שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

כמים שאין להם סוף האט געשריבן:
100038900881_152466.jpg

לויט רוב מפרשי הזוהר זעט נישט אויס ווי דער שטיקל זוהר (אידרא נשא, קמד ע"ב) האט א שייכות צו די נעכטיגע אומגליק.

צו זען די מעשה וואס דא איז פארגעקומען באריכות, קען מען נאכקוקן אין נחלת אבות (משאש), חלק א, סוף דרוש כט
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

וויל וועלן האט געשריבן:
כמים שאין להם סוף האט געשריבן:
100038900881_152466.jpg

לויט רוב מפרשי הזוהר זעט נישט אויס ווי דער שטיקל זוהר (אידרא נשא, קמד ע"ב) האט א שייכות צו די נעכטיגע אומגליק.

צו זען די מעשה וואס דא איז פארגעקומען באריכות, קען מען נאכקוקן אין נחלת אבות (משאש), חלק א, סוף דרוש כט

נחלת אבות וכו' בשם "ספר מעשיות כתב יד בלשון ערבית".
אשרי המאמין. ר' יוסף משאש'ס מעשיות זענען נישט קראנט.

אבער בין כך ובין כך האט דער זוה"ק נישט קיין שייכות אהער.
אוועטאר
ahah
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2020 1:27 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ahah »

ר אלימלך בידרמאן זאגט נאך פון איינע פון די צדיקים אז אוי ווי ווען הער האט גהאט א גאט וואס הער וויסט וואס הער וויל פון עם הער וויל האבען א גאט וואס הער וויס נישא וואס הער וויל פון עם עפעס אזא לשון
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

מיכל האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:האט דאס א מקור? דאס פראווענען רביסטעווע במקום רבי שמעון?

ביטע נישט דערמאנען נעמען פון ווי די ביסט נתעורר געווארן מיר רעדן נישט פון קיין ספעציפישע חסידות וכו'

פשוט און גראד אנו לא גרים ולא בני גרים, פון ווי שטאמט דאס, די גאנצע שפיל, די ווארעמע קומזיץ די שנעלע די שטאטע דער נגיד דער גבאי ארויף אראפ וכו' איז דעס מנהגי מירון ביומא דהילולא?

יפה דברת ובזמנו דברת.

דאס זעלבע איז גילטיג ביי אנדערע קברי צדיקים.

ס'איז א ווייטאג און א שאנדע.

ר' יענקל'ע דערציילט אויפ'ן קאלאשיצער רב (כמדומה) אז אנקומענדיג אויף ליזענסק פלעגט ער אוועקגעבן דעם שטעקן: דא בין איך נישט קיין רבי!

דער קאלשיצער רב האט דאס געזאגט?
כ׳האב געמיינט אז זיבעלע און מיכל זענען געקומען זאגן פארן קאלשיצער רב וואס צו טון... א שאנדע!
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

עס איז זייער שווער צו האלטן דעם קאפ גראד אין די סארט מצבים און זאגן קלאר עס קומט פון אונזער איין איינציגער גוטער באשפער

ווי ביי יעדע אזא סארט וועט לכאורה יעצט ארויסקומען אז קומענדיגע יאר וועט זיין סדר אין מירון ווי קיינמאל בעפאר
אדער אז מען גייט אויספארשן די פאליציי און שטרענג קעיר נעמען
דו חכם דו עס איז נישט שולדיג נישט קיין מירון און נישט פאליציי דאס האט אונזער גרויסער באשעפער געשיקט ספעציעל פאר די מענטשן פאר וועם עס איז געווען באשערט

נעכטן זאגט מיר איינער אז ער האט שוין מורה צו גיין אויף פלעצער וואו מען שטופט זיך זאג איך אים אז פאר די פערציג מענטשן איז געוען אנגעשריבן צו שטארבן און אויב עס וועט זיין באשערט פאר מיר אויך קען עס געשען אן זיך שטופן אויך עס האט נישט קיין שום שייכות

וואס דארף מען מער פון דעם אז עס זענען געגאנגען צווי אינגעלייט צוסזאמען און מיט ביידע איז געשען דאס זעלביגע און איינער האט עס איבערגעלעבט ב"ה און דער צווייטער נישט
עס איז פשוט פאר איינעם האט מען געזאגט פון הימל איר האט שוין געענדיגט אייער תפקיד אויף די וועלט זייט מוחל און קומט ארויף
פארן צווייטן האט מען געזאגט פונקט דאס פארקערטע

די עיקר איז נישט ווערן פארלוירן און וויסן אז אלעס אבער אלעס קומט פון אונזער גרויסן טאטן אין הימל
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
צהלתו בפניו
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
לאקאציע: אין מיין קאמפארט זאון

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלתו בפניו »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:עס איז זייער שווער צו האלטן דעם קאפ גראד אין די סארט מצבים און זאגן קלאר עס קומט פון אונזער איין איינציגער גוטער באשפער

