאָכמער פון דעם האָט כאַמאַס דערגרייכט צו איבערנעמען דעם דעת הקהל אויך צווישן די הונדערטער טויזנטער אַראַבער וועלכע וואוינען אין די מדינה, ביי וועמען ס'האָט זיך צוריק אויפגעוועקט די נאַציאָנאַליסטישע געפילן וואָס האָט ליידער געפירט צו בלוטיגע אומרוען איבער גאַנץ ארץ ישראל.

אין די לעצטע יאָרן איז די אַראַבישע באַפעלקערונג אין ארץ ישראל געוואָרן מער און מער באַקוועמער מיט די מדינה, זיי האָבן זיך צוביסלעך איינגעגלידערט אפילו אַלס אַ טייל פון די ציוני'סטישע פּאָליטיק, ווי מען האָט עס געזען ביי די פאַרלאָפענע בחירות אַז די "רע"מ" פּאַרטיי פון די אַראַבער, איז אפילו גרייט געווען צו שטיצן אַ רעגירונג פון ביבי נתני', און ווען די עקסטרעמע רעכטע האָבן נישט מסכים געווען צו זיצן מיט אַזא רעגירונג איז די "רע"מ" פּאַרטיי געווען ביים שוועל פון אויפשטעלן אַ רעגירונג אינאיינעם מיט נפתלי בענעט און יאיר לפיד.

פאר די כאַמאַס טעראָריסטן איז אַזאַ ערשיינונג געווען אַ געוואַלדיגע קלאַפּ. זיי האָבן געשפּירט ווי זיי פאַרלירן אַ ריזיגע טייל פון זייער אייגענע ברודער וואָס אַנערקענען שוין נישט דעם מהלך פון טעראָר קעגן די מדינה. אָבער דאָס האָט זיך אַצינד דראַסטיש געטוישט.

אינאיינעם מיטן' אָנגייענדן קאָנפליקט האָבן טויזנטער אַראַבישע איזראַעלי בירגער זיך אַרויסגעלאָזט אין די גאַסן, אָנגעפירט מיט אַגרעסיווע ראַיאָטן, פאַרברענט און געשעדיגט נכסים, אונטערגעצינדן בתי מדרשים רח"ל, און פּרובירט צו שטעכן אין די גאַסן רח"ל. דאָס איז אַ פּרעצעדענט וואָס געדענקט זיך שוין נישט לאַנגע יאָרן, און ווערט דורך כאַמאַס באַצייכנט ווי אַן אויסטערלישער דערגרייכונג אויף זייער זייט.

די בלוטיגע כאַמאַס מיליטאנטן קימערן זיך גאַנץ ווייניג אויף די הונדערטער ציווילע פּאַלעסטינער וועלכע ווערן אומגעברענגט און שווער פאַרוואונדעט, זיי נעמען נישט אין באַטראַכט די טויזנטער פאַמיליעס מיט קליינע קינדער אין עזה וועלכע האָבן יעצט פאַרלוירן דעם דאַך איבער'ן קאָפּ, און וואַלגערן זיך אין די שפּיטעלער, פאַרקערט, די יעצטיגע אומשטענדן איז זייער צייט, זיי זענען צוריק געוואָרן דאָמינירנד. דער מיטל מזרח קאָנפליקט האָט זיך צוריק אויפגעוועקט מיט'ן גאַנצן שטאַרקייט, און דאָס איז וואָס זיי האָבן געוואָלט.

בנוסף לזה איז דא פארהאן דער מיטל פון "לא נתמלאה כאמאס אלא מחורבנה של עזה..." פאר כאמאס לוינט די גאנצע אקציע פאר די ברייטע בעניפטן וואס זיי וועלן ארויסנעמען דערפון. וחדש מפני ישן תוציאו – זיי שיסען אויס זייער אלטע סחורה און ראקעטען וואס ברענגט די מדינה זאל צעברעכן זייערע אלטע אוצרות, אבער דאס מאכט פלאץ פאר די נייע סחורה און פרישע זאפאסן פון וואפן צו ווערן געליפערט. זיי זאלן זיך קענען אריענטירן נאך בעסער פון פריער.

