בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
הארזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 24, 2020 11:20 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך הארזים » פרייטאג אפריל 16, 2021 1:16 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
איינע פון זיינע פילע ספרים איז די ספר "יסודות של בית יהודי" וואס האט הערליכע הסכמות און איז טאקע געווען שטארק פארשפרייט ווען עס איז ארויס געקומען, זייער קלארע און שטארקע יסודות פאר יעדן ערליכע איד. האט הסכמות פון קראסנא רב, פאפא רב, קאשוי רב, קארלסבורגע רב, ראב"ד סאטמאר, מאנטעווידעא רב מיט וועם ער איז געווען שטארק בידידות, און פון נאך פולע אנדערע.‎
צוגעלייגטע
הסכמות.jpg
הסכמות.jpg (305.28 KiB) געזעהן 2485 מאל
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

מקץ
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 5:18 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך מקץ » פרייטאג אפריל 16, 2021 2:33 pm

כ'האב געהערט פון דעם בעל העובדא אז ווען ר' משה בער איז אריינגעקומען צום ריבניצער האט דער ריבניצער זיך אויפגעשטעלט פאר אים מלוא קומתו. ביי אן אנדערע געלעגנהייט האט ער געהערט פונעם ריבניצער בשבחו פון רמ"ב: "מ'האמיר א ר' משה בער אין שטאט".

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4193
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג אפריל 16, 2021 2:54 pm

בד"ה געווען א איד וואס באמת געמיינט דעם באשעפער.

געהערט אז נאך זיין שריפה עטליכע יאר צוריק האט ער געזאגט פאר איינעם אז נאר די פולע חידושי תורה וואס ער האט זיך פארשריבן טוט אים וויי אז ס'איז פארברענט געווארן, ווען יענער האט אים געפרעגט פארוואס ער האט קיינמאל נישט געדרוקט דערפון און דעריבער נאר מפורסם געווארן בעניני קנאות, האט ער געענטפערט אז חידושי תורה איז דא גענוג און נאך וואס געבן ארויס ספרים, קנאות פעלט מחברים האט ער ממלא געווען דעם חסרון.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי


נר דלוק
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 17, 2016 12:33 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך נר דלוק » פרייטאג אפריל 16, 2021 3:21 pm

חבל על דאבדין

זוכה געווען צו הערן עטליכע דרשות פון אים, אין די תשס יארן - ער האט האט געהאט א כח נפלא און סייעתא דשמיא ווי אזוי ער האט קלאר ארויס געברענגט די הארבקייט פון ציונות
ובפרט די היינטיגע ציונות, דהיינו מיטהאלטן די נייעס מיט א געפיל... זיך מיטפרייען מיט זייערע נצחונות, ווי אזוי צו טראכטן בשעת ווען עס איז א שעת מלחמה דארט מיט די אראבער.
ער האט ארויסגעגעבן יענע צייט א שיינעם ספר אויף דעם ענין - אמת ליעקב
איך קען פערזענליך אידן (פונעם סאטמארן חדר) וואס ער האט זיי אויסגראדט דעם קאפ בעניני אמונה.

ארויסגייענדיג איינמאל פון אזא דרשה אין יאנג איזראעל/וויען סקול וומבג, האט מיר א איד געזאגט "זעסט ער איז נכלל אין חובת הלבבות אין שער התשובה פרק ו' 'ועל הדרך הזה ימצא בכל הדורות ובכל הארצות לא יחסר קורא אל האלקים ואל עבודתו ומורה את תורתו'


יהא זכרו ברוך
לעצט פאראכטן דורך נר דלוק אום פרייטאג אפריל 16, 2021 3:26 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
סענסיטיוו
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 20, 2021 11:49 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך סענסיטיוו » פרייטאג אפריל 16, 2021 3:23 pm

פונקט די (אנהייב) וואך האב איך מעיין געווען אין זיין ספר "יסודות הבית היהודי"

איך וואונדער זיך אויב אזעלכע אידן ווערן נאך פראדעצירט היינט
A yid never breaks.