ווי ביי יעדע אזא סארט וועט לכאורה יעצט ארויסקומען אז קומענדיגע יאר וועט זיין סדר אין מירון ווי קיינמאל בעפאר
אדער אז מען גייט אויספארשן די פאליציי און שטרענג קעיר נעמען
דו חכם דו עס איז נישט שולדיג נישט קיין מירון און נישט פאליציי דאס האט אונזער גרויסער באשעפער געשיקט ספעציעל פאר די מענטשן פאר וועם עס איז געווען באשערט

נעכטן זאגט מיר איינער אז ער האט שוין מורה צו גיין אויף פלעצער וואו מען שטופט זיך זאג איך אים אז פאר די פערציג מענטשן איז געוען אנגעשריבן צו שטארבן און אויב עס וועט זיין באשערט פאר מיר אויך קען עס געשען אן זיך שטופן אויך עס האט נישט קיין שום שייכות

וואס דארף מען מער פון דעם אז עס זענען געגאנגען צווי אינגעלייט צוסזאמען און מיט ביידע איז געשען דאס זעלביגע און איינער האט עס איבערגעלעבט ב"ה און דער צווייטער נישט
עס איז פשוט פאר איינעם האט מען געזאגט פון הימל איר האט שוין געענדיגט אייער תפקיד אויף די וועלט זייט מוחל און קומט ארויף
פארן צווייטן האט מען געזאגט פונקט דאס פארקערטע

די עיקר איז נישט ווערן פארלוירן און וויסן אז אלעס אבער אלעס קומט פון אונזער גרויסן טאטן אין הימל

ריכטיג תורהדיג און שטארק קלאר
יענער וואס האט מורא געהאט פון בילדינגס נאך די טווין טאוערס - - עראפלאנען קענען אריינקראכן
נאכן נעמען אן אפיס אין א שטיקלע בעיסמענט האט א קליינע פליגער דארט געקראכטו (איך ווייס נישט אויב די מעשה איז אמת - די נקודה איז אבער אמת
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

סענסיטיוו האט געשריבן:מי יתן ראשי מים ואבכה יומם ולילה על שבר בת עמי

אני הק' האב געשפירט היינט אן התעוררות ביי די ברכה פון:
השיבה שופטינו כבראשונה
ויועצינו כבתחילה
והסר ממנו
יגון
ואנחה

אכי"ר

אינטערסאנט טאקע, יאך האב זיך צעוויינט טאקע ביי די ברכה און ביי על הצדיקים, כ'צעוויין זיך נישט געווענדליך.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ahah האט געשריבן:ר אלימלך בידרמאן זאגט נאך פון איינע פון די צדיקים אז אוי ווי ווען הער האט גהאט א גאט וואס הער וויסט וואס הער וויל פון עם הער וויל האבען א גאט וואס הער וויס נישא וואס הער וויל פון עם עפעס אזא לשון

ער זאגט נאך פון איינעם פון די צדיקים אז ער וויל דינען א באשעפער וואס ער פארשטייט נישט זיין הנהגה, און נישט קיין באשעפער וועמען ער קען פארשטיין.
מסתמא האסטו אדער נישט גוט פארשטאנען, אדער נישט גוט געטייפט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

אוי טאטע איינציגער הפכת מחול למספד, מיום טוב לאבל, משמחה ליגון, ווי די שיטה פון רשב"י אין די סדר מיתות בי"ד רַבִּי שִׁמְעוֹן אוֹמֵר: שְׂרֵפָה, סְקִילָה, חֶנֶק, וָהֶרֶג. אוי לנו כי חטאנו!

זיצנדיג און מיטהאלטנדיג ביים כניסת היום די ריקודים און טענץ און מירון האבן אלע ארום מיר מיטגעשטומט אז די התרוממות אויפן ארט זעהט אויס פילפאכיג העכער און לעבעדיגער ווי פארגאנגענע יארן , בבחינת יום הכיפורים סיי אינעם ציון און סיי אין חצר , אבער וויי צו אונז אז מיר האבן געדארפט ענדיגן די עבודה מיט די די בילדער פון די קרבנות ציבור, רבונו של עולם וועל איך נאך קענען טאטשן ז-י-ל-ב-ע-ר-פ-א-פ-י-ר??????

פאר די נשמות קדושות זענען זיכער בהיכל הרשב"י און זינגען שוין יעצט רזא דשבת איהו שבת מיט רבי שמעון ובנו באנפאה נהירין בנהירו עילאה. אבער וואס וועט זיין מיט די עמה קדישא דא אונטן ? ווי גייט מען פון דא ווייטער?

מהאט אזוי ארויסגעקוקט נאך אזא יאר אויף די יעצטיגע ל"ג בעומר צו אפיציעל שליסן די שווערע טעג און אנהייבן א נייע עפאכע פון נאר שמחה!

מיינע מחשבות רוישן אבער כקען שוין נישט שרייבן. שבת היא מלעזוק וישועה קרובה לבוא בזכות אדוננו בר יוחאי
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
אוועטאר
גראזעלעך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2020 1:12 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראזעלעך »

איך וויל נישט זאגן קיין רמזים, ווייל אונז ווייסן באמת גארנישט. אבער א נקודה למחשבה.