כאמאס האט נישט קיין שום עקאנאמיע, די מיליאנען אראבער וועלכע וואוינען צעשטופט ווי אין א געטא זענען נישט פראדוקטיוו און זינקען אין ארימקייט. זייער גאַנצע פינאַנץ איז באַזירט אויף די שטיצע פון די רייכע אַראַבישע לענדער. יעדער זעץ פון א ציוני'סטישע באמבע אויף זייערע הייזער און פאבריקן איז דעריבער פאר זיי אַ מאַרקעטינג מיטל. יעדע אזא אטאקע איז א געשריי צו זייערע אראבישע ברודער, וועלכע קימערן זיך גאנץ ווייניג אין פרידנ'ס צייטן אויף די ליידן פון די פאלאסטינער אין די געביטן, אבער יעצט איז דאך א שעת מלחמה, שרייט כאמאס: מורי ורבותי, מען מאכט חתונה און מען דארף זיך אביסל צושטעלן... כאמאס פארלאנגט פון די אויל- רייכע אראבישע מלוכות און עקסטרעם ראדיקאלע פילאנטראפן זיך משתתף צו זיין מיט די "הוצאות החתונה"... ווען דער צוועק וואקסט און מען איז מפרסם אז ס'איז געבליבן הונדערטער ציווילע, פרויען און קינדער וואס איזראַעל האָט אומגעברענגט, דארפן דאך די נתינות זיין פיל גרעסער... ווער רעדט נאך ווען מ'קען צולייגען אז מען איז געבליבען אָן א דאך איבערן קאפ צוליב דעם וואס די איזראעלי קאמפס פליגער האבן פלאך געמאכט הונדערטער הייזער, דאן קומט צו פליסען גרויס געלט באגלייט מיט פרישע קאסטבארע וואפען, זיך צו קענען 'פארטיידיגן' און באקעמפן די מדינה, וחוזר חלילה.

איי, עס קאסט דאך א ביטערן פרייז פון ציווילע און קינדער וואס פאלן, נישקשה, דערויף ווייסן מיר דאך דעם כלל פון 'תמות נפשי מות פלשתים', די קינדער ווערן מארטירער און די שרעקעדיגע בילדער ווערן פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט צו אויפהעצן דעם דעת הקהל קעגן איזראעל.

עס איז ליידער נוקב ויורד דאס ווערטל אז אברהם אבינו האט מתפלל געוועהן אויף ישמעאל: לו ישמעאל יחי' לפניך, הלואי זאל דער ישמעאל וועלן לעבן... הלואי זאל דאס לעבן האבן ביי אים א שאץ, ווייל מיט אַזאַ סאָרט פאָלק וואס דאס לעבן שפילט נישט ביי זיי קיין איבריגע ראלע, איז דער קאמף א פארלוירענער נאך איידער מען הייבט אן, עס איז נישט שייך אזא איינעם צו געווינען אדער באזיגן.


דער זאָרג פאַר אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם


ווי ערווענט זענען סיי די ציוני'סטישע פירער און סיי די כאַמאַס פירער גאַנץ צופרידן מיט דעם מצב, די איינציגע אמת'ע פאַרלירער זענען ליידער אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם וואס ליידן אדאנק די ענדלאזע קאנפליקטן וואס די מדינה הטמאה האט גורם געווען. איבערהויפט אז אלע אקטיוועטעטן פון די ציוניסטישע מופקרים ווערן דורך די אויפגעברויזטע גויי הארץ אויטאמאטיש גערעכנט אויף די קאנטע פון כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם, ה' ירחם.

שוין אפגערעדט פון אחינו בני ישראל יושבי ארץ הקודש וואס גייען דורך פחדים און יסורי הנפש כמעט פיר און צוואנציג שעות היום והלילה, אבער אויך אידן איבער דער גאנצער וועלט זענען דערשראָקן פון א כוואליע שנאת ישראל און אנטיסעמיטיזים וואָס דאָס קען ברענגען חלילה.

דאָס קומט אין אַ צייט וואס די אַראַבער האָבן זיך גוט צוגעלערנט די פובליק רילעישן טאַקטיקן אין די לעצטע יארן. די צוריקגעבליבענע אראבער האבן זיך געלערנט דעם פאך און מיט די הילף פון די סאציאלע מידיא שיקן זיי ארום פאר די גאנצע וועלט גרויזאמע בילדער פון צובראכענע הייזער, שרעקליכע סעצענס פון טויטע קינדער און אומגעברענגטע פאַמיליעס, וואָס ווערט אָפּגעקויפט פאר גוט געלט און ברענגט פאקטיש ארויף דאס בלוט אין קאפ פון עטליכע מיליאן אראבער אקעגן יעדן איד באשר הוא שם רח"ל. די מוסלעמענער איבער די גאנצע וועלט זענען געפערליך אויפגעברויזט און זענען גרייט צו אויסגיסן זייער צארן אויף כל אשר בשם ישראל יכונה וועמען זיי פארבינדן אויטאמאטיש מיט די סטעיט אוו איזראעל. ס'איז געוויס דער חובת השעה צו מפרסם זיין קבל תבל ומלואה אז אידן טרייסלן זיך אפ פון די תעלולי הציונים און נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף סיי וועלכע פון זייערע שריט בעבר בהוה ובעתיד.