מקץ
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 5:18 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך מקץ » פרייטאג אפריל 16, 2021 3:26 pm

אשרי איש ירא את ה'. מורא געהאט פאר אן עבירה ווי פון פייער, קיינמאל נישט אויפגעהויבן די ריינע אויגן, הייליגע מדות, אויסגעהארעוועטע גוף, נישט געגעסן נישט געשלאפן, געריסן פון זיך שטיקער, האי חסיד האי עניו.

ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך ישרן » פרייטאג אפריל 16, 2021 3:43 pm

עס ליגט מיר אין די ביינער א מחזה פון פונקטליך 20 יאר צוריק ווען ער האט געמאכט א פראטעסט אין בארא פארק ה אייר תשסא אויף דרייצנטע עווניו קארנער 50 ער האט גערעדט
"אידן קומען אויסדרוקן זייער ווייטאג, אויפן צער וכו'"
אבער ער האט נישט געקענט קומען צום ווארט ווייל פארנט פון זיין פנים זענען געשטאנען עטליכע יונגען און געשריגן עם ישראל חי

גאלדגרוב
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך גאלדגרוב » פרייטאג אפריל 16, 2021 3:50 pm

אביונה האט געשריבן:האט ער אן איידעם געדענק איך, מיטן נאמען, ר' יצחק שארווינטער,

ר' יצחק שארווינטער איז א איידעם ביי ר' אברהם עביר ראזענבערג ע''ה

אוועטאר
נשמה
שר ששת אלפים
תגובות: 6054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אפריל 16, 2021 4:05 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך קען נישט גלייבן וואס איך זעה דא.

אזא צדיק געווען. אזא שטיק ערליכקייט. אזויפיל געוואוסט און פארשטאנען אין די יסודות הדת. ממש א לעגענדארער מענטש לויט מיין אפשאצונג. די מתינות זיינע. די אמת'דיגקייט און פשטות. ווער קען דען האבן א ידיעה איבער זיין געהויבענע פנימיות. ער האט זיכער אראפגעברענגט א שטיק קדושה וטהרה אויף די וועלט. וויפיל איך האב מיך מחזק געווען מיט זיין ספר 'חזק ואמץ'. די שטארקע ערליכקייט. ערליך!

איך געדענק איך בין געווען א בחור'ל, ער האט זיך אראפגעזעצט מיך מסביר זיין עפעס א ענין, מיט אזא געוואלדיגע גוטסקייט. אוי ר' משה בער ר' משה בער. מיך האט זיך געדאכט אז ער האט געשמעקט פון גן עדן.

וואס זאל איך זאגן.

זיינע ספרים זענען ב"ה געבליבן. זיך מחזק צו זיין אין אמונה. עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן "אמונה" וואס ער פלעגט זאגן מיט געבן אזא פארמאך די אויגן.

ווער דארף רעדן פון יעדע זאך וואס ער האט געטון צי עס איז געווען גוט צי נישט. וואס א חילוק. דער עיקר איז וואסערע מין ערליכקייט ער איז געווען.

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
אלני ממרא
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:29 am

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך אלני ממרא » פרייטאג אפריל 16, 2021 4:15 pm

געהאט די זכי׳ צו עסן די סעודה ביי אים אינדערהיים געציילטע מאל.
זי״ע.
די פלוין פון ממרא.

רעבע, וואס מיינט פלוין?

אוועטאר
בעריש'ל
שר האלפיים
תגובות: 2277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג אפריל 16, 2021 4:44 pm

ברוך דיין האמת!

אבד חסיד מן הארץ.
וי להאי שופרא.

איך האב אים אמאל באגעגנט אלס בחור, און מיט אזא נעימות מיר געלערנט די שיטה פון רביה״ק, ער האט מיר דאן געזאגט בתוך דבריו אז דער וועלט איז בייז היתכן ער פארט קיין איראן, אבער עס איז ביי אין נישט קיין ספק אז אויב וואלט ער געלעבט ביים קריג וואלט ער געפארן זיך טרעפן מיט היטלער ימ״ש.