די תורה הק' זאגט אונז אליין אויף וואס ס'קומט תוכחה. 'תחת אשר לא עבדת את ה' אלקיך בשמחה ובטוב לבב מרוב כל'.

וואס אביסל מער טיפער איז די נקודה, אז ווען א מענטש האט א פראבלעם וועקט מען זיך אויף, מען דערמאנט זיך ס'דא א באשעפער וואס מאכט עס, מען דארף לויפן צו אים, מען הייבט אן צו טראכטן 'וואס קען איך מיך פארבעסערן'. די קינדער הייבן אן פרעגן 'איה מקום כבודו', 'איה אלקיך ישראל'. פארוואס האט דער אייבערשטער געמאכט דער שלעכטס?

אבער ווען א מענטש האט גוט'ס טראכט ער נישט אזוי שנעל 'ווער געט מיך די גוטס? פארוואס האט מיך די אייבערשטער געמאכט די אלע גוטס? וואס וויל ער דערמיט?'...

אין אנדערע ווערטער איז דא א געוויסע הרגשה אז ווען ס'גוט איז דאך גוט, אזוי דארף צו זיין... אבער ווען ס'שלעכט איז ווערט מאכט די שלעכט'ס? די אייבערשטער... ח''ו.

אין אנדערע ווערטער באקומט מען א בליק אז די אייבערשטער איז גאר די שלעכטער ח''ו ח''ו וואס מישט זיך אריין ווען ס'גייט גוט און מאכט פראבלעמען ח''ו. און אזוי וועט מען נתחנך, אז ווען ס'דא א פראבלעם מאכט מען א עצרת, מען וועקט אויף, וואס אזוי דארף טאקע צו זיין אבער דאס געט א געוויסע געפיל אז די גוטס איז פשוט און אזוי קומט עס און די שלעכט'ס איז די אייבערשטער ח''ו... נישט אז איינער האלט אזוי באמת, נאר דאס איז אזא געפיל.

ווען באמת איז פונקט פארקערט, דער וועלט איז בעצם א פלאץ פון כעס ומכאובות וכו', נאכדערצו יעדער לויט זיינע עוונות. און יעדע גוטס איז ריין פונעם אייבערשטן צוליב זיין רחמנות, א חסד ה'! און מען דארף זיך פרייען און דאנקן און לויבן, און זיך אויפוועקן צו דינען דעם אייבערשטן ווען מען זעט וויפיל גוטס מען האט.

און דעמאלטס ווען מען האט גוטס דארף מען זיך פרעגן 'פארוואס געט מיך די אייבערשטער אזויפיל גוטס?... ווייל ער וויל איך זאל אים דינען! ער וויל איך זאל אריינגיין אין עבודת ה'!'.

און דאס האט טאקע א גרויסע שייכות צו די היינטיגע טאג, עס איז הוד שבהוד, וואס אלע ספרים רעדן אז עס איז די שפיץ פון הודאה צום אייבערשטן. וואס די עיקר נקודה דערפון איז, אז מען אנערקענט אז אלע גוטס איז נאר פונעם אייבערשטן, מען לויבט אים דערויף, מען וועקט זיך אויף פון גוטס, מען דינט דעם אייבערשטן בשמחה ובטוב לבב מרוב כל.

און דעמאלטס דארף מען נישט צוקומען צו ווערן אויפגעוועקט פון די תוכחה, און ווי די תורה הק' זאגט אונז בפירוש אז אלעס איז נאר 'תחת אשר לא עבדת את ה''א בשמחה ובטוב לבב מרוב כל', אבער אויב מען טוט עס יא כל אחד כפי יכולתו ומדריגתו דאן פעלט נישט אויס צו אויפוועקן מיט תוכחה.

מ'קען נאך אסאך ארומרעדן ארום דעם פון אלע זייטן, און יעדער קען אליין ארויסנעמען נקודות למחשבה פון דעם. און בעיקר דארף מען רעדן דערפון צו די קינדער, אריינברענגען אין זיי אז די אייבערשטער געט יעדע רגע לעבן פאר די אלע מענטשן וואס לעבן יא... ער געט פרנסה, ער געט תורה מצוות ומעשים טובים וואס דאס איז די עיקר גוטס וכו'.

זאל די אייבערשטער העלפן מען זאל שוין נתקרב ווערן צו אים און צו זיין תורה טאקע מטוב לבב מרוב כל!
לעצט פארראכטן דורך גראזעלעך אום פרייטאג אפריל 30, 2021 2:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

באשערט געווען א טראגעדיע, פארוואס בעשעפער 'אינמיטן הייליגע ריקודים של מצוה' אין אזא אתרא קדישא?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

נעכטן נאכט גיי איך אריין אין ראדני סט., צוקלאפט אין צושוידערט. אלע פנים'ער זענען פארקלעמט אין צושאקלט.

די ביהמ''ד איז הערליך אויסגעשטעלט און אויסגעצירט פאר די הילולות הרשב''י.
און פלוצלינג נהפך לאבל מחולינו. די בילקעלעך אויסגעשטעלט אויף יעדן פלאץ שטייען פארשעמט. זיי ווערן צוביסלעך אראפגענומען איינס ביי איינס פון די טישן..

