היכי תמצא האט געשריבן:פון אמעריקע האט געשריבן:אדם א מענטש האט געשריבן:פון אמעריקע האט געשריבן:איז נעמען יונגע קינדער פאר מיליטערישע טרענירונגען אויסגעהאלטן לויט די אינטערנאציאנאלע געזעצען?
איך ווייס נישט. אבער פארוואס נישט? מ'טאר נישט אויסלערנען וויאזוי מ'האלט א גאן וכדומה?
אגב אין אמעריקא לערנט מען אויס פאר יונגע קינדער... אופס איך שטעל מיך דא אפ
אויב מיינסטו די בוי סקאטס גרופעס, זיי לערענט מען אויס סורווייוועל טעקניקס, אביסל אנדערש ווי מליטערישע (ליין טעראריסטישע) טרענינג.
איר ברענגט דא זייער גוטע קשיות לגבי די נושא פון בחורים\בתילות (טינעדזשערס) אין די אמעריקאנער מיליטער. און דאס איז זייער א אינטערעסאנטע נושא וואס איך וועל מסביר זיין אין א ספוילער ווייל איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול
[spoil]ס'דא א פראגראם אין דער אמעריקאנער מיליטער וואס הייסט JROTC, אין אידיש מיינט די ר"ת "יונגע רעזערוו אפיציר טרענירונג קארפס". איך וועל פרובירן דאס מסביר צו זיין אין קורצן (די בעסטע וואס איך קען). דער פראגראם הייבט זיך אן אין ניינטע גראדע, פערצן יאר אלט, אלע חלקים פון פון די אמעריקאנע מיליטער (ארמיי, לופט קרעפטן, נעיווי (שיפן קרעפטן), און די מארינען) האבן דאס. דער פראגראם ארבעט ווי פאלגענד: מ'דארף גיין צו געהעריגע שולע, עפענטליכע אדער פריוואטע, אין די איבריגע שעה'ן פון טאג גייט מען צו דעם פראגראם, למשל רוב הייבן זיך אן זיבן דרייסיג צופרי (געוויסע זעקס דרייסיג) ביז ניין אזייגער ווען די געהעריגע שולע הייבט זיך אן, נאכמיטאג ווען די געהעריגע שולע ענדיגט זיך, הייבט זיך דער פראגראם בערך פון דריי אזייגער צו פינעף אזייגער. די קורסיעס וואס מ'מוז נעמען זענען פיזישע טרענירונג, עמאציאנאלע טרענירונג, פירסט-עיד (ראטעווען א מענטש אין סכנה), פעהיגקייטן אין פירערשאפט, קאמוניקאציע, טעכנאלאגיע, געזונט, וואוילזיין, מיליטערישע דיסציפלין, מיליטערישע מונדיר, פונקטליכקייט, א.א.וו. נאכדעם מיז מען אויך נעמען אנדערע קלאסן וואס מ'קען זיך אויסקלויבן פון שווערע פיזישע טרענירונג שווימען אין שווערע אומשטענדן, לויפן א פאר מייל מיט שווערע זעק, אדער טעכנאלאגיע דראונס, סייבער אטאקעס (קאמפיוטער העקינג), אינטערנעט באשיצונג, אדער ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט מלחמה פארוואונדעטע. נאכדעם זענען דא עקסטער קלאסן וואס מ'דארף נישט בכלל נעמען אבער ס'איז אן אפציע, צ.ב.ש. שיסן וואפן, שיסן ראקעטן, אויפרייסן, מעדיצינישע באהאנדלונג.
אויב מ'איז אין דעם פראגראם אין שולע איז נישט דא קיין שום התחייבות צו גיין אין מיליטער, אבער אויב וויל מען יא, קען מען גראדואירן אלס אן אפיציר, גאר הויכע ראנגען, קוירנעלס, מעדזשארס, א.א.וו. אויב וויל מען יא גיין צו די מיליטער וועט דיר די מיליטער באצאלן צו גיין צו א קאלעדזש וואו מען קען ווייטער אנגיין מיט די טרענירונג אין נאכמער. זיי באצאלן אויך א פאר טויזענט דאלאר אין קעשענע, אבער נאכן ענדיגן שטודירן מוז מען גיין אין מיליטער.
אין קיין שום פאל שיקט מען נישט די קינדער צום שלאכטפעלד
נאך דא א סאך מער אינפארמאציע איבער דעם פראגראם, אבער איך ארבעט נישט פאר זיי... דעריבער גיי איך נישט אלעס אהערברענגן, אבער ס'איז אן אינטערעסאנטע נושא.[/spoil]
ש’כח, זייער אינטערעסאנט.