ווער עס איז אריין אין ביהמ״ד האט געקענט טאפן די אמונה פשוטה און ערליכקייט, שטייענדיג דארט האט מען געהאט א געפיל פון קנאה פארוואס איך האב נישט זיין דרייסטקייט, ווער רעדט נאך פון די סיינס וואס האבן אויס גערופן אז דער וואס האט מחשבת ציונות זאל נישט האבן קיין דריסת הרגל.

איך געדענק איין פראטעסט ווי ער האט געהאלטן א דרשה פון אונטער אים האט געפלאטערט א פאלעסטינע פאן, דאס איז געווען אין די צייטן וואס פאלעסטינע באמבעס האבן געהרגעט הונדערטע אידן, יונגען האבן געשריגן, צושטערט, אבער ער מיט א רואיגע שפראך האט גערעדט זיך נישט צוטוען געמאכט, די קדושה האט געוויזן מי לה אלי.

א גדול בתורה און א מתמיד, פלעגט פארן מיט היטשעס און מיטן באס מיט די הייליגע טראגע.

מחנך געווען א דור פון אינגע סאלדאטן אנע פשרות בקדושה וטהרה.

אוי מי יתן תמורתו! א שאד אויפן אינגען דור וואס וועלן נישט זוכה זיין...
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
-----
וואס איז די הייפ ארום באנאנו קאון, די ערשטע קאון וואס מען קען טרעידן בחינם... דא: שלום עליכם, מאכט אייך היימיש!

אוועטאר
נשמה
שר ששת אלפים
תגובות: 6054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך נשמה » פרייטאג אפריל 16, 2021 4:51 pm

בעריש'ל האט געשריבן:ברוך דיין האמת!

אבד חסיד מן הארץ.
וי להאי שופרא.

איך האב אים אמאל באגעגנט אלס בחור, און מיט אזא נעימות מיר געלערנט די שיטה פון רביה״ק, ער האט מיר דאן געזאגט בתוך דבריו אז דער וועלט איז בייז היתכן ער פארט קיין איראן, אבער עס איז ביי אין נישט קיין ספק אז אויב וואלט ער געלעבט ביים קריג וואלט ער געפארן זיך טרעפן מיט היטלער ימ״ש.

ווער עס איז אריין אין ביהמ״ד האט געקענט טאפן די אמונה פשוטה און ערליכקייט, שטייענדיג דארט האט מען געהאט א געפיל פון קנאה פארוואס איך האב נישט זיין דרייסטקייט, ווער רעדט נאך פון די סיינס וואס האבן אויס גערופן אז דער וואס האט מחשבת ציונות זאל נישט האבן קיין דריסת הרגל.

איך געדענק איין פראטעסט ווי ער האט געהאלטן א דרשה פון אונטער אים האט געפלאטערט א פאלעסטינע פאן, דאס איז געווען אין די צייטן וואס פאלעסטינע באמבעס האבן געהרגעט הונדערטע אידן, יונגען האבן געשריגן, צושטערט, אבער ער מיט א רואיגע שפראך האט גערעדט זיך נישט צוטוען געמאכט, די קדושה האט געוויזן מי לה אלי.

א גדול בתורה און א מתמיד, פלעגט פארן מיט היטשעס און מיטן באס מיט די הייליגע טראגע.

מחנך געווען א דור פון אינגע סאלדאטן אנע פשרות בקדושה וטהרה.

אוי מי יתן תמורתו! א שאד אויפן אינגען דור וואס וועלן נישט זוכה זיין...

ער האט זיך געהאט זיין דיעה, זיין וועג.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
הבעש''ט
שר האלפיים
תגובות: 2022
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך הבעש''ט » פרייטאג אפריל 16, 2021 5:07 pm

נשמה האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:ברוך דיין האמת!

אבד חסיד מן הארץ.
וי להאי שופרא.

איך האב אים אמאל באגעגנט אלס בחור, און מיט אזא נעימות מיר געלערנט די שיטה פון רביה״ק, ער האט מיר דאן געזאגט בתוך דבריו אז דער וועלט איז בייז היתכן ער פארט קיין איראן, אבער עס איז ביי אין נישט קיין ספק אז אויב וואלט ער געלעבט ביים קריג וואלט ער געפארן זיך טרעפן מיט היטלער ימ״ש.