און איך טראכט ביי מיר. רבש''ע? דו ווילסט דען נישט א סעודה של מצוה? דו האסט דען נישט קיין נחת רוח פון א סעודה של מצוה??

פונקט איז דורך א חשוב'ער אינגערמאן וואס לערנט אסאך בספרי חסידות. פרעג איך עם גראד צום פינטל ''זאג מיר וואס דו טראכטס יעצט". דער אייבירשטער וויל דען נישט די סעודה??"

ער האט מיר געזאגט א פשוט'ער געדאנק. דער אייבירשטער האט געוואלט (געוואלט? ח''ו! 'געדארפט') געבן פאר כלל ישראל א זעץ. און א זעץ וואז שפירט זיך צום מאקסימום. אויב וואלט די טראגעדיע געווען אין א וואכן טאג אויף א פארנומענע גאס וואלס עס אונז נאר בארירט אויף 95 גראד. דער אייבירשטער וויל אונז דא שיקן עפעס א מעסעדש, א זעץ וואס מיר זאלן שפירן אויף די מאקסימום גראד. בעוונותינו הרבים.

ח''ו צו טראכטן אז דער אייבירשטער וויל נישט אונזער עבודה.

ואין כל חדש תחת השמש. וכבר הי' לעולמים. בלויז יענע וואך האבן מיר געליינט וועגן אן ענליכע פרשה פון א צושטערטע הייליגע פרייליכע מעמד!

אין מדבר. גאנץ כלל ישראל איז דערהויבן און מרוגש צום מעמד חנוכת בית ה' ווי דער אייבירשטער גייט צום ערשטן טאג היינט מאכן זיין דירה בתחתונים אין א מקו' מיוחד ווי מ'וועט זוכה זיין צו אפענע התגלות פון ''וירא כבוד ה' אל כל העם''. דער הייליגער משכן.

די פייערונג איז געוואלדיג. משה רבינו און אהרן הכהן בראש וכו' וכו'. און.

ותצא אש.
פון איין רגע צום צווייטן. נהפך לאבל מחולינו ווען די 'צוויי הייליגע ברידער' זענען נסתלק געווארן דארט באתרא קדישא אין איין טאג. אינמיטן די הייליגע פרייליכע מעמד פון זיך פרייען מיט די שמחה פון השי''ת.

ס'איז שרעקליך געווען. דער אייבירשטער אליין זאגט "וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'."

דער אייבירשטער האט געזעהן אז כדי כלל ישראל זאל שפירן די מעסעדש מיטן גאנצן קראפט, קען מען עס נישט אפשטופן. ס'מוז נעבעך זיין אינמיטן 'יום חתונותו' כביכול אליין. 'זה בנין בית המקדש'.

און דאס איז קלאר אז דער אייבירשטער האט אונז ליב אהבת נפש. וועם דען האט דער אייבירשטער דא אין 2021? הייליגע אידן וואס זענען גוט און ווילן זיין גוט.

אויב ס'איז נישט מתוך אהבה, וואלט דער אייבירשטער געטראפן בעסערע שונאים ווי אונז!!

)אפשר אויב מ'מעג טראכטן און אזא מצב איז די מעסעדש פון אייבירשטער ענליך צו דארט אין משכן.
בפרט אז ס'איז קוים א יאר וואס דער טאטע אים הימל האט אונז גע'פאנישט ארויסצוגיין פון די בתי מדרשים בעווה''ר.
אונזער כובד ראש אין הייליגע ערטער האט געכאפט א גרויסע גליטש די לעצטע יארן. מקו' למחשבה: בלויז זיבן יאר צוריק צו אפילו ווייניגער וואלט מען נישט גע'חלומ'ט צו זעהן וואילע אינגעלייט נישט ארפאלייגן די קעמרעס פון די הענט ביי יעדע מקו' קדוש וואו מ'גייט. ועוד ועוד. אין עכשיו המקו' להאריך. והוא רחום יכפר עון אם שגיתי. און אויב כ'האב גערעדט במקו' שאמרו וידום אהרן.)1
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

.
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום פרייטאג אפריל 30, 2021 4:34 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

געשריבן אין פארברענגען; לאור שטפון הטפשות ארום די וועלטל דא ברענג מיר עס אהער, ישמע חכם (לאו דוקא..) ויוסיף לקח:

אהאנג"ז איך האב נאך קיינמאל נישט ביז היינט אזוי גוט פארשטאנען דעם מאמר התנא 'סייג לחכמה שתיקה' ליינענדיג די פולע טפשות וואס פליסן אין די נייעס אשכולות

----
די געדאנק איז איין ווארט, א קלוגער מענטש האט לפחות די מינימאלע שכל צי פארשטיין אז מ'קען נישט טראכטן קלאר ווען די געפילן שטורעמען און די הארץ איז צילאזט פון גרויס פיין. דערפאר איז מען זיך מונע פון שרייבן סיי וואס אין דעם נושא, ווייל מ'פארשטייט אז מ'טראכט נישט יעצט גראד, רעדט מען נישט. דער טיפוש האט נישט דעם דעת דאס צי משיג זיין רעדט ער צאם שטותים על תולה ארץ בעת וואס זיין בליט קאכט... ווילסטו אויסקוקן ווי א חכם, מאך דיר צי דיין מויל אין די מאמענטן.

