שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

לאנטשבאקס
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 9:22 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטשבאקס »

עפעס א מורא'דיגע רמז
30 + 15
רובא דארץ ישראל
צרור הכסף לקח בידו
איך ווייס גארנישט
Capture.JPG
Capture.JPG (181.66 KiB) געזען 1235 מאל


גרעסער
Capture1.JPG
Capture1.JPG (526.26 KiB) געזען 1235 מאל
אהללה ה' בחיי אזמרה לאלקי בעודי
רוּחַ אִישׁ יְכַלְכֵּל מַחֲלֵהוּ - משלי יח יד
אור מופלא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 24, 2020 2:28 am
לאקאציע: אין מירון והגלילות

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור מופלא »

חבצלת השרון האט געשריבן:וַיֶּחֱרַד כָּל הָהָר מְאֹד | ל"ג בעומר תשפ"א לפ"ק


וַהֲבִיאוֹתִים אֶל הַר קָדְשִׁי
זקנים עם נערים בנים על אבות, בקול רנה ותודה המון חוגג,
במקהלות רבבות עמך, מרוב כל בשמחה וטוב הלב מתמוגג,
חסידים ופשוטי עם, בישורין מלך יחד שבטי ישראל מאד נעלה,
כל ההר כמדורת אש, שמן משחת קודש במנורה היתה מעלה,
מרקדין באבוקות של אש בלב שלם, שם שואבים רוח הקודש.

וְשִׂמַּחְתִּים בְּבֵית תְּפִלָּתִי
כיום הקדוש, בהיותם במערה תפלה בסילודין ורתיחות הדמעות,
שופכים לב כמים נוכח פני האדון ה' - דא רשב"י, באלו השעות,
הרי יכול לפטור את כל העולם מן הדין, תורתו מגן לגדור בפרץ,
בר יוחאי בקודש הקדשים, מַלְכִּי מִקֶּדֶם פֹּעֵל יְשׁוּעוֹת בְּקֶרֶב הָאָרֶץ,
התנא רבי שמעון לכל - אף לפחותים באשר הוא שם, כן בקודש.

עוֹלֹתֵיהֶם וְזִבְחֵיהֶם לְרָצוֹן עַל מִזְבְּחִי
אהה! במעלות קדושים טהורים כשלו איש באחיו ונגלשים כנהר,
עד שהמלך במסיבו יד ה' היתה בנו להמם, יקוב הדין את ההר,
כיסתנו יגון ואנחה, נסו ששון ושמחה, כאשר הרימות מעם בחור,
הה"ד מַה לְּךָ פֹה וּמִי לְךָ פֹה כִּי חָצַבְתָּ לְּךָ פֹּה קָבֶר, בנקרת הצור,
קלני מראשי קלני מזרועי הוא אשר דבר ה' לאמר בקרובי אקדש.

כִּי בֵיתִי בֵּית תְּפִלָּה יִקָּרֵא לְכָל הָעַמִּים
בכל זאת באומנת אמונתך נחיה שבמידת הרחמים עליהם נגלית,
על אף שאין אתנו יודע עד מה, אנחנו מקבלים דא גזירת אורייתא,
אנו ליה עינינו ליה, ואין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים,
זה השם שַׂבַּרְנָא לֵיהּ בְּשִׁבְיָן, תְּקוֹף הֵמָנוּתָא, הוא ינחמנו בכפליים,
תַּשְׁמִיעֵנִי שָׂשׂוֹן וְשִׂמְחָה תָּגֵלְנָה עֲצָמוֹת דִּכִּיתָ, הנותר הכתוב לחיים,
עליהם השלם כל הקרבנות כולם, ונשמע קולו בבואו אל הקודש.