ווער עס איז אריין אין ביהמ״ד האט געקענט טאפן די אמונה פשוטה און ערליכקייט, שטייענדיג דארט האט מען געהאט א געפיל פון קנאה פארוואס איך האב נישט זיין דרייסטקייט, ווער רעדט נאך פון די סיינס וואס האבן אויס גערופן אז דער וואס האט מחשבת ציונות זאל נישט האבן קיין דריסת הרגל.

איך געדענק איין פראטעסט ווי ער האט געהאלטן א דרשה פון אונטער אים האט געפלאטערט א פאלעסטינע פאן, דאס איז געווען אין די צייטן וואס פאלעסטינע באמבעס האבן געהרגעט הונדערטע אידן, יונגען האבן געשריגן, צושטערט, אבער ער מיט א רואיגע שפראך האט גערעדט זיך נישט צוטוען געמאכט, די קדושה האט געוויזן מי לה אלי.

א גדול בתורה און א מתמיד, פלעגט פארן מיט היטשעס און מיטן באס מיט די הייליגע טראגע.

מחנך געווען א דור פון אינגע סאלדאטן אנע פשרות בקדושה וטהרה.

אוי מי יתן תמורתו! א שאד אויפן אינגען דור וואס וועלן נישט זוכה זיין...

ער האט זיך געהאט זיין דיעה, זיין וועג.

ריין לשם שמים

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך א גוטן » פרייטאג אפריל 16, 2021 5:17 pm

בעריש'ל האט געשריבן:ברוך דיין האמת!

אבד חסיד מן הארץ.
וי להאי שופרא.

איך האב אים אמאל באגעגנט אלס בחור, און מיט אזא נעימות מיר געלערנט די שיטה פון רביה״ק, ער האט מיר דאן געזאגט בתוך דבריו אז דער וועלט איז בייז היתכן ער פארט קיין איראן, אבער עס איז ביי אין נישט קיין ספק אז אויב וואלט ער געלעבט ביים קריג וואלט ער געפארן זיך טרעפן מיט היטלער ימ״ש...

אינטערעסאנט, ווייל איך האב אמאל געהערט פון אים ווי ער איז מסביר פארוואס די צדיקים פון פריערדיגן דור זענען נישט געגאנגן זיך טרעפן מיט היטלער ימ״ש, און עס איז משמע געווען פון זיינע ווערטער אז עס נישט קיין שום פארגלייך צווישן די צוויי.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
נתן בן ופסי
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am
לאקאציע: מחנה ישראל

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך נתן בן ופסי » פרייטאג אפריל 16, 2021 5:46 pm

בעריש'ל האט געשריבן:איך האב אים אמאל באגעגנט אלס בחור, און מיט אזא נעימות מיר געלערנט די שיטה פון רביה״ק, ער האט מיר דאן געזאגט בתוך דבריו אז דער וועלט איז בייז היתכן ער פארט קיין איראן, אבער עס איז ביי אין נישט קיין ספק אז אויב וואלט ער געלעבט ביים קריג וואלט ער געפארן זיך טרעפן מיט היטלער ימ״ש.

דעי סטעיטמענט איז אביסל אינטערסאנט, ממילא איראן היטלער איז אביסל צו ווייט איבערגעטריבן, ער וואלט אים אויפגעגסען לעבעדיגערהייט, אפי' ר' מיכאל בער
על כל נשימה ונשימה תהלל יה! אויף יעדן אטעם זאג איך מודים אנחנו לך (החפץ חיים לתלמידו)

קיסריה
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך קיסריה » פרייטאג אפריל 16, 2021 5:54 pm

מה׳האט פראבירט זיך צו טרעפן מיט דעם אשמדאי היטלער ימ״ש - גאר עטליכע אידן פון פארשידענע לענדער - ער האט קיינמאל נישט מסכים געווען.

בכלל נישט געווען קיין מציאות.

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » פרייטאג אפריל 16, 2021 6:20 pm

עפעס שטימט נישט דא. וואס איז בכלל די הו"א פון צישטעלן איראן צי היטלער ימש"ו? היטלער האט געוואלט פארטיליגן כלל ישראל היל"ת, אלץ וואס זיך גיין טרעפן מיט איהם? איראן האט נישט גארנישט קעגן כלל ישראל נאר קעגן מדינת ישראל (עכ"פ אזוי האט ער געהאלטן) איז שייך א ענין פון שתדלנות צי מסביר זיין די חילוק פון אידן מיט די מדינה.