אראפשרייבן די ריינע געפילן איז נישט קיין פראבלעם, פארקערט ס'איז נכלל אין דער דאגה בלב איש ישיחנה, אראפמאלן די טיפעניש פון די הארץ העלפט זיך באפרייען פון די אומגעזינטע קאשמארן און מ'זאל זיך בעסער קענען קאנצעטרירן אויף די ווירקלכקייט פון די מצב. מאכן א חשבון הנפש וכו'
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קושטא האט געשריבן:
נקודהלע האט געשריבן:
מיכל האט געשריבן:
zibala האט געשריבן:האט דאס א מקור? דאס פראווענען רביסטעווע במקום רבי שמעון?

ביטע נישט דערמאנען נעמען פון ווי די ביסט נתעורר געווארן מיר רעדן נישט פון קיין ספעציפישע חסידות וכו'

פשוט און גראד אנו לא גרים ולא בני גרים, פון ווי שטאמט דאס, די גאנצע שפיל, די ווארעמע קומזיץ די שנעלע די שטאטע דער נגיד דער גבאי ארויף אראפ וכו' איז דעס מנהגי מירון ביומא דהילולא?

יפה דברת ובזמנו דברת.

דאס זעלבע איז גילטיג ביי אנדערע קברי צדיקים.

ס'איז א ווייטאג און א שאנדע.

ר' יענקל'ע דערציילט אויפ'ן קאלאשיצער רב (כמדומה) אז אנקומענדיג אויף ליזענסק פלעגט ער אוועקגעבן דעם שטעקן: דא בין איך נישט קיין רבי!

דער קאלשיצער רב האט דאס געזאגט?
כ׳האב געמיינט אז זיבעלע און מיכל זענען געקומען זאגן פארן קאלשיצער רב וואס צו טון... א שאנדע!

דו דארפסט פארשטיין די חילוק פון ארגענעלע אידישקייט, און פון ווי ס'איז אויך אריינגעמישט כבוד הרעביסטעווע.
וואס וואלסטו געזאגט למשל ביי שמחת בית השואבה אין ביהמ''ק ווי גאנץ כלל ישראל איז זיך משמח בקדושה וטהרה שואבין רוח הקודש, פלוצלינג איין יאהר הערט מען אז א געוויסער אדמו''ר גייט נאך דעם ווי מ'ענדיגט אין ביהמ''ק, פראווען נאך א שמחת ביה''ש אין אן עקסטערן שטח אהינציר פוןנעם ביהמ''ק מיט אלע כלי זמר און ''ניגוני התעורורת'' ? און אז איינער וועט האבן טענות וועט מען איהם ענפערן, וואס הייסט? דו ווייסט וואספארא התעוררת ס'איז געווען...

די זעלבע זאך איז דא, מירון איז מקום הקודש פון כלל ישראל, דער מנהג ההדלקה איז יסודתו בהררי קודש פונעם הייליגן אריז''ל ותלמידו מהר''ח וויטאל זי''ע, און הונטערטער יאהרן איז אזוי געווען דער מנהג אז תיכף לעת כניסת היום צינדט מען אן די הדלקה על גג הציון און מיט דעם שמחה של מצווה גייט מען אריין אין דעם הלולא רבא דר' שמעון, און דאס האט באלאנגט פאר דעם הקדש וואס האט פארפיגט אויף אלע עניני מירון, נאר נאך דעם וואס מ'האט געדארפט מאכן פארשידענע תיקונים און שיפוצים וואס האט געקאסט אסאך געלט, האט מען פארקויפט דעם זכות ההדלקה פארן הייליגן ריזשענער וואס ביאן האלט נאך אן בירושה.

אבער ווי קומט אהער דאס לעצטערע יאהרן פראווען ראביסטעווע הדלקות? די שטח יענע שטח!
ס'האט מיך אלץ געבאדערט, ס'נעמט אוועק פונעם ארגענעלקייט, פונעם פנימיות. די אלע התעוררת און דבקות קען מען דען נישט האבן ביים ארגענעלן הדלקה?.

חסידים ואנשי מעשה היו מרקדין באבוקות של אור... און די חסידים ארום און ארום האבן געקלאטשט און הנאה געהאט און זיך געפרייט... וכן דעמאלטס האבן אנדערע געהאט טענות היתכן די חשוב'ע לייט נעמען דעם סטעידש דא אין ביהמ"ק אינעם אייבערשטנס הויז..

טוטס מיר אלע א טובה, ס'קען פינקט אזוי האבן געווען פארקערט ווי דיין אימעדשינעישין האט אויסגע'משל'ט די מעמד שמחת בית השואבה.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

פון דא: https://tora-forum.co.il/viewtopic.php?f=11&t=19752

בר יוחאי תשפ"א לפ"ק

בר יוחאי אבל מחולך, אבל דאבה מזרעך

בר יוחאי, שמן שרפת קדש, יצאת לבער בקדש, הקמת בציץ נזר הקדש, חבוש על ליבך צערך:

בר יוחאי, מושב צר ישבת, ליל באו, ליל אשר בחרתּ, במורד צוקים שעמדת, שם שבית שבי מבחורך:

בר יוחאי אלפי בניך עומדים, מבקשי פניך מתחננים ורוקדים, אפילה גדולה איכה ביקוד ניצודים, הלא המה יקראוך קוראיך:

בר יוחאי, ולשדה השמחִים, עלית ללקוט בו מרקחים, סוֹד נורא מיודעים ואחִים, בקרובי אקדש אמרת לעובריך:

בר יוחאי, גזרת בגבורה, ובמידת דין אש בערה, וחרב הוצאת מתערה, שלפת נגד באים בשעריך:

בר יוחאי, למקום אבני שיש, הגעת ופני אריה ליש, גם גולגלת רוצצה לדיש, תשורי ומי ישורך:

בר יוחאי, בקדש הקדשים, דם אדום מזרע תרשישים, מ"ה נפשות תמימים וקדושים, קברת קברי בית קברך

בר יוחאי, יד וחרב דומה, השחזת תמימה מפגימה, בני ישיבות ראשית תרומה, אתא שוחט וטבח מבחר בחורך:

בר יוחאי סוד מופלא רום מעלה, יראנו מלהבין כי רב לה, תעלומה ואין קורא לה, נמת עין לא תשורך:

בר יוחאי, אבלו ילדיך, אבלו העם הם לומדיך, ואבלו העומדים על סודך, לבשו שק תמיך וישריך:
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:געשריבן אין פארברענגען; לאור שטפון הטפשות ארום די וועלטל דא ברענג מיר עס אהער, ישמע חכם (לאו דוקא..) ויוסיף לקח:

אהאנג"ז איך האב נאך קיינמאל נישט ביז היינט אזוי גוט פארשטאנען דעם מאמר התנא 'סייג לחכמה שתיקה' ליינענדיג די פולע טפשות וואס פליסן אין די נייעס אשכולות

----
די געדאנק איז איין ווארט, א קלוגער מענטש האט לפחות די מינימאלע שכל צי פארשטיין אז מ'קען נישט טראכטן קלאר ווען די געפילן שטורעמען און די הארץ איז צילאזט פון גרויס פיין. דערפאר איז מען זיך מונע פון שרייבן סיי וואס אין דעם נושא, ווייל מ'פארשטייט אז מ'טראכט נישט יעצט גראד, רעדט מען נישט. דער טיפוש האט נישט דעם דעת דאס צי משיג זיין רעדט ער צאם שטותים על תולה ארץ בעת וואס זיין בליט קאכט... ווילסטו אויסקוקן ווי א חכם, מאך דיר צי דיין מויל אין די מאמענטן.

אראפשרייבן די ריינע געפילן איז נישט קיין פראבלעם, פארקערט ס'איז נכלל אין דער דאגה בלב איש ישיחנה, אראפמאלן די טיפעניש פון די הארץ העלפט זיך באפרייען פון די אומגעזינטע קאשמארן און מ'זאל זיך בעסער קענען קאנצעטרירן אויף די ווירקלכקייט פון די מצב. מאכן א חשבון הנפש וכו'

זייער ריכטיג הרב סטאווי.
אבער ס'זענען דא מענטשן וואס ארינטיערן זיך שנעלער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

סאכדעס האט געשריבן:

גאר ריכטיג דיינו
ווי למשל דער עקיצה קומט פון ספעציעל שטארקע אריענטירונג.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
קושטא
שר חמש מאות
תגובות: 662
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 1:40 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קושטא »

.
לעצט פארראכטן דורך קושטא אום מוצ"ש מאי 01, 2021 10:23 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:געשריבן אין פארברענגען; לאור שטפון הטפשות ארום די וועלטל דא ברענג מיר עס אהער, ישמע חכם (לאו דוקא..) ויוסיף לקח:

אהאנג"ז איך האב נאך קיינמאל נישט ביז היינט אזוי גוט פארשטאנען דעם מאמר התנא 'סייג לחכמה שתיקה' ליינענדיג די פולע טפשות וואס פליסן אין די נייעס אשכולות

----
די געדאנק איז איין ווארט, א קלוגער מענטש האט לפחות די מינימאלע שכל צי פארשטיין אז מ'קען נישט טראכטן קלאר ווען די געפילן שטורעמען און די הארץ איז צילאזט פון גרויס פיין. דערפאר איז מען זיך מונע פון שרייבן סיי וואס אין דעם נושא, ווייל מ'פארשטייט אז מ'טראכט נישט יעצט גראד, רעדט מען נישט. דער טיפוש האט נישט דעם דעת דאס צי משיג זיין רעדט ער צאם שטותים על תולה ארץ בעת וואס זיין בליט קאכט... ווילסטו אויסקוקן ווי א חכם, מאך דיר צי דיין מויל אין די מאמענטן.

אראפשרייבן די ריינע געפילן איז נישט קיין פראבלעם, פארקערט ס'איז נכלל אין דער דאגה בלב איש ישיחנה, אראפמאלן די טיפעניש פון די הארץ העלפט זיך באפרייען פון די אומגעזינטע קאשמארן און מ'זאל זיך בעסער קענען קאנצעטרירן אויף די ווירקלכקייט פון די מצב. מאכן א חשבון הנפש וכו'

דער פסוק זאגט דאס דאך שוין אין קורצן: והמשכיל בעת ההוא ידום.

-------

ביי שמחת בית השואבה האבן צדיקים אויך אנגעפירט (איך רינגל עס ארום, ווייל עס פאסט נישט עכט די אויסדרוק: די "שאו" אזוי צו זאגן) און געטאנצן אינדערמיט, כמבואר בגמרא.

אה, זעה איך אז סטאוועניא האט עס שוין ארויסגעברענגט. (איך פארגלייך נישט חס ושלום די צדיקי דורינו קעגן רבן שמעון בן גמליאל., נאר דער געדאנק.)
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום פרייטאג אפריל 30, 2021 4:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

נו גוט אז די רמב"ם איז די מקור פין די פארברענגען איז פיין

איך האב געזעהן א קליפיטש וויאזוי ר' יא"ז מרגליות טאנצט בהילולא דבר יוחאי, איך האב באקומען אן אנדער געפיל וויאזוי דעי חסידים ואנשי מישה האט אויסגעקוקט, באט קען זיין איך בין מיך טןעה.

סא פשוט איז אז די חסידים האבן זיך אויפגעשטעלט אויפן הויכן פלאטפארמע און מכבד געווען דעם פרנס השנה מיטן גיסן דעם ערשטן טעפל פונעם זילבערנעם קריגל, און נאכדעם האבן די מנגנים געווארעמט ווען די חסידים ואנשי מעשה האבן זיך פארדבקותט און נאכער ווען דער חסידים ואנשי מעשה האבן געטאנצצען האבן דער המון עם מיטגעטאנצט וכולו

קאן זיין, נישט געטראכט אין דעם דירעקשאן
לעצט פארראכטן דורך zibala אום פרייטאג אפריל 30, 2021 5:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שבעה מי יודע!?
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

צל עובר האט געשריבן:ביי שמחת בית השואבה האבן צדיקים אויך אנגעפירט (איך רינגל עס ארום, ווייל עס פאסט נישט עכט די אויסדרוק: די "שאו" אזוי צו זאגן) און געטאנצן אינדערמיט, כמבואר בגמרא.

אה, זעה איך אז סטאוועניא האט עס שוין ארויסגעברענגט. (איך פארגלייך נישט חס ושלום די צדיקי דורינו קעגן רבן שמעון בן גמליאל., נאר דער געדאנק.)

במחילה מכבודך? איר האט נישט פארשטאנען די גמ', קיינער האט נישט געפירט קיין שאו דארט.... די חסידים ואנשי מעשה האבן געהאט די זכיה, אז זיי האבן געקענט טאנצן און די פשוטע מענטשן האבן נאר געקענט קוקן.
קיינער איז נישט געשטאנען אין דערמיט און געמאכט מיט די הענט........
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

@קושטא, איך האב געניצט די ווערטער לסבר את האוזן, בס"ה געשריבן אז ס'קען זיין מ'איז געשטאנען ציטיילט ארום די צדיקים.
מהיכי תיתי אז שאר כל העם באדייט ווי די האסט אין דיין דמיון פון אלץ קינד אז ששים רבוא זענען געווען מרוכז על מקום אחד אן קיין ציטיילונג. אפשר זענען אפאר טויזענד אידן געשטאנען ארום רבן גמליאל און געקלאטשט צי זיינע פאקלען, און אפאר טויזענד אידן ארום הלל און ארום רבי יוחנן וכו' ...

ארויסגעברענגט א נקודה אז פרעגסט א קשיא מכח א געוויסע בילד וויאזוי דו האסט זיך אויסגע'משל'ט אין דיין קאפ ס'האט אויסגעקוקט דעמאלטס. כלל נישט מוכרח, זה הכל.

---
א צווייטער האקט ווייטער מיט וויאזוי ער האט אין זיין קאפ אויסגע'משל'ט דעם מעמד שמחת בית השואבה. וכנ"ל
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זוכענדיג דעם ברייט פארשפרייטן שטיקל זוהר הקדוש, האב איך געזען תיכף בעפאר דעם א שטיקל, וואס איז פאר מיר א שטארקער חיזוק, מעגליך וועט עס זיין פאר אנדערע אויך, לייג איך עס דא.

