בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מצפים
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 18, 2021 2:36 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך מצפים » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:12 pm

לב בשר האט געשריבן:
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:איינער וואס איז נישט קיין מבין טאר נישט וויסן?

האלבער אשכול דא איז נאר פאר מבינים און יודעים, חידושים מיט פלאות, אינז האבן נישט וואס צי זוכן דא...

דארפסט פארשטיין מ׳קען דא גארנישט שרייבן, סוכ״ס רעדט מען פון א גאר ערליכע איד וואס איז געווען זייער אפגעטיילט פון אנדערע ערליכע אידן. וואו ברייט קען מען שוין שרייבן?



יעדער נפטר ל’’ע איז בערך 60 70 יאר בעפאר געווען בפי השדכנים והחברים
און מען האט אים צולייגט די מעלות און חסרונות וכו’
לאחר מאוע’’ש שרייבן די בלעטער און בלאג’ס
גענוי דאס וואס די וואס רעדן צו שידוכים ביי די 18
עפעס אנדערש ווערט אויסגעשמועסט ערגעץ אנדערש

דערפאר ביי ’חתונות’ און ’לוויות’ פראוועט נישט מעשי קנאות.

אוועטאר
maybeeynot
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:19 pm

ווען איז הקמת המצבה ?
טובי' מאיר איך האב מיך שוין אראפגעסיינט פון דיינע מוטשעדיגע אום מענטשליכע קאלס א דאזען מאל. לייג מיך נישט צירוק ארויף !!!

אוועטאר
Amazing
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך Amazing » מיטוואך אפריל 21, 2021 12:39 pm

האט ער געהאט א שייכות צו רבי גדליה נדל זצ"ל ראש ישיבת וויזשניץ?
איך זעה רבי יצחק בענעדיקט האט מספיד געווען לפני מטתו כידוע האט ער זיך געהאלטן נאנט צו רבי מובהק הגאון רבי גדליה עד פטירתו
א'מונה ב'טחון ג'עלט

Potus
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך Potus » מיטוואך אפריל 21, 2021 1:16 pm

fe686b335cf4410295085f5b51d95570.jpg
fe686b335cf4410295085f5b51d95570.jpg (192.97 KiB) געזעהן 2868 מאל

שבועת ראם
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 10:31 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך שבועת ראם » מיטוואך אפריל 21, 2021 1:47 pm

א איד פון אמאל האט געשריבן:
שבועת ראם האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ער האט פונקטליך בעפוילן ווער און וואס מ'זאל [און נישט] רעדן מיט אלע פרטים אלע זיינע שיטות וכו'

געווען מנין ביי יציאת נשמה און מ'האט געזונגען אהבה רבה ע"פ צוואתו, די טהרה איז געטאן געווארן בהמקוה שבבית מדרשו דורך זיינע געטרייע תלמידים.

נקבר געווארן שפעט נאכמיטאג אין די חלקה וואס זיין קהילה האט אפגעקויפט אין קרית קאשוי.

Screenshot_20210418-191601.jpg

כמדומה האברך העומד מצד ימין רבי עמרם הלא הוא רבי משה בער בצעירותו

ניין,
דער הייסט ר' יצחק חיים ווידער שליט"א יבלחט"א


כוונתי להאברך החובש שטריימל העומד ליד ימין ר' עמרם!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 26452
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אפריל 21, 2021 1:56 pm

זעהט אויס איר האט רעכט.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

יהוסף קרויס
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2020 9:32 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך יהוסף קרויס » מיטוואך אפריל 21, 2021 2:36 pm

נשמה האט געשריבן:
יהוסף קרויס האט געשריבן:
גאלדגרוב האט געשריבן:איינער מיט אינפא וועגן זיינע יארן אין וויזניץ בצל קדשו פון הרה''ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי''ע? געהערט אומקראנט אז ער איז נישט ארויס פון בנין הישיבה 5 יאר... ער האט כל ימיו געדאווענט און געציילט ספירה מיטן וויזניצן נוסח.

כ'האב געהערט פון אידן וואס האבן געגעסן ביי אים שבת אז ער פלעגט פירן א וויזניצע סעודה מיט וויזניצע זמירות וכו' ער האט אמאל געשריבען א ספר וועגן שבת, אינעם צווייטען חלק ברענגט ער שטיקער פון וויזניצע ספרים פונעם אמ"ח ולמעלה בקודש. אויך זיין שבת'דיגע דאווענען און תפילות ימים נוראים זענען געוועהן אויפן וויזניצע נוסח. פונעם אמ"ח זצ"ל פלעגט ער כמעט נישט רעדן צוליב געוויסע סיבות אבער זינט דעם סטראק ר"ל האט מען פיהל מער געהערט פון אים איבערן אמ"ח. יהא זכרו ברוך.

צי קענסטו אביסל מער פארציילן וועגן דעם סטראוק און וויאזוי ער איז אנגעגאנגען נאכדעם און צי ער האט געלאזט אדער געזאגט א צוואה פאר'ן כלל?

די סטראק איז נישט געוועהן פאטאל אבער פארט גאנץ שטארק, ער איז נאך ערשינען אין ביהמ"ד און געזאגט דרשות וכו' ביז די קאראנע איז אנגעקומען, פון דאן פלעגט ער זיין אפגעזינדערט מען האט געקענט מיט אים רעדן דורך א טיר וכו'. לגבי א צוואה איז אינטרעסאנט אז ס'האט אמאל צירקולירט א צוואה וואס ר' משה בער האט געשריבען אלץ יונגערמאן און מען זעהט זיין ירא"ש ווי ער רעכענט אויס פולע יודן פון וועם ער האט צאמגעבארגט געלט א טייל פון זיי רעדט מען פון נישטיגע סכומים ממש א שיבוש און ער האט אלץ פארשריבען צו פארזיכערן אז יעדער וועט ווערן באצאלט. זיע"א.