עפעס פעלט דא. אפשר האט ער געזאגט אז אויך צי היטלער וואלט ער געגאנגען אויב וואלט געווען מעגליך אויפציטוהן?

loyodea
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך loyodea » פרייטאג אפריל 16, 2021 6:56 pm

איי ר' משה בער, אבד חסיד מן הארץ, אן אמת'ער דמות חסיד וואס מ'זעהט שוין נישט, איך געדענק נישט איך זאל מיך אזוי דערשרעקן אנטרעפנדיג א איד וואס איך האב קיינמאל אין מיין לעבן געזען און נישט וויסנדיג ווער דאס איז, פשוט אלס דער פחד אלקים וואס האט אים ארומגענומען. א מין באשיינפערליכע יראת ה' וואס איז געווען אויסגעגאסן אויף אים, כידוע ווי זיין רבי דער אמרי חיים האט זייער געוויינט אויף דעם בחור מיט די הייליגע אויגן, הגזמות וואס ער האט אויף קיין איין בחור נישט געזאגט.
א איד מיט א רואיגע קלארקייט אין יעדע זאך דורכגעטאן, מיט יעדן אינגל געקענט שעות מסביר זיין אידישקייט אמונה, וואס האט נישט געוואוסט וואס מיינט בכלל קנאה שנאה מיט אלע געמיינע מדות און ווער רעדט פון טשעפענען א פליג, זיך מבזה געווען און ס'איז אים געלונגען צו כאפן קלעפ מיט חרפות און וואס נישט, וואס ער האט אנגענומען מיט גרויס אהבה למען שמו, מ'איז אים געקומען איבערבעטן און ער האט נישט פארשטאנען בכלל וואס מען וויל, ער האט יעדן גראד מוחל געווען.
אן אינטערעסאנטער פשרה'לאזער איד, וואס איז געווען ריכטיג אין זיינע אויגן האט ער געטון אן קיין שום חשבון פון מה יאמרו הבריות, מקיים זיין דער רמב"ם פון ילך למדבר, צי בגדי ירושלים אין פרידנסצייטן ארויסצואווייזן אהבת אה"ק בלי סתירה לשנאה למדינה.
ער האט געשפירט א מורא'דיגע אחריות צו אויפטון און ערקלערן פאר קינד און קייט ריכטיגע אריגינאלע אידישקייט, ער האט נישט געהאלטן ביים אננעמען אז היינט איז אנדערש און אמעריקא איז אנדערש, וכו', פארוואס קען מען נישט טון אזוי ווי די זיידעס אמאל, דאס איז דאך דער אמת, פון זיינע פילע חיבורים איז דא פון אים א אומבאקאנטע אבער אינטערעסאנטע חיבור אויף חתונה מאכן איידל און שפארזאם, מ'דארף עס ווען איבערדרוקן היינט איז עס שוין א פאפולערע נושא, ס'האט א ווארימע הסכמה פון ידידו ורעו הרה"ג ר' אליעזר חיים בלום אב"ד קאשוי ז"ל
יהא זכרו ברוך.

א שרייבערל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: אויפן אייוועלט שרייבן פלאטפארמע

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך א שרייבערל » מוצ"ש אפריל 17, 2021 10:20 pm

winner האט געשריבן:ווער זענען זיינע קינדער?