נשא דף קמ"ד ע"ב, אין מתוק מדבש איז עס אין כרך י"ב עמוד שפ"ג
נשא דף קמ"ד ע"ב, אין מתוק מדבש איז עס אין כרך י"ב עמוד שפ"ג
20210430_165000.jpg (534.54 KiB) געזען 1454 מאל

אין אידיש לויט ווי איך זעה דא אין מתוק מדבש: מיר האבן געלערנט, צען זענען אריין, און זיבן זענען ארויס, [דהיינו אז דריי פון די חבריא קדישא זענען נסתלק געווארן ביי די אדרא רבא.] און רבי שמעון האט זיך געפריידט, און רבי אבא איז געווען עצוב, איין טאג איז רבי שמעון געזעצן און רבי אבא מיט אים, האט רבי שמעון עפעס געזאגט [א יחוד] האבן זיי געזען ווי די דריי ווערן געפירט דורך אויבערשטע מלאכים, און מען ווייזט זײ צימערן מיט אוצרות פון אויבן, וועגן זייער כבוד וועגן, און מען האט זיי אריינגעברענגט אין בערג פון ריינע אפרסמון אויל, האט זיך בארואיגט דער דעת פון רבי אבא. עד כאן.
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרת אלפים
תגובות: 19772
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

zibala האט געשריבן:נו גוט אז די רמב"ם איז די מקור פין די פארברענגען איז פיין

איך האב געזעהן א קליפיטש וויאזוי ר' יא"ז מרגליות טאנצט בהילולא דבר יוחאי, איך האב באקומען אן אנדער געפיל וויאזוי דעי חסידים ואנשי מישה האט אויסגעקוקט, באט קען זיין איך בין מיך טןעה.

סא פשוט איז אז די חסידים האבן זיך אויפגעשטעלט אויפן הויכן פלאטפארמע און מכבד געווען דעם פרנס השנה מיטן גיסן דעם ערשטן טעפל פונעם זילבערנעם קריגל, און נאכדעם האבן די מנגנים געווארעמט ווען די חסידים ואנשי מעשה האבן זיך פארדבקותט און נאכער ווען דער חסידים ואנשי מעשה האבן געטאנצצען האבן דער המון עם מיטגעטאנצט וכולו

קאן זיין, נישט געטראכט אין דעם דירעקשאן

האמת ניתן להאמר אז כ'בין בעצם נישט מחולק מיט אייך, פערזענליך פלעגט מיר דאס אויך אלץ (חוץ די לעצטע 24 שעה) שטערן און זייענדיג אין מירון האט מיר עס נישט צי שטארק געשמעקט. פיין וואויל כ'האב דאך פארשטאנען דעם כשם שאין... און ווער זאגט אז איך האב די קלארע דעת תורה צי זאגן וואס ס'איז ריכטיג און וואס נישט. עכ"פ מיר שמעקט נישט די רעביסטעווע און פראוועריי דארט. (וואס איז עס דען משנה?)

נאר אז איר שטורעמט דא אריין אינמיטן דעם שווערן אומגליק, זאגט אפ אייער הארציגע דברי הספד און מיט דעם אין אדם נתפס על צערו אויסרייד עפנסטו קאלטבלוטיג אויף א פרישע נושא, כמובן אן טייטלען דירעקט א פינגער אז אלו אשמים, פארקירעוועסט די ריכוז אויף דאס וואס אייך עגבערט און די גאנצע קאטאסטראפע איז גארנישט יעצט. יעצט גייט מען בארעדן די רביים'ס פראוועריי באתרא קדישא... ארבעט טאקע אויף קעסל אין כלים צי באוואשען כלל ישראל יעצט אין די קריטישע מאמענטן, ווארף אפ יעדן וואס וואגט צי צוריקדרייען דעם שמועס צים אבל אשמים אנחנו. נחפשה דרכנו ונחקורה.

אין אזא צייט דארף מען טאקע אפירנעמען דעם טעקסטבוק און אפווארפען די דברי אכזריות מיט אזעלעכע צישטעלן ווי חסידים ואנשי מעשה, (וואס אגב איז געברענגט געווארן בס"ה אפציווארפן א צווייטענס טענה איבער וויאזוי די שמחת בית השואבה האט אויסגעקוקט) כלל ישראל איז שיין כלל ישראל איז וואויל, מיינע בויכוויי אויף אידישע קינדער האט נישט קיין ארט יעצט. יעצט בין איך שילדיג, יעמט איז מיין זמן צי תשובה טוהן. יעדע ווארט וואס ווערט געשריבן צי אוועקנעמען אינזער התבוננות פון דעם, בתוכם די מחשבת סרק איבער די פראווערייען און פון דאס און פון יענץ איז א שטיק אכזריות בלשון קדשו פונעם הייליגן רמב"ם.
הנה אנכי שולח מלאך. זאגט רש"י כאן נתבשרו שעתידין לחטוא. די בשורה איז געווען אז אעפ"י שיחטאו לא תסתלק שכינה מביניהם, אזוי ווי די תרגום טייטשט כי לא אעלה בקרבך; לא אסלק שכינתי מבינך!
עוג מלך הבשן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 11:14 am
לאקאציע: עולם השפל

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוג מלך הבשן »

פאר די אלע וואס שטעלן צי שמחת בית השאובה, אלעס פיין, לדעתי האט דאס נישט קיין שייכות אהער
אין בית המקדש איז דער ציבור געשטאנען בדרך נס, עומדים צפופים ומשתחוים רוחים
איך קלער אז ביים טאנצען איז אויך געווען א בחינה פון רוקדים רוחים..
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”