אוועטאר
בפשיטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך בפשיטות » מיטוואך אפריל 21, 2021 3:41 pm

Amazing האט געשריבן:האט ער געהאט א שייכות צו רבי גדליה נדל זצ"ל ראש ישיבת וויזשניץ?
איך זעה רבי יצחק בענעדיקט האט מספיד געווען לפני מטתו כידוע האט ער זיך געהאלטן נאנט צו רבי מובהק הגאון רבי גדליה עד פטירתו

די גאנצע חבורה זענען געווען מתחילה תלמידים פון רבי גדליה ז”ל אבער נישט אלע האבן אנגעהאלטן די קשר מיט די שפעטערע יארן.

כידוע ואכמ”ל

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך Graphic24 » מיטוואך אפריל 21, 2021 4:16 pm

בהיותו במערה האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:
בהיותו במערה האט געשריבן:קעמען ארויף לייגן אלינק צו דאינטרנט אדרעס פון נטורי קרתא

https://www.nkusa.org

איך קען נישט אריין גיין סאיז פארמאכט ביי מיר וויסט אפשר איינער אמייל אדרעס פון נטורי קרתא

אויפן סייט איז נישטא קיין אימעיל, נאר א פארום צו אימעילן.
כ׳קען אייך אפשר העלפן, קום אין אישי.
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

ציד
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2015 2:03 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך ציד » מיטוואך אפריל 21, 2021 5:00 pm

nkusa.org@gmail.com שטייט דארט די אדרעס

שמעו לי
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 26, 2016 8:18 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך שמעו לי » דאנארשטאג אפריל 22, 2021 8:05 am

דברי הספד פון הגה"ח וואודרידזשער רב שליט"א על האי איש צדיק ולב טהור ושקדן בתורה רבי משה בער בעק זצ"ל ויסודותיו וספריו שאפשר ללמוד הימנו
https://www.kolhalashon.com//New/Media/ ... e=31453655

יוד
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 08, 2020 3:11 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך יוד » דאנארשטאג אפריל 22, 2021 11:19 am

שמעו לי האט געשריבן:דברי הספד פון הגה"ח וואודרידזשער רב שליט"א על האי איש צדיק ולב טהור ושקדן בתורה רבי משה בער בעק זצ"ל ויסודותיו וספריו שאפשר ללמוד הימנו
https://www.kolhalashon.com//New/Media/ ... e=31453655


זייער א שיינעם הספד, די נפטר איז געוועהן א דוגמא פון ספרי ר' הלל קאלעמייער, קונה געוועזען א גרעסערע מדרגה ווי אן עניו קונה געוועין די מדת ההשתוות המבואר בחובת הלבבות,
צדיק וטוהר לב מנעוריו, וכ' וכ'
ברענגט ארויס כמה פעמים אז ער איז נישט מסכים מיט כמה דברים של הנפטר, ברענגט אויך ארויס אז פארשידענע פעולות וואס די נפטר האט געטוהן האט געמאכט
ער זאל זיין אינגאנצען מופרך ביי פארשידענע מענטשען וואס האבן אים נישט געקענט פערזענדלעך, מדמה געוועהן צום תנא ר' מאיר וואס אין הלכה כמותו ווייל מ'האט נישט משיג געוועהן
עומק כוונתו וכ'

למעשה ברענגט ער כמה מספריו בתוכם א קונטרס שנקרא "הסברה" וואס איז זיין ערשטע ספר. ווער עס קאן מזכה זיין דעהם ציבור מיט דעהם ( ווי אויך אנדערע וואס מ'האט נאכנישט אריינגעלינקט) וועט זיין זכות הרבים תלוי בו!

משה שטינקאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:47 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך משה שטינקאוויטש » דאנארשטאג אפריל 22, 2021 1:34 pm

מען האט זיך שוין אויפגעשטעלט פון די שבעה?

בהיותו במערה
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 13, 2021 7:42 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך בהיותו במערה » דאנארשטאג אפריל 22, 2021 11:11 pm

למעשה איז דא אצוואה וואס איז מפורסם גיווארן ?

יהוסף קרויס
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2020 9:32 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך יהוסף קרויס » מאנטאג אפריל 26, 2021 2:26 pm

סעלפאן האט געשריבן:
יהוסף קרויס האט געשריבן:כ'האב געהערט פון אידן וואס האבן געגעסן ביי אים שבת אז ער פלעגט פירן א וויזניצע סעודה מיט וויזניצע זמירות וכו' ער האט אמאל געשריבען א ספר וועגן שבת, אינעם צווייטען חלק ברענגט ער שטיקער פון וויזניצע ספרים פונעם אמ"ח ולמעלה בקודש. אויך זיין שבת'דיגע דאווענען און תפילות ימים נוראים זענען געוועהן אויפן וויזניצע נוסח. פונעם אמ"ח זצ"ל פלעגט ער כמעט נישט רעדן צוליב געוויסע סיבות אבער זינט דעם סטראק ר"ל האט מען פיהל מער געהערט פון אים איבערן אמ"ח. יהא זכרו ברוך.

וויאזוי הייסט זיין ספר וועגן שבת?

די ספר הייסט 'שבת קודש'.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 3 געסט