בנו ר' מרדכי הערש - קרית טאהש
בנו ר' אלחנן - לאנדאן
אשת ר' אהרן ראזענבערג - מאנסי
אשת ר' יחזקאל יוסף האס - מאנסי
אשת ר' אלתר ישראל האכהייזער - לאנדאן
אשת ר' משה ישעי' מערמעלשטיין - קרית טאהש
בתו () קרית טאהש
איך 'ציטיר' און 'קאמענטיר' שרייבער'לעך אן א 'שיעור'
אויף יעדן 'ריר' איך 'פראביר' געבן א 'ביאור' פאר 'דיר'

א שרייבערל
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2020 9:43 pm
לאקאציע: אויפן אייוועלט שרייבן פלאטפארמע

Re: ברוך דיין האמת #2 (ר"ח ניסן תש"פ - יה"ר שתהי' תחיית המתים בקרוב)

תגובהדורך א שרייבערל » מוצ"ש אפריל 17, 2021 10:35 pm

אונגארישע הייזער האט געשריבן:איך ווייס נישט צי ס'קומט דא אריין צי נישט, אבער לגבי ר' מענדעלע סטראפקובער זצ"ל וואס איז נפטר געווארן ו' אייר איז דא עפעס א מעשה, איך געדענק שוין נישט פונקטליך די פרטים.
סטאוו יא פיטא האט געשריבן:עפעס א מעשה איז דא מיט רביה"ק מסאטמאר איבער הרה"ק ר' מענדעלע סטראפקובער וואס איז אוועק אום ו' אייר און די רבי האט עפעס געזאגט איבער זיין נישט נסתלק ווערן אין ה' אייר

--
האקט

מוצ"ש ווען מ'האט געמאלדן די רבי אז ער איז אוועק האט די רבי זיך אנגערופן 'ב"ה ער האט איבערגעלעבט דעם שבת'

ווייל א גאנץ שבת איז געווען א מצב גסיסה און די רבי האט זיך א גאנצע צייט נאכגעפרעגט אויף זיין מצב, און מ'האט חושש געווען אז אויב ער וועט אוועקגיין בעצם השבת וועט מען יעדעס יאר דארפן מאכן א סעודת הילולא פאר הרה"ק מסטראפקוב אין ה' אייר.
איך 'ציטיר' און 'קאמענטיר' שרייבער'לעך אן א 'שיעור'
אויף יעדן 'ריר' איך 'פראביר' געבן א 'ביאור' פאר 'דיר'

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך קאץ און מויז » זונטאג אפריל 18, 2021 12:30 am

איך האב געהערט פון אים א דרשה פאר א גוטע 20 יאר צוריק, האט בתוך הדברים געזאגט אז זיין מאמע פלעגט אים אלץ קינד טראגן אין חדר ביז די 9 יאר מיט צוגעדעקטע אויגן אז ער זאל נישט זעהן וואס מען טאר נישט, א מהות פון א מאמע

אויך האט ער דארט ברבים זיך צו וויינט און תשובה געטוהן פארוואס ער איז איינמאל מיט יארן צוריק געפארן מיט די טריפהנע אלעל פליגער

גימפעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 15, 2016 11:05 am

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך גימפעל » זונטאג אפריל 18, 2021 12:33 am

איך נפלו גבורים.pdf
(41.23 KiB) דאונלאודעד 363 מאל

אוועטאר
קהילת יקנה''ז
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am
לאקאציע: צווישן די ארכיוון.

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך קהילת יקנה''ז » זונטאג אפריל 18, 2021 1:16 am

גימפעל האט געשריבן:
6963699.jpg
6963699.jpg (569.79 KiB) געזעהן 665 מאל
כאפט אפ! שרייבט אראפ! למען ידעו!
באוויינט נישט שפעטער!

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון מאנרא צו :
OldpicturesMonroe@gmail.com


א גרויסער מח רעדט פון געדאנקען, א דורכשניטליכער רעדט פון זאכן, א קליינליכער רעדט פון מענטשן.

נאך איינער
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך נאך איינער » זונטאג אפריל 18, 2021 1:24 am

ביים זיך טרעפן אין איבערגעבן א געשאנק פארן איראנע רעגירונג פירער

https://drive.google.com/file/d/16Z7d_u ... p=drivesdk

קאכעדיגע
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: בד"ה: הגה"צ חו"פ רבי משה דוב (בער) הלוי בעק זצ"ל - אבד"ק "בית יהודי" מאנסי

תגובהדורך קאכעדיגע » זונטאג אפריל 18, 2021 1:37 am

עס איז דא א ספר "באו חשבון" מיוחד לאברכים אהן קיין נאמען פון מחבר , א הייליג ספר, עס איז פון איהם.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט