גדל האט געשריבן:winner האט געשריבן:סאיז נישט נאר די חינוך,
ער האט זייער א גראדע מהלך אין רוב אישאס אין ברוקלין דארף עם יעצט זייער וויכטיג האבן
עדעמס האט "אפשר" נישט קיין פראבלעם מיט אונזער חינוך אבער ער האט א פראבלעם מיט אונזער ביזנס און פאליס וכדומה
אדרבה איינער ווייסט אפשר מיט וואס עדעמס איז בעסער ווי די בלאזיא ?
וואלט איינער יעצט געוואט פאר די בלאזיא ?
עדעמס האט גארניקס מיט בלאזיא.
בלאזיא איז א וויסטער אידיאלאג, עדעמס איז טיפישער ניו יארקער פאליטישאן, און איז גראדע איינער מיט גוטע באציאאונגען מיט די היימישע אידן
ער האט מנדב געווען בולעט פרוף וועסטלעך פאר די שומרים ביי די שיסעריי אין ב.פ. יארן צוריק, נישט ווייל ס'אינטערסירט אים באמת אונזער וואוילזיין, נאר ווייל ס'אינטערסירט אים באמת זיינע קשרים מיט אונזער קאמיניטי, און דאס איז ווערט קעש...
יענג, איז פיין און אפשר אידיאלאגיש נאנטער צו אונז ווען ס'קומט צו חינוך, אבער דער בחור איז ניי דא.
עדעמס שטיצט נישט פאנד אדער דיפאנד די פאליס, ער טשעקט די אנקעטעס פארדעם אזוי שטעלט ער פאליסי.
חוץ מזה וואס ס'איז די לאנ סטענדיג פאליסי פון די עסקנים דא, צו ווייזן הכרת הטוב פאר א פריינט אפי' יענעמ'ס שאנסן זענען שוואך, אויסצודרוקן געטריישאפט.
איך האס העשט יענג, און איך האלט אז ער פארמאגט בעסערע שאנסן ווי עדעמס, ער קומט לכאורה בעסער אויס ביי די נייע דעמאקראטישע וויילער וואס דרייען איבער לעצטענס די פאליטישע מאפע. אבער איך מיין אז מיר ברויכן שטיצן עדעמס.