זְכֹר ה' מֶה הָיָה לָנוּ...
~איש צמח ואחיעזר מצפים לישועה



האב'עך געווארט אויף א גוט שטיקל פון חבצלת'ן, אבער נישט ערווארטעט אזאנס.
ספעשיל און עמעיזינג.
גאר טרעפליכע מליצות, א שטייגער ווי "עצמות דכית", "כי חצבת לך פה קבר", "יקוב הדין את ההר", "כשלו איש באחיו", וכהנה וכהנה.
אגב דיין קעפל "ויחרד כל ההר מאד", איז פאסיק צו באשטרעכלן די ווארט מאד [כזה: מא"ד] צוליב די גימטריא שבה
אזוי גוט
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 22, 2020 12:47 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי גוט »

2021-05-07.png
2021-05-07.png (15.33 KiB) געזען 1100 מאל
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17011
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אין אמת'ן אריין, געהערט עס צו לעצטע וואך פרשה, אבער וואס זאל איך טוהן, ס'איז מיר איינגעפאלן היינט נאך שחרית.. העמיר זיך פארלאזן אויף מנהג הדרשנים, אנצוהייבן לעת הצורך א דרשה מיט 'מיר האבן לעצטע וואך געליינט...'

*

שטייען זיי אלע אזוי צושטופט אינעם קליינעם פעלד, ארומגענומען מיט א הויעכע צוים.. אלע פונעם זעלבן עידזש, קוים געשטעלט אפאר טריט אינעם לעבן.. קיינער ווייסט נישט וואס מ'וויל פון זיי..

פון די אנדערע זייט פונעם פארמאכטן טיהר הערן זיי זייערע מאמע'ס שרייען און וויינען מ'זאל זיי לאזן זעהן זייערע קינדערלעך.. און די קינדערלעך.. זייערע הערצער גייען אויס פאר בענקעניש, אבער דער טויער איז פארמאכט..

אויפאיינמאהל הערן זיך פיסטריט.. און די טיר'ל עפנט זיך.. א קליינע שמאהלע שפאלט.. קוים וואס איינער אויפאמאהל קען זיך דארט אדורך דרוקן.. אלע לויפן גלייך צו צום טיהר, און שטופן זיך ארויס צו זייערע באליבטע מאמע'ס..

א קליינטשיגס.. זי קען זיך נישט צודריקן.. זי ווארט אין די זייט.. גיבט זי אבער א בליק ארויס.. שטייט דארט א מענטש מיט א שטעקן אין די האנט.. און צו איר גרויס שרעק פון מאל צו מאל הייבט ער אויף זיין האנט און לאזט אראפ פאר דעם אומשולדיגן ארויסגייענדן א זעץ אין רוקן.. איי.. ס'כאפט איר א פחד..

וואס טוה איך דא?.. פון איין זייט די בענקעניש צו איר מאמע וואס שטייט און ווארט.. פון די אנדערע זייט דער שרעקעדיגע פארשוין.. אפשר וועט איר מזל שפילן און ער וועט איר נישט קלאפן.. אבער פון די אנדערע זייט האט ער שוין צו לאנג נישט געשלאגן.. ס'קוקט נישט אויס ווי ער גייט זיך נאך לאנג איינהאלטן.. אבער די הארצרייסנדע בענקעניש נעמט איבער.. זי שטופט זיך צו צום טירל.. און פרובירט ארויס צולויפן, אז דער שרעקעדיגע פארשוין זאל איר נישט קענען צו קלאפן..

אבער, את אשר יגורנו באה.. און פלוצלינג פילט זי א קלאפ.. א זעץ און רוקן.. אבער זי זעהט נישט גארנישט און זי לויפט צו צו איהר מאמע, וואס נעמט איר ארום מיט גרויס ליבשאפט..

*

גייט אריבער א שטיק צייט, און דער מענטש איז ווידער דא.. זיי קורטשעט זיך איין אין א ווינקל.. זי האפט אז ער וועט איר נישט באמערקן.. אבער צו איר גרויס שרעק.. קומט ער גראד צו צו איהר.. און ער הייבט איר אויף, אוועק פון איר באליבטע מאמע.. און ער לייגט איהר אריין אין זיין וואגן.. צוזאמען מיט אסאך אנדערע, וואס זענען פונקט ווי זי, דערשראקן צום טויט..
זי קוקט זיך ארום, און צו איר גרויס ווואונדער באמערקט זי.. יא.. די אלע זענען די וואס ס'איז זיי נישט געלונגען זיך ארויס צודרייען פון דעם מענטשנ'ס קאנטשיק.. מ'זעהט נאך אויף זיי די סימנים פון די קלעפ..

מחשבות הייבן זיך אן צו דרייען אין איר יונג קעפעלע.. וואס האט ער קעגן אונז.. פארוואס שלאגט ער אונז.. און פארוואס האט ער אונז אפגעטיילט פון אונזערע מאמע'ס.. וואס איז דאס שלעכטסקייט.. און איבער אלעמען קלאפט איר דאס הארץ.. ווי נעמט ער אונז..

*

נאך אפאר טעג זיך שלענגלען אויף די וועגן.. און אויף איינמאהל פילט זיך א הייליגקייט אין די לופטן.. מ'פילט א דערהויבנקייט.. עפעס וואס מ'קען נישט מסביר זיין.. און די געפיל ווערט מער און מער.. הייליגער און דערהויבענער..

מ'נעמט זיי אראפ פון וואגן.. און אט זעהען זיי זיך צופיסנס פונעם בארג.. ההר אשר חמד לקים לשבתו.. צופיסנס פונעם הר הבית.. מ'נעמט זיי אריין אינעם עזרה.. אריבער די חיל וואס גוים גייען נישט אריין דארט.. אריין אין עזרת נשים.. ארויף די פופצן טרעפ.. אריין אין עזרת ישראל ווי קיין שום טמא מעג נישט אריין.. אריבער דעם דוכן אריין אין עזרת כהנים.. דארט ווי אפילו א ישראל מעג נישט אריין דארט שלא לצורך עבודה..

יא זיי די קליינע שעפעלעך.. די וואס האבן געכאפט דעם קלאפ.. זיי זענען די אויסדערוועלטע.. די העכסטע דרגא וואס א בהמה קען צוקומען.. א קרבן פארן הייליגע באשעפער.. זייערע בלוט ווערט געשפריצט אויפ'ן מזבח לכפר.. זייערע אימורים פארברענט אויפ'ן מזבח לריח ניחוח.. און זייערע פלייש ווערט געגעסן בקדושה וטהרה משולחן גבוהה..

*****


יודישע קינדערלעך מכל קצוי תבל.. די הארץ גייט זיי אויס.. זיי בענקען זיך צו ר' שמעון.. נאך א יאהר וואס די טויערן זענען געווען הערמעטיש פארמאכט.. אט עפנט זיך א שפאלט.. מיט די ריכטיגע פאפירן און השתדלות'ן קען מען זיך אריינשטופן צו ר' שמעונ'ען..

שטייט דארט דער בעל הבית.. דער מלך העולם.. און ער וועלט זיך.. העשירי יהיה קודש.. די געקלאפטע..זיי זענען די הייליגע.. זיי וויל ער ביי זיך.. זיי נעמט ער צו זיך..

*

דער אסטראווצער רבי פרעגט.. פארוואס טוט מען נישט פארקערט?.. וואלט זיך נישט געפאסט אז די חולין'דיגע בהמות זאל מען שמייסן?
נאר די פרשה פון מעשר בהמה לערנט אונז.. אשר יאהב ה' יוכיח.. דער קדוש.. ער כאפט..


ויהיה רצון, ס'זאל שוין מקוים ווערן וואס דער עטרת ישועה טייטשט דעם 'והשימותי אני את מקדשיכם, ולא אריח בריח ניחוחכם'.. ס'זאל מער נישט זיין עולה לנחת רוח די הייליגע נשמות.. און אלע אידן זאלן זוכה זיין לאריכות ימים ושנים עדי בנין הבית ותחיית המתים בביאת גוא"צ במהרה.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

דייער שטארק הרב אוראייניקל
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

גאר גוט!
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

גאר גוט! יישר כח הרב אור אייניקל.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

Re: שמועסן - געפילן - אנאליזן איבער די אסון נורא אין מירון תשפ"א

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

איך האב געשריבן דא אז מיין געפיל ביים היינטיגן ספירה. הער איך יעצט אז הרב מנשה רייזמאן דערמאנט אז אסאך האבן געהאט דעם געפיל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”