שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 865
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך zibala » זונטאג מאי 02, 2021 12:07 am

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:נו גוט אז די רמב"ם איז די מקור פין די פארברענגען איז פיין

איך האב געזעהן א קליפיטש וויאזוי ר' יא"ז מרגליות טאנצט בהילולא דבר יוחאי, איך האב באקומען אן אנדער געפיל וויאזוי דעי חסידים ואנשי מישה האט אויסגעקוקט, באט קען זיין איך בין מיך טןעה.

סא פשוט איז אז די חסידים האבן זיך אויפגעשטעלט אויפן הויכן פלאטפארמע און מכבד געווען דעם פרנס השנה מיטן גיסן דעם ערשטן טעפל פונעם זילבערנעם קריגל, און נאכדעם האבן די מנגנים געווארעמט ווען די חסידים ואנשי מעשה האבן זיך פארדבקותט און נאכער ווען דער חסידים ואנשי מעשה האבן געטאנצצען האבן דער המון עם מיטגעטאנצט וכולו

קאן זיין, נישט געטראכט אין דעם דירעקשאן

האמת ניתן להאמר אז כ'בין בעצם נישט מחולק מיט אייך, פערזענליך פלעגט מיר דאס אויך אלץ (חוץ די לעצטע 24 שעה) שטערן און זייענדיג אין מירון האט מיר עס נישט צי שטארק געשמעקט. פיין וואויל כ'האב דאך פארשטאנען דעם כשם שאין... און ווער זאגט אז איך האב די קלארע דעת תורה צי זאגן וואס ס'איז ריכטיג און וואס נישט. עכ"פ מיר שמעקט נישט די רעביסטעווע און פראוועריי דארט. (וואס איז עס דען משנה?)

נאר אז איר שטורעמט דא אריין אינמיטן דעם שווערן אומגליק, זאגט אפ אייער הארציגע דברי הספד און מיט דעם אין אדם נתפס על צערו אויסרייד עפנסטו קאלטבלוטיג אויף א פרישע נושא, כמובן אן טייטלען דירעקט א פינגער אז אלו אשמים, פארקירעוועסט די ריכוז אויף דאס וואס אייך עגבערט און די גאנצע קאטאסטראפע איז גארנישט יעצט. יעצט גייט מען בארעדן די רביים'ס פראוועריי באתרא קדישא... ארבעט טאקע אויף קעסל אין כלים צי באוואשען כלל ישראל יעצט אין די קריטישע מאמענטן, ווארף אפ יעדן וואס וואגט צי צוריקדרייען דעם שמועס צים אבל אשמים אנחנו. נחפשה דרכנו ונחקורה.

אין אזא צייט דארף מען טאקע אפירנעמען דעם טעקסטבוק און אפווארפען די דברי אכזריות מיט אזעלעכע צישטעלן ווי חסידים ואנשי מעשה, (וואס אגב איז געברענגט געווארן בס"ה אפציווארפן א צווייטענס טענה איבער וויאזוי די שמחת בית השואבה האט אויסגעקוקט) כלל ישראל איז שיין כלל ישראל איז וואויל, מיינע בויכוויי אויף אידישע קינדער האט נישט קיין ארט יעצט. יעצט בין איך שילדיג, יעמט איז מיין זמן צי תשובה טוהן. יעדע ווארט וואס ווערט געשריבן צי אוועקנעמען אינזער התבוננות פון דעם, בתוכם די מחשבת סרק איבער די פראווערייען און פון דאס און פון יענץ איז א שטיק אכזריות בלשון קדשו פונעם הייליגן רמב"ם.

האסט א נקודה, אבע ח"ו כוונתי לא היה להסיר ההתבוננות, והחי יותן לבו
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך מים חיים » זונטאג מאי 02, 2021 12:37 am

צק (אנאליזן)
איך מיין אז די לעצטע 70 יאר איז נאכנישט געווען אזא טראגעדיא אז אזויפיל אידן שותו''מ זאלן ל''ע אומקומען אויף איינמאל

מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך מצפים » זונטאג מאי 02, 2021 12:45 am

מים חיים האט געשריבן:צק (אנאליזן)
איך מיין אז די לעצטע 70 יאר איז נאכנישט געווען אזא טראגעדיא אז אזויפיל אידן שותו''מ זאלן ל''ע אומקומען אויף איינמאל

זיכער נישט

בניהו
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך בניהו » זונטאג מאי 02, 2021 2:19 am

מים חיים האט געשריבן:צק (אנאליזן)
איך מיין אז די לעצטע 70 יאר איז נאכנישט געווען אזא טראגעדיא אז אזויפיל אידן שותו''מ זאלן ל''ע אומקומען אויף איינמאל

ס׳איז בכלל געווען אין די היסטאריע פון כלל ישראל אזא טראגעדיע במקום קדוש נישט בשעת גזירות, מלחמות, וכדו? איך מיין אז נישט..

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » זונטאג מאי 02, 2021 2:25 am

אין שנת תקצ"ז איז געווען א ערד ציטערניש אדער רעש אין צפת וטבריה און זיי שרייבן אז נהרגו כמה אלפים מישראל. ס'איז באקאנט די מעשה פון הייליגן בת עין וואס האט געזאגט אז מען זאל קומען נעבן אים וועט מען געראטעוועט ווערן.

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » זונטאג מאי 02, 2021 2:29 am


בניהו
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re:

תגובהדורך בניהו » זונטאג מאי 02, 2021 2:38 am

גליטשעדיג האט געשריבן:אין שנת תקצ"ז איז געווען א ערד ציטערניש אדער רעש אין צפת וטבריה און זיי שרייבן אז נהרגו כמה אלפים מישראל. ס'איז באקאנט די מעשה פון הייליגן בת עין וואס האט געזאגט אז מען זאל קומען נעבן אים וועט מען געראטעוועט ווערן.

נישט געוויסט אז דעמאלטס זענען געווען אזויפיל נפטרים. השם ירחם!

איך מיין אבער אז אויף אזא מקום קדוש, אין אזא געהויבענע טאג, אזוי פלוצלונג און שוידערליך.. איז נאכנישט געווען. איך קען זיך נישט בארואיגן דערפון. השי״ת זאל טרייסטן די צובראכענע משפחות!

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re:

תגובהדורך Kollel » זונטאג מאי 02, 2021 2:42 am

גליטשעדיג האט געשריבן:אין שנת תקצ"ז איז געווען א ערד ציטערניש אדער רעש אין צפת וטבריה און זיי שרייבן אז נהרגו כמה אלפים מישראל. ס'איז באקאנט די מעשה פון הייליגן בת עין וואס האט געזאגט אז מען זאל קומען נעבן אים וועט מען געראטעוועט ווערן.

יע יע, אבער דאס איז געוועזן מיט איבער 180 יאר צוריק..שוין זינט דאן געווען א קריג.
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » זונטאג מאי 02, 2021 2:53 am

Kollel האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:אין שנת תקצ"ז איז געווען א ערד ציטערניש אדער רעש אין צפת וטבריה און זיי שרייבן אז נהרגו כמה אלפים מישראל. ס'איז באקאנט די מעשה פון הייליגן בת עין וואס האט געזאגט אז מען זאל קומען נעבן אים וועט מען געראטעוועט ווערן.

יע יע, אבער דאס איז געוועזן מיט איבער 180 יאר צוריק..שוין זינט דאן געווען א קריג.


מען רעדט פון א טראגעדיע, נישט פון גוים וואס האבן גע'הרג'ט אידן על קידוש השם במשך די אלע גלות יארן, די קרייציגלער, פאגראמען, בכל ארבע כנפות הארץ..
זאל שוין השי"ת אויף אונז דערבארעמען ויוציאנו מגלות המר הזה בביאת משיח צדקינו

Kollel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4852
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re:

תגובהדורך Kollel » זונטאג מאי 02, 2021 2:55 am

גליטשעדיג האט געשריבן:
Kollel האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:אין שנת תקצ"ז איז געווען א ערד ציטערניש אדער רעש אין צפת וטבריה און זיי שרייבן אז נהרגו כמה אלפים מישראל. ס'איז באקאנט די מעשה פון הייליגן בת עין וואס האט געזאגט אז מען זאל קומען נעבן אים וועט מען געראטעוועט ווערן.

יע יע, אבער דאס איז געוועזן מיט איבער 180 יאר צוריק..שוין זינט דאן געווען א קריג.


מען רעדט פון א טראגעדיע, נישט פון גוים וואס האבן גע'הרג'ט אידן על קידוש השם במשך די אלע גלות יארן, די קרייציגלער, פאגראמען, בכל ארבע כנפות הארץ..
זאל שוין השי"ת אויף אונז דערבארעמען ויוציאנו מגלות המר הזה בביאת משיח צדקינו

כ'הער וואס איר טענה'ט.
אבער מהאט דא גערעדט בכלל..
מים חיים האט געשריבן:צק (אנאליזן)
איך מיין אז די לעצטע 70 יאר איז נאכנישט געווען אזא טראגעדיא אז אזויפיל אידן שותו''מ זאלן ל''ע אומקומען אויף איינמאל
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

יוד
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2020 3:11 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך יוד » זונטאג מאי 02, 2021 11:10 am

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:
100038900881_152466.jpg


ס'איז זייער חשוב צי טרעפען א רמז נאך דערצי פין זוהר אליין צי די שרעקליכע אומגליק, אין די זעלבע צייט דארף מען זייער אבאך געגען ווייל אויב איז'ס א רמז
איז'ס זייער א אומבאטעמ'טע... ( וואס פארשטייט זיך אז ס'איז ווייט נישט קיין רמז לא מיניה ולא מקצתיה! )

און קורצ'ן ( ס'הייבט זיך אן אפאר עמודים פאר דעם ארויסגענימענט קוואוי"ד-ווי געווענלעך.) שטייט דארט אז ר' שמעון האט מגלה געוועין געוואלדיגע סודות התורה פאר 10 אמוראים וואס 3 האב'ן'ס נישט פארנימען ווייל זיי זענען נישט געוועין געוואוינט
צי גאר טיפע סודות התורה ( אזוי איז די אדרא זעלבסט מסביר פארוואס פונקט די 3 האבן'ס נישט אויסגעהאלטען)

שטייט ווייטער אז ר' שמעון איז געווען פריילעך געוואוסט אז זיי זענען אויף גאר א הויעך מקום, ר' אבא עציב ביז מ'האט אים געוויזען צי וואס זיי האבן זוכה געוועין!

שפעטער שטייט ווען אליהו איז געקימען צי ר' שמעון, האט ר' שמעון געפרעגט היתכן ער איז נישט געוועין בשעת ער האט מגלה געוועין די געוואלדיגע סודות?
, האט אליה גע'ענפערט ער האט געהאט א שליחות ער האט געדארפט ראטטעווען "רב המנונא סבא"- מיט זיינע חבירים, וועם די שלטון האט געהאט פארכאפט...
זיי האבן שוין נישט געהאט געגעסען 3 טעג אין ער איז געגאנגען אין אראפ געווארפען די וואנט פין די פאלאץ אין 45 שומרים פונם פאלאץ זענען געשטארבען, אין אזוי האט אליהו זיי געראטעוועט...
אין געטראען צום מקום "בקעת אונו" אין דארט האט'ך מתגלה געווען צי זיי די 3 נפטרים אין אליהו האט זיי געזעין מיט די געוואלדיגע זאכ'ן צי וואס זיי האבן זוכה געוועין!
אליהו איז מסיים דארט אז וואויל איז פאר ר' שמעון אין פאר זיי וכו'...

איז דאך דא זייער נישט פאסיק מדמה צי זיין די הייליגע נפטרים צי 45 שומרים וואס האבן געהיטען די פלאץ ווי מ'האט געלאזט רב המנונא הונגערען...!

אידען מיינען גוטס, קומען אבער אויף מיט הבל הבלים, ווי פאראיאר מיטן בעל הטורים, צי פאר שמחת תורה מיט אן אנדערע ספר, וואס ווער ס'קוקט נאך זעיט ווי ווייט די דמיון איז נישט גלייך
אבער צימאל איז'ס פול ערגער ווי יעצט!! וואס יעדער שמוסט פונם זוהר וואס 45 שומרים האט אליהו ערלעדיגט צי ראטעעווען רב המנונא "ביטע שטערק אבאך געבען פארן צישפרייטען!!

ווער ס'האט די מעגליכקייט צי פארשפרייטען דעהם אמת איבערן זוהר וועט אדאי זיין זכות הרבים תלוי בו! ווי אויך גאר מעגלעך אפהאלטען "מנחמים פין די אבילים" וואס קענען מרוב טובם מיטטיילען דעם זוהר וואס קען צילייגען א געוואליגע ווייטאג צי די שוין פארווייטאקטע אידען ווען זיי וועלען דערוואוסען דעם אמת!!!
לעצט פאראכטן דורך יוד אום זונטאג מאי 02, 2021 11:15 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
עוג מלך הבשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל
פארבינד זיך:

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך עוג מלך הבשן » זונטאג מאי 02, 2021 11:31 am

יוד האט געשריבן:און קורצ'ן ( ס'הייבט זיך אן אפאר עמודים פאר דעם ארויסגענימענט קוואוי"ד-ווי געווענלעך.) שטייט דארט אז ר' שמעון האט מגלה געוועין געוואלדיגע סודות התורה פאר 10 אמוראים תנאים (תלמידי רשב"י) וואס 3 האב'ן'ס נישט פארנימען ווייל זיי זענען נישט געוועין געוואוינט צי גאר טיפע סודות התורה ( אזוי איז די אדרא זעלבסט מסביר פארוואס פונקט די 3 האבן'ס נישט אויסגעהאלטען) פון זיי זענען דערנאך נסתלק געווארן (ממילא ביים אדרא זוטא - פאר'ן הסתלקות פון רשב"י - איז נאר געווען 7 תלמידים הנשארים).


יוד האט געשריבן:שפעטער שטייט אז רשב"י האט געפרעגט פארוואס געפונט זיך נישט אליהו הנביא ביים אדרא, דערנאך ווען אליהו איז געקימען צי ר' שמעון, האט ר' שמעון געפרעגט היתכן ער איז נישט געוועין בשעת ער האט מגלה געוועין די געוואלדיגע סודות?
מכון לחקר יוחסין "אבותינו"
Email: info@yichus.net

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3022
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג מאי 02, 2021 11:37 am

יוד האט געשריבן:ווער ס'האט די מעגליכקייט צי פארשפרייטען דעהם אמת איבערן זוהר וועט אדאי זיין זכות הרבים תלוי בו!

נקוט האי כללא בידך:
מיט סענס קען מען נישט לעשן נאנסענס.
די וואס זוכן רמזים, וועלן ווייטער ארומלויפן מיטן 'רמז' אויך נאכן געוואויר ווערן אז ס'הייבט נישט אן צו קלעבן.
למעשה גערעדט, איז דאך עס א בפירוש'ער זוהר, נישט אזוי?... :wink:

איך האב שוין אויך אויפמערקזאם געמאכט דא אפאר מאל אז ס'הכל הבל (נדנ), ואני את נפשי הצלתי...
אל ידיננו לשוגג, כי מזיד אני (ספר ציוני, פרשת במדבר, דפוס לעמבערג תרמ"ב, דף נט ע"א)

אוועטאר
נאכמיטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2021 2:32 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך נאכמיטאג » זונטאג מאי 02, 2021 12:58 pm

צק

איך ווייס נישט אין וועליכע אשכול צו שרייבען אבער לכאורה קען עס גיין איבראל

לכאורה די אלע ווידיאס מיט א שיינע טיטל "נישט פאר שוואכע הערצער" וואלט געדארפט שטיין אנשטאט דעם "נישט פאר א אידיש קינד מיט הארץ " אדער "נאר פאר רוצחים אכזרים"

איך קען באמת נישט פארשטיין וויא אזוי א אידיש קינד קען צוקוקען ווי אזוי אידישע קינדער גייען אויס רח"ל

פרייטיג טרעף איך מיין נעפיו בלאס ווי די וואנט איך פרעג אים וואס איז געשען זאגט ער "מיין טאטע האט מיר יעצט געוויזען אויף זיין פאון ווי די .... גייט אויס רח"ל

איך וואלט אים אנגערופן רוצח אכזר... האסט אים געדעמעדשט פאר לייף ער איז טראמעטייז
וואס ווילסטו פון דיין אינגע 13 יעריגע בחור??

איך האף אז ער האט א ניק דא אויף אייוועלט

דער אייבערשטער זאל אפהוטען אלע אידישע קינדער אין מחזק זיין אלע ציבראכענע הערצער

אוועטאר
ישראלי
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך ישראלי » זונטאג מאי 02, 2021 1:17 pm

צ/ק
איינער האט מער דיטעיילס אויף אינטרעסאנטע משפטים פון רבי'ס א שעה צוויי פאר די טראגעדיע?
כ'האב געהערט עטליכע מעשה'ס, איך וייס נישט צו סי וואר און וואס האט דארט פאסירט, צום ביישפיל: ויז'ניץ מרכז רעבע האט נישט געווינטשט 'נסיעה טובה און אויס געפוילטס אלעס גוט לעולים מירונה' אזוי ווי יעדע יאר, צאנזער רעבע האט געווינטשט מזאל פארן געזונטער הייט און צוריק קומען געזונטער הייט (קיים שום יאר רעדט ער נישט אזוי), וכו' וכו', סי שוין דא אפאר אזעלכע זאכן, איינער מיט מער פרטים?
אה... מי יתנני צו זיין פון די אמאליגע בחורים....

מיכל
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 23, 2011 3:25 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך מיכל » זונטאג מאי 02, 2021 1:25 pm

זייער א גערעכטע נקודה.
אידן זענען בטבע רחמנים, און מען ברויך דעם געפיל פלעגן, נישט אויסרייסן.
קוקן אזוינע שוידערליכע סצענעס טוט טראומעטייזן אדער פארהארטעווען דאס אידיש הארץ, און על פי רוב ביידע.
בכלל פארשטיי איך נישט:
מאריה דאברהם! וואספארא געשמאק האט איינער אין קוקן וואו א אידיש קינד ראנגלט אויף זיין לעצטן אטעם?????
וואו אינטערעסאנט קען שוין זיין צו זעהן איינעם אויסגיין א פיינפולן טויט?????
כ'מיין אז ביז מיט עטליכע יאר צוריק וואלט דאס געווען בבל יראה ובבל ימצא ביי אונז.
א חלק פונ'ם חורבן פון די סאושעל מידיע עפאכע.
לסדום היינו לעמורה דמינו...

אוועטאר
ישראלי
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 29, 2015 3:26 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך ישראלי » זונטאג מאי 02, 2021 1:29 pm

מיכל האט געשריבן:זייער א גערעכטע נקודה.
אידן זענען בטבע רחמנים, און מען ברויך דעם געפיל פלעגן, נישט אויסרייסן.
קוקן אזוינע שוידערליכע סצענעס טוט טראומעטייזן אדער פארהארטעווען דאס אידיש הארץ, און על פי רוב ביידע.
בכלל פארשטיי איך נישט:
מאריה דאברהם! וואספארא געשמאק האט איינער אין קוקן וואו א אידיש קינד ראנגלט אויף זיין לעצטן אטעם?????
וואו אינטערעסאנט קען שוין זיין צו זעהן איינעם אויסגיין א פיינפולן טויט?????
כ'מיין אז ביז מיט עטליכע יאר צוריק וואלט דאס געווען בבל יראה ובבל ימצא ביי אונז.
א חלק פונ'ם חורבן פון די סאושעל מידיע עפאכע.
לסדום היינו לעמורה דמינו...

די ערשטע טריט צום 'מוות פאקטן' איז געווען נאך אין פריערדיגן גלגול פונעם טעכנאלאגיע, די נייעס ליינס, כ'געדענק די ערשטע מאל וואס מהאט געלייגט אין איינע פון די נייעס א וואוק אפ פון א גרויסע רבי'ס צימער אין שפיטאל ביים הסתלקות! די מויראדיגע צעקות און געווינערייען האט געגאסן קעלט פארפרויעדיגע פיל אין מיין גלידער....
אה... מי יתנני צו זיין פון די אמאליגע בחורים....

וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג מאי 02, 2021 1:49 pm

2021-05-02.jpeg
2021-05-02.jpeg (66.26 KiB) געזעהן 757 מאל

וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך וויל וועלן » זונטאג מאי 02, 2021 1:50 pm

פליימוביל.PNG
פליימוביל.PNG (282.21 KiB) געזעהן 746 מאל

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

תגובהדורך גליטשעדיג » זונטאג מאי 02, 2021 2:17 pm

מספר עטרת ישועה על התורה - פרשת אחרי
א"י אחרי כו' דבר אל אהרן אחיך כו'. נראה על פי מה ששמעתי בשם המגיד הקדוש מקאזניץ זצ"ל שאמר בשעת קריאת התוכחה בפסוק והשימותי את מקדשיכם בזה"ל: יתן השם ויחיינו ונזכה שיהיה בקרוב ויתקיים והשימותי את מקדשיכם, והוא פלא.
וכבר אמרתי בזה לפרש דבריו הקדושים על פי אמרם ז"ל אשר מיכאל כהן גדול עומד ומקריב נשמות ישראל והם עולים לריח ניחוח לפניו יתברך שמו כמו הקרבנות [מנחות קי. ובתוס' שם ד"ה ומיכאל, ועיין בזוהר ח"ג דף לג.]. ונודע אשר גם על ידי אלו שנהרגו על קידוש השם עולה תענוג וריח ניחוח למעלה. וע"ז היתה בקשת המגיד הקדוש ז"ל, ורמוז זאת בתוכחה - אשר היא מלאה ברכות כמבואר בספרים - והשימותי את מקדשיכם, היינו, שלא יהיה עוד הריגת הקדושים מישראל, וזה ולא אריח בריח ניחוחכם שלא יהי' עוד נחת רוח כזה, ולזאת שפיר ביקש המגיד זי"ע שנזכה לזה בזמן קרוב. ואמרתי פירוש זה לפני מרן אבינו הגה"ק זצ"ל וקלסי'. ועפ"ז יש לפרש הקרא שלפנינו, כי אמרו ז"ל אשר מיתת בני אהרן היתה גם כן שיתקדש שם שמים, כמ"ש ונקדש בכבודי [שמות כט מג] ודרשו חז"ל במכובדי [זבחים קטו ע"ב], והי' אומר משה לאהרן סבור הייתי שיתקדש הבית בי או בך עכשיו אני רואה שהם גדולים ממני וממך [ויקרא רבה פרשה יב אות ב]. וזה אחרי מות שני בני אהרן שהי' אז קידוש השם, אמר הקב"ה ואל יבוא בכל עת אל הקודש. וזה וא"ל יב"א בכ"ל ע"ת עולה עקב"ת, לרמוז על עקבתא דמשיחא שתהיה הגאולה בקרוב בלי הריגת הקדושים ובלי חבלי משיח. אכי"ר:

יענקי פיש
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 28, 2014 11:35 pm

לכאורה דארף זיין א אייגענע חרדישע "וועדת חקירה".

תגובהדורך יענקי פיש » זונטאג מאי 02, 2021 2:47 pm

נאך כל מיני שמועות אז ס'מעגליך אז די פאליצייאישע באנעמונג האט עכ"פ טיילווייז געקענט זיין א גורם צו דעם טראגעדיע, איז לכאורה זייער וויכטיג אז די חרדישע פארטייען און קהילות און ארגענעזאציעס פון ארץ ישראל און פון איבער די וועלט זאלען זיך צאמנעמען און עפענען א אפיציעלע ציווילע "וועדת חקירה"

טאמער מען וועט לאזען די רעגירונג זיך אליינס אויספארשען דאן איז שווער צו גלייבען אז זיי וועלען זיך אליינס באשולדיגען, ס'וועט זיין זיין גרינגער צו ארויפווארפען די שולד אויף די חרדים, און עס גאר ניצען פאר א תירוץ צו מאך מער איבערנעמען די ווירטשאפט און מירון,

נאך אלע מעשיות, אפילו טאמער די פאליציי האט גוטע כוונות, איז קלאר אז זיי פארשטייען בכלל נישט די חרדישע מענטאליטי, זיי מיינען אז ס'איז א גרויסע חכמה צו האקען און פראקען און שפריצען פעפער ספרעי.... ס'איז נישט קיין ווירטשאפט ! מען ברויך מסדר זיין אז ל"ג בעומר אין מירון זאלען חרדישע סדרנים האלטען ארדענונג, ס'שטעלט זיך ארויס נאכאמאל און נאכאמאל אז די חרדים זענען זיך אסאך בעסער מסדר אן די הילף פון די פאליציי,

עכ"פ צוריק צום "וועדת חקירה", מען טאר זיי נישט לאזען חאפען די העדליינס מיט זייער "וועדת חקירה", און אהערשטעלען די נערעטיוו וואס זיין ווילען, מען מוז גאר דרינגענד אהערשטעלען א אייגענע חרדישע פראפעשענעל ציווילע "וועדת חקירה", באגלייט מיט ערענסטע לויער'ס און פריוואטע אינוועסטיגעטער'ס וואס זאלען ערענסט אויספארשען דעם ענין סיי דער טראגעדיע אליינס און זיי די גאנצע באנעמונג פון די פאליציי און מירון און אזוי אויך טאמער געוויסע חרדישע גורמים האבען א געוויסע שולד, און ס'זאל ווערען געהעריג אהערגעשטעלט פאר די פרעסע,

ס'ברויכען זיך ציזאמען נעמען די גרויסע אידישע ארגעניזאציעס ווי די או-יו און אגודת ישראל פון אמעריקע, ציזאמען מיט די מנהיגי הקהילת פון ארץ ישראל מיט די הצלה ארגעניזאציעס און די חברי כנסת, און ציזאמען אהער שטעלען א געמיינזאמע פראנט וואס וועט ווייזען אז אין ליכט פון אזא מאסענשטאבליכע אומגלויבליכע טראגעדיע וועט די חרדישע וועלט נישט שווייגען, און נישט לאזען די אזוי געריפענע רעגירונג "וועדת חקירה" טוהן וואס זיי שמעקט, נאר די חרדישע וועלט וועט וויסען וויזוי זיך צו אננעמען פאר אירע רעכטען,

בתפילה לנורא עלילה להצלחה,
לעצט פאראכטן דורך יענקי פיש אום זונטאג מאי 02, 2021 2:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דממה דקה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4172
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: לכאורה דארף זיין א אייגענע חרדישע "וועדת חקירה".

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מאי 02, 2021 2:52 pm

די חרדישע וועדת חקירה האט שוין גע'ענדיגט די אויספארשונג...
הנותן 'תשועה' למלכים לפ"ק

Browsing
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: לכאורה דארף זיין א אייגענע חרדישע "וועדת חקירה".

תגובהדורך Browsing » זונטאג מאי 02, 2021 2:57 pm

דממה דקה האט געשריבן:די חרדישע וועדת חקירה האט שוין גע'ענדיגט די אויספארשונג...

;l;p- ;l;p- ;l;p-

דריידל
שר ששת אלפים
תגובות: 6497
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: לכאורה דארף זיין א אייגענע חרדישע "וועדת חקירה".

תגובהדורך דריידל » זונטאג מאי 02, 2021 2:58 pm

דממה דקה האט געשריבן:די חרדישע וועדת חקירה האט שוין גע'ענדיגט די אויספארשונג...

און די משטרה נישט?
לעצט פאראכטן דורך דריידל אום זונטאג מאי 02, 2021 2:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Browsing
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:45 pm
לאקאציע: אויפן געוועב

Re: לכאורה דארף זיין א אייגענע חרדישע "וועדת חקירה".

תגובהדורך Browsing » זונטאג מאי 02, 2021 2:58 pm

Browsing האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:די חרדישע וועדת חקירה האט שוין גע'ענדיגט די אויספארשונג...

;l;p- ;l;p- ;l;p-

עס האלט שוין ביי 20 בלעטער אויספארשונג.....


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גבר ישראל, מה שמו און 18 געסט