אונזער פליכט אין אזא עת צרה:

אין דעם יעצטיגן שעת נסיון, דאַרפן אידן מאמינים בני מאמינים געדענקן נישט נתפעל צו ווערן פון זייערע מלחמות, נישט זיך פרייען מיט זייערע הצלחות און נישט טרויערן מיט זייערע דורכפעלער, עס איז קיינמאל נאכנישט געווען אזוי קריטיש וויכטיג די הייליגע אזהרה פון דעם רועה אבן ישראל, רביה"ק מסאטמאר זי"ע וועלכע שרייבט מהנהמת לבו הטהור, (ספה״ק על הגאולה ועל התמורה סימן ע״א): ובעת הנסיון הגדול הזה כל אחד ישים נפשו בכפו ויבדוק פנימיות לבו, וישגיח על דיבורו, כי בדיבורים האלה תלויים עיקרי האמונה, ויש אובד עולמו בשעה אחת ובדיבור קל.

דער יצרא דמינות איז ליידער שולט א שליטה גמורה, מ'רעדט און מען הערט דיבורים וואס זענען אסור לשומען, און עס האלט ליידער גאר ווייט פון דעם תכלית שנאה שנאתים לאויבים היו לי, אדרבה, א געוואלדיגע סימפאטיע און קורת רוח נעמט אלעמען ארום פון דעם טמא'נעם צה"ל, און ווערטער וואס איז געוועהן מופרך אין פרעמדע קרייזען איז היינט א לכתחילה אין היימישע קרייזען, ס'איז א זמן פון אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו ויקשב ה' וישמע. ווי דער רבי שרייבט: "ועתה את אחי אנכי מבקש אל נא אחי תרעו אף מלחשוב מחשבת פיגול כזה ליתן איזה שבח ואומץ להכופרים האלה המטמאים את כל העולם כולו, ונשמרתם מאוד מאוד לנפשותיכם שלא יהי' לכם חלק בזה לא בדיבור ולא במעשה ולא במחשבה". (הקדמה עה"ג ועה"ת סימן י"ט)

געוויס איז א פליכט אויף יעדן איד מרבה צו זיין בתפלה פאר אידישע קינדער הנתונים בצרה ובשבי', ווי דער רבי שרייבט אין די הקדמה לספרו הק' על הגאולה ועל התמורה בלש"ק: "ובאמצע המלחמה בודאי לא הי' דרך אחר אלא להתאמץ בתפלה עבור ישראל שלא יהיו טרף לשיניהם ולא יבואו לידי כלי' חס ושלום באופן נורא."

דער רבי דערמאנט דארט אז דער זכות פון די אידישע תפלות פון צובראכענע הערצער בצירוף מיט די זכות פון די ערליכע תינוקות של בית רבן וואס לערנען בקדושה וטהרה קען מבטל זיין אלע גזירות. "והשי"ת ברוב חסדיו אשר לא כלו רחמיו לא רצה בכליון בעון האפיקורסים המחטיאים את ישראל בנפשותם ומציתים את האש והציל את שארית הפליטה מידי הרשעים האכזרים שמשני הצדדים".

אודאי דאַרף מען געדענקן אויך בשעת די תפלות, נישט זיך כולל צו זיין מיט די תפלות וואס ווערט ליידער געבעטן פאר די הצלחה פון די מדינה און זייערע מיליטערישע אַקציעס, ווי מבואר אין ספה"ק עה"ג ועה"ת סימן י' באזירט אויף די ווערטער פון רמב"ן אז ביי קריאת ים סוף איז געווען צוויי כתות ביי אידן, געווען אזעלכע וואס האבן געשריגן דברי חירוף פון המבלי אין קברים במצרים, און באזונדער זענען געווען אידן וואס האבן געשריגן צו השי"ת בתפלה ובקשה ער זאל זיי ראטעווען, אבער הקב"ה האט געזאגט פאר משה רבינו, ואתם תחרישון, ווייל ווען די מחרפים ומגדפים שרייען טאר מען נישט מיטשרייען אז ס'זאל חלילה אויסקוקן ווי מיר זענען אויפן זעלבן בלאט. "דאע"ג דהצעקה לפניו ית' טובה הוא והקב"ה מתאוה לתפלתן של ישראל אבל בשעה שצועקין הרשעים בדברי חירוף וגידוף צריך להבדל מהם ולשתוק ולא להצטרף לצעקתם אפי' בדרך תפלה ובקשה והודי' לה'."

די רעכטע עצה וואס איז פארבליבן פאר אידישע קינדער צו טוען, וואס איז א חיוב דאורייתא אויף יעדן איד אין אזא שרעקליכע עת צרה ליעקב אשר כמוהו לא נהייתה, איז מרעיש עולמות צו זיין מיט תפלות ותחנונים צום בוכ"ע, נפלה נא ביד ד׳ וביד אדם אל אפולה, מיר זאלן ניצל ווערן מכל צרה וצוקה, ועל כן נקוה לך ה"א לראות מהרה בתפארת עוזך, הנה עיני ה'א בממלכת החטאה והשמדתי אותה מעל פני האדמה אפס כי לא השמד אשמיד את בית יעקב, בביאת משיח צדקנו מתוך רחמים וחסדים במהרה בימינו אמן.


נטרונא נאטיצן
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26828
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 23, 2021 9:58 am

א דוגמא, דאס שרייבט א איד וואס פיל סאטמארע אידן ליינען זיינע ווערק.

Capture.JPG
Capture.JPG (29.03 KiB) געזעהן 617 מאל


נאכאמאל, ווער איז אין א מלחמה מיט די אראבער?
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

לב בשר
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך לב בשר » זונטאג מאי 23, 2021 10:08 am

farshlufen האט געשריבן:א דוגמא, דאס שרייבט א איד וואס פיל סאטמארע אידן ליינען זיינע ווערק.

Capture.JPG


נאכאמאל, ווער איז אין א מלחמה מיט די אראבער?

ווער איז דער שרייבער?

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך והיתם נקיים » זונטאג מאי 23, 2021 11:40 am

לב בשר האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:א דוגמא, דאס שרייבט א איד וואס פיל סאטמארע אידן ליינען זיינע ווערק.

Capture.JPG


נאכאמאל, ווער איז אין א מלחמה מיט די אראבער?

ווער איז דער שרייבער?

ס'איז לשון הרע, מ'דארף זיך פשוט צוריקהאלטן פון ליינען/הערן זאכן וואס די שרייבער/רעדנער געהערן צו נישט ערליכע לאגערן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26828
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך farshlufen » זונטאג מאי 23, 2021 11:46 am

והיתם נקיים האט געשריבן:ס'איז לשון הרע, מ'דארף זיך פשוט צוריקהאלטן פון ליינען/הערן זאכן וואס די שרייבער/רעדנער געהערן צו נישט ערליכע לאגערן.

וואס פאלט אייך ביי מ'רעדט פון אזא איינעם?

בס"ה א איד וואס האט נישט זוכה געווען דבוק צו זיין אינעם בעל ויוא"מ וספריו הק'.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

והיתם נקיים
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 9:57 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך והיתם נקיים » זונטאג מאי 23, 2021 11:50 am

farshlufen האט געשריבן:
והיתם נקיים האט געשריבן:ס'איז לשון הרע, מ'דארף זיך פשוט צוריקהאלטן פון ליינען/הערן זאכן וואס די שרייבער/רעדנער געהערן צו נישט ערליכע לאגערן.

וואס פאלט אייך ביי מ'רעדט פון אזא איינעם?

בס"ה א איד וואס האט נישט זוכה געווען דבוק צו זיין אינעם בעל ויוא"מ וספריו הק'.

א בעל תשובה?

איפכא מיסתבר
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך איפכא מיסתבר » זונטאג מאי 23, 2021 12:00 pm

farshlufen האט געשריבן:א דוגמא, דאס שרייבט א איד וואס פיל סאטמארע אידן ליינען זיינע ווערק.

Capture.JPG


נאכאמאל, ווער איז אין א מלחמה מיט די אראבער?

איר קענט אפשר מסביר זיין וואס די פראבלעם איז דא?
ווען איינער זאגט אז ער איז געווען ביי די צווייטע וועלט מלחמה, מיינט עס אז ער איז געשטאנען מיט א גאן און גאשאסן?
יא. יעצט זענען די יודן אין א"י אינמיטן א מלחמה מיט די אראבער.
נישט ווייל יענער שרייט הויך אדער זאגט עס איבער אפאר מאל, מיינט אז עס איז אזוי - ס'קען גאר זיין קאפויער

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר ששת אלפים
תגובות: 6633
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: נייעס פון איבערקערענישן אין אר"י ע"פ התוה"ק - קיין ויכוחים.

תגובהדורך נו גוט נו שוין » זונטאג מאי 23, 2021 12:06 pm

farshlufen האט געשריבן:א דוגמא, דאס שרייבט א איד וואס פיל סאטמארע אידן ליינען זיינע ווערק.

Capture.JPG


נאכאמאל, ווער איז אין א מלחמה מיט די אראבער?

רח"ל

יישר כח@אורח הכבוד
האב שכל - גיב א שמייכל


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Programming, SemrushBo, זזה, מה שמו, משה צימערינג, עבודת_הבורא, עובדיה, עירמאנט'ער, קיווי סטראבערי, ר' יום טוב, שכל טוב און 